זונטאג נובמבר 09, 2014 11:49 pm
דינסטאג מרץ 03, 2015 3:05 pm
מיילעך האט געשריבן:ר' אברהם חיים לינסק (הראשון) בנו של הרה"ק מראפשיץ הי' חתן דודו ר' שמעלקא הורוויץ מראמאן.
דינסטאג מרץ 03, 2015 3:32 pm
דינסטאג מרץ 03, 2015 6:44 pm
מיללער האט געשריבן:מיילעך האט געשריבן:ר' אברהם חיים לינסק (הראשון) בנו של הרה"ק מראפשיץ הי' חתן דודו ר' שמעלקא הורוויץ מראמאן.
קען איינער אויסרעכענען אלע קינדער פון רבי שמעלקא הורוויץ מראמאן זצ"ל בהרה"ק רבי מנחם מענדל מלינסק?
מיטוואך מרץ 04, 2015 1:07 am
חרוזים האט געשריבן:בדוק אשכול דעלעטין
שהיה ג"כ נכדו
מיטוואך מרץ 11, 2015 3:10 pm
מיללער האט געשריבן:אויסער דעם ראפשיצער רב זצ"ל, האט ר' מנחם מענדל מלינסק געהאט נאך א זוהן ר' יעקב יוקל מבאלחוב, וועלכער איז שוין דערמאנט געווארן אין אנדערע אשכולות (בעיקר אינעם גארליצער אשכול).
ר' יוקל מבאלחוב האט געהאט א זון וועלכער האט אים ממלא מקום געווען אין באלחוב, ר' מנחם מענדל הורוויץ בעמח"ס שושנת יעקב על חו"מ, זיין זוהן ר' לוי יצחק הורוויץ איז געווען שפעטער דער רב אין באלחוב, דא האט אן אייניקל ארויפגעשטעלט בילדער פון די דריי מציבות הרבנים ממשפחת הורוויץ מבאלחוב.
אויפן פלאץ פון ר' מנחם מענדל מבאלחוב איז אויפגענומען געווארן זיין זוהן ר' לוי יצחק איש-הורוויץ אלס אב"ד באלחוב, דער ר' לוי יצחק האט געהאט אן איידעם ר' גור-ארי' הכהן הורנשטיין וועלכער איז ווייזט אויס געווען א באיאנער חסיד און ליגט אין וויען סמוך ונראה צו רבו מבאיאן זצ"ל (ווי אויפגעקריצט אויף זיין מציבה, זעה בילד).
