רבי לוי יצחק גרינוואלד מצעהלים-וומ"ס כ"ז ניסן תש"מ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג אפריל 17, 2015 1:13 pm

scy4851 האט געשריבן:....
רב הערשעל בראדי (דער מענטשעסטער דיין, וואוינט היינט און באראפארק) האט מיר דערציילט, אז ביי זיין יונגערען ברידער איז צעלהמער רב ז"ל געווען מוהל. דער רב ז"ל האט זיך נישט גוט געשפירט עפעס מיטען מאגען, האט ער נישט געגעסען פון די סעודה. ער האט אבער דאך געוואלט מיטהאלטען, האט מען איהם געברענגט א גאר גרויסע שטיקעל SPONGE CAKE כדי עס זאל זיין א שיעור קביעת סעודה.
רב בראדי איז דענמאלטס געווען א יונג יונגעל, און ער האט פאר מיר דערציילט, אז ער קוקט אהן צעלהמער רב ז"ל און טראכט ביי זיך, אז אזוי עלטערער יוד ווייסט נישט אז אויף CAKE מאכט מען א מזונות און נישט קיין המוציא?

farshlufen האט געשריבן:א הערצליכן דאנק ר' שמחה,
מיר קינדערלעך האב מיר שוין נישט געהאט די זכי' אים צו קענען.

אויסער דעם, דאס איז דאס ערשטע מאל וואס איך הער א רב זאל מאכן הלכה למעשה המוציא ברבים אויף א שיעור קביעת סעודה מזונות.


די גאנצע מעשה איז א פלא
ער האט זיך נישט געפילט און געגעסען א קביעת סעודה פון לעקאך
אויף על המחי' טוט זוך ווי אזוי מען רעכענט א כזית
ומ"מ לענין פת כיסנין שמעורב בתבלין הרבה [כגון צוקע"ר לעק"ך] נוהגין העולם לברך עליו לבסוף על המחיה כשיש בו כזית אף שבמין דגן לבדו שנמצא בו אין בו שיעור כזית ואולי שטעמם מפני שהתבלין בא להכשיר את האוכל מצטרף עם האוכל גופא לשיעור וכדאיתא כעין זה במ"א סימן ר"י. ולכתחלה טוב ליזהר לשער שיהיה בהקמח שיעור כזית:
מ"ב ר"ח ס"ק מ"ח
עפעס געדענק איך אז עס איז געווען א ברית ווי צעלימער רב זי"ע און דער דברי יואל זי"ע זענען געווען ציזאמען און עס האט זיך געמאכט
א שמיעס און אז עס איז דא א חילופי מכתבים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21828
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 19, 2015 9:01 am

קיקיון האט געשריבן:
עפעס געדענק איך אז עס איז געווען א ברית ווי צעלימער רב זי"ע און דער דברי יואל זי"ע זענען געווען ציזאמען און עס האט זיך געמאכט
א שמיעס און אז עס איז דא א חילופי מכתבים

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=94
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יוני 16, 2015 12:35 am

נחמן נתן האט געשריבן:כ'שטעל דא ארויף דעם בילד ווי עס ווערט געזעהן צעהלימער רב זצ"ל, ראי"ה מקאפיטשניץ זצ"ל, רמ"ש מבאיאן זצ"ל. ווייסט איינער פרטים איבער דעם בילד?

דאס איז ביי די חתונה פון איינע פון די זין פון רבי דוד פישמאן ז"ל מחשובי חסידי באיאן בארה"ב עס ווערט אויך געזען הגאון רבי גדלי' שארר זצ"ל ר"י תורה ודעת
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך ינואר 20, 2016 4:50 pm

עפעס ליגט מיר אין זכרון
מען האט מציע פאר צעלימער רב זי"ע א רבנות אין אונגארען (צעלים איז געווען און עסטרייך)
און איינער פון די גדולי הדור האט אים אפגערעדט ווייל __ ?__
און דאס איז געווען זיין הצלה בשנות הזעם
פון צעלים אין תרצ"ח האט מען נאך געקענט פועל'ן ביי די רשעים מען זאל אים קענען
ברענגען לארה"ב
צו פאר צעלים אדער שוין אין צעלים געדענק איך נישט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מוצ"ש פאברואר 20, 2016 8:51 pm

קיקיון האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין זכרון
מען האט מציע פאר צעלימער רב זי"ע א רבנות אין אונגארען (צעלים איז געווען און עסטרייך)
און איינער פון די גדולי הדור האט אים אפגערעדט ווייל __ ?__
און דאס איז געווען זיין הצלה בשנות הזעם
פון צעלים טעות אין תרצ"ח האט מען נאך געקענט פועל'ן ביי די רשעים מען זאל אים קענען
ברענגען לארה"ב
צו פאר צעלים אדער שוין אין צעלים געדענק איך נישט


היינט געדאווענט מנחה וכ' אין א בה"מ ווי איך האב געטראפען דעם ספר צדיק מה פעל
אין עס ווערט בכלל נישט דערמאנט די מייסע
אויך אז ווען די רשעים האבען אויסגערייניגט בורגעלאנד פון אידען אדר תרצ"ח
איז צעלימער רב זי"ע אזוי ווי רוב אידען פון די שבע קהילות אנגעקומען קייו ווען
פון וויע ר' שרגאי פייוועל מענדעלאוויץ זצ"ל האט אים געברענגט קיין ארה"ב
מיט א כתב רבנות פון קהל חרדים

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מוצ"ש פאברואר 20, 2016 9:24 pm

דער צדיק מה פעל איז גאר א שוואכע ארבעט, ארימע תוכן. שווער צו ברענגען דערפון סיי וועלכע ראי'.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג מאי 05, 2016 2:22 pm

היינט דער הילולא קדישא פין דער חכימא דיהודאי דער צעהלימער רב זצ''ל
参考专家

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג מאי 05, 2016 4:29 pm

זכותו הגדול יגן עלינו
צוגעלייגטע
Tzehlim.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך יוני 14, 2017 4:15 pm

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:הניק מארשיווא האט ארויסגעברענגט אז דער צעהלימער רב זצ"ל ר' לוי יצחק גרינוואלד האט אויך משמש געווען ברבנות אינעם שטאט ארשיווא, ר' שמחה האט טאקע צוגעברענגט די שער בלאט פונעם מגדלות מרקחים וואו עס ווערט אויך אזוי דערמאנט.

אפשר קאן מען אהער ארויף לייגן דעם שער בלאט ?

דארט ווערט [דאכט זעך מיר] אויך אויס-גערעכענט די אנדערע שטעטלעך אוואו ער האט משמש געווען ברבנות, ווישק און פאיע.


דא האט איהר דעם שער בלאט.
צוגעלייגטע
שער בלאט מגדלות מרקחים.jpg
שער בלאט מגדלות מרקחים.jpg (196.21 KiB) געזעהן 2541 מאל

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג יוני 20, 2017 7:45 am

עס איז ידועה אז בשעת'ן מאכן די חלב ישראל האבן די פרייע צייטונגען אריינגעלייגט קאריקאטורן ווי דער צעלימער רב טובל'ט די קוען, האט דאס שוין איינער געזען ? ווייסט איינער ווי מקען קריגן א העתק דערפון ?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 20, 2017 10:39 am

צווייפעל האט געשריבן:עס איז ידועה אז בשעת'ן מאכן די חלב ישראל האבן די פרייע צייטונגען אריינגעלייגט קאריקאטורן ווי דער צעלימער רב טובל'ט די קוען, האט דאס שוין איינער געזען ? ווייסט איינער ווי מקען קריגן א העתק דערפון ?

איך האב געזעהן א העתק אין א היימישע אויסגאבע א בונטש יארען צוריק
לםי זכרוני איז עס געווען ווי מען שלעפט א קו און ריכטונג פון א טאוועל מקוה

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג יוני 25, 2017 3:56 pm

הלשון האט געשריבן:זכותו הגדול יגן עלינובילד


וועם דערקענט מען אלץ אויפן בילד? איך דערקען בלויז דער משב"ק מוה"ר יוסף דוד ליכטענשטיין הי"ו
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג יוני 25, 2017 5:04 pm

קלערט עמיצער צו זאגן אז דער אנדערער (ערשטער רעכטס) וואס כאפט אן דעם רב זצ"ל איז ווארשיינליך ר' פנחס קרויס ע"ה, מראשי הקהלה דקהל ערוגת הבשם.

וואס זאגט איר?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 25, 2017 5:21 pm

נחמן נתן האט געשריבן:קלערט עמיצער צו זאגן אז דער אנדערער (ערשטער רעכטס) וואס כאפט אן דעם רב זצ"ל איז ווארשיינליך ר' פנחס קרויס ע"ה, מראשי הקהלה דקהל ערוגת הבשם.

וואס זאגט איר?

א חשובער איד הי"ו זאגט מיר אז רעכטס איז כ"ף א ברודער מיט די בעקעריי

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג יוני 25, 2017 7:02 pm

מענין לענין - קען איינער אינדענטפיצירן דעם בר מצוה בילד?
צוגעלייגטע
Tzehlim.JPG
Tzehlim.JPG (299.66 KiB) געזעהן 2342 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 25, 2017 8:00 pm

אני הפעוט אין מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל האט געשריבן:א חיזוק ברעף וואס מרן זי"ע האט געשריבען אין תרצ"ח צו הרה"ח משה יושע פערל דער פרעזידענט
פון קהל חרדים אויף די איסט סייד


דער בריעף איז געווען געדריקט אין HAMODIA צוויי וואכען צוריק
גופא דעובדא האבען זיי געשריבען
אין תרצ"ח האבען הרה"ח משה יושע וחביריו אין קהל חרדים אויף די איסט סייד געשיקט א כתב רבנות פאר א רב אין עסטרייך
דער רב האט טאקע באקומען די נייטיגע פאפירען צו קומען קיין ארה"ב און איז ניצל געווארען פון עמק הבכה
אבער דער רב האט זיך באזעצט אין וו"ב ווי ער האט אויפגעשטעלט א אייגענע קהלה
ווען ר משה יושע ז'"ל האט געהערט אז די פרוי פון דעם ווילאמסבורגער ראה"ק דעקט זיך נישט
צי די האר האט ער געשריבען צו זיין שווער ער זאל פארען קיין סאטמער פרעגען חוות דעתו פון מרן זי"ע
און דער רבי האט אים געשיקט דעם בריעף ווי ער שרייבט אז ער קען אים ניטש ענטפערען פון דערווייטענס
אבער .....
ר משה יושע האט געוויזען דעם בריעף פאר דעם רב און יענער האט אים צוריק געגבען דעם כתב רבנות
איך האב געפרעגט אינזערע ידענים ר' פישל פארשלאפען און ר' אהרון בן בוזי הערשקאוויץ
"דאס קען דען זיין צעלימער רב זי"ע וואס האב איבערגעדרייט א וועלט און האט נישט געקענט פועל'ן
ביי זיין אייגענעם ראש הקהל?"
און זיי האבען ג'ענטפערט יא די האסט נישט קיין השגה ווי אזוי אמעריקא האט אויסגעזעהן
איך האב געבלטערט אביסעל און געטראפען וואס ר קלונימוס ריכטער פון די מיסדים פון עדת יראים האט געשריבען
Capture.JPG
Capture.JPG (46.61 KiB) געזעהן 2330 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 25, 2017 8:07 pm

קהילת קהל חרדים נוסדה בשנות תר”פ בלואר איסט סייד בניו יורק על ידי קבוצת יהודים יראים ושלמים ממוצא הונגרי שהגיעו לאמריקה בנסיבות שונות. נחישותם לדבוק במסורת ולא לוותר על קוצו של יוד בחומרותיהם הדתיות דרבנה אותם ליצור את קהל חרדים. לפי חוקי הקהילה, ההשתייכות לקהילה הותרה אך ורק לאנשים בעלי השקפה דומה שהתחייבו כי הם ובני זוגם יקפידו על הסטנדרטיים הדתיים והחסידיים הנהוגים באירופה. התחייבות זו הייתה כמעט חסרת תקדים בעידן שבו הדעה הרווחת הייתה שהסטנדרטים הדתיים האירופאיים לא יוכלו לשרוד ובוודאי לא לשגשג באמריקה
לקהילה לא היה רב רשמי לכתחילה, אולם בשנת תרצ”ח (38) התמנה רב אירופאי נודע למשרה זו. הרב חמק מהפלישה הנאצית לאוסטריה, וללא משרה הממתינה לו בארצות הברית הוא לא היה משיג אשרת כניסה. אולם, רב רשמי זה לא התיישב בלואר איסט סייד אלא בוויליאמסבורג, שם פתח בית מדרש משלו.תמיכתו העיקרית נבעה מאדם אחד שעזר לו להתבסס באמריקה. בצוק העתים, הרב נאלץ להתעלם מהעובדה המצערת שמשפחת המנהיג של קהילתו החדשה מתרשלת בתחומים מסוימים בדת. הקהילה החדשה אמנם הקפידה על קלה כבחמורה, אך הסטנדרטים האישיים שנדרשו מחברי הקהילה ובני משפחתם לא דמו לאלו של קהל חרדים
התעוררה מחלוקת האם הרב הרשמי של קהל חרדים יכול לעמוד בעת ובעונה אחת בראש קהילה אחרת שאינה מתנהלת בהכרח לפי אמות המידה של קהל חרדים. נשיא קהל חרדים, ר’ משה יהושע הכהן פארל, הציג את השאלה בפני ר’ יואל טייטלבוים שכיהן באותה עת כרב בעיר סטמאר, רומניה. היהדות החרדית עמדה בפני פרשת דרכים בשעה קריטית זו, והדילמה שהוצבה בפני הרב מסטמאר הייתה כבדת משקל באשר להשלכותיה על החיים האורתודוקסיים בעולם החדש. מחד גיסא, אחד מגדולי התורה של אותו דור הגיע לחופי אמריקה ועמד לרומם את המון העם. זו הייתה הזדמנות עבור הרב מסטמאר לדרבן את הציבור לקבל את מרותו. מאידך גיסא, מבצר קטן זה של יהדות בלתי מתפשרת ביקשה למנוע גם את הסדק הקטן ביותר בחומה שהם הקימו לביצור אורח חייהם מקדמת דנא
מכתב היסטורי זה בכתב יד שנשלח על ידי הרב מסטמאר הכריז שאין מקום לפשרות. לאחר קבלת תשובתו של הרב מסטמאר, הרב הרשמי של קהל חרדים הרגיש כי עליו להתפטר מתפקידו. היות שהוא היה ממוקם למעשה בוויליאמסבורג, ההתפטרות הייתה פורמלית בלבד, אך עבור היהודים האדוקים שמסרו את נפשם מדי יום ביומו לקיום מנהגיהם מקדמת דנא, הייתה זו נקודת מפנה. הרב מסטמאר אמר את דברו: אמריקה כבר לא תהיה מדינת הפשרות

פון LEGACY JUDAICA קאטאלוג

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג יוני 26, 2017 7:15 am

מיללער האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:קלערט עמיצער צו זאגן אז דער אנדערער (ערשטער רעכטס) וואס כאפט אן דעם רב זצ"ל איז ווארשיינליך ר' פנחס קרויס ע"ה, מראשי הקהלה דקהל ערוגת הבשם.

וואס זאגט איר?

א חשובער איד הי"ו זאגט מיר אז רעכטס איז כ"ף א ברודער מיט די בעקעריי

נאך עמיצער האט איצטער באשטעטיגט אז דער ערשטער רעכטס איז ר' פייוול כף ע"ה.

נאך זאגט יענער, אז צווישן אנדערע ווערט געזעהן ר' מאיר ווייס.
לחיים ולברכה!

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג אפריל 02, 2019 1:53 am

מיטן נייטרא רב (קרעדיט עלי זכרון)
נייטרא עם אבד צעהלים.jpg
נייטרא עם אבד צעהלים.jpg (142.38 KiB) געזעהן 860 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5643
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 02, 2019 6:15 pm

היינט איז דער יארצייט פון אדם הגדול בענקים וואס מ'קען זאגן אויף עם בפה מלא אז ווען נישט עם וואלט קיין היימישע איד נישט געהאט וואס צו עסן אין אמעריקא
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:22 pm

לחיים טובים ולשלו' לרגל די גרויסע יא''צ פין די צעהלימער רב ז''ל
参考专家

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 23, 2019 4:13 pm

ערווארט אין די געשעפעטן דעם ספר 'דמות תבנותו' לתולדותיו פונעם צעהלימער רב זצ"ל. וועט זיין צום באקומען איבער צוויי וואכן ארום.

בצעהלים דמות תבנותו!
לעצט פאראכטן דורך בן בוזי אום דינסטאג יולי 23, 2019 8:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג יולי 23, 2019 4:17 pm

אהה ענדליך.. ווער איז דער מחבר און וואס איז צו ערוואטן? (א געהעריגע היקף אויף דעם אדם גדול בענקים, נחבא אל הכלים, איז נאכנישט דא..)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט