רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג נובעמבער 03, 2008 2:00 pm

ערנסטער האט געשריבן:נאר איך האב נישט פארשטאנען פון וואנען האסט גענומען אז ער האט געבראכט דעם בעל-התניא צום מגיד? ער האט עם דען געקענט פאר זיין קומען אין מעזריטש? וועגן דעם איך האב טאקע קיינמאל נישט געהערט. און אדרבא - אז דו קענסט דערציילן מער בפרטיות איך וועל דיר זיין גאר דאנקבאר.
און ווער עס האט געברענגט ר' איציקל וואורק'ער צום רבין פון לובלין ווייסט איר יא.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 4:36 am

ביקסאד האט געשריבן:און ווער עס האט געברענגט ר' איציקל וואורק'ער צום רבין פון לובלין ווייסט איר יא.

כ'האב אלמאל געמיינט אז ר' דוד לעלובער. אבער וואס האט עס צו טאן מיט דער טעמע?
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 6:36 am

ערנסטער האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:און ווער עס האט געברענגט ר' איציקל וואורק'ער צום רבין פון לובלין ווייסט איר יא.

כ'האב אלמאל געמיינט אז ר' דוד לעלובער. אבער וואס האט עס צו טאן מיט דער טעמע?

איז דא עמיצער וואס האלט נישט אזוי?

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 7:18 am

כמה הערות:
ספר הצאצאים איז דא אין אוצר החכמה דא קען מען דאס באקומען (כאפצ'ט אריין נאך א חודש בערך גייען זיי לאזן נאר 2000 ספרים).
וועגן די 10 ניגונים איז אין חב"ד אויך נישט אזוי קלאר מען קען דאס הערן פון הרב ליפסקער אויף היכל הנגינה.
וועגן די נאפאליאן מלחמה ווייסט עמיצער צו ר' נחמן ברעסלעווער איז אויך געווען ארייגעמישט?
די ניגון וואס מע זינגט אויף "ממקומך" הייסט אין ליובאוויטש "דער ראסטאווער ניגון".
אין חב"ד פייערט מען ח"י אלול דעם געבורט'ס טאג פון בעל התניא און כ'האב געזען אין ספר "בית רבי" גלייך אין אנפאנג שרייבט ער אז ס'איז געוועזן כסליו. ווייסט איינער א קלארקייט איבער דעם נושא?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג נובעמבער 04, 2008 12:24 pm

זעליג האט געשריבן:וועגן די נאפאליאן מלחמה ווייסט עמיצער צו ר' נחמן ברעסלעווער איז אויך געווען ארייגעמישט?
ער איז דאך דאן געפארן אויף ארץ ישראל, זעה באריכות אין חיי מהר"ן.
ועמך כולם צדיקים

קרעניצער אייניקל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 24, 2008 6:22 am

תגובהדורך קרעניצער אייניקל » מיטוואך נובעמבער 05, 2008 4:41 am

אין חב"ד פייערט מען ח"י אלול דעם געבורט'ס טאג פון בעל התניא און כ'האב געזען אין ספר "בית רבי" גלייך אין אנפאנג שרייבט ער אז ס'איז געוועזן כסליו. ווייסט איינער א קלארקייט איבער דעם נושא?[/quote]
כסלו איז דער חג הגאולה.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מאנטאג ינואר 19, 2009 10:19 pm

ארויפגעברענגט לרגל ההילולא.

איך בין געווען אין האדיטש עטליכע יאר צוריק ביום היארצייט, געווען א גרויס התעוררות (דאכט זיך מיר אז כ"ק מרן מפשעווארסק שליט"א איז דארט געווען דעמאלט'ס).

לחיים לחיים.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 13, 2009 10:23 am

ספר הצאצאים להאדמו"ר הזקן.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

רבי ברוך אבי בעל התניא

תגובהדורך זיס » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2009 7:54 pm

טוענדיג אביסל אין די היסטאריע פון רבי ברוך - דער פאטער פון בעל התניא - איז מיר אויסגעקומען א סתירה צווישן צוויי חוקרי החסידות, און אצינד וועל איך עס אראפשטעלן פארן עולם, און איך ווארט צו הערן וואס איר האט צו זאגן דערויף.

לויט ווי רבי יקותיאל יהודא גרינוואלד מסיגעט שטעלט פאר זיין היסטאריע:
רבי ברוך איז געווען א מתנגד און האט כסדר גע'מוסר'ט זיין זוהן פראבירנדיג משפיע צו זיין אויף אים אז ער זאל זיך אפלאזן פון חסידות. ווען ער האט געזען אז עס העלפט נישט און אדרבה, ער איז מוסיף צו פירן אידישע קינדער על דרך החסידות, האט ער דאס נישט געקענט צוזען און אוועקגעפארן ווייט ווייט אז זיין זוהן זאל נישט וויסן וואו ער איז און זאל נישט צוקומען צו אים. ער איז אנגעקומען קיין אונגארן וואו חסידות איז נאך דאן נישט געווען פארשפרייט, ער איז צום ערשט אנגעקומען קיין מונקאטש וואו ער איז געווארן א מלמד פאר קינדער עטליכע יאר, און דאן איז ער געפארן קיין סעליש, דארט האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה. איידער זיין פטירה האבן אים די חברה קדושה געפרעגט צי ער האט קינדער וואס מען דארף זיי לאזן וויסן, האט ער געזאגט אז ער האט פיר קינדער, אלע רבנים, פאר צוויי דארף מען מודיע זיין, פאר איינעם דארף מען זאגן ברמיזה און פאר איינעם דארף מען אפילו נישט מודיע זיין. נאך די פטירה איז דער בעל התניא אהינגעקומען, אויסגעטאן די שיך און מקבל נזיפה געווען פון זיין פאטער.ץ

לויט דער ספר הזכרונות פון כ"ק מרן מהריי"ץ מליובאוויטש זצ"ל:
רבי ברוך פלעגט זיך מסתופף זיין בדרך החסידות ביי זיין זוהן דער אלטער רבי. דער רבי פלעגט אים אפגעבן פיל כבוד און רבי ברוך האט דאס נישט געקענט פארטראגן, טראץ אלע געבעטן אז ער זאל אים נישט מכבד זיין האט אים דער רבי כסדר מכבד געווען. רבי ברוך האט דאס נישט אויסגעהאלטן און אנגעהויבן וואנדערן אויף שטעט אבער איבעראאל וואו ער איז געקומען האט מען אים דערקענט און אפגעגעבן כבוד, דעריבער האט ער געמוזט גיין ווייטער און ווייטער ביז ער איז אנגעקומען קיין אונגארן, מונקאטש וכו' כמו יקותיאל יהודה גרינוואלד.

אצינד; וועלכע פון די צוויי מעשיות איז די ריכטיגע?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 7:13 am

חוקר היוחסין ראדזינער רבי שרייבט (כמדומה באחד מקובצי אור ישראל) אז זין נאמען איז געווען "ישראל ברוך" און אלס כבוד פון בע"ש האט ער זיך נישט גערופען נאר בשמו ברוך!

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » זונטאג ינואר 10, 2010 12:59 pm

היינט טאקע דער יארצייט, גיי מיר פארברענגן, ?
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג ינואר 10, 2010 2:04 pm

כהאב פונקט לעצטענס געהערט אז נאכן צוזאמפאל פונעם סאוויעטן פארבאנד און דעם קאמוניסטישן רעזשים איז געעפנט געווארן אלע געהיימעניסן וואס איז ביז דאן געווען פארשלאסן און מקען זען די פראטאקאלן און קאורט פאפירן (היינט רופט מען עס די מיניט'ס) און די מסירות פון דעם קעיס פונעם בעל התניא

אויב עמיצער דא ווייסט עפעס מער קראנט דערוועגן זאל ביטע מייטיילן פארן חשובן ציבור דא

אדער לינקען צום קארט וועבזייטל פון די רוסישע קאורט סיסטעם ווי מקען נישטערן די ארכיוון
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

תגובהדורך קלונימוס » זונטאג ינואר 10, 2010 3:12 pm

מאקאווער האט געשריבן:כהאב פונקט לעצטענס געהערט אז נאכן צוזאמפאל פונעם סאוויעטן פארבאנד און דעם קאמוניסטישן רעזשים איז געעפנט געווארן אלע געהיימעניסן וואס איז ביז דאן געווען פארשלאסן און מקען זען די פראטאקאלן און קאורט פאפירן (היינט רופט מען עס די מיניט'ס) און די מסירות פון דעם קעיס פונעם בעל התניא

אויב עמיצער דא ווייסט עפעס מער קראנט דערוועגן זאל ביטע מייטיילן פארן חשובן ציבור דא

אדער לינקען צום קארט וועבזייטל פון די רוסישע קאורט סיסטעם ווי מקען נישטערן די ארכיוון


עס איז ארויסגעקומען אין א כרם חב"ד

אגב, א גרויס חלק פון די דאקומענטן האבן שוין פארשער געדרוקט פארן קריג. און די זענען נישט געדרוקט געווארן אין כרם חב"ד.

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » זונטאג ינואר 10, 2010 3:56 pm

נו אהער דערמיט
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 11, 2010 2:18 pm

כינוס הצאצאים לכבוד היארצייט של האדה"ז זי"ע.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג ינואר 11, 2010 2:40 pm

וויאזוי זענען די אלכסנדר'ער רבי (און אזוי אויך זיין איידעם דער לוצקער רבי וועלכע מ'זעהט אויף די בילדער) מיט זיין שוואגער דער מודזיצער רבי אייניקלעך פונעם אלטן רבין?

איך ווייס בלויז אז זיי זענען שוואגערס, אבער וויאזוי ווייס איך ניט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מאנטאג ינואר 11, 2010 3:59 pm

בן בוזי האט געשריבן:וויאזוי זענען די אלכסנדר'ער רבי (און אזוי אויך זיין איידעם דער לוצקער רבי וועלכע מ'זעהט אויף די בילדער) מיט זיין שוואגער דער מודזיצער רבי אייניקלעך פונעם אלטן רבין?

איך ווייס בלויז אז זיי זענען שוואגערס, אבער וויאזוי ווייס איך ניט.

ר' אברהם מנחם מאלכסנדר זצ"ל חתן ר' חנני' יוסף היילפרין ב"ר צבי חתן ר' זאב דוב סלאנים בן ר' יודא לייב בן ר' יעקב כולי מחברון חתן ר' דובער האדמו"ר "האמצעי" מליובאוויטש זי"ע.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 11, 2010 7:10 pm

אדמור"י סאטמאר האבן נישט געשיקט קיין דעלעגאציע?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:02 pm

קרעמער האט געשריבן:אדמור"י סאטמאר האבן נישט געשיקט קיין דעלעגאציע?


אדמור"י באבוב זענען אויך אייניקלעך דורך ר' מאטעלע הורנוסטייפלער.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:05 pm

קרעמער האט געשריבן:אדמור"י סאטמאר האבן נישט געשיקט קיין דעלעגאציע?


דאכט זיך אז אין ספר הצאצאים ווערט נישט דערמאנט דאס ווארט סאטמאר. עפעס א טייטעלבוים איז אן אייניקעל פונעם טשערקאסער, אבער נישט עפעס גרויסע זאכן, עפעס א קלייינע רעבעלע...
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:07 pm

דער ספר הצאצאים שרייבט דברים כהווייתן דור אחר דור, אויב דו זוכסט טיטלען און תולדות איז דער ספר הצאצאים נישט דיין אדרעס, ער שרייבט זייער לייטיש.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:08 pm

ס'דא ביי וועם ער איז מרחיב בדיבור און ביי וועם נישט.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

תגובהדורך קלונימוס » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:12 pm

יוסלמאן האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אדמור"י סאטמאר האבן נישט געשיקט קיין דעלעגאציע?


דאכט זיך אז אין ספר הצאצאים ווערט נישט דערמאנט דאס ווארט סאטמאר. עפעס א טייטעלבוים איז אן אייניקעל פונעם טשערקאסער, אבער נישט עפעס גרויסע זאכן, עפעס א קלייינע רעבעלע...


ראיתיו לפני הרבה שנים, און עס דאכט זיך מיר אז ביי דעם עצ"ח שרייבן זי אדמו"ר לאלפי חסידים. אם זכרוני לא מטעה אותי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:13 pm

אדרבא, ניתי ספר וניחזי, היברו-בוקס האט דעם ספר הצאצאים

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:26 pm

מיללער האט געשריבן:אדרבא, ניתי ספר וניחזי, היברו-בוקס האט דעם ספר הצאצאים

מען קען דאך נישט ארויף לייגן קיין פיילס

למעשה איז ער נישט מרחיב אויפ'ן עצי חיים, אבער ער שרייבט חסידיו נמנו באלפים
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 10 געסט