בשם כל ישראל האט געשריבן:פון וועלכע יאר און ביז וועלכע יאר איז ער געווען די בעל תפילה שחרית ימים נוראים אין בעלזא?
ער איז געווען בעל תפילה שחרית יום כיפור ביי די יארן תשל"ו-תשל"ז בחייו פון די בעל תפילה ר' אברהם לייב ע"ה וואס צוליב שוואכקייט האט נישט געקענט צוגיין יו"כ צום עמוד.
פון תשל"ח, ווען ר' אברהם לייב האט זוין נישט געלעבט האט ער ממשיך געווען אויף די שחריתים פון ראש השנה.
עס האט זיך אויפגהערט דאכט זיך מיר תשע"ה-תשע"ו.
איך גדענק נשיט פונקטליך וועלכע יאהר, אבער עס איז געווען צושטייטליך.
איין יאר האט ער דעדאוונט נאר יום כיפור, און איין יאהר האט זיין זוהן איהם איבערגענומען אינמיטן שמונה עשרה.
למעשה האט ער זוכה געווען אז די עולם גדענקט איהם מיטן גוטע הארציגע שטימע.