רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ב' ניסן

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:29 am

איינפאכער איד האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:גיוס בנות איז א ראיה צו אנדערע זאכן? איר ווייסט אז רצ״פ פראנק ועוד הרבה מרבני האגודה זענען געווען ביי די הפגנה אין ירושלים?

כ'האב בלויז זיך באצויגן צו וואס איינער שרייבט אז דער סקווערער רבי זי"ע "האט נישט אנטייל גענומען ביי קיין איינע פון די פראטעסטן", פארשטענדליך?

קוקט'ס וואס @לעגא האט געשריבן עטליכע תגובות צוריק.
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:13 pm

ישרן האט געשריבן:איך האב געהאפט דו וועסט האבן שכל און נישט ברענגען דעם לעצטן שטיקל פון די בריוו... יעצט פאנגט זיך אן די דריטע וועלט מלחמה...
און סאיז אינטערעסאנט צו באמערקן אז צווישן די שורות פון הרבי מסקווירא זעהט מען קלאר אז עס איז אים נישט ניחא געווען די ענין פון בחירות.

איך זעה נישט וואס דער בריוו דארף צו ברענגן א דריטע וועלט מלחמה...
פאר קיינעם דאכט זיך נישט אז דער בעלזער רב האט געשטיצט די הקמת המדינה, אדער צוגעשטימט דערצו, נאר ווער עס איז אביסל באקאנט מיטן צוגאנג פונעם בעלזער רב בנוגע ענטפערן אזוינע שאלות וואס איז נוגע אידן, ווייסט אז פון בעלזער רב איז נישט ארויס קיין שלעכט ווארט אויף קיין שום איד, און ווען דער סקווערער רבי פרעגט אן איבער דעתו הק' בענין המדינה, ווען עס דערקענט זיך פונעם בריוו אז די חלק השלילי שבו פארשטייט ער אליינס, האט דער בעלזער רב פשוט געטראפן ארויסצוברענגן א געוויסע חלק הטוב פון די מדינה אז "צום האנט איז עס א ישועה פאר אידן", ווי ער זאגט ווען: אהן אריינגיין אין די נעגעטיווע חלק דערפון, איז פארט פאראן אויפן פלאץ עפעס א דבר טוב דערין... [וכעין מאמרם ז"ל ביים חורבן הבית, אז דערפאר שטייט "מזמור" לאסף, און נישט "קינה" לאסף, ווייל "שפך הקב"ה חמתו על עצים ואבנים", אז טראץ דעם גרויסן חורבן, איז עס צום האנט געווען א גוטע זאך פאר אידן...]
איינער האט עס אפשר אנדערש אפגעלערנט?

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » זונטאג דעצמבער 01, 2019 3:50 pm

ווען מ'קען אפלערנען קרום פארוואס אפלערנען גלייך?!

די סיבה פארוואס פאנגט זיך נישט אהן א דריטע וועלט מלחמה, איז נישט צוליב אזעלכע סארט פשעטלעך, נאר פשוט ווייל די בריוו איז גאר גאר אלטע נייעס.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג דעצמבער 01, 2019 5:10 pm

געדיך אוואש האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:איך האב געהאפט דו וועסט האבן שכל און נישט ברענגען דעם לעצטן שטיקל פון די בריוו... יעצט פאנגט זיך אן די דריטע וועלט מלחמה...
און סאיז אינטערעסאנט צו באמערקן אז צווישן די שורות פון הרבי מסקווירא זעהט מען קלאר אז עס איז אים נישט ניחא געווען די ענין פון בחירות.

איך זעה נישט וואס דער בריוו דארף צו ברענגן א דריטע וועלט מלחמה...
פאר קיינעם דאכט זיך נישט אז דער בעלזער רב האט געשטיצט די הקמת המדינה, אדער צוגעשטימט דערצו, נאר ווער עס איז אביסל באקאנט מיטן צוגאנג פונעם בעלזער רב בנוגע ענטפערן אזוינע שאלות וואס איז נוגע אידן, ווייסט אז פון בעלזער רב איז נישט ארויס קיין שלעכט ווארט אויף קיין שום איד, און ווען דער סקווערער רבי פרעגט אן איבער דעתו הק' בענין המדינה, ווען עס דערקענט זיך פונעם בריוו אז די חלק השלילי שבו פארשטייט ער אליינס, האט דער בעלזער רב פשוט געטראפן ארויסצוברענגן א געוויסע חלק הטוב פון די מדינה אז "צום האנט איז עס א ישועה פאר אידן", ווי ער זאגט ווען: אהן אריינגיין אין די נעגעטיווע חלק דערפון, איז פארט פאראן אויפן פלאץ עפעס א דבר טוב דערין... [וכעין מאמרם ז"ל ביים חורבן הבית, אז דערפאר שטייט "מזמור" לאסף, און נישט "קינה" לאסף, ווייל "שפך הקב"ה חמתו על עצים ואבנים", אז טראץ דעם גרויסן חורבן, איז עס צום האנט געווען א גוטע זאך פאר אידן...]
איינער האט עס אפשר אנדערש אפגעלערנט?

כ׳וואלט נישט אריינגעגאנגען בעצם דעתו פון הרה״ק מבעלזא זי״ע, אלץ הוי זהיר בגחלתן, מ׳קען אמאל שרייבן עפעס דמשתמע לתרי אנפין..

דו ברענגסט ארויס אז, פאר קיינעם דאכט זיך נישט, אז ס׳איז געווען אן הסכמה פון די היימישע גאס לעצם הקמת המדינה.

אין אידיש זאגט מען, Let’s set the records straight,
רי״מ לוין, האט גע׳חתם׳עט די Declaration of Independence פון די מדינה, דאס מיינט, עצם הקמת המדינה. אמת טאקע, ס׳איז נישט באקאנט אז די שריט איז געווען בהסכמת הרבנים. אבער די גרעסטע מצוה אין די היימישע גאס, איז אין יענע תקופה געוועהן צו ׳שטיצן איטשע מאיר׳ס אגודה׳.
פיפציג יאהר שפעטער קען מען עס ספינען וויאזוי מ׳וויל. אבער מ׳קען זיכער נישט זאגן ׳קיינעם דאכט זיך נישט׳. וד״ל.

לגבי דיין עיקר נקודה, עס מדמה צו זיין צו שפך חמתו על עצים ואבנים, און צו ס׳דא וואס זענען מחולק מיט דעם...
יא, ס׳איז דא וואס האלטן אז דאס איז די גרעסטע אומגליק וואס האט באטראפן כלל ישראל, ווען נישט דעס וואלט שוין זיכער געווען די גאולה השלימה, און עס האט נישט קיין שום פאזיטיווע חלק. זיי האלטן אויך, אז אזא מחשבה איז כנגד התורה.
עד כאן דעת תורה. אבער אפילו בעל בתיש גערעדט, האלטן זיי אויך אז ס׳איז בכלל נישט געווען, און אויך נישט היינט, בעסער פאר אידן אין א״י ווי אין נ״י.

(ואין כאן שום דמיון מעשה רשעים למעשה הקב״ה בחורבן הבית. דארט איז כלל ישראל נישט געווען ערליך, זענען געווארנט געווארן ע״י עבדיו הנביאים, און זיי האבן נישט געפאלגט, די חרון אף איז געווען גרויס, ושפך חמתו על עצים, און ס׳איז נישט געווען כלי׳ ח״ו. משא״כ דא, וואס אידן בעלי בחירה, האבן געמאכט א מרידה בשם וכו׳.)

מ׳דארף נישט מאכן א דריטע וועלט מלחמה...
דעס איז just another prospective.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:11 am

וואס איז דער באדייט פון די ווערטער?
איז דער סקווירא רבי טאקע געווען די איינציגסטער טשערנובלער אייניקל וואס האט 'געפירט טיש' לכל הפחות ביז שנת תשי"ז?
צוגעלייגטע
סקווירא טיש.jpg
סקווירא טיש.jpg (172.53 KiB) געזעהן 860 מאל

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:44 am

ישלהוסיף האט געשריבן:וואס איז דער באדייט פון די ווערטער?
איז דער סקווירא רבי טאקע געווען די איינציגסטער טשערנובלער אייניקל וואס האט 'געפירט טיש' לכל הפחות ביז שנת תשי"ז?


און וואס איז מיט סקווירא ב"פ? און אפילו באבוב איז אויך געווען א טשערנאבלער אייניקל...

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 11:58 am

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:וואס איז דער באדייט פון די ווערטער?
איז דער סקווירא רבי טאקע געווען די איינציגסטער טשערנובלער אייניקל וואס האט 'געפירט טיש' לכל הפחות ביז שנת תשי"ז?


און וואס איז מיט סקווירא ב"פ? און אפילו באבוב איז אויך געווען א טשערנאבלער אייניקל...


איך האב אויך געטראכט דערפון, נאך מער פון דעם דער בעלזא רב איז דאך זעלבסט אליינס געוועזען א טשערנובלער אייניקל, רבי ישכר דוב איז געווען א אייניקל פון רבי אהרן טשערנובלער. אפשר האט ער געמיינט 'פירן טיש' לויטן טשערנובלער נוסח, וואט עווער דעט מינס, ער זאגט "איך בין די איינציגסטער געבליבן פון טשערנוביל".

דער קשיא וועט זיין וואס מיינט 'פירן טיש'? אז איינער פירט טיש אבער ער נישט קיין חסידים וואס קומען צו אים, הייסט עס נישט געפירט טיש? אויב האב איך געסט הייסט דאס אז איך פיר טיש פאר זיי (א שטייגער ווי אין יאס קולעראש בוקערעסט בארא פארק, וד"ל)?

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג דעצמבער 02, 2019 12:08 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:וואס איז דער באדייט פון די ווערטער?
איז דער סקווירא רבי טאקע געווען די איינציגסטער טשערנובלער אייניקל וואס האט 'געפירט טיש' לכל הפחות ביז שנת תשי"ז?


און וואס איז מיט סקווירא ב"פ? און אפילו באבוב איז אויך געווען א טשערנאבלער אייניקל...




דער קשיא וועט זיין וואס מיינט 'פירן טיש'? אז איינער פירט טיש אבער ער נישט קיין חסידים וואס קומען צו אים, הייסט עס נישט געפירט טיש? אויב האב איך געסט הייסט דאס אז איך פיר טיש פאר זיי (א שטייגער ווי אין יאס קולעראש בוקערעסט בארא פארק, וד"ל)?

וואס דאס מיינט פירן טיש ווייסעך נישט, אבער דער רבי ז"ל האט אלעמאל - א שטייגער ווי אין יאס קולעראש בוקערעסט בארא פארק וויליאמסבורג - פראבירט צו האבן א מנין ביים טיש. [איינמאל האבן די מקורבים געבעטן אז ער זאל אריינקומען אביסל שפעטער [אדער פריער?...] צום טיש פרייטאג צונאכטס ווייל אזוי וועלן זיין מער מענטשן, האט ער צוריקגעפרעגט "צען איז דא?!" - דהיינו אויב ער האט מנין דארף ער נישט מער.]

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 8:52 am

שטיקל גבאי האט געשריבן:ר' מאטעלע איז צוויי מאל אן איידעם, איין מאל איז ער געווארן אן איידעם פארן קריג נאך אין יאס, אין זיין רעבעצין הרבנית מלכה ע"ה איז אוועק א דריי פערטל יאר נאך די חתונה פון א קראנקהייט, נאכדעם האט אים הרה"ק מסקווירא נאך אמאל גענומען פאר אן איידעם, צו זיין טאכטער הרבנית סימא מירל ע"ה.


מצבה פין רעבעצען הרבנית מלכה פייגא ע"ה טאכטער פין סקעווערע רבין זצ"ל
צוגעלייגטע
_20200312_150822.JPG
_20200312_150822.JPG (420.58 KiB) געזעהן 439 מאל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 12:18 pm

שטיקל גבאי האט געשריבן:ר' מאטעלע איז צוויי מאל אן איידעם, איין מאל איז ער געווארן אן איידעם פארן קריג נאך אין יאס, אין זיין רעבעצין הרבנית מלכה ע"ה איז אוועק א דריי פערטל יאר נאך די חתונה פון א קראנקהייט, נאכדעם האט אים הרה"ק מסקווירא נאך אמאל גענומען פאר אן איידעם, צו זיין טאכטער הרבנית סימא מירל ע"ה.


vish.jpg
vish.jpg (83.53 KiB) געזעהן 391 מאל

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

ב' ניסן - תש"פ

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:52 pm

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ב' ניסן

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:56 pm

ואס טוט מען מיט א טיש, עלייה לציון, סיום משניות וחלוקת לקח ובראנפען היי יאר?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ב' ניסן

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:15 pm

זי"ע ועכי"א
די אייבישטער זאל העלפן אז בזכות פין די גרויסע איד, זאל מגין זיין פאר גאנץ כלל ישראל, מיט רפואות ישועות, אין אלע חולה ישראל זאל האבן א רפו"ש אין פין היינט אין ווייטער זאל זיין נאר אך טוב וחסד כולו רחמים וחסדים אכי"ר
متخصص نسبت داده شده است

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re:

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג מארטש 27, 2020 10:57 am

יערסלוב האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:ר' מאטעלע איז צוויי מאל אן איידעם, איין מאל איז ער געווארן אן איידעם פארן קריג נאך אין יאס, אין זיין רעבעצין הרבנית מלכה ע"ה איז אוועק א דריי פערטל יאר נאך די חתונה פון א קראנקהייט, נאכדעם האט אים הרה"ק מסקווירא נאך אמאל גענומען פאר אן איידעם, צו זיין טאכטער הרבנית סימא מירל ע"ה.


מצבה פין רעבעצען הרבנית מלכה פייגא ע"ה טאכטער פין סקעווערע רבין זצ"ל
צוגעלייגטע
פיגא מלכה - מציבה.jpg
פיגא מלכה - מציבה.jpg (461.88 KiB) געזעהן 139 מאל
פיגא מלכה - אהל.jpg
פיגא מלכה - אהל.jpg (474.36 KiB) געזעהן 139 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22890
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:00 am

אינטערעסאנט אז מ'האט נאכנישט אראפגענומען דעם קריצער'ס חותם אויף גוי'איש.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ב' ניסן

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:02 am

מציבת הרבנית סימא מירל ע"ה
צוגעלייגטע
2018-07-18 22.50.16.jpg
2018-07-18 22.50.16.jpg (477.17 KiB) געזעהן 128 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: Re:

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:23 am

בן בוזי האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:ר' מאטעלע איז צוויי מאל אן איידעם, איין מאל איז ער געווארן אן איידעם פארן קריג נאך אין יאס, אין זיין רעבעצין הרבנית מלכה ע"ה איז אוועק א דריי פערטל יאר נאך די חתונה פון א קראנקהייט, נאכדעם האט אים הרה"ק מסקווירא נאך אמאל גענומען פאר אן איידעם, צו זיין טאכטער הרבנית סימא מירל ע"ה.


מצבה פין רעבעצען הרבנית מלכה פייגא ע"ה טאכטער פין סקעווערע רבין זצ"ל

זי ליגט אין אן אהל?
דביה תחדי נפשא

Zeltzer
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: רבי יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ב' ניסן

תגובהדורך Zeltzer » פרייטאג מארטש 27, 2020 11:37 am

יידישע קהילות האט געשריבן:ואס טוט מען מיט א טיש, עלייה לציון, סיום משניות וחלוקת לקח ובראנפען היי יאר?

אלעס אויף האק-אפ, עלייה לציון איז דא א אויסגארבעטע סיסטעם אז דער עולם זאל קענען דורך גיין.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יוסף פריעדמאן און 10 געסט