מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 12:55 pm

מי יודע האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:פארוואס האט די ברך משה נישט געגעבען פאר א זוהן א נאמען נאך זיין טאטע, ווייל ער איז אוועק יונג?
אין פארוואס האבען זיינע קינדער יא געגעבען?

ער האט געהאט א חיים צבי בזיווג ראשון וואס איז אוועק ביי די קריג

פארציילט אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א אז ער און און אזוי אויך די אנדערע קינדער האבן קיינמאל נישט געוואוסט אז דער רבי ז"ל האט געהאט א משפחה פאר'ן קריג ווייל ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון זיינע קריג יארן
ער האט זיך אלס געווינדערט אז ער האט א ברודער וואס הייסט נאכ'ן קדושת יו"ט און ער האט א ברודער וואס הייסט נאכ'ן ייטב לב פארוואס האט ער נישט קיין ברודער וואס הייסט נאכן עצי חיים?
האט ער איינמאל געפרעגט דעם טאט'ן פארוואס ער האט נישט קיין ברודער חיים הערש
האט אים דער טאטע געענטפערט "ווייל אזוי" נישט וועלנדיג רעדן פון יענע יארן
שפעטער האט שוין דער רבי געהערט אז עס איז געווען א משפחה פאר'ן קריג אבער פארדעם האבן זיי קיינמאל נישט געוויסט דערפון

אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 12:59 pm

דאכצעך מיר אז מהר"א האט אמאל געפרעגט דעם טאטען וועגן א בילד וואס ער האט געמיינט איז די ברך משה מיט געשוויסטער, און דער רבי האט אים געזאגט אז דאס זענען זיינע קינדערלעך מיט אים
האסטו שוין געזעהן דעם אשכול?

בן כלבא שבוע
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:25 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך בן כלבא שבוע » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:34 pm

משה הירש האט געשריבן:פארוואס קומען נישט נאך חלקים פון ספר משה היה רועה תולדות פון הרב הקדוש מסאטמאר זי"ע

ער האלט יעצט ביי די תקופה פון די שווערע צייטן וואס די רבי ז''ל און סאטמאר בכלל איז אדורך
כפי ששמעתי האט ער עס שוין גרייט נאר מהר''א שליט''א האלט אים צוריק ביז די צייט וועט ווערן רייפער
לעצט פאראכטן דורך בן כלבא שבוע אום מאנטאג אפריל 12, 2021 3:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Toyota
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 12:05 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך Toyota » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:35 pm

פארוואס הייסן ערשטע צווי קינדער נאך די רעבעצין זייט?
מהרא ע"פ חשבון וואלט געדארפט הייסן ליפא...

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך פארפלאנטערט » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:39 pm

דערנאך הייסן 4 נאכן רבי'ן זייט

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:40 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:דערנאך הייסן 3 נאכן רבי'ן זייט

אפשר הט עס טאקע מיט די קינדער פון פארן קריג?
איינער ווייסט די סדר פון דארט?

בן כלבא שבוע
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:25 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך בן כלבא שבוע » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:41 pm

Toyota האט געשריבן:פארוואס הייסן ערשטע צווי קינדער נאך די רעבעצין זייט?
מהרא ע"פ חשבון וואלט געדארפט הייסן ליפא...

פשטות ווייל אהרן איז נאך די רעביצינס טאטע משא''כ ליפא איז נאכן רבינס זיידע

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך פארפלאנטערט » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:46 pm

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:דערנאך הייסן 3 נאכן רבי'ן זייט

אפשר הט עס טאקע מיט די קינדער פון פארן קריג?
איינער ווייסט די סדר פון דארט?


פארפלאנטערט האט געשריבן:געהאט 3 קינדער בזו"ר הרבנית הצדיקת חנה בעפארן קריג חנוך העניך, חיים צבי, אסתר
זיי זענען ליידער אומגעקומען דעם צווייטן טאג שבועות תש"ד אין אוישוויץ השם ינקום דמם


חנוך העניך און אסתר זענען געווען נאכן רבינס שווער אין שוויגער בזו"ר און חיים צבי נאכן עצי חיים

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 1:49 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:דערנאך הייסן 3 נאכן רבי'ן זייט

אפשר הט עס טאקע מיט די קינדער פון פארן קריג?
איינער ווייסט די סדר פון דארט?


פארפלאנטערט האט געשריבן:געהאט 3 קינדער בזו"ר הרבנית הצדיקת חנה בעפארן קריג חנוך העניך, חיים צבי, אסתר
זיי זענען ליידער אומגעקומען דעם צווייטן טאג שבועות תש"ד אין אוישוויץ השם ינקום דמם


חנוך העניך און אסתר זענען געווען נאכן רבינס שווער אין שוויגער בזו"ר און חיים צבי נאכן עצי חיים

וואס איז געווען די סדר פון די עלטער?

אור
שר האלפיים
תגובות: 2533
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 2:33 pm

עדעמס
צוגעלייגטע
photo_2021-04-08_14-30-32.jpg
photo_2021-04-08_14-30-32.jpg (71.01 KiB) געזעהן 962 מאל

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:18 pm

Toyota האט געשריבן:פארוואס הייסן ערשטע צווי קינדער נאך די רעבעצין זייט?
מהרא ע"פ חשבון וואלט געדארפט הייסן ליפא...


לויט ווי איך פארשטיי, די ערשטע חי' נאך די רעבעצינ'ס מאמע כמנהג העולם

די צווייטע אויב וואלט געווען א מיידעל וואלט ווען געהייסן ברכה סימא נאך די מאמע, אזוי ווי עס איז געווען א יונגעל, חיים צבי האט ער נישט געקענט, אנשטאדט קריכן צו א זיידן, האט ער געגעבן נאך איר טאטע, ווי נארמאלע מענטשן טוען

ד"א יקותיאל יהודא איז נישא נאכ'ן ייט"ל נאר נאכ'ן ברודער, אזוי שרייבט דער ב"מ אין א בריוו

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:21 pm

דער סאסובער רבי פון א"י האט א לעגענדע אז ס'איז געווען א פערטע קינד, געבוירן שוין נאכ'ן אנקומען אין אוישוויץ און אומגעברענגט געווארן ל"ע נאך איידער'ן ברית.
דער רבי (מהר"א) האט עס קיינמאל נישט געוואלט אננעמען און איז עס מפריך מיט פארשידענע הוכחות

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך פארפלאנטערט » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:21 pm

היסטאריקער האט געשריבן:
ד"א יקותיאל יהודא איז נישא נאכ'ן ייט"ל נאר נאכ'ן ברודער, אזוי שרייבט דער ב"מ אין א בריוו

אהער מיטן בריוו

נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:48 pm

היסטאריקער האט געשריבן:
Toyota האט געשריבן:פארוואס הייסן ערשטע צווי קינדער נאך די רעבעצין זייט?
מהרא ע"פ חשבון וואלט געדארפט הייסן ליפא...


לויט ווי איך פארשטיי, די ערשטע חי' נאך די רעבעצינ'ס מאמע כמנהג העולם

די צווייטע אויב וואלט געווען א מיידעל וואלט ווען געהייסן ברכה סימא נאך די מאמע, אזוי ווי עס איז געווען א יונגעל, חיים צבי האט ער נישט געקענט, אנשטאדט קריכן צו א זיידן, האט ער געגעבן נאך איר טאטע, ווי נארמאלע מענטשן טוען

ד"א יקותיאל יהודא איז נישא נאכ'ן ייט"ל נאר נאכ'ן ברודער, אזוי שרייבט דער ב"מ אין א בריוו

פארוואס האט די רבי געגעבן ליפא\יקותיאל יהודא פארן געבן שלום לעיזר? די רבי איז דאך אויף געוואקסן ביים זיידן, דעם קדושת יום טוב האט ער נישט געקענט.
פנימחדשות האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז ס'שטייט א מענטש אונטער יעדער ניק

nishtames@gmail.com

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:54 pm

נישטאמת האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
Toyota האט געשריבן:פארוואס הייסן ערשטע צווי קינדער נאך די רעבעצין זייט?
מהרא ע"פ חשבון וואלט געדארפט הייסן ליפא...


לויט ווי איך פארשטיי, די ערשטע חי' נאך די רעבעצינ'ס מאמע כמנהג העולם

די צווייטע אויב וואלט געווען א מיידעל וואלט ווען געהייסן ברכה סימא נאך די מאמע, אזוי ווי עס איז געווען א יונגעל, חיים צבי האט ער נישט געקענט, אנשטאדט קריכן צו א זיידן, האט ער געגעבן נאך איר טאטע, ווי נארמאלע מענטשן טוען

ד"א יקותיאל יהודא איז נישא נאכ'ן ייט"ל נאר נאכ'ן ברודער, אזוי שרייבט דער ב"מ אין א בריוו

פארוואס האט די רבי געגעבן ליפא\יקותיאל יהודא פארן געבן שלום לעיזר? די רבי איז דאך אויף געוואקסן ביים זיידן, דעם קדושת יום טוב האט ער נישט געקענט.



לכאורה האט ער געוואלט געבן קודם נאך די סיגעטע זייט, בית אבותיו, נאכדעם שטאטס דעם טאטן האט ער געגעבן נאך זיין ברודער

מסמא האט ער געפרעגט דעם רבי'ן יעדעס מאל

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 4:55 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
ד"א יקותיאל יהודא איז נישא נאכ'ן ייט"ל נאר נאכ'ן ברודער, אזוי שרייבט דער ב"מ אין א בריוו

אהער מיטן בריוו


אבד"ק סאטמאר וומסב"ג פארציילט אזוי, איך מיין ער האט דעם בריף

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:41 pm

היסטאריקער האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
ד"א יקותיאל יהודא איז נישא נאכ'ן ייט"ל נאר נאכ'ן ברודער, אזוי שרייבט דער ב"מ אין א בריוו

אהער מיטן בריוו


אבד"ק סאטמאר וומסב"ג פארציילט אזוי, איך מיין ער האט דעם בריף

די בריוו איז געדרוקט אין ומשה הי' רועה חלק ה' דף כט
די רבי שרייבט בזה"ל
קראתי שמו בישראל יקותיאל יהודה ליתן שם טוב ושארית לזכרון אחרי אחי הגדול הגה"צ זצ"ל הי"ד שנקרא שמו ע"י אאמו"ר הגה"ק זצ"ל אחרי זקיני הייטב לב זי"ע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3721
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 5:49 pm

מי יודע האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
ד"א יקותיאל יהודא איז נישא נאכ'ן ייט"ל נאר נאכ'ן ברודער, אזוי שרייבט דער ב"מ אין א בריוו

אהער מיטן בריוו


אבד"ק סאטמאר וומסב"ג פארציילט אזוי, איך מיין ער האט דעם בריף

די בריוו איז געדרוקט אין ומשה הי' רועה חלק ה' דף כט
די רבי שרייבט בזה"ל
קראתי שמו בישראל יקותיאל יהודה ליתן שם טוב ושארית לזכרון אחרי אחי הגדול הגה"צ זצ"ל הי"ד שנקרא שמו ע"י אאמו"ר הגה"ק זצ"ל אחרי זקיני הייטב לב זי"ע


לכאורה מרמז אז ער האט געמיינט ביידע
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

Browsing
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך Browsing » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 6:19 pm

געווען ביים ציון הקדוש!
עס איז דארט געווען צוזאמען דעם רבינס עלטסטע אייניקעל בן אחר בן. און די אינגסטע זון.
ויה"ר שזכותו הגדול יגן עלינו!

די עיר קאנדישאן אין אהל האט מיר ממש געראטעוועט נאכן זיך ארויפשלעפן דעם גאנצן בארג. ווי עס איז נישטא קיין לעק קאלטע וואסער צום האבן.
גיי ווייס פארוואס.

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 6:32 pm

Browsing האט געשריבן:געווען ביים ציון הקדוש!
עס איז דארט געווען צוזאמען דעם רבינס עלטסטע אייניקעל בן אחר בן. און די אינגסטע זון.
ויה"ר שזכותו הגדול יגן עלינו!

די עיר קאנדישאן אין אהל האט מיר ממש געראטעוועט נאכן זיך ארויפשלעפן דעם גאנצן בארג. ווי עס איז נישטא קיין לעק קאלטע וואסער צום האבן.
גיי ווייס פארוואס.

איך בין געווען ווען דער יונגסטער זון פונעם רבינ'ס עלטסטער זון איז דארט געווען, און אויך דעם רבינ'ס איידעם מהרח"י פון מאנסי.

אין טהרה שטיבל איז געווען צוגעשטעלט מזונות איבערבייס און קאלטע משקאות.

Browsing
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך Browsing » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 10:07 pm

איש חמודות האט געשריבן:
Browsing האט געשריבן:געווען ביים ציון הקדוש!
עס איז דארט געווען צוזאמען דעם רבינס עלטסטע אייניקעל בן אחר בן. און די אינגסטע זון.
ויה"ר שזכותו הגדול יגן עלינו!

די עיר קאנדישאן אין אהל האט מיר ממש געראטעוועט נאכן זיך ארויפשלעפן דעם גאנצן בארג. ווי עס איז נישטא קיין לעק קאלטע וואסער צום האבן.
גיי ווייס פארוואס.

איך בין געווען ווען דער יונגסטער זון פונעם רבינ'ס עלטסטער זון איז דארט געווען, און אויך דעם רבינ'ס איידעם מהרח"י פון מאנסי.

אין טהרה שטיבל איז געווען צוגעשטעלט מזונות איבערבייס און קאלטע משקאות.

איבערבייס איז געווען, אבער נישט קיין 'קאלטע' משקאות

נישטאמת
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך נישטאמת » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 10:19 pm

Browsing האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
Browsing האט געשריבן:געווען ביים ציון הקדוש!
עס איז דארט געווען צוזאמען דעם רבינס עלטסטע אייניקעל בן אחר בן. און די אינגסטע זון.
ויה"ר שזכותו הגדול יגן עלינו!

די עיר קאנדישאן אין אהל האט מיר ממש געראטעוועט נאכן זיך ארויפשלעפן דעם גאנצן בארג. ווי עס איז נישטא קיין לעק קאלטע וואסער צום האבן.
גיי ווייס פארוואס.

איך בין געווען ווען דער יונגסטער זון פונעם רבינ'ס עלטסטער זון איז דארט געווען, און אויך דעם רבינ'ס איידעם מהרח"י פון מאנסי.

אין טהרה שטיבל איז געווען צוגעשטעלט מזונות איבערבייס און קאלטע משקאות.

איבערבייס איז געווען, אבער נישט קיין 'קאלטע' משקאות

לעכט איז געווען בחינם, מען האלט שוין ערגעץ
פנימחדשות האט געשריבן:מען דארף געדענקען אז ס'שטייט א מענטש אונטער יעדער ניק

nishtames@gmail.com

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך איש חמודות » דאנארשטאג אפריל 08, 2021 10:23 pm

Browsing האט געשריבן:איבערבייס איז געווען, אבער נישט קיין 'קאלטע' משקאות

צופרי איז יא געווען

אוועטאר
הארזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך הארזים » מאנטאג אפריל 12, 2021 10:37 pm

הרב ממילדוי צו די גרויסע חתונה תשמ"ה לפ"ק
צוגעלייגטע
171369.jpeg.jpg
מילדוי
171369.jpeg.jpg (234.03 KiB) געזעהן 218 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל כ"ו ניסן תשס"ו

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג אפריל 19, 2021 1:19 pm

אין קובץ בית ועד לחכמים (אדר תש"ע - עמוד לו ) https://hebrewbooks.org/42517
איז געדרוקט אויף הלכות טהרה פסקים והוראות פון דער ברך משה מסאטמאר.

ונפשי בשאלתי אויב איינער האט נאך פון די סארט ליקוטים פון דער ברך משה.

תודה למפרע


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט