סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סיפורי צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג יוני 29, 2020 7:41 pm

ברוכים הבאים טייערע חברים!
באמת האב מיר שוין געטראכט צו עפענען דעם אשכול נאך פאר די קאראנע צייטן (ווער געדענקט נאך???) למעשה זעמיר נישט אנגעקומען דערצו ביז היצטערט, ואתכם הסליחה.
ארום פורים צייט איז געווארן א שמועס ביים מילתא דבדיחותא אשכול איבער עטליכע מעשיות פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס די מעשיות האבן ארויפגעברענגט א שמייכל אויף אידישע לעפצן, עטליכע פון די מעשיות זענען נאכגעברענגט געווארן בשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א וואס ער האט דאס פארציילט ביי פארשידענען געלעגנהייטן, פלוצלינג זעה מיר אזא תגובה:
maybeeynot האט געשריבן:איך מיין מזאל מאכן א עקסטרע אשכול איבער די אינטרעסאנטע מעשיות פון מהר"א שליט"א. כידוע פארציילט ער נאר פון גאר קראנטע מקורות עפ"י רוב וואס ער האט געהערט פון זיין טאטן זצ"ל

דאן איז דאס נאכגעקומען:
אלטער האט געשריבן:נו מכובד מיט פתיחה[/

פאר איך גיי ווייטער ווער ס'הערט שוין אמאל געהערט דעם רבי'ן פארציילן מעשיות ווייסט ווי געשמאק דאס איז צו הערן און דאס איז איינע פון די שענסטע זאכן פון א טיש.
איז זעענדיג אז קיינער רופט זיך נישט אהן האב איך אנגעפרעגט ביי הרב @maybeenot אז איך טראכט עס צו עפענען און איך וויל וויסן ווי עס צו לייגן האט ער מיר ג'עצה'ט עס צו לייגן ביי היימישע קרעטשמע און העכסטנס וועלן עס די מנהלים אריבערפירן, אבער אזוי ס'איז שוין דורך א שטיק צייט האמיר אסאך אריינגעטראכט און באשלאסן אז דיזער אשכול טוט באלאנגען אין בית המדרש דקהלתינו צווישן די צדיקים און די חסידים.
מ'וויל מיר נאר בעטן דעם עולם אז ווען איר לייגט ארויף א מעשה נישט קיין חילוק צו ס'איז געווארן פארציילט ביים טיש לעצטנס אדער איר האט עס געהערט אויף אן אלטע קאסעטע ביטע פרובירן עס ארויפצולייגן כלשונו פונעם רבי'ן כדי עס זאל בלייבן מיט די אייגענארטיגע געשמאקקייט.
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

סיפורי צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג יוני 29, 2020 7:44 pm

צום אלעם ערשט וועל מיר אהערברענגן די מעשיות וואס זענען געברענגט געווארן אינעם אשכול פון מילתא דבדיחותא:
סיפורי צדיקים האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
גיב א שמייכל האט געשריבן:מענין לענין, א טאטע האט געשריבן א בריוו צום ייטב לב זיך נאכפרעגן אויף זיין זין אין ישיבה
זיין זין איז געווען יענס פויגל. די ייטב לב האט אים געטראפן קריכן אויפן בוים.
איז וואס ענטפערט מען פארן טאטן.....
האט ער אים צורוקגעשריבן "בנך עולה מעלה מעלה"


געהערט פון ב"מ זצ"ל אויפן וועג אהיים פון א יארצייט סעודה פון ייט"ל זצ"ל

האב איך געהערט פון אדמו"ר שליט"א (מהר"א) אז די מעשה גייט אז דער בחור האט געהאט אן עלטערע ברודער דארט אין ישיבה און דער ברודער האט געזאגט פארן טאטן אז דער בחור פאנפעט ארום, האט דער טאטע געשיקט א בריוו פאר זיין אינגערן זוהן אז ער קען נישט אהיימקומען סוף זמן נאר אויב ער ברענגט א בריוו פון ייטב לב אז ער האט זיך אויסגעצייכנט, סוף זמן איז דער בחור געקראכן אויף א בוים און פונקט איז די ייטב לב אדורך און ער האט אים באמערקט, די קומענדיגע טאג איז דער בחור אריין צום ייטב לב און ער האט אים געזאגט אז ער דארף האבן א צעטיל פאר זיין טאטע אז ער האט זיך אויסגעצייכנט, האט דער ייטב לב געשריבן הנני להודיע שבנך עלה מעלה מעלה, און ער זאגט פאר דעם בחור קומענדיגע מאל וועל איך זאגן פאר דיין טאטע ווי די ביזט ארויף.
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

סיפורי צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג יוני 29, 2020 7:45 pm

סיפורי צדיקים האט געשריבן:איך זעה אז מ'האט דא געברענגט עטליכע מימרות פון הייליגן ייטב לב וועל איך אויך צולייגן וואס איך האב געהערט פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א):

די הייליגע ייטב לב איז אמאל געווען ביים פענסטער זעהט ער א בחור קומט צוריק פון מארק, רופט ער אריין דעם בחור און ער פרעגט אים ווי ביזטו געווען? זאגט דער בחור אין מארק, און וואס האסטו געטוהן דארט? איך האב געקויפט פלוימען, און ווי זענען זיי? איך האב זיי שוין אויפגעגעסן, פרעגט אים דער ייטב לב האסטו געמאכט א ברכה? זאגט ער יא, האט אים די ייטב לב געגעבן א פראסק, און אים געפרעגט צווישן די גויטע'ס האסטו געמאכט א ברכה???
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

סיפורי צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג יוני 29, 2020 7:49 pm

[quote="סיפורי צדיקים"]

די רבי פארציילט וויזוי זיי זענען אנגעקומען קיין רומעניע ווען ס'איז נאך געווען קאמוניזם בתוקפה, וויזוי מ'האט ארויפגעקראכן אויפן דאך פון די באס צו זעהן אויב קיינער כאפט זיך נישט מיט און אזוי אויך האט מען ארויפגעשטעלט די באס אויף א עפעס וואס זאל עס מאכן העכער כדי מ'זאל קענען בודק זיין צו קיינער האט זיך נישט צוגעקלעפט אונטן פון דעם באס, ס'איז געווען יענס געלעכטער אבער די חברה זענען געווען זייער ערנסט דערמיט.

פארציילט די רבי אז ביי איינע פון די נסיעות זענען זיי געפארן אין 3 קארס, ווען זיי זענען אנגעקומען צום גרעניץ פון רומעניע האבן זיי געזעהן אז די 3 קארס זענען איין גרופע האבן זיי אלעס צוזאמען בודק געווען (ער פארציילט אז די בדיקות זענען געווען ממש אזוי ווי ביי בדיקת חמץ בחורין ובסדקין), און זיי האבן געטראפן און אלע רענצלעך און פעקלעך 21 ספרים אלעס צוזאמען, האבן זיי אריינגעשריבן אין איינע פון די פאספארטן אז די גרופע האט מיט זיך 21 ספרים, אויפן וועג ארויס האבן זיי די ערשטע זאך אפגעציילט די ספרים, און זיי האבן נאר געטראפן 20 ספרים, און זיי האבן אנגעהויבן פארפירן אז מ'האט אריינגעשמוגלט איין ספר, און ר' סנדר דייטש איז אויך געווען דארט פארציילט די רבי אז ר' סנדר איז געווען א קלוגע איד, ער האט ארויסגענומען זין טאשן לוח און זיך געגעבן א רוף אהן אה איך האב געטראפן די 21'סטע ספר, פיין האבן זיי זיך בארואיגט, און יעצט זענען זיי צוגעגאנגען צו בודק זיין די רענצלעך און אינמיטן האבן זיי געטראפן דעם 21'סטן ספר האבן זיי געמאכט א בהלה אז מ'וויל עפעס ארויסשמוגלען פון לאנד, ר' סנדר האט זיך געבעטן ביי זיי זיי זאלן אוועקנעמען זיין לוח אבער ס'האט גארנישט געהאלפן מ'האט זיי געשטעלט אין א זייט פאר אנדערהאלבן שעה די רבי זאגט אז ביזן פרעמיער מיניסטער איז אנגעקומען די מעשה ביז צום סוף האט מען זיי געזאגט אז דאס מאל וועט מען זיי דורך לאזן, אבער נאך איינמאל דאס וועט געשעהן איז מען זיי נישט מקנא...
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

סיפורי צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג יוני 29, 2020 7:51 pm

דאס איז קודם פאר פארשפייז אי"ה וועל מיר פרובירן כסדר צו אפדעיטן מיט נאך מעשיות
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג יוני 29, 2020 9:58 pm

יישר כח פאר גיין פתיחה
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

Don't worry
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך Don't worry » מאנטאג יוני 29, 2020 10:17 pm

ער פארציילט יעדע וואך מעשיות ביים טיש. איך האב עס אמאל שוין אמאל געזען אראפגעשריבן איך געדענק נישט וועלעכע גליון.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 29, 2020 10:18 pm

דער הייליגער ייטב לב איז אמאל אריינגעקומען צום טיש ר״ה אויפדערנאכט, והנה, איין חלה פעלט. (אדער האט געפעלט א חלק דערפון).

מעשה שהיה כך היה, א בחור׳ל איז הונגעריג געווען, ער האט נישט געקענט אדורכטראגן ביז נאכן דאווענען.. האט ער זיך געוואשן אויפן רבינס (דער ראש הישיבה׳ס) בארכע. ווען דער ייטב לב האט דאס באמערקט האט ער אויסגערופן אז ווער עס האט עס אוועקגענומען זאל מוחל זיין און אפיר קומען. דער בחור׳ל האט בלית ברירה ארויפגעקומען און מודה געווען אויפן גניבה. זאגט אים דער הייליגער ייטב לב, ״ראש השנה ברויך מען עסן דעם המוציא מיט האניג, האסטו געהאט האניג?״ האט דער בחור געענפערט ״מים גנובים ימתקו״.

למעשה האט דער הייליגער ייטב לב געהאט א קפידא וואס האט ליידער געהאט א השפעה אויף דעם בחור.

Don't worry האט געשריבן:ער פארציילט יעדע וואך מעשיות ביים טיש. איך האב עס אמאל שוין אמאל געזען אראפגעשריבן איך געדענק נישט וועלעכע גליון.


איז געווען א חשובע בחור אין ישיבה וואס פלעגט אפשרייבן די סיפורי צדיקים וואס דער רבי זז״ג דער ראש הישיבה דערציילט ביים טיש ליל שב״ק. איז איינמאל אויסגעקומען ער האט נאך שבת געגאנגען איבערפרעגן א געוויסע פרט. פרעגט אים דער רבי, ״דו שרייבסט עס אפ?״ זאגט ער ״יא״. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל עס נישט ארויסגעבן (כ׳מיין ער האט אים געזאגט דאס, אדער אז ער זאל גאר אויפהערן אפשרייבן. די נקודה איז עכ״פ דאס זעלבע). דער רבי האט אים ערקלערט אז חידושים און תורות ברויך מען אפשרייבן, מעשות קען מען אבער נישט מאכן קיין נייע. מען האלט אינאיין איבער דערציילן די זעלבע סיפורי צדיקים.

ס׳איז ידוע (אדער נישט) אז דער רבי דערציילט נאר מעשות פון חסידישע רבי׳ס זי״ע וואס ער האט מקבל געווען פון זיין טאטן דער ב״מ זי״ע, אדער פון פעטער רביה״ק זי״ע. און זיי האבן אויך נאר דערציילט דאס וואס זיי האבן מקבל געווען מאבותיהם הק׳ העצי התמרים, אדער אנדערע הייליגע מקורות וואס גייט צוריק צו די ערשטע מקורות. סיפורים וועלעכע קומען פון אנדערע הייליג און אנגענומען מקורות איז טייטש ״די וועלט דערציילט״.

דאס איז שוין געווען.. מסתמא 15 20 יאר צוריק, קען זיין היינט איז דער דין אנדערש, איך דערצייל עס אבער.
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג יוני 30, 2020 6:26 am

כ'ווייס נישט צו ס'געהערט דא, אבער אלץ קביעות'דיגע ליינער פונעם 'שולחן מלכים' קאלום אין קול התאחדותנו, שטערט מיר עס, אז כמה פעמים איז שוין געזאגט געווארן אז הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע פלעגט גיין פאר'ן קריג מיט א קאפעלוטש, און אין אונגערן איז ער געגאנגען מיט א פלאכע הוט, וואס אביו הרה"ק מהרי"ד זי"ע פלעגט רופן 'א אונגארישע שטריימל' היות די אונגארישע יודן פלעגן גיין דערמיט שבת, ממילא דערנאך ווען ער איז געקומען קיין א"י האט ער נישט געוואלט אנטוען א קאפעלוטש, איז ער נאר געגאנגען מיט א קאלפיק. עכת"ד.

כ'גלייב נישט אז ס'איז א אייגענע חידוש, אבער ס'איז א פארדריסליכע טעות, ווייל כידוע ליודעים איז די מציאות פונקט קאפויער, ווען אין בעלזא איז דער רב ז"ל נאר געגאנגען מיט א ספאדיק (אין בעלזא) אדער א קאלפיק (אינדרויסן פון בעלזא) שטענדיג, און אויך די יושבים פלעגן אזוי גיין ביז'ן ערשטע קריג. נאר נאכ'ן אנקומען קיין א"י האט דער רב ז"ל געטוישט און אנגעהויבן צו גיין מיט א הוט, און אנגעטוען די קאלפיק נאר ביים דאווענען און ביי די טישן.

נאר דע טעות נעמט זיך, היות ווי פון פאר'ן קריג איז דא א בילד פונעם רב ז"ל אלץ יונגערמאן פאר א פאספארט, ווי דארט גייט ער מיט א הוט, און נאכ'ן קריג זענען אלע בילדער אויפ'ן וועג פון או צום דאווענען.

וגם דאס אז דער רב ז"ל איז געגאנגען מיט א פלאכע הוט אין אונגארן, ווערט אויך פארלייקנט דורך די יודעי דבר, ס'נעמט זיך פון א אפטישע טעות אינעם באקאנטן בילד אויפן טעראסע אין בודאפעסט, ווען מ'קוקט נענטער זעהט מען אז ס'איז א ברייטע אבער הויכע הוט.

ושוב אויב דא איז נישט דער פלאץ בעט איך מחילה סליחה וכפרה.

Don't worry האט געשריבן:ער פארציילט יעדע וואך מעשיות ביים טיש. איך האב עס אמאל שוין אמאל געזען אראפגעשריבן איך געדענק נישט וועלעכע גליון.

יא, כהאב עס אויך געזען לעצטנס, עפעס א גליון פון ישיבה, מיט מאמרים פון בחורים

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג יוני 30, 2020 9:46 am

אוראייניקל האט געשריבן:
Don't worry האט געשריבן:ער פארציילט יעדע וואך מעשיות ביים טיש. איך האב עס אמאל שוין אמאל געזען אראפגעשריבן איך געדענק נישט וועלעכע גליון.

יא, כהאב עס אויך געזען לעצטנס, עפעס א גליון פון ישיבה, מיט מאמרים פון בחורים

עס פלעגט ארויסקומען א שטיק צייט א גליון מעין גנים, אבער איך מיין אז מען זעט עס שוין נישט א שטיק צייט.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

טראכט א מינוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2018 8:58 am

סיפורי קודש על הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווע זי"ע אצל עריכת השלחן הטהור ליל שב״ק פר׳ מקץ תשע״ו קרעדיט גליון מעין גנים

תגובהדורך טראכט א מינוט » דינסטאג יוני 30, 2020 10:19 am

PDF..png
PDF..png (418.6 KiB) געזעהן 582 מאל

PDF....png
PDF....png (558.19 KiB) געזעהן 582 מאל
לעצט פאראכטן דורך טראכט א מינוט אום מיטוואך יולי 01, 2020 5:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סגל
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך סגל » דינסטאג יוני 30, 2020 10:42 am

פאלגענד איז א עמוד מיט סיפורים פון די גליון מעין גנים
(איך מיין אז דאס איז געווען די לעצטע גליון וואס זיי האבן ארויסגעגעבן ר"ה ע"ז)
צוגעלייגטע
Document-page-004.jpg
Document-page-004.jpg (490.44 KiB) געזעהן 1053 מאל
שויתי ה' לנגדי תמיד

הרב_שלום
שר שבעת אלפים
תגובות: 7937
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך הרב_שלום » דינסטאג יוני 30, 2020 12:11 pm

זיין אייניקעל ר' חיים הערש טייטעלבוים (אב"ד ראצפערט) געט יעדע נאכט א שיעור אין משלי ווי ער פארציילט גאר אסאך סיפורי צדיקים
(איבער טויזענט אידען הערן איהם אויס)
Get 3 for the price of 2
https://amzn.to/3gkEKRh

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יוני 30, 2020 12:50 pm

הרב_שלום האט געשריבן:זיין אייניקעל ר' חיים הערש טייטעלבוים (אב"ד ראצפערט) געט יעדע נאכט א שיעור אין משלי ווי ער פארציילט גאר אסאך סיפורי צדיקים
(איבער טויזענט אידען הערן איהם אויס)

וואו קען מען אים הערן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » דינסטאג יוני 30, 2020 1:03 pm

אקעי פאר די אשכול ווער פארפארן
אין די אידישע פלאם פלעגט זיין אסאך מעשית
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד

אוועטאר
הודו להשם
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אין אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך הודו להשם » דינסטאג יוני 30, 2020 2:14 pm

די פאלגענדע איז ווארט ביי ווארט פון א שמועס א' בהעלותך תשע"ה איבערן טיילונג אין סיגוט (כ'האב ארויסגענומען ממש געציילטע ווערטער, און אויך צום סוף פון די שמועס).
--


אחד הנוכחים: אין סיגוט איז געווען א טיילונג?
רבינו: אין סיגוט איז געווען א טיילונג, יא, שפעטער, נישט בים ייטב לב'ס צייטן, נאר ביים קדושת יו"ט'ס צייטן, דער ייטב לב, אנהויב האט ער געצעגערט אביסל, אנהויב ווען ס'איז געווען דער טיילונג האט ער געצעגערט, און שפעטער האט ער שוין געוואלט האט ער שוין נישט געקענט, דער מהר"מ שיק האט אים געבעטן ער זאל מיטהאלטן און ער האט נישט, שפעטער האט ער שוין געוואלט און דעמאלטס זענען געווען די כהנא'ישע, די האבן נישט געוואלט.

א"ה: וואס האבן זיי געהאט קעגן דעם?
רבינו: אביסל זענען זיי געווען געכאפט שוין.

והמשיך רבינו לתאר בקוצר אמרים השתלשלות הטיילונג באונגארן ואחריו בסיגוט:
די מעשה איז געווען, ס'איז געווען אזא עמטליכע זאך די טיילונג, דאס טייטש אזוי, די רעגירונג האט געמאכט אן אסיפה - א קאנגרע"ס האט עס געהייסן - און אלע אידישע קהילות האבן געשיקט דעפוטאטן, דאס איז געווען אן עמטליכע זאך, פון אלע שטעט האבן אידישע קהלות געשיקט, כ'ווייס וויפיל, וויאזוי ס'געגאנגען, ווי גרויס ס'געווען אזויפיל האט מען געשיקט, ווען ס'געווען די אסיפה פון דעם קאנגרע"ס האט עס די מיניסטער געעפענט, און דארט איז געווען ביי די אסיפה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'געווען רוב פון די נעאלאגן און א מיעוט פון די ארטהאדאקסן, און דאס איז געווען ווי מ'זאגט אן עמטליכע זאך, די רעגירונג האט דאס באשטעטיגט דער קאנגרע"ס, דער קאנגרע"ס איז געווען געמאכט געווארן וויאזוי דאס אידישע פאלק זאל זיך פירן אין אונגארן די אלע קהילות, און ס'געווען א רוב ווי מ'רופט עס א מידזשארעט"י מיט א מינארעט"י, די מידזשארעט"י איז געווען די נעאלאגן די מינארעט"י איז געווען די ארטהאדאקסן, מ'האט געדארפט אויסוועלן א יושב ראש האבן זיי געהאט דעם יושב ראש, זיי האבן געהאט דעם טשערמא"ן ווי מ'רופט עס, די נעאלאגן, האט מען געבעטן מ'זאל מאכן אז אלע קהילות דארפן זיך פירן לויטן שלחן ערוך, דאס זאל זיין אין די שטאטוטען - ווי מ'זאגט, אזוי האבן די ארטהאדאקסן געבעטן, יענע האבן זיך אויסגעלאכט, זיי האבן געזאגט ניין, זיי האבן נישט געוואלט אריינשטעלן אזא סעיף, דאס איז געווארן די ערשטע מחלוקה.

בקיצור, איז געווען דארט האבן זיי געהאט באראטונגען אזאלכע מיטינגען, דער צד מיט יענע צד, וואס מ'האט אלס אריינגעטראכט וואס מ'זאל טוהן, און מ'האט געזען אז אלעס וואס מ'שמועסט אפ ווערט די אנדערע צד געוואהר, אלעס וואס מ'שמועסט אפ ביי די ארטהאדאקסן, וואס מ'זאגט צווישן זיך ווערט די צד שכנגד אלעס געוואהר און מ'שטערט נאכדעם, האט מען געזען אז ס'איז דא א פאררעטער, איינער וואס זאגט פאר יענעם וואס מ'שמועסט אפ, דער פאררעטער איז געווען פון סיגוט, דער האט געהייסן מ. ש. כהנא, ער איז געווען פון די כהנא'ישע, און ר' יצחק רייך איז געווען דער אנפירער פון דער צד, ער האט אים פארגעהאלטן ברבים 'דו ביסט דער פאררעטער!', און ער האט זיך זייער פארשעמט, ער איז געווארן זייער פארשעמט, נישט נאר ער, די גאנצע משפחה זיינער האט זיך געשעמט, זיי האבן געוואלט נקמה נעמען.

שפעטער מ'האט זיך ארומגעקריגט אזוי די רוב מיט די מיעוט האבן זיך ארומגעקריגט, ביז ס'איז בייגעפאלן וואס דארף מען זיך קריגן, לאמיר זיך גיין עקסטער, מ'קען נישט גיין אינאיינעם, מ'זאל מאכן צוויי עקסטערע פארטייען, צוויי עקסטערע ארגענעזאציעס, אזוי איז נולד געווארן צו מאכן אן ארטהאדאקסישע קאנצעליי, און דאס איז דורכגעגאנגען דעם אוגארישן פארלאמענט, מ'האט באשטעטיגט צו מאכן, מ'זאל זיך נישט קריגן, מאכטס צוויי קהילות, דו ווילסט זיין אזוי דו ווילסט זיין אזוי, בקיצור, האט יעדע קהילה געדארפט האבן אן אפשטימונג וואו מ'זאל געהערן, אין יעדע שטאט האט געדארפט זיין, יעדע קהילה אלע מענטשן וויפיל ווילן באלאנגען צו דעם און וויפיל ווילן באלאנגען צו דעם, אין אלע אידישע קהילות איז עס געווען, ס'האט געקענט זיין דריי, איז געווארן אזוי, ס'האט געקענט זיין ארטהאדאקסן, מ'האט געקענט ווערן נעאלאגן - די רעפארמער האבן געהייסן נעאלאגן - אדער האט מען געקענט זיין שטאטוס-קווא, שטאטוס-קווא האט געהייסן בלייבן אזוי ווי מ'איז, כ'באלאנג נישט אהער און נישט אהין.

אין אלע שטעט איז געווען וואלן, דער מהר"מ שיק האט געמוטשעט דעם ייטב לב, 'אייל זיך צו, זעה מ'זאל אויך מאכן וואלן אז מ'זאל זיך אנשליסן אין די ארטהאדאקסישע קאנצעליי', און דער ייטב לב האט עפעס געצעגערט, און ער האט אים געזאגט וועסט חרטה האבן, דער מהר"מ שיק האט אים אזוי געזאגט, וכך הוה, שפעטער ווען ער האט שוין געוואלט האבן די כהנא'ישע נישט געוואלט, ווייל די כהנא'ישע זענען געווען ברוגז אויף דעם יצחק רייך.

איז געווען דער ייטב לב האט צוזאמגערופן א מיטינג פון די גאנצע קהילה אין סיגוט, ס'שוין געווען לעת זקנתו, און די כהנא'ישע זענען דאך געווען קעגן דעם, ער האט געמאכט די מיטינג אז מ'זאל באשליסן אז מ'זאל אנשליסן אין די ארטהאדאקסישע קאנצעליי, אזוי האט געדארפט צו זיין, ביי די מיטינג איז געווען א איבערקערעניש... און דער ייטב לב איז ארויסגעגאנגען פון די אסיפה, און געוויינט 'איך האב מיך עס אין מיינע יארן דאס דערלעבט', און ער האט נישט געקענט אויספירן אז מ'זאל זיך אנשליסן, ער האט זיך נישט געקענט אנשליסן, די כהנא'ישע זיי זענען געווען די נגידים, און זיי האבן געגעבן פרנסה פאר אסאך מענטשן, מ'האט מורא געהאט פאר זיי, דער ייטב לב האט עס נישט געקענט אויספירן.

ווען דער ייטב לב איז נפטר געווארן איז דאך געווען א לוי', ער איז נפטר געווארן שבת איז געווען זונטאג די לוי', האט מען אויסגערופן ביי די לוי' אז מ'גייט פארליינען די צוואה, האט מען פארגעליינט די צוואה "דער רבי האט געלאזט צוואה מ'זאל אויפנעמען דעם טעטשער רב - דער קדושת יו"ט האט געהייסן טעטשער רב - זאל מען אויפנעמען פאר רב" -שוין, יא, מ'האט אים אויפגענומען פאר רב - "דער רבי האט אויכעט געלאזט צוואה אז מ'זאל זיך אנשליסן אין די ארטהאדאקסישע קאנצעליי אין פעסט", נו, ס'געווען ביי די לוי' קיינער האט זיך נישט געטרויעט צו זאגן (להיפך), ס'געווען לפני מטתו, איז געגאנגען די צד, ר' משה ארי' פריינד איז געווען אנפירער פון די צד, און ער האט צוזאמגעשטעלט א פראטאקאל אז ס'איז געווען אן אסיפה פון קהל, - אן אסיפה פון קהל האט ער געמיינט אז די לוי' איז געווען די אסיפה פון גאנץ קהל, ווייל די גאנצע שטאט איז דאך דארט געווען- און מ'האט באשלאסן אז מ'שליסט זיך אן אין פעסט אין די קאנצעליי, און ר' יצחק רייך ער האט דאך אנגעפירט די קאנצעליי, האט ער געזאגט אז דער מעיאר פון שטאט דארף באשטעטיגן אז ס'איז געווען אזא מיטינג, און אז ס'קומט אן אזוי עמטליך, פון די לאקע"ל אז ס'קומט אן אז ס'געווען אזא מיטינג, דעמאלטס קומט עס אן אין די צענטרע"ל גאווערמענ"ט אין פעסט אין די הויפט-שטאט, דעמאלטס וועט מען באשליסן אז די שטאט סיגוט האט געוואו"ט זיך אנצושליסן אין דעם, ווייל די רעגירונג האט דאס קאנטראלירט, דאס איז נישט געווען אזא מעשה.

איז געווען דארט א גוי א מעיאר און ר' משה ארי' איז געגאנגען און האט אים אונטערגעשמירט געלט, מ'האט אים געצאלט אביסל געלט אז ער זאל שרייבן אז ס'געווען א מיטינג, זענען געגאנגען די אנדערע, די כהנא'ישע, זיי זענען אויך נישט געווען קיין בטלנים, -מיינסט אז זיי זענען געווען בטלנים? זיי זענען אויך נישט געווען קיין בטלנים-, זיי האבן גע'טענה'עט אז צו מאכן א מיטינג דארף מען קודם 'רופן' א מיטינג, ס'דארף זיין א צעטל אז מ'רופט א מיטינג און דאס איז די סדר היום, זיי האבן נישט געקענט זאגן אז ס'איז נישט געווען ווייל א לוי' איז געווען, מ'האט אויסגערופן, אבער ס'נישט געווען קיין מיטינג פריער וואו מ'זאל באשטימען דעם מיטינג מיט'ן סדר היום, ממילא איז עס נישט גילטיג, ס'נישט קיין עמטליכע זאך, איז ער (ר' משה ארי') געגאנגען האט ער געזאגט אז ס'איז יא געווען, און די (כהנא'ישע) האבן געזאגט אז ס'איז נישט געווען, דער מעיאר האט געדארפט יעצט פסק'ענען צו סאיז יא געווען צו ס'איז נישט געווען, ווייל אויב ס'איז געווען דעמאלטס האט מען באשלאסן און אויב נישט האט מען נישט באשלאסן, דער ר' משה ארי' האט באצאלט פאר אים, ער האט אבער פארשטאנען אז פונקט ווי ער געבט געלט געבט יענער אויך, יענער איז אויך נישט קיין בטלן, איז ער געגאנגען ר' משה ארי', און ער האט אונטערגעשמירט דעם סעקרעטאר, דעם סעקרעטער"י, און ער האט אים געזאגט ווער מיר געוואהר וואס דער (מעיאר) האט אפגעשריבן - ווייל ער האט געדארפט געבן א רעפאר"ט אהין צו די הויפטשטאט -, ווער מיר געוואהר וואס ער האט אפגעשריבן.

אין א שיינעם טאג איז ער אים מודיע -דער סעקרעטאר- אז ער האט אפגעשריבן א בריוו אזויווי יענע, די כהנא'ישע, די האבן בעסער באצאלט, מער באצאלט, האט ער געשריבן אזוי, ער איז דאך דער סעקרעטערי ער האט עס דאך געשריבן. האט ער (ר' משה ארי') אים נאכאמאל געצאלט [און ער האט אים געבעטן] 'שיק עס נישט. האלט עס אפ'.

אינמיטן די נאכט, ר' משה ארי' טוט זיך אן אזוי אזא ראק אן אויבער-מלבוש אויפן נאכט-העמד ווי מ'רופט עס, איינס אזייגער אויפדערנאכט גייט ער אריבער אזוי צו דעם מעיאר, ער איז שוין לאנג געפאפן, און ער קלאפט אין טיר פון דעם פריץ, און ער קלאפט און קלאפט אויפן טיר ביז א משרת איז געקומען צום טיר און ער זעהט אים אזוי אינמיטן די נאכט, 'וואס וויל ער?'.

ער עפענט דעם טיר 'וואס ווילסטו?'
"איך מוז רעדן צום פריץ שוין! אומר ועושה!"
זאגט ער 'ער שלאפט, ס'איז אינמיטן די נאכט!'
"דו מוזט אים אויפוועקן, זאלסט וויסן זיין לעבן איז אין א סכנה, דו מוזט אים אויפוועקן איך זאג דיר זיין לעבן איז אין א סכנה!"

ער הערט אזאלכע ווערטער, - ער האט אים געקענט, ער איז געווען אן איש נכבד אין שטאט ר' משה ארי', - גייט ער אריין צום פריץ ער וועקט אים אויף אינמיטן די נאכט און זאגט אים אז 'פריינד באטשי' איז דא און 'פריינד' זאגט אז איך זאל דיר אויפוועקן, ער האט מיט דיר צו רעדן דארט, דיין לעבן איז אין א סכנה.
ער הערט אזוי, גוט, אקעי, ער האט זיך אנגעטוהן און אנגעצינדן א לעכט, ער קומט אריין ער נעמט אים אויף און פרעגט אים וואס גייט פאר?

זאגט ער, "כ'וועל דיר זאגן, דו ווייסט דאך איז אונזער רבי איז יעצט געשטארבן" - יא, אוודאי, ער האט געוואוסט - "איך גיי אלס ארויס אויפן ציון מתפלל זיין, כ'בין מתפלל פאר אלע גוטע פריינט און כ'בין מתפלל פאר דיר פאר דיין ווייב און פאר דיינע קינדער פאר אלעס גוטן, די נאכט, כ'בין געשלאפן, כ'זעה דעם רבי'ן אין חלום, די רבי זאגט מיר 'דו האסט היינט מתפלל געווען אויף מיין קבר אז איך זאל זעהן אין הימל צו פועל'ן פאר דעם פריץ אזוי אלעס?' זאג איך 'יא!' - כ'בין היינט געווען - זאגט ער 'איך גיי אים היינט נאכט דערווערגן!', איך בין שטיין געבליבן, 'דער פריץ איז דאך אזא גוטער מענטש?!' 'א גוטער מענטש? אזא באנדיט! ער האט היינט אפגעשריבן אזא ליגט באריכט האט ער אפגעשריבן!' זאג איך 'רבי, ס'קען נישט זיין, ער האט מיר צוגעזאגט!' 'כ'ווייס נישט וואס ער האט דיר צוגעזאגט, איך ווייס וואס ער האט געטוהן! און אז דאס האט ער געטאהן, איך גיי היינט נאכט גיין, ער גייט כאפן א פגירה היינט נאכט! נאך היינט נאכט!'".

דער הערט דאס אויס, דער ווערט בלאס, קיינער האט דאך נישט געוואוסט וואס ער האט אפגעשריבן, ער האט עס אפגעשריבן קיינער האט נישט געוואוסט, האט ער געזעהן אז ס'איז אמת וואס ער זאגט, ער הייבט אן ציטערן, זאגט ער 'כ'האב דאך שוין אוועקגעשיקט דעם בריוו, וואס קען איך שוין טוהן?' "ניין, די רבי האט געזאגט אז די בריוו איז נאך דא!", 'לאמיך גיין זעהן!', ער איז אריינגעגאנגען דארט און ער עפענט די לעדל און ער טרעפט דעם בריוו, זעהט ער דאך ממש אז ס'איז אלעס אמת, ער ציטערט מיט א שרעק אזוי, 'וואס זאל איך טוהן?' "וואס הייסט, צורייס די בריוו! שוין צורייס דעם בריוו!", ער גייט, ער נעמט דעם בריוו ער צורייסט עס, 'וואס זאל איך טוהן?' "שרייב אפ א בריוו!", ער האט זיך אראפגעזעצט דארט אזוי ויהי בחצי הלילה, ער האט זיך אראפגעזעצט אזוי דארט און אנגעהויבן צו שרייבן א בריוו אז ס'געווען א מיטינג, מ'האט גערופן, און ס'געווען דאס און ס'געווען דאס, אלעס, וואס ער האט אים אלס פארגעזאגט, ער האט אים אלעס געשריבן, און ער געבט אים 'נאדיר דעם בריוו און גיי ארויס אויפן ציון און זאג פאר דיין רבי'ן אז איך האב אלעס געשריבן!'.
און אזוי האט ער גענומען דעם בריוו, ער האט אוועקגעשיקט דעם בריוו און ס'אנגעקומען אהין, און אז ס'אנגעקומען א בריוו אזוי, האט די רעגירונג אין פעסט באשטעטיגט אז סיגוט האט זיך אנגעשלאסן אין די ארטאהדאקסישע קאנצעליי.

און דעי (כהנא'ישע) האבן געוואוסט אז זיי האבן באצאלט, און זיי האבן געוואוסט אז ס'גייט קומען אזא בריוו, אויפאיינמאל ווערן זיי געוואהר אז ס'איז אנגעקומען א באשטעטיגונג אז מ'האט זיך אנגעשלאסן, זיי האבן נישט געוואוסט וואס ס'געשעהן זענען זיי געלאפן צו דעם מעיאר "וואס איז געשעהן? וואס האסטו געטוהן?!", האט ער זיי פארציילט "וואס הייסט, די רבי האט געהייסן"..., הקיצור, אזוי האט זיך סיגוט אנגעשלאסן אין די ארטאהדאקסישע קאנצעליי, האבן זיי זיך אפגעטיילט און זיי האבן זיך א נאמען געגעבן 'זעלבסשטעדיגע ספרדים', זיי האבן זיך אפגעטיילט.


--
קאמענטארן זענען וועלקאם אין אישי.
איך בין דא!

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג יוני 30, 2020 2:22 pm

WOW!!!
סופער, רייכע אריגינעלע היסטאריע,
KEEP IT COMING
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך אלטער » דינסטאג יוני 30, 2020 2:34 pm

זייער שיין! און אדאנק פארן עפענען דעם אשכול

עס איז דא צו קויפן ביי קרן שמואל ישעי סידיס וואס זיי האבן א נאמען געגעבן פלאי פלאים, זייער אינטערעסאנטע שמועסן מיט מעשות פון פארגאנגענע נסיעות אדער לחיים ביי יארצייטן

https://www.koltorahonline.com/catalogs ... LEI+PALUIM
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
צושליסן
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך צושליסן » דינסטאג יוני 30, 2020 2:42 pm

א גרויסן שכח פארן עפענען דעם אשכול

אוועטאר
צושליסן
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך צושליסן » דינסטאג יוני 30, 2020 2:43 pm

און די גליון פון התאחדות אברכים ירושלים לייגן זיי לעצטנס אריין סופורי קודש

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך אלטער » דינסטאג יוני 30, 2020 2:53 pm

דער ייטב לב איז אמאל געשטאנען ביים פענסטער וואס זיין הויז איז געווען נעבן די מיטן פון די שטאט, יענע טאג איז פארגעקומען אויפן מארק ווי מ'האט געוויזן בילדער פון שטעט, און פארשטייט זיך אז די בחורים האבן נישט געטארט גיין, האט ער געזען ווי א בחור קומט צוריק פון דארט, האט ער עם אריין געריפן און געפרעגט אויב ער האט געזען שטעט, זאגט ער יא, האט ער עם אויס געפרעגט אפאר שטעט אויב ער האט געזען. (דעמאלץ ווען מ'פלעגט געבן א פראסק פאר איינעם האט מען געזאגט אז ער זעט 'קראקע'... במקום שטערנס...) האט ער עם געפרעגט קראקע האסטו געזען? זאגט ער ניין! האט ער עם דערלאנגט א פראסק אין פנים אריין 'יעצט זעסטו קראקע'
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
הודו להשם
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אין אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך הודו להשם » דינסטאג יוני 30, 2020 3:07 pm

דער זיידע ז"ל דער ייטב לב איז געבוירן תקס"ח און ער האט בר מצוה געהאט תקפ"ג, ער האט חתונה געהאט בערך אין די צייט, דעמאלטס איז געווען די מנהג צו מאכן אן ארימע סעודה, דעמאלטס זענען געווען די ארימעלייט עכטע ארימעלייט, און זיי האבן פשוט נישט געהאט וואס צו עסן, האט מען געמאכט א סעודה א נאכט פאר די חתונה, מען האט צוגעשטעלט צו עסן פאר יעדן, און מען האט אויך צוגעגעבן פאר יעדען אביסל געלט.

האט מען דא אויך פאר די חתונה געמאכט א ארימע סעודה, און דער ישמח משה איז געזיצן אין א שטיבל אין די זייט, און ער האט געשיקט דעם מחותן דער טאלאטשעווער רב זאל טיילן מטבעות פאר די ארימעלייט, און ער איז ארומגעגאגען טיילן מטבעות, ער איז אנגעקומען צו איין ארימאן, און ער רופט זיך אן 'איך נעם נישט אזוי ווייניג', אז מ'וועט מיר געבן כך וכך, דאס נעמט ער, און ער האט געזאגט עפעס א סכום נכבד, זאגט אים דער טאלאטשעווער רב איך קען דיר געבן דאפעלט, אבער נישט מער, זאגט ער אז מ'גיבט נישט כך וכך, נעם איך נישט, נו, אז נישט איז נישט, איז ער געגאנגען ווייטער, דער טאלטשאווער רב האט זיך אבער נישט גוט געפילט פון די מעשה, איז ער אים שפעטער נאכאמאל צוגעקומען פרעגן אפשר ווילסטו נעמען כפל, אדער אביסל מער, אבער ער האט נישט געוואלט נעמען ביז מ'גיבט אים נישט כך וכך, עס איז דאך נישט געווען זיין געלט, איז ער געגאנגען ווייטער אויסטיילן פאר'ן גאנצען עולם, און ער איז נאכדעם אריין צום ישמח משה דערציילן וואס ס'גייט פאר.

האט דער ישמח משה געזאגט לאמיר זעהן ווער ס'איז, און ער האט אים געוויזן, זאגט דער ישמח משה "ער איז א פלאם פייער, גיט אים וויפל ער בעט", דער ארימאן איז געווען דער רבי ר' הערש, ווען ער איז נאך געווען באהאלטן, און ער האט אים אנגעוואונטשן, אז פון דעם זיווג זאל ארויסקומען דורות וואס זאלן באלייכטן די וועלט ביז משיח וועט קומען.

עס זענען אמאל געזיצן די קינדער פונעם ייטב לב, און זיי האבן גערעדט אויף וועם פון די קינדער די ברכה גייט ארויף, און מ'איז געבליבן אז ער האט יעדן געמיינט, דער פעטער ז"ל האט אמאל פארציילט די מעשה, האט מען אויך ארום גערעדט וועמען ער האט געמיינט, האט ער געזאגט ער האט געמיינט א יעדן איינעם.

דער טאלטשאווער רב איז ארויף וואוינען אין ארץ ישראל, פאר ער איז ארויף, איז ער ארומגעפארן אין חוץ לארץ, און ער איז זיך געגאגען געזעגענען ביי אלע רבי'ס, איז ער אויך געווען אין רימנוב ביים רבי'ן ר' הערש, ער איז שוין דעמאלטס געווען א גרויסע רבי, האט ער אים געזאגט, "נו! ס'האט זיך געלוינט צו געבן די געלט?!", און ער האט דעמאלטס כופל געווען, נאכאמאל אנגעוואונטשן די זעלבע ברכה.
איך בין דא!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יוני 30, 2020 3:17 pm

הודו להשם האט געשריבן:דער זיידע ז"ל דער ייטב לב איז געבוירן תקס"ח און ער האט בר מצוה געהאט תקפ"ג,


צ"ל תקפ"א
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך טרעוולער » דינסטאג יוני 30, 2020 3:20 pm

הודו להשם האט געשריבן:די פאלגענדע איז ווארט ביי ווארט פון א שמועס א' בהעלותך תשע"ה איבערן טיילונג אין סיגוט (כ'האב ארויסגענומען ממש געציילטע ווערטער, און אויך צום סוף פון די שמועס).
--


אחד הנוכחים: אין סיגוט איז געווען א טיילונג?
רבינו: אין סיגוט איז געווען א טיילונג, יא, שפעטער, נישט בים ייטב לב'ס צייטן, נאר ביים קדושת יו"ט'ס צייטן, דער ייטב לב, אנהויב האט ער געצעגערט אביסל, אנהויב ווען ס'איז געווען דער טיילונג האט ער געצעגערט, און שפעטער האט ער שוין געוואלט האט ער שוין נישט געקענט, דער מהר"מ שיק האט אים געבעטן ער זאל מיטהאלטן און ער האט נישט, שפעטער האט ער שוין געוואלט און דעמאלטס זענען געווען די כהנא'ישע, די האבן נישט געוואלט.

א"ה: וואס האבן זיי געהאט קעגן דעם?
רבינו: אביסל זענען זיי געווען געכאפט שוין.

והמשיך רבינו לתאר בקוצר אמרים השתלשלות הטיילונג באונגארן ואחריו בסיגוט:
די מעשה איז געווען, ס'איז געווען אזא עמטליכע זאך די טיילונג, דאס טייטש אזוי, די רעגירונג האט געמאכט

איז געווען דארט א גוי א מעיאר און ר' משה ארי' איז געגאנגען און האט אים אונטערגעשמירט געלט, מ'האט אים געצאלט אביסל געלט אז ער זאל שרייבן אז ס'געווען א מיטינג, זענען געגאנגען די אנדערע, די כהנא'ישע, זיי זענען אויך נישט געווען קיין בטלנים, -מיינסט אז זיי זענען געווען בטלנים? זיי זענען אויך נישט געווען קיין בטלנים-, זיי האבן גע'טענה'עט אז צו מאכן א מיטינג דארף מען קודם 'רופן' א מיטינג, ס'דארף זיין א צעטל אז מ'רופט א מיטינג און דאס איז די סדר היום, זיי האבן נישט געקענט זאגן אז ס'איז נישט געווען ווייל א לוי' איז געווען, מ'האט אויסגערופן, אבער ס'נישט געווען קיין מיטינג פריער וואו מ'זאל באשטימען דעם מיטינג מיט'ן סדר היום, ממילא איז עס נישט גילטיג, ס'נישט קיין עמטליכע זאך, איז ער (ר' משה ארי') געגאנגען האט ער געזאגט אז ס'איז יא געווען, און די (כהנא'ישע) האבן געזאגט אז ס'איז נישט געווען, דער מעיאר האט געדארפט יעצט פסק'ענען צו סאיז יא געווען צו ס'איז נישט געווען, ווייל אויב ס'איז געווען דעמאלטס האט מען באשלאסן און אויב נישט האט מען נישט באשלאסן, דער ר' משה ארי' האט באצאלט פאר אים, ער האט אבער פארשטאנען אז פונקט ווי ער געבט געלט געבט יענער אויך, יענער איז אויך נישט קיין בטלן, איז ער געגאנגען ר' משה ארי', און ער האט אונטערגעשמירט דעם סעקרעטאר, דעם סעקרעטער"י, און ער האט אים געזאגט ווער מיר געוואהר וואס דער (מעיאר) האט אפגעשריבן - ווייל ער האט געדארפט געבן א רעפאר"ט אהין צו די הויפטשטאט -, ווער מיר געוואהר וואס ער האט אפגעשריבן.

אין א שיינעם טאג איז ער אים מודיע -דער סעקרעטאר- אז ער האט אפגעשריבן א בריוו אזויווי יענע, די כהנא'ישע, די האבן בעסער באצאלט, מער באצאלט, האט ער געשריבן אזוי, ער איז דאך דער סעקרעטערי ער האט עס דאך געשריבן. האט ער (ר' משה ארי') אים נאכאמאל געצאלט [און ער האט אים געבעטן] 'שיק עס נישט. האלט עס אפ'.

אינמיטן די נאכט, ר' משה ארי' טוט זיך אן אזוי אזא ראק אן אויבער-מלבוש אויפן נאכט-העמד ווי מ'רופט עס, איינס אזייגער אויפדערנאכט גייט ער אריבער אזוי צו דעם מעיאר, ער איז שוין לאנג געפאפן, און ער קלאפט אין טיר פון דעם פריץ, און ער קלאפט און קלאפט אויפן טיר ביז א משרת איז געקומען צום טיר און ער זעהט אים אזוי אינמיטן די נאכט, 'וואס וויל ער?'.

ער עפענט דעם טיר 'וואס ווילסטו?'
"איך מוז רעדן צום פריץ שוין! אומר ועושה!"
זאגט ער 'ער שלאפט, ס'איז אינמיטן די נאכט!'
"דו מוזט אים אויפוועקן, זאלסט וויסן זיין לעבן איז אין א סכנה, דו מוזט אים אויפוועקן איך זאג דיר זיין לעבן איז אין א סכנה!"

ער הערט אזאלכע ווערטער, - ער האט אים געקענט, ער איז געווען אן איש נכבד אין שטאט ר' משה ארי', - גייט ער אריין צום פריץ ער וועקט אים אויף אינמיטן די נאכט און זאגט אים אז 'פריינד באטשי' איז דא און 'פריינד' זאגט אז איך זאל דיר אויפוועקן, ער האט מיט דיר צו רעדן דארט, דיין לעבן איז אין א סכנה.
ער הערט אזוי, גוט, אקעי, ער האט זיך אנגעטוהן און


--
קאמענטארן זענען וועלקאם אין אישי.

קען מען היינט נאכקוקן דעם אינהאלט פון דעם בריעוו אין די אוגארישע ארכיוון?
וואלט געווען גאר אינטערסאנט צו זעהן דעם בריעוו, מיט א דאטום, גלייך נאכדעם וואס דער יט"ל זי"ע איז אוועק.

כבוד
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

Re: סיפורי צדיקים פארציילט דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)

תגובהדורך כבוד » דינסטאג יוני 30, 2020 3:34 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער הייליגער ייטב לב איז אמאל אריינגעקומען צום טיש ר״ה אויפדערנאכט, והנה, איין חלה פעלט. (אדער האט געפעלט א חלק דערפון).

מעשה שהיה כך היה, א בחור׳ל איז הונגעריג געווען, ער האט נישט געקענט אדורכטראגן ביז נאכן דאווענען.. האט ער זיך געוואשן אויפן רבינס (דער ראש הישיבה׳ס) בארכע. ווען דער ייטב לב האט דאס באמערקט האט ער אויסגערופן אז ווער עס האט עס אוועקגענומען זאל מוחל זיין און אפיר קומען. דער בחור׳ל האט בלית ברירה ארויפגעקומען און מודה געווען אויפן גניבה. זאגט אים דער הייליגער ייטב לב, ״ראש השנה ברויך מען עסן דעם המוציא מיט האניג, האסטו געהאט האניג?״ האט דער בחור געענפערט ״מים גנובים ימתקו״.

למעשה האט דער הייליגער ייטב לב געהאט א קפידא וואס האט ליידער געהאט א השפעה אויף דעם בחור.



דער רבי שליט"א האט דאס פארציילט?
ווען?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יודל קליין און 5 געסט