סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

סיפורי צדיקים האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:די מעשה מיט די דברי חיים'ס שידוך איז עפעס מוראדיג, און די וועג ווי אזוי די רבי פארציילט דאס...
בין איך געווען א שבת פאר ט"ו בשבט אין קרית יואל פאר א שמחה אין די משפחה, האב איך זיך אריבער געכאפט צום טיש, און ער האט עס דעמאלט דערציילט.

די רעדסט פון די מעשה ווען די ברוך טעם האט געזעהן אז ער איז הינקעדיג?

די גאנצע מעשה, ווי ר' לייביש איז געווען ביים ברוך טעם ווען די ברוך טעם האט באקימען דעם בריוו פון ר' הערשל
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

להגדיל שמו האט געשריבן:
סיפורי צדיקים האט געשריבן:
להגדיל שמו האט געשריבן:די מעשה מיט די דברי חיים'ס שידוך איז עפעס מוראדיג, און די וועג ווי אזוי די רבי פארציילט דאס...
בין איך געווען א שבת פאר ט"ו בשבט אין קרית יואל פאר א שמחה אין די משפחה, האב איך זיך אריבער געכאפט צום טיש, און ער האט עס דעמאלט דערציילט.

די רעדסט פון די מעשה ווען די ברוך טעם האט געזעהן אז ער איז הינקעדיג?

די גאנצע מעשה, ווי ר' לייביש איז געווען ביים ברוך טעם ווען די ברוך טעם האט באקימען דעם בריוו פון ר' הערשל

עמיר אי"ה פרובירן צו אפירזוכן ווי דער רבי פארציילט עס און עס אהערברענגן אי"ה
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

עס איז לעצטנס געווען אין שלחן מלכים
דא האט איר עס
אטעטשמענטס
03 שולחן מלכים_עמוד_1.jpg
03 שולחן מלכים_עמוד_1.jpg (48.02 KiB) געזען 2471 מאל
03 שולחן מלכים_עמוד_2.jpg
03 שולחן מלכים_עמוד_2.jpg (302.5 KiB) געזען 2471 מאל
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

סגל האט געשריבן:
20200716180553774-page-006.jpg

במחילת כבודכם, סאיז זייער שווער צו ליינען, אויב קענט איר דאס איבער שטעלן אויף א אופן, סזאל זיין קלאר.
יש"כ
וחיי עולם נטע
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

די וואך געווען מפורסם אין קול קהלתינו
אטעטשמענטס
קול קהילתינו מטות מסעי תש''פ_עמוד_1.jpg
קול קהילתינו מטות מסעי תש''פ_עמוד_1.jpg (205.45 KiB) געזען 2392 מאל
קול קהילתינו מטות מסעי תש''פ_עמוד_2.jpg
קול קהילתינו מטות מסעי תש''פ_עמוד_2.jpg (242.39 KiB) געזען 2392 מאל
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

המשך
אטעטשמענטס
קול קהילתינו מטות מסעי תש''פ_עמוד_3.jpg
קול קהילתינו מטות מסעי תש''פ_עמוד_3.jpg (229.11 KiB) געזען 2391 מאל
קול קהילתינו מטות מסעי תש''פ_עמוד_4.jpg
קול קהילתינו מטות מסעי תש''פ_עמוד_4.jpg (223.97 KiB) געזען 2391 מאל
קול קהילתינו מטות מסעי תש''פ_עמוד_5.jpg
קול קהילתינו מטות מסעי תש''פ_עמוד_5.jpg (209.56 KiB) געזען 2391 מאל
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

לרגל יומא דהילולא די וואך מאנטאג פון רביה"ק בעל ישמח משה זיעועכי"א

מסתמא וועט מאנטאג זיין א לחיים אין ניו העמפשיער אויב איינער וועט אפשרייבן די סיפורי צדיקים וועט זיין א מוראדיכע תועלת לרבים
ייש"כ
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

[align=center]כ״ח תמוז איז די יארצייט פונעם זיידן זכרונו לברכה, דער ישמח משה.[/align]
[align=center]די וועלט זאגט אז די בילד פונעם ישמח משה איז אן אמת'ער בילד.

דער ישמח משה איז געבוירן געווארן אין יאר תקי"ט אדער תק"כ, און איז נסתלק געווארן אין יאר תר"א.
ער האט געוואוינט אין די שטאט פרעמיסלע, )ס'איז ממש ביים גרעניץ צווישן אוקריינע און פוילן( מען האט עס גערופן פשעמישל. - ער איז געווען א חריף עצום, א תלמיד חכם עצום. שוין אלס קינד ביי די עלף יאר האט מען אים מכבד געווען צו האלטן א דרשה אין זיין שטאט
. זיין טאטע ר׳ צבי הירש איז געווען א סוחר, ער איז געפארן קיין בראד אויף מסחר, אבער ס'איז אים נישט אזוי גוט געגאנגען, דארט איז געווען רבי מיכל'ע זלאטשוב'ער אויף שבת, איז ער אריינגעגאנגען צו שלש סעודות, ס'געווען טונקל אויסגעלאשן די לעקטער, קיינער האט אים נישט געזען, אינמיטן די תורה רופט זיך אן רבי מיכל'ע, עס איז דא אידן וואס עס איז זיי נישט גענוג אז דער אייבערשטער האט זיי באשאנקען מיט א קינד וואס גייט באלייכטן די וועלט, נאר זיי רעדן זיך נאך אפ אז זייער געשעפט גייט נישט אזוי גוט. קיינער האט נישט פארשטאנען צו וועמען ער מיינט, אבער ר' צבי הירש האט שויו גלייך פארשטאנען וועמען ער מיינט, און ער האט זיו בארואיגט.

ער איז געווען רב אין שינאווא ביז תקס"ח, דערנאך איז ער געווארן רב אין אוהעל, פאר דער ישמח משה איז געווען רב אין שינאווא דער רבי ר' שמעלקא, שפעטער איז ער אריבער קיין ניקלשבורג נאך פאר תקל"ג, און דער זיידע איז געקומען קיין שינאווא ערשט תקמ"ד, און אינצווישן איז עס געווען ליידיג.
דער רבי ר' שמעלקא פלעגט מעורר זיין אידן ביי זיינע דרשות, און דער זיידע די ישמח משה פלעגט אויך מעורר זיין אידן ביי זיינע דרשות, - ער האט עס גענומען פון רבי'ן ר' שמעלקא -, דער רבי ר' שמעלקא איז אמאל געקומען צו אים בהקיץ, האט דער זיידע געזאגט, ער איז מיר געקומען מכיר טובה זיין פון יענע וועלט אויף וואס ער איז ממשיך דעם דרך פון מעורר זיין אידן מיט זיינע דרשות.

אין שינאווא איז געווען א מעשה, א אינגערמאן איז ל"ע אוועק יונגערהייט עס איז געווען א שרעקליכע טראגעדיע, האט זיך דער ישמח משה אונטערגענומען צו לערנען א בלאט גמרא א יעדן טאג לעילוי נשמת דעם נפטר. איין טאג איז ער געווען זייער פארנומען פון צופרי ביז אויפדערנאכט אזוי אז ער האט פארגעסן צו לערנען דעם בלאט גמרא, אינמיטן די נאכט איז דער אינגערמאן געקומען צום ישמח משה און געזאגט "רבי משה האטס רחמנות, רבי משה האטס רחמנות"

אין שינאווא איז איינמאל געווען אז איינער איז אוועק און האט ל"ע נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און מען האט געדארפט געבן חליצה אבער די ברידער האבן נישט געוואלט געבן קיין חליצה. איין טאג איז געקומען א נשמה צום ישמח משה און האט געבעטן רשות אויב יענע און יענע נשמה קען קומען צו אים, ווייל יענער האט בחייו גארנישט געהאט מיטן ישמח משה, און יענער האט געבעטן אז דער ישמח משה זאל מסדר זיין די חליצה.

א פלא פון א מעשה, דער טאטע ז"ל האט פארציילט, דער ישמח משה איז געווען רב אין שינאווא, און מ'האט אים געוואלט אויפנעמען פאר רב אין א גרעסערע שטאט אין פוילן, און ער איז אהין געפארן אויף א שבת, און ער האט געהאלטן דארט א דרשה און מ'האט אים אויפגענומען, און ער איז נאר צוריק געפארן אהיים צו נעמען זיינע זאכן.
אויפ'ן וועג איז ער אדורך געפארן קאזניץ, און ער איז דארט געבליבן אויף שבת, ביים טיש רופט זיך דער קאזניצער מגיד אהן לחיים שינאווער רב, האט זיך די קאזניצער מגיד'ס זוהן דער באר משה אנגערופן אז ער איז שוין נישט שינאווער רב, ער איז שוין א רב אין סאך א גרעסערע שטאט אין פוילן, - שינאווא איז געווען זייער א קליינע שטאט - און ער האט גארנישט געענטפערט. די זעלבע איז געווען ביי די מיטאג טיש, דער קאזניצער מגיד רופט זיך אהן לחיים שינאווער רבי, און זיין זוהן זאגט ער איז שוין מער נישט רב און שינאווא נאר אין די אנדערע שטאט, און דער קאזניצער מגיד האט גארנישט געענטפערט. ביי שלש סעודות איז ווייטער אזוי געווען, און דעמאלטס האט דער קאזניצער מגיד געענטפערט אז דער ישמח משה דארף נאך זיין רב אין שינאווא, ווייל עס איז נאך א תועלת פאר אים ער זאל בלייבן רב אויפן פלאץ פון רבי'ן ר' שמעלקא, ווען דער ישמח משה האט דאס געהערט האט ער אויפן פלאץ אפגעמאכט אז ער בלייבט אין שינאווא.

דער ישמח משה איז געווען אביסל ווייט פון די עולם, ער איז געווען אסאך איינגעשפארט, רבי אלעזר ניסן איז געווען נאכמער איינגעשפארט, משא"כ דער ייטב לב האט געעפנט די טיר, ער האט יא געדאווענט אין בית המדרש.

דער ישמח משה האט געדאווענט עקסטער, ער האט נישט געדאווענט אין בית המדרש אדער אין שוהל, ער האט געדאווענט אין א שטיבל פאר זיך, דער ראש הקהל איז שוין געווען א ביסל מאדערן, איז ער געקומען צום ישמח משה אז דער רב דאווענט נישט אין שוהל, אלע רבנים דאווענען מיט די בעל בתים אין שוהל, און די רב קומט קיינמאל נישט דאווענען אין שוהל, ער איז געקומען מיט א טענה פארוואס ער קומט נישט דאווענען, האט דער ישמח משה געזאגט, אז מען ארבעט זיך אויס די ד' אמות האט דאס א קדושת ארץ ישראל, מיינע ד' אמות זענען בחינות ארץ ישראל, ווילט עטץ מיר פארטרייבן פון ארץ ישראל?

דער ישמח משה ווען ער איז געווען רב אין אוהעל, האט ער געבעטן אמאל אן הוספה ביי קהל, איז געווען א ראש הקהל, ער האט אים געזאגט, דער רב בעט א הוספה, זאל ער זאגן וואס ער ארבעט אזוי שווער, פארוואס קומט אים אן הוספה, מען האט איבער געזאגט פארן ישמח משה אז דער ראש הקהל פרעגט וואס ער ארבעט, פארוואס עם קומט אים אן הוספה?, האט ער געזאגט ער פרעגט וואס איך טוה? זאגט אים מען זאל נאכקוקען און חברה קדישא ביכער, זייט אין בין דא, צי עלטערן האבן שוין ארויס באגלייט א קינד אויפן בית החיים, צי א אשה האט מפיל געווען, און צי עס איז געווען א שריפה און שטאט, ער פרעגט וואס איך טוה? )איך ווייס נישט צי ער האט באקומען אן הוספה...(

דער ישמח משה האט אמאל געהאט צוטון מיט די בירגער מיסטער, ער האט געהאט רדיפות, האט דער ישמח משה פארציילט אז רבי חיים כהן ראפאפארט האט אויך געליטן פון א פריץ, האט ער זיך געשטעלט ער מיט די רביצין דאווענען, ער האט זיך געשטעלט אויף איין ווינקל, און זי האט זיר געשטעלט אויף די אנדערע ווינקל, און א גאנצע נאכט האבן זיי געזאגט תהילים, אזוי האט דער ישמח משה פארציילט, זה עומד בזויות זו ומתפלל וזה עומד בזויות זו ומתפללת, אזוי א גאנצע נאכט האבן זיי אזוי מתפלל געווען, אינדערפרי האט ער געהאט א מפלה, אזוי האט דער ישמח משה געזאגט, האט ער געזאגט איך האב נישט קיין כח צו דעם, מיין רביצין האט אויך נישט קיין כח צו דעם אויף צו זיין א גאנצע נאכט, ער וועט מוזן האבן א מפלה אן דעם.
אינדערפרי איז דער פריץ ארויסגעפארן נישט מיט א ביליגע פיאקער, נאר מיט א שיינע קארעטע אזוי ווי א עושר וואס ער איז געווען, ער האט געהאט אזא גרויסע ביקס, און ווען ער ה א ט ג ע ו ו א ל ט אר ו י פ ג י י ן א ו י ף ד עם ה א ט ע ר ארויפגעטרעטן א שלעכטע טריט, ווען ער האט געגעבן א קוועטש מיט די פיס האט ער געגעבן א קוועטש דעם ביקס, און עס האט אויטגעשאטן, און עס האט אים אריינגעשאסן, און אזוי האט ער געהאט א מפלה.

דער ראזוואדאוו'ער רב )חתנו של הייטב לב( האט געוואלט זעהן וואס דער ישמח משה טוט ביי זיך אין שטוב, האט ער זיך דארט באהאלטן אין שטוב, האט ער געזען אז ווען דער ישמח משה האט געליינט קריאת שמע האט ער אזוי געקאכט אז עס האט אויסגעזען אז ער איז שלא בעלמא הדין, די טלית איז אים געפלויגן אויף איין זייט, און די תפילין איז אים געפלויגן אויף א צווייטע זייט, און ווען ער האט געענדיגט האט ער זיף אויפגעכאפט און ער האט דאס אלעס צוזאם גענומען.

איינמאל האט ער געזאגט פאר זיין אייניקל דער ייטב לב, גלייב מיר אין אדם מוריש שקר לבנו, ס'וועט קומען א צייט וואס מ'גייט נישט הערן און זען, וועט מען זאגן אז די פריערדיגע האבן אויך נישט געזען און געהערט, זאג איך דיר, אז כ'טוה נישט קיין זאך וואס מ'רופט נישט אויס אין הימל.
און אזוי איז טאקע געווען, ס'געווען אזוי אויך ביי בגדי לבנים, דער ישמח משה פלעגט נישט גיין מיט בגדי לבנים, איינמאל האט ער געזאגט כ'האב געהערט יעצט א כרוז אז איך דארף אנטון בגדי לבנים, און תיכף ממש איז געקומען א גוי אז ער האט צו פארקויפן ווייסע זיידן פארן רב פאר א ביליגע פרייז.

דער ישמח משה האט אמאל נאכגעזאגט פון מהר"ם מפאנו )עשרה מאמרות מאמר אם כל חי ח"ג פכ"ג( וואם ער שרייבט סוף פונעם שמונה עשרה, אז אליהו הנביא איז מקריב א יעדן טאג די קרבן תמיד, האט אים דער ייטב לב געפרעגט מיט וויפיל בגדים גייט ער, צי גייט ער מיט די שמונה בגדים אזוי ווי דער כהן גדול, צי גייט ער מיט ד' בגדים אזויווי א כהן הדיוט, האט דער ישמח משה געזאגט אז ער גייט נאר מיט ד' בגדים.

דער ישמח משה פלעגט נישט צו פארן פרייטאג נאך חצות. איין פרייטאג האט ער געהאט א ברית אין א געוויסע שטאט, און נאכ'ן ברית איז שוין געווען נאנט צו חצות, האט מען געמיינט אז ער וועט דארט בלייבן אויף שבת, אבער דער ישמח משה האט געזאגט אז ער וויל אהיים פארן, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, און נאך פאר חצות איז מען שוין געווען אין אוהעל, האט דער ייטב לב - וואס איז געווען אויפ'ן וואגן, - געזאגט אז ער האט געזען ווי דייטשן מיט רויטע הויזן שטייען מיט שטעקענעט און טרייבן די פערד.

דער ישמח משה איז געווען אמאל אונטערוועגענס, ער איז געווען אין א געוויסע שטאט אין אונגארן, און ער האט געוואלט אהיים פארן, האבן די אידן פון מונקאטש געבעטן דעם ישמח משה, אז אזוי ווי מונקאטש איז אינמיטן וועג זאל ער בלייבן ביי זיי אויף שבת, האט דער ישמח משה געזאגט אז ער קען נישט, האבן די אידן פון מונקאטש געצאלט געלט צו אונטערשמירן דעם בעל עגלה און האבן אים געבעטן אז ער זאל פארפארן אינמיטן וועג אזוי אז ער זאל אנקומען קיין מונקאטש.
וכך הוה, ווען מען איז אנגעקומען צו א פרשת דרכים דארט וואו די וועגן צושיידן זיך וואס איין זייט האט געפירט קיין אוהעל און איין זייט קיין מונקאטש, האט דער בעל עגלה געפירט דארט וואו מען פארט קיין מונקאטש, האט דער ישמח משה געזאגט אז ער פארט נישט גוט, האט ער זיך זייער געוואונדערט וויאזוי דער ישמח משה ווייסט, האט ער געפרעגט דעם ישמח משה פון ווי ווייסט די רבי די וועגן, האט דער ישמח משה געזאגט, אז ער איז איינמאל געפארן מיט'ן רבי'ן פון לובלין און מ'האט אויך אזוי אונטער געשטעלט ער זאל ערגעץ פארן, ווען ער האט באמערקט, האט ער געזאגט אז מען פארט נישט גוט, האט מען אים געפרעגט פון ווי ער ווייסט, האט ער געזאגט אז א גאנצע וועג האט געלאכטן די שם הוי"ה פאר'ן וואגן, און אזוי האט ער געוויסט וואו צו פארן, און ער זעהט דעם זעלבע שם, און יעצט האט עס אויפגעהערט צו לייכטן, האט ער געוויסט אז ער פארט נישט גוט...

קודם איז דער ישמח משה געווען א מתנגד, זיין רבי איז געווען זיין קאזין דער סטריזשוב'ער רב דער דרישת ארי )ער איז געווען א זון פון זיין פעטער(, ער איז געווען א תלמיד פונעם רבי'ן ר' יונתן, דער ישמח משה האט זיך וועגן דעם געהאלטן א תלמיד פון רבי ר' יונתן.

די וועלט זאגט )א ווערטל איך ווייס נישט צי עם איז אמת אבער אזוי פארציילט מען, פון טאטן האב איך עס קיינמאל נישט געהערט( אז איינמאל, אלץ מתנגד האט אים איינער דערלאנגט א חסיד'יש ספר, כ'מיין א נועם אלימלך, און אזוי ווי ער האט עס געזען, האט ער עס שנעל אוועקגעריקט, האט מען געזאגט אז מ'זעט אז ער גייט ווערן א חסיד, ווייל ער האט עס אוועקגעריקט מיט א חסידיש ברען.

ער איז געווארן רב אין שינאווא שנת תקמ"ג, דער רבי ר' אלימלך האט נאך דעמאלטס געלעבט, ער איז אוועק תקמ"ז, שינאווא איז נישט ווייט פון ליזענסק, היינט געדויערט עס בערך צעהן מינוט מיט א קאר, דעמאלטס האט עס געדרערט אביסל לענגער, אבער נישט ווייט. אין שינאווא איז געווען א חסיד'יש קלויז וואס זיי זענען געפארן צום רבי'ן ר' אלימלך, איינמאל זאגט זיי דער רבי ר' אלימלך די נשמה פון ענקער רב איז מורא'דיג גרויס, איך קען אבער נישט פארן צו אים, עטס זאלטס זען אז ער זאל אהערקומען, אזוי ווי זיי האבן עס געהערט האבן די ליזענסקער חסידים פרובירט צו שתדל'ן ביים רב בכל כוחם ער זאל פארן צום רבי'ן ר' אלימלך, ביז איינמאל ווען דער רבי ר' אלימלך איז געפארן צו א ברית ביי א דארף צווישן שינאווא און ליזענסק )ס'איז שוין געווען נענטער( האבן די חסידים אים איבערגערעדט צו פארן, און ער איז טאקע געפארן, אבער אינמיטן וועג שטעלט אים אפ א ידיד זיינס און האט זיך מתוכח געווען היתכן אז ער פארט צום רבי'ן ר', אלימלך ס'פאסט נישט פאר אזא גרויסן רב און תלמיד חכם צו פארן צו א חסידישע רבי, ביז ער האט אים צוריק איבערגערעדט ער זאל נישט פארן, אבער ער האט כל ימיו חרטה געהאט אויף דעם.
ער האט אויך געזאגט איינמאל אז דער רבי ר' אלימלך האט א קפידא אויף אים פארוואס ער איז נישט געפארן, ווייל ביי די הקפות האט ער געזען אלע צדיקי הדורות, אבער דעם רבי'ן ר' אלימלך האט ער נאר איינמאל געזען.

באמת האט אים אייביג געצויגן צון חסידות, ווען ער פלעגט גיין פון זיין הויז צום שוהל פלעגט ער אדורך גיין די קלויז - די חסידישע ביהמ''ד - האט עס אים אייביג געצויגן, ער האט געפילט ווי ער דארף אריין גיין, און עס האט אים געבאדערט היתכן ער האט אזעלכע מחשבות?! איינמאל ערב יום כיפור ווען ער איז געגאנגען צו מנחה האט עס אים אויך געצויגן, ער האט עס נישט געקענט פארשטיין ווי קומט צו אים אזעלכע מחשבות זרות אפילו ערב יום כיפור.
שפעטער איז ער געווארן א חסיד, זיין איידעם דער ארי' דבי עלאי איז געווען א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין, און ער האט אים מקרב געווען צו חסידות.

דער זיידע איז געווארן רב אין שינאווא נאך בחייו פון רבי'ן ר' מענדעלע און פון רבי'ן פון לובלין, און יעדע שווערע שאלה וואס ער האט געהאט האט ער געשיקט אדער צום רבי'ן פון לובלין אדער קיין רימנוב, איינמאל האט ער געהאט א שווערע שאלה, האט ער עס געשיקט צו רביין ר' מענדעלע קיין רימנוב, האט אים רבי ר' מענדעלע געשיקט זאגן, זאג אים אז ס'איז שוין געקומען די צייט ער זאל זיך אויסטון די קינדער שיך און אנהייבן פועל'ן ישועות פאר אידן.

ער איז געפארן קיין לובלין, סך הכל איז ער געווען פיר מאל ולכל היותר פינף מאל אין לובלין, ער האט געזאגט אז ער האט דעמאלטס קונה געווען נאך מער ווי אנדערע תלמידים וואס זענען געווען אסאך. - ער איז אויך געגאנגען צום קאזניצער מגיד, אויך איז ער געווען ביים אפטא רב אויף א שבת נאך אין קאלבאסוב ווען דער אפטא רב איז געווען דארט רב.

ער איז געווען זייער א געזונטע מענטש, ער איז קיינמאל נישט געווען קראנק, בעסער געזאגט, ער איז קיינמאל נישט געווען ביים דאקטער, ער האט נישט געהאט קיין ברילן.
איינמאל יום הקדוש אויפדערנאכט איז ער אריין געקומען און ביהמ"ד, און ער האט געטראפן א עלטערע איד וויינען, ווען דער ישמח משה האט אים געפרעגט פארוואס ער וויינט, האט דער איד געזאגט, אז ער האט זייער א הויכע נאמער ברילן, ער האט פארלוירן זיין ברילן און ער קען נישט זעהן, ער קען נישט ליינען, וואט וועט ער טוען א גאנץ יום כיפור, ער קען נישט אזוי דאווענען?, זאגט אים דער ישמח משה, נו, אז מען האט נישט די ברילן קוקט מען אן די ברילן, און ער האט אנגעהויבן זעהן אן קיין ברילן.

ס'דא א איד אין אנטווערפן, ער הייסט ר' מארים שניצער, ער האט צען יאר נישט געהאט קיין קינדער, ער איז אסאך געפארן צום פעטער ז"ל, איינמאל האט ער פארציילט פארן פעטער אז ער ווייסט פון איינעם וואס האט נישט געהאט קיין קינדער, און איז געהאלפן געווארן דורך דער ישמח משה, און דער רבי איז דער ממשיך פון ישמח משה, קען דער רבי אויך אנוואונטשן א קינד.
האט אים דער פעטער ז"ל געענטפערט דו ביטט מיר מדמה, איך קען נישט צוזאגן, אז דו ווילסט קענסטו גיין כ"ח תמוז צום ישמח משה אין איהעל, האט ער געפרעגט דעם פעטער ז"ל, איך קען גיין בשליחות פון רבי'ן, האט אים דער פעטער ז"ל געענטפערט אז יא, קענסט גיין צום ציון אין איהעל אין מיין שליחות. דער איד איז געגאנגען קיין איהעל צום יארצייט און איז טאקע געהאלפן געווארן.

די וועלט פארציילט אז ווען דער ייטב לב איז אנגעקומען קיין סיגוט, איז זיך צוזאמען געקומען מענטשן, אז מען נעמט אויף א נייע רב איז מען געקומען צו פארן, איינער איז געקומען צו פארן מיט א פערד און וועגעלע אזוי ווי אמאל, און ער איז עפעס אזוי אריינגעפאלן אין וואסער, נעבן סיגוט גייט דאך א וואסער אויף איינמאל האט ער געזעהן דער ישמח משה, און ער האט אים ארויסגעשלעפט פון וואסער, 'דו וועסט נישט פארשטערן די שמחה פון מיין אייניקל'.

דער ישמח משה פלעגט אסאך טיילן קמיעות. עס איז געווען אמאל ווען א איד איז געקומען צו אים און זיך אפגערעדט אז ער האט א פעלד, אבער ס'קומען אסאך מייז צו אים, און ער קען נישט פטור ווערן, )זיי פלעגן אריינבייסן אונטן פון די זאנג, אזוי אז ס'איז נישט צוגעקומען קיין וואסער, איז עס געווארן אויסגעטריקנט, און ס'איז גארנישט ווערט געווען(. זאגט אים דער ישמח משה, איך וועל דיר שרייבן א קמיע און זאלסט עס אריינלייגן אינמיטן פעלד, און ער האט אים געשריבן בהאי לישנא "אני משה בן חנה מצווה לשר העכברים שיסור את העכברים מכאן", דער איד איז אהיים געפארן, ער האט אריינגעווארפן די קמיע און גלייך אויפן מינוט זענען אלע מייז זיך צולאפן פון דארט.

וועגן די קמיעות האט ער געזאגט אז אויב מ'האט אמונה נוצט עם, אויב נישט, נישט. איינמאל זענען געקומען צו אים מענטשן נאר א ישועה, און ער האט זיי געגעבן קמיעות, נאכדעם האט ער געזאגט אז פאר איינעם גייט עס נוצן, משא"כ פאר די אנדערע גייט עם נישט העלפן, ווייל ער גלייבט און די אנדערע גלייבט נישט.

נישט יעדער האט אבער געהאלטן וועגן געבן קמיעות, עס איז געווען א התנגדות אויך, דער ראפשיצער רב האט זיך שטארק מתנגד געווען קעגן דעם אז דער ישמח משה געבט קמיעות, אזוי אז אפילו דער ישמח משה האט געהאט ספיקות צי ער זאל ווייטער געבן קמיעות אדער נישט, ביז ס'איז אים אראפגעפאלן א פתקא מן שמים מיטן פסוק "מלאכים ינשאוך ולא יזיקך".

כיהאב געהערט פון טאטן ז"ל, אז ס'איז א פלא פון א זאך, אז נאך די פטירה פון ישמח משה זענען אלע קמיעות פארשוואונדן געווארן. עס איז נישט דא היינט קיין שום קמיע. )אפי' פארן קריג זענען נישט געווען קיין קמיעות(.

א פלא פון א זאך דער שינאווער רב פאר ער האט געלייינט קריאת שמע האט ער געזאגט הריני מקבל עול מלכות שמים על דעת רבי שמעון בר יוחאי, על דעת האריז"ל, על דעת ישראל בעל שם, ועל דעת הישמח משה, אזוי האט ער געזאגט, האט אים איינער געפרעגט וואס איז דער פשט פון דעם וואט ער זאגט, וואס איז דער צוזאמשטעל רבי שמעון בר יוחאי מיטין ישמח משה? האט דער שינאווער רב געענטפערט ווייל דער ישמח משה האט מימיו נישט געהאט קיין הרהור עבירה. ער אליין האט אמאל מעיד געווען אויף זיך אז ער האט זיך אויסגעארבעט אין די מידה פון יעקב אבינו )יעקב שלימתא(.

די קל מסתתר ניגון וואט מיר זינגען, האב איך געהערט פון ר' אהרן טייטלבוים וואט ער האט עס געהערט פון זיין זיידע רבי שמואל )גארליצער(, ער איז געווען א ברודער פון ייטב לב, וואט האט געזינגען די ניגון פאר'ן ישמח משה, און דער ישמח משה האט געזאגט, אז די ניגון איז גוט פאר די הייליגע טעג.

דער ישמח משה איז געווען זייער פארקאכט אין משיח, ער האט זייער געהאפט און ארויס געקוקט אויף משיח. ער האט אייביג געהאט גרייט נעבן בעט זיין שטעקן, אזוי אז אויב משיח קומט זאל ער קענען גלייך ארויסגיין מיטן שטעקן קעגן משיח, ער האט אויך אנגעזאגט אז אויב משיח קומט זאל מען אים גלייך אויפוועקן.

זיין זון רבי אלעזר ניסן איז געווען רב אין דראהביטש, ס'איז זייער ווייט, ער איז נישט געקומען אזוי אפט, עס איז געווען שווער צו פארן. נאך אפאר יאר האט ער מודיע געווען אז ער וויל קומען אויף יו"ט צי אויף א שבת, און מ'האט זיך געגרייט צו זיין קומען, אזוי ווי ס'איז געקומען ערב יו"ט אדער ערב שבת, און ער איז נישט אנגעקומען האט מען זיך שוין שטארק געזארגט אויף אים, ער איז דאך געווען א בן יחיד, )עס איז נאך נישט געווען קיין טעלפאנ"ס דעמאלטס.( אזוי ווי עס איז שוין געווען שפעט, איז דער ישמח משה געגאנגען אין מקוה, בין כך ובין כך איז ר' אלעזר ניסן אנגעקומען, דער וואס איז געווען דארט אין שטוב האט געוויסט אז דער ישמח משה איז שטארק באזארגט, איז ער אריינגעלאפן אין מקוה און געגעבן א שריי "ער איז דא", די ישמח משה האט אבער געטראכט פון משיח, ער איז זיכער געווען אז משיח איז שוין דא, פרעגט ער "ווי איז ער" זאגט ער אים ביים רב אין שטוב, זאגט ער "אזוי?" און ער האט זיך זייער שנעל צוגעאיילט )ער האט געמיינט אז משיח איז געקומען ביי אים אין שטוב(, אזוי ווי ער קומט אהיים פרעגט ער וואו איז ער, האט מען אים געוויזן זיין זוהן, פון גרויס אנטוישונג האט ער אוועק גע'חלש'ט.

איינמאל האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט פארוואס די צדיקים ווען זיי קומען ארויף אויף יענע וועלט רייסן זיי נישט איין אז משיח זאל שוין קומען. ער האט געזאגט אז ווען ער גייט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט ער נישט אריינגיין אין גן עדן ביז ער וועט אויס'פועל'ן די גאולה. מ'זאגט אבער נאך פון רבי מאיר'ל פון פרעמישלאן, אז ווען די ישמח משה איז נפטר געווארן האט מען אים מכבד געווען מיט א דרשה, און ער רעדט נאך היינט, ס'איז דא נאך א גירסא פון ר' מאיר פון פרעמישלאן אז דוד המלך ע"ה האט געשפילט אויף זיין פידל הארציגע ניגונים און אזוי האט ער אריינגעצויגן דעם ישמח משה אין גן עדן. ביידע גירסאות האבן א מקור.

ער האט געזאגט ווען איך ווייס ווען אז משיח וועט נישט קומען בימי וואלט איך עס נישט אויסגעהאלטן. נאך האט ער געזאגט, באשעפער דו האסט מיר אויסגענארט, אבער וואס האסטו אז דו האסט אויסגענארט אן אלטע נאר.

ס'איז דא א אינטרעסאנטע ישמח משה אין תהלים )תפלה למשה קל"ב אות י"ז(, ער זאגט אויפן פסוק אלדד ומידד מתנבאים במחנה, שרייבט ער מתנבאי"ם איז די ר"ת מאוד תאיר נר בהיר אימתי יבוא משיח, במחנה, לא יוכל לגלות כעת, במחנה קען ער נישט אויסזאגן. איז דא וואס זיי זאגן אז במחנ"ה איז די ר"ת מ'שה ב'ן חנ"ה, ער האט נישט געוואלט זאגן וועמען עס מיינט, ער פלעגט זיך אונטער שרייבן אזוי אויף קמיעות.[/align]

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
החדש הזה לכם ראש חדשים
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

שכו'ח זי"ע
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

ראש חדשים האט געשריבן:[align=center]כ״ח תמוז איז די יארצייט פונעם זיידן זכרונו לברכה, דער ישמח משה.[/align]
[align=center]
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן


קרית יואל קהל האט יעצט געשיקט די זעלבע מעשיות אויף זייער אימעיל מודעות דקהלתינו
ס'האט עפעס קשר מיט דיר?
אויך די זעלבע מעשיות אויף א אנדערע סדר איז געווען אין קול קהלתינו די וואך שבת.
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

ביים ישמח משה איז געווען דאס אבילות, מתאבל זיין אויף ירושלים א גרויסע זאך, תשעה באב איז ער געזעצן און געוויינט בדמעות שליש, מ'האט אמאל געפרעגט, ס'איז געווען מער ווי ביי אנדערע צדיקים, האט ער אמאל געענטפערט, אינו דומה שמיעה לראי', זיי האבן געזעהן ער האט געהערט.
*
דער ישמח משה האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם ווייל יעדע פסוק האט א שם, און מיט אזויפיל שמות האט ער נישט געענדיגט דאווענען ביז אינדערפרי, ממילא האט ער עס נישט געזאגט.
*
אפאר מאל איז ער געווען בעולם, ער האט געזאגט אז ער איז געווען אין מדבר, מ'האט אים געפרעגט ס'איז געווען די מחלוקה מיט קרח, מיט וועם ער האט מיטגעהאלטן, האט ער געזאגט אז ער איז געווען נייטראל, ער האט זיך נישט געמישט, האט מען אים געפרעגט קעגן משה רבינו? האט ער געזאגט עטס ווייסט נישט ווער קרח איז געווען.
*
ס'איז אינטרעסאנט, דער ישמח משה האט אמאל צוגערופן דעם ייטב לב און געזאגט קום און איך וועל דיר אויסלערנען ווי אזוי מ'קען מעביר זיין א גוי כמישחל בניתא מחלבא, דער ייטב לב איז נאך געווען א אינגערמאן האט ער געזאגט פארן זיידן אז ער האט נאך מורא, שפעטער מיט יארן שפעטער האט ער געהאט צו טוהן אין סיגוט מיט א גרויסן רשע, האט ער געזאגט דער זיידע האט מיר געוואלט אויסלערנען, ס'וואלט מיר יעצט צוניץ געקומען.
*
אין אוהעל איז געווען א רב פארן ישמח משה ר' שמעי', - אין ביה"ח לעבן ישמח משה איז דא א מציבה פאר דעם ר' שמעי – מ'האט אים נישט אזוי רעספערטירט, געווען מחוצפים – פאר 200 יאר איז אויך געווען מחוצפים – האט מען אים זייער געטשעפעט, ווען ער איז אוועק האט ער זיך געזעגנט פונעם עולם מיט א שווער הארץ, אז מ'האט אים נישט רעספעקטירט, ווען ער איז ארויף אין עולם האמת האט זיך אנגעפאנגען עגמת נפש ביי דעם שטוב און ביי דעם שטוב, ווען דער ישמח משה איז געווארן רב האט איינער דערציילט אז ס'איז דא אין שטאט עגמ"נ, און ער האט פארציילט אז מ'האט געטשעפעט דעם פריערדיגע רב, האט ער געהייסן שיקן א שליח צום קבר פון דעם רב, אין מלכות נוגעת בחבירתה אפילו כמלא נימא, יעצט איז ער שוין רב און ער האט שוין מער נישט וואס אריינצורעדן אין שטאט, און ס'האט זיך אויפגעהערט.
*
ווען דער זיידע ר' אלעזר ניסן אין געווארן רב אין סיגוט בשנת תקצ"ד, איז דער ישמח משה געפארן אים באגלייטן קיין סיגוט, איז ארויסגעקומען א גרויסע ציבור אים מקבל פנים זיין, און דער ישמח משה האט געזעהן דעם גרויסן כבוד פון אזויפיל מענטשן האט ער זיך צעוויינט, און געזאגט חז"ל זאגן דאך אוי לו למי שהעולם מטעים בו, האט זיך דער זוהן ר' אלעזר ניסן אנגערופן מ'גיט דען די כבוד פאר דיר, דעם כבוד גיט מען פאר די תורה, מ'ווייסט וויפיל תורה די האסט געלערנט איז דאס כבוד התורה.
הערנדיג די ווערטער פון ר' אלעזר ניסן האט זיך דער ישמח משה בארואיגט און האט שטארק הנאה געהאט און געזאגט ס'שטייט טאקע נישט אוי לו למי שהעולם טועין בו, ווייל וואס איז ער שולדיג אז מ'איז זיך טועה אין אים, נאר ס'שטייט מטעין בו, ווען איז אוי לו ווען זיי ברענגען אריין אין אים די טעות, אז ער מיינט שוין אז ער איז ראוי צו אזא כבוד דאס טויג שוין נישט.
אויך האט דער ישמח משה געזאגט אז מ'גיט כבוד פאר א ת"ח און ער ווייסט אז די כבוד איז נאר פאר די תורה און נישט פאר איהם מעג ער הנאה האבן פונעם כבוד, דער ישמח משה האט דעמאלטס אראפגעלייגט א גרויסע הגדרה אויף דעם, אז וויאזוי ווייסט מען אויב ער מיינט טאקע כבוד התורה, דאס איז אויב ווען ער זעהט אז מ'גיט כבוד פאר א צווייטן ת"ח האט ער די זעלבע הנאה ווי מ'וואלט עס געגעבן פאר אים, ווייל אויב ס'איז כבוד התורה וואס איז א נפק"מ ווער ס'באקומט די כבוד יענער לערנט דאך אויך תורה.
ער האט געטייטשט מיט דעם די פסוט שויתי ה' לנגדי תמיד וכו' לכן שמח לבי ויגל כבודי, ווייל ס'שטייט למען יזמרך כבוד אז אויב מ'לויבט כבוד התורה לויבט דער כבוד אליין פארן באשעפער דאס איז די כונה שויתי ה' לנגדי תמיד אז אלעס איז פארן אויבערשטען, לכן שמח לבי ווייל ויגל כבודי אז דער כבוד פריידט זיך אז ס'קומט אהן צום אויבערשטען.
*
ס'איז געווען א פלא'דיגע מעשה, אין מונקאטש איז געווען א איד וואס האט געהייסן ר' יוסף זרח, א גרויסער עושר, ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער, איז ער געפארן צו רבי מאיר פרענישלאנער, האט אים ר' מאיר'ל געזאגט פאר אהיים און פאר קיין אוהעל צום אוהעלער רב דארט וועסטו געהאלפן ווערן אבער די זאלסט פארן כצפרים עפות, שטעל דיר נישט אפ.
האט ער זיך אויפגעהויבן און אהיים געפארן און איז אנגעקומען דאנערשטאג אהיים קיין מונקאטש, און האט געוואלט גלייך פארן ווייטער קיין אוהעל, זאגט איהם דאס ווייב בלייב דא אויף שבת און נאכדעם וועסטו ווייטער פארן קיין אוהעל און ער האט איר געפאלגט, נאך שבת האט ער זיך אויפגעהויבן און איז געפארן קיין אוהעל, דער ישמח משה איז דאך נפטר געווארן שבת ביי מנחה, און ער איז שוין אנגעקומען צום ישמח משה'ס לוי'.
און דארט האט ער געהערט דערציילן אז פרייטאג צונאכטס האט דער ישמח משה געפרעגט צו ס'איז נישט געקומען איינער וואס דארף א ישועה וועגן קינדער.
און ווייל ער האט טאקע נישט געהאט קיין קינדער האט ער געבויעט א בית המדרש אין מונקאטש ס'האט געהייסן ר' יוסף זרח'ס בית מדרש, א חסידיש ביהמ"ד מיט אסאך ספרים, ביז צו די קריג איז נאך געווען דאס ביהמ"ד.
*
דער עטרת צבי איז אמאל געווען אין אוהעל, ווייל ער איז נישט געזונט געווען, און מ'האט געוואוסט אז 3 צדיקים האבן אים אויסגעבעטן, דער ראפשיצער רב, דער ישמח משה, און ר' אורי סטרעליסקער, איז ער געקומען צו פארן צום ישמח משה אלץ הכרת הטוב, און ס'איז געווען אין די 9 טעג און ער האט געמאכט א סעודה, א פליישיגע סעודה, לכבודו, יעדער האט פארשטאנען אז דער עטרת צבי איז דא וועט אים דער ישמח משה איינלאדענען אז ער זאל שוין בלייבן אויף שבת, אבער דער ישמח משה האט אים נישט געבעטן ער זאל בלייבן אויף שבת, איז ער אוועק געפארן פון אוהעל, און איז געוען בשכינות, דעמאלטס איז דער ייטב לב מיטגעפארן, אויף שבת, און דאס אז ער זאל זיין ביי אים איינמאל אויף שבת אפשר אז דאס האט געמאכט אז ער זאל ווערן אנגערופן רבינו.
אין יעדן פאל ער האט געפרעגט דעם ישמח משה, פארוואס ער האט אים נישט געבעטן ער זאל בלייבן אויף שבת האט דער ישמח משה געזאגט אז ווייל זונטאג איז תשעה באב, און דער עטרת צבי פלעגט זיך צו פערן אז שבת חזון פלעגט ער אריינפירן די שלש סעודות ביז... ער האט געזאגט אויף זיך אז ער קען זיך נישט אפשיידן פונעם שבת, האט דער ישמח משה געזאגט ווייל אין אוהעל זענען דא מתנגדים, וויל איך נישט אז זיי זאלן זעהן אזא התנהגות.
*
ס'איז געווען אידן, אינדערהיים האט מען זיי גערופן א גיט באזיצער, היינט וואלט מען זיי גערופן א פארמער, זיי האבן געהאט פעלדער מ'האט אנגעבויעט מ'האט עס גערופן א גיט, א פארם אין אידיש האט געהייסן א גיט, איז געווען איינער א פארמער, דערף מען דאך האבן וואסער צו באוואסערן די פעלדער, ס'איז נישט געווען אזוי ווי היינט, וואס מ'האט א פאמפ און מ'קען שלעפן וואסער, אז א פעלד האט געהאט א ברונעם איז עס געווען עידית שבעידית, אז נישט האט מען געדארפט ברענגן וואסער פון די ווייטנס, נו מ'קען זיך דאך פארשטעלן, יעדע אמפער וואסער, האט מען געדארפט מיט די הענט טראגן, און דער איז נישט געווען אזוי, האט ער נישט געהאט קיין וואסער, איז ער געקומען צום ישמח משה האט ער אים געגעבן א קמיע, און געזאגט אז דארט ווי ער וויל – מ'האט דאך געקענט אויסבעטן, ווען ס'וואקסט נאטורליך זאגט מען נישט קיין דעה, אבער אז איינער וויל אויסבעטן, קען ער דאך עס לייגן ווי ער וויל – האט ער אים געגעבן א קמיע און אים געזאגט אז ער זאל עס לייגט דארט וווי ער וויל די ברונעם זאל זיין, האט ער אהיימגענומען די קמיע און עס ערגעץ אראפגעלייגט, און מארגן וועט ער שוין גיין אין פעלד זעהן ווי ס'איז א גוטע פלאץ עס צו לייגן, ס'איז געקומען אינדערפרי האט ער געזעהן אז דארט ווי ער האט געלייגט די קמיע דארט איז געווארן פיל מיט וואסער.
*
ער פלעגט מתפלל זיין אויף די קמיע אז ער מיינט נישט זיין כבוד און נישט די כבוד פון זיינע עלטערן, נאר אז ס'זאל נתפרסם ווערן אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט.
*
ער האט געגעבן קמיעות אויף אלע ענינים געזונט מחלות, קינדער האבן.
ס'איז געווען איינער וואס האט געוואלט מאכן ליצנות איז ער געקומען אז די ווייס איז א מקשה לילד און ער דארף א קמיע, האט ער אים אהינגעגעבן א קמיע, און די בני מעיים האבן זיך אים ארויסגגערוקט, ס'איז נישט געווען קיין חכמות.
*
דער ישמח משה האט אמאל ביי די הקפות, ס'איז געווען ביי די פערטע הקפה, האט ער געזאגט ברוך הבא משה רבינו! און ער האט זיך גענומען רעדן אזוי בלשון נוכח צו משה רבינו, און האט אים געזאגט משה רבינו די קענסט עדות זאגן אויף מיר, כ'האב נישט עובר געווען אויף דיין תורה כקוצו של יו"ד, פארוואס קומט זיך דאס מיר, אז איך זאל נישט זוכה זיין בימי צו זעהן די גאולה השלימה.
*
ווען דער כתב סופר איז נישט געזונט געווען אין ס'איז געווען יום כיפור ביינאכט, האט דער ישמח משה געפרעגט וואס גייט פאר אין פרעשבורג, קיינער האט נישט געוואוסט, האט ער געזאגט כ'האב געזעהן דעם פרעשבורגער רב איך זעה ער דארף א ישועה, דערווייל איז טאקע אנגעקומען א שליח פון פרעשבורג ער האט נישט געקענט אנקומען פאר יום כיפור.
*
דער ישמח משה האט געזאגט אויף זיך אז ער האט א ניצוץ פונעם רמב"ם און אויפן חתם סופר האט ער געזאגט אז ער האט א ניצוץ פון רמב"ן, און דער ייטב לב האט אויף דעם געזאגט אז מ'קען זעהן אז איבעראל וועט דער חתם סופר צו ברענגען א רמב"ן.
*
איינמאל תשעה באב איז מען איהם געקומען זאגן אז שקצים האבן געמאכט אין אוהעל א גאנצער 'באל' און מ'האט געהוליעט, דער ישמח משה האס דאס נישט געקענט פארשטיין, ווי אזוי קענען אידן מאכן אין תשעה באב אזאנס, ער האט דאך אזויפיל מתאבל געווען און מתאונן געווען אויפן חורבן בית המקדש, און דא הערט ער אזוי, האט ער געזאגט די גמרא זאגט כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בשמחתה, מ'זעהט אבער אז ס'איז דא אידן וואס זענען מתאבל אויף ירושלים און זעהן נישט בשמחתה האט ער געזאגט די כוונה איז אז די ערליכע אידן דערלעבן שבת נחמו!! און כך הוה ביז שבת נחמו זענען די גאנצע חברה נעקר געווארן.
*
איינער פון סיגוט האט נישט געהאט קיין קינדער, ער איז געפארן צו ר' מאיר'ל פרעמישלאנער נאך א ישועה, האט ער אים געפרעגט צי ער האט געקענט דעם אוהעלער רב – ס'איז שוין געווען נאך די פטירה פון ישמח משה – זאגט ער יא, האט ער אים געזאגט, ווען דו וועסט געהאלפן ווערן מיט קינדער זאלסטו א נאמען געבן משה שמחה, משה זאלסטו א נאמען געבן נאכן אוהעלער רב, און שמחה ווייל פאר מאיר'ל איז געווען א שמחה ווען ער האט געזעהן א איד וואס האט געקענט דעם אוהעלער רב, און וועגן דעם האט ער געהייסן א נאמען געבן משה שמחה, און אזוי איז טאקע געווען דער איד איז געהאלפן געווארן און האט געגעבן דעם נאמען.
*
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

א גרויסן ש'כח פאר הרב סופרים שטיבל פארן צו שטעלן א גרויסן חלק פון די חומר.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

און א גרויס א גרויסן ש'כח פאר הרב סיפורי צדיקים פארן כסדר אהער שטעלן און האלטן דעם אשכול אקטיוו
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

אלטער האט געשריבן:און א גרויס א גרויסן ש'כח פאר הרב סיפורי צדיקים פארן כסדר אהער שטעלן און האלטן דעם אשכול אקטיוו

טענק יו
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

סיפורי צדיקים א גרויסן ייש"כ, זייער א שיינע ארבעט, דבר נאה ומתקבל.
זיי ממשיך ביתר שאת ויתר עוז
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

א גרוסן שכוח פאר אלע יעצט האבן מיר שוין וואס צו פארציילן פאר די קינדער שבת קודש ביידי סעודה
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

ראש חדשים האט געשריבן:
אין שינאווא איז איינמאל געווען אז איינער איז אוועק און האט ל"ע נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, און מען האט געדארפט געבן חליצה אבער די ברידער האבן נישט געוואלט געבן קיין חליצה. איין טאג איז געקומען א נשמה צום ישמח משה און האט געבעטן רשות אויב יענע און יענע נשמה קען קומען צו אים, ווייל יענער האט בחייו גארנישט געהאט מיטן ישמח משה, און יענער האט געבעטן אז דער ישמח משה זאל מסדר זיין די חליצה.

אויף א צווייטע פלאץ האב איך געהערט די רבי פארציילן די מעשה מיט אביסל מער פרטים.
אין שינאווא איז איינמאל געווען אז איינער איז אוועק ער האט געהייסן ר' דוד, די ישמח משה איז אריינגעקומען צו זיך אין שטוב האט ער געהערט דעם ר' דוד רעדן, האט ער אים געפרעגט וואס ער וויל האר ער געזאגט אז ער האט געברענגט מיט זיך נאך א נשמה אויך פון דא אין שטאט, וואס ער איז שוין אוועק א צייט צוריק, אבער ער האט נישט געהאט קיין שייכות צום ישמח משה, און ער האט ל"ע נישט איבערגעלאזט קיין קינדער און מען האט געדארפט געבן חליצה, אבער די ברודער האבן נישט געוואלט געבן קיין חליצה, און יענער האט געבעטן אז דער ישמח משה זאל מסדר זיין די חליצה.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

אלע מעשיות וואס זענען געווען דא פון ישמח משה לכבוד די יארצייט אין איין פדף
האטס הנאה
ישמח משה.pdf
(137.63 KiB) געווארן דאונלאודעד 91 מאל
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

דאנק א שיינעם, פרינט מיר עס יעצט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

Joel האט געשריבן:א גרוסן שכוח פאר אלע יעצט האבן מיר שוין וואס צו פארציילן פאר די קינדער שבת קודש ביידי סעודה
button
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 01, 2010 11:17 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך button »

א גרויסען שכח הרב סיפורי צדיקים,מיר האבן זייער הנאה עס צי ליינען,עס איז זייער שיין אראפגעלייגט,
אויב מעגליך עס צי איינטיילן לויט די יארצייטן וועט דער עולם לכאורה שטארק הנאה האבן.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

א גוטע וואך
דאס איז מפורסם געווארן די וואך אין גליון קול קהלתינו
אטעטשמענטס
קול קהילתינו דברים תשפ_עמוד_2.jpg
קול קהילתינו דברים תשפ_עמוד_2.jpg (220.5 KiB) געזען 1952 מאל
קול קהילתינו דברים תשפ_עמוד_3.jpg
קול קהילתינו דברים תשפ_עמוד_3.jpg (222.52 KiB) געזען 1952 מאל
קול קהילתינו דברים תשפ_עמוד_4.jpg
קול קהילתינו דברים תשפ_עמוד_4.jpg (213.72 KiB) געזען 1952 מאל
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

בטעות איז ארויסגעפאלן די ערשטע עמוד
בייגעלייגט
אטעטשמענטס
קול קהילתינו דברים תשפ_עמוד_1.jpg
קול קהילתינו דברים תשפ_עמוד_1.jpg (199.1 KiB) געזען 1952 מאל
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

ווען עס קען עס ארויף לייגן נאר בדי טעקסט
און עס וועט זיין קלאראר צו ליינען
יבורך מן השמים
בתודה מראש
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

סופרים שטיבל האט געשריבן:בטעות איז ארויסגעפאלן די ערשטע עמוד
בייגעלייגט


בייגעלייגט pdf
אטעטשמענטס
קול קהילתינו דברים תשפ (1) 97461-Flattened.pdf
(189.07 KiB) געווארן דאונלאודעד 83 מאל
וחיי עולם נטע
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”