סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

היות איך ליין בעזהשי''ת אסאך סיפורי צדיקים, האב איך געטראכט משום אל תמנע טוב מבעליו אז איך זאל מיטטיילן שיינע מעשיות מיט א מוסר השכל פאר די ברייטע ציבור, אזוי זאל יעדער הנאה האבן דערפון און קענען זיך אויפוועקן צום אייבערשטן און עבודת ה' כראוי וואס כידוע איז סיפורי צדיקים גאר מסוגל פאר דעם.
עמער פרובירן עס זאל זיין טעגליך, לפעמים בא בארוכה ולפעמים בקצרה הכל כיד ה' הטובה עלי.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

ב' אמור תש''פ - א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

וועל איך דערציילן עטליכע שיינע מעשיות פונעם הייליגן ר' שלומקה זוועהילער זי''ע איבער די ענין פון אמונה ובטחון:

צום ערשט וועל איך ברענגען א מעשה וואס ר' שלומקה אליין האט דערציילט וואס עס האט פאסירט מיט אים אלץ פרישע אינגערמאן:
זיין טאטע ר' מרדכי פלעגט אויסהאלטן זיינע קינדער נאך זייער חתונה, און נאך וואס ר' שלומקה האט חתונה געהאט פלעגט טאקע זיין רעביצין גיין טאג טעגליך צו איר שווער אפנעמען אפאר מטבעות פארן טאג.
ר' שלומקה איז דעמאלטס געווען נאר פערצן יאר, אבער ער האט שוין דעמאלטס געארבעט גאר שטארק אויף בטחון, האט ער באשלאסן איין טאג אז פון יעצט וויל ער זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נישט אויף קיין מענטשן, דעריבער האט ער געזאגט פאר זיין רעביצין אז ער זאל מער נישט גיין צו זיין טאטע אפנעמען די געלט נאר מען וועט צוזאמען ווארטן אויף ישועת ה' און דער אייבערשטער וועט שוין צושיקן פאר זיי וואס עס איז באשערט.
עס איז דורך א טאג און נאך א טאג און די מצב איז געווארן מער און מער ענג, זיי האבן פשוט נישט געהאט קיין געלט צו אויסלעבן די טאג, האט ער געטראכט אז אפשר איז יא די רצון ה' אז ער זאל נעמען די געלט פון זיין טאטע און אזוי דארף זיין השפעה גיין, האט ער אריבערגעשיקט זיין רעביצין זאל נעמען די געלט.
דאס מאל וויבאלד ער האט שוין לאנג נישט גענומען האט ער איר געגעבן א גאנצע רובל וואס איז א גרעסערע סכום.
אין די זעלבע צייט וואס די רעביצין איז געגאנגען אפנעמען די געלט זענען אריינגעקומען צוויי חסידים צו ר' שלומקה – די רבינ'ס קינד, און געשמועסט מיט אים, און מתוך כך האט איינער פון זיי ארויסגענומען א רובל פון טאש צו געבן פאר ר' שלומקה, אבער דער חסיד האט עס נישט גלייך געגעבן נאר געהאלטן די רובל אין די הענט בשעת'ן רעדן און זיך געשפילט דערמיט, ווען פלוצלינג געט ער א לייג צוריק דאס רובל אין טאש אן קיין שום הסבר.
אין יענע מינוט איז די רעביצין צוריקגעקומען פון איר שווער מיט א רובל אין די הענט, און דאן האט ר' שלומקה געזען אז דער אייבערשטער ווייזט אים אז דער רובל איז ממילא געווען באשערט פאר אים און ער וואלט עס ממילא באקומען און אלעס איז מן השמים און אלעס קומט אן אין די ריכטיגע צייט און אויב איז מען נישט דוחק די שעה קומט עס אן אפילו גרינגער, אבער באקומען עפעס וואס איז נישט באשערט קען מען זיכער נישט.
דאס האט ר' שלומקה אליין דערציילט צו ארויסברענגען די השגחת ה' אויף יעדן איינעם אין יעדע זאך.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

ב' אמור תש''פ - ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

דאס איז געווען אין זיינע אינגע יארן, אבער אין זיינע עלטערע יארן איז באקאנט אסאך גאר שיינע מעשיות פון זיין אמונה און בטחון ווי ער פלעגט טאקע קיינמאל נישט בעטן קיין געלט פון קיינעם נאר ווארטן שטענדיג מיט בטחון אויף ישועות ה', און דער אייבערשטער האט אים שטענדיג געהאלפן, הבוטח בה' חסד יסובבנו.
און זיין באקאנטע גבאי ר' אלי' ראטה, א גרויסע איד פאר זיך, פלעגט אלץ דערציילן אז בדרך כלל פלעגט ר' שלומקה נישט רעדן צופיל אויך נישט קיין דברי תורה נאר געווען א גרויסע שתקן, נאר ווען מען האט גערעדט פון אמונה ובטחון און כעס, דאן פלעגט ער קענען רעדן גאר אסאך אויף דעם, דער ענין פון גלייבן אז אלעס מאכט דער אייבערשטער און מען טאר נישט ווערן אין כעס אויף גארנישט ווייל אלעס איז גלייך פונעם אייבערשטן, דאס פלעגט ער גאר אסאך רעדן און אריינברענגען אין זיינע מענטשן.

איין מאל האט זיך א אינגערמאן אפגערעדט פאר אים אז שוין א לאנגע צייט וואס זיין טאטע שיקט אים געלט פון חוץ לארץ אבער לעצטנס האט ער אויפגעהערט און ער מיינט אז דאס איז וויבאלד איינער האט אים בארעדט פאר זיין טאטע און דאס האט צוגעברענגט אז זיין טאטע שיקט אים מער נישט.
ר' שלומקה האט אים גארנישט גענטפערט דערויף.
עטליכע טעג דערנאך האט דער אינגערמאן דערציילט פאר ר' שלומקה א מאדנע מעשה פון א מופת פון א צדיק, אזא חסידישע מעשה.
האט ר' שלומקה זיך אנגערופן "אויף א זאך וואס שטייט אין חז''ל בפירוש ''מזונותיו של אדם קצובים לו מראש השנה'' אויף דעם פארגעסט מען צו גלייבן און מען איז עס תולה אין דאס און אין יענס נאר נישט אינעם אייבערשטן, נאר א מאדנע מעשה מיט גוזמאות אין דעם גלייבט מען אן קיין שום ספיקות... און אזא מענטש ווערט נאל אנגערופן א חסידישע אינגערמאן"...

איין מאל האט איינער זיך אפגערעדט איבער א געוויסע חסרון און פראבלעם אין פרנסה, האט ר' שלומקה אים געהייסן אז די גאנצע קומענדיגע טאג זאל ער זאגן 'גם זו לטובה' ווי ער גייט נאר. און די קומענדיגע טאג איז ער טאקע געווארן געהאלפן דערין.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

אויב איינער האט הנאה דערפון קען ער מודיע זיין, עס וועט געבן מוט צו גיין ווייטער בעזהשי''ת.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

ר' שלומ'קה פלעגט זאגן ''אז מען לייגט זיך אריין אין די השגחה זעט מען השגחה"!!
און ר' אלי' ראטה פלעגט נאכזאגן פון ר' שלומקה אז אויב זעט מען א געוויסע ספעציעלע השגחת ה' דארף מען עס מפרסם זיין און דערציילן (הגם אוודאי אז אלעס איז השגחה, אבער איז דא א התחזקות פון א אפענע השגחה צו גלייבן טאקע אז אלעס איז השגחה).

אויך פלעגט זיין זון ר' גדליה משה מזעהוויל נאכזאגן בשם ר' שמואל מקאמינקא א טייטש אויפן פסוק 'ירבו עצבותם אחר מהרו', ירבו עצבותם - פארוואס ווערט א מענטש בעצבות?, אחר מהרו - ווייל א זאך וואס איז אחר, עס דארף אנקומען שפעטער, מהרו, יאגט ער זיך אז עס זאל שוין יעצט קומען. אבער באמת דארף מען גלייבן אז דער אייבערשטער וועט העלפן נאר צומאל דארף מען ווארטן און נישט זיך יאגן.

זיין אייניקל ר' מרדכי מזעהוויל פלעגט דערציילן אז ער איז געווען מיט זיין זיידע אין שטוב ווען עס האט דארט געהערשט א שרעקליכע דחקות וואס נאר צו באקומען א פשוטע טיי האט עס געקענט נעמען שעות צו צאמשטעלן און מער פון דעם איז כמעט נישט געווען, און ר' שלומ'קה האט נאר געזאגט 'אזוי דארף דאס זיין'!!
ווי צו זאגן אז אויב אזוי איז עס מיינט עס אז דער אייבערשטער מאכט עס ברוב רחמנותו און אזוי דארף דאס צו זיין לטובתינו.

(כל הסיפורים הנ''ל הם מהספר 'יסוד צדיק')

און די עיקר איז ארויסנעמען פאר אונז אז יעדע איד קען האבן לויט זיין מדריגה עפעס אביסל אמונה, אמונה אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און זיין פריילעך דערמיט, כאטש אביסל זיך פארלאזן מיט בטחון אויפן אייבערשטן אז ער וועט העלפן עס וועט זיין גוט, און דאווענען צו אים מיט אמונה און בעטן וואס מען דארף גלייבענדיג אז ער וועט העלפן, און נאך און נאך כ''א לפי מדריגתו.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ייש"כ
שיין באשריבן

והוא תכלית הסיפורי צדיקים, המוסר השכל שבה, לראות מה אנו יכולים ללמוד ממעשיהם הנפלאים
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

און דא וויל איך אראפברענגען א קליינע שטיקל פון לקוטי מוהר''ן (מאמר רמח) איבער די גרויסקייט פון סיפורי צדיקים:

דע, שסיפורי מעשיות מצדיקים הוא דבר גדול מאד, כי על ידי סיפורים מצדיקים נתעורר ונתלהב הלב בהתעוררות גדול להשי''ת בחשק נמרץ מאד.
כי הרשימו שעשה אותו הצדיק שמספרים ממנו על ידי עבודתו את השי''ת, זאת הרשימו נתעוררת בעת שמספרין מהצדיק והיא מעוררת להשי''ת בהתעוררות גדול!!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

ג' אמור תש''פ - א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

נאך א מורא'דיגע מעשה פון ר' שלומקה איבער אמונה ובטחון:
עס איז געווען א איד א מקורב צו ר' שלומקה מיטן נאמען ר' בן ציון קריפניס. איין ערב שבת לייגט זיך ר' בן ציון אראפ פאר א דרימל און חלומ'ט זיך אז ער זאל שוין אריבערטראגן לעכט צו ר' שלומקה.
עס איז שוין דאן געווען א שעה פארן זמן און ער איז שוין געווען אן עלטערער איד מיט ווייניג כח, אבער דאך האט ער זיך אנגעשטרענגט און זיכער געמאכט אז די לעכט זאל אנקומען צום שטוב פון רבי שלומ'קה.
אריינקומענדיג אין שטוב פונעם צדיק זעט ער ווי ר' שלומקה זיצט ביים טיש און די רעביצין אויפן בעט און די רעביצין בייזערט זיך און מורמעלט ארויס 'זעסט אז אונז האבן אפילו נישט קיין לעכט אויף שבת, וועלכע איד זארגט זיך נישט אז עס זאל כאטש זיין לעכט אויף שבת?!'.
און בתוך כך קומט דער איד אריין אין שטוב און לייגט אראפ די לעכט אויפן טיש...
און ר' שלומקה רופט זיך אן צו זיין רעביצין 'איך דיר געזאגט אז צו די מינוט און די רגע וועט די רבונו של עולם העלפן'!

וויפיל קענען מיר ארויסלערנען פון דער מעשה איבער די כח פון בטחון און איבער דאס זיך פארלאזן אויף די חסדי ה' אין יעדע מצב ווייל דער אייבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו פארלאזט קיינעם נישט נאר העלפט אונז שטענדיג.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

ג' אמור תש''פ – ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

א וואונדערליכע מעשה וואס געט א געוואלדיגע התחזקות:
די רעביצין פונעם הייליגן גר''א פלעגט אסאך גיין מיט איר חברט'ע אינאיינעם נאך צדקה.
בעפאר די חבר'טע איז אוועק פון די וועלט האט די רעביצין פונעם גר''א איר געבעטן א טובה אז וויבאלד זיי זענען אזוי גוט געווען אלע יארן, זאל זי קומען צו איר נאך איר פטירה אין חלום און דערציילן וואס עס האט זיך אפגעטון מיט איר דארט אויבן, און זי האט איר טאקע צוגעזאגט אז זי וועט עס טון.
א שטיק צייט נאך זי איז אוועק האט זי עס טאקע מקיים געווען און איז איר געקומען אין חלום און געזאגט אז בעצם קען זי גארנישט זאגן וואס דארט טוט זיך, אבער איין זאך וועט זי דערציילן:
"איינמאל ווען זיי זענען געגאנגען אינאיינעם נאך צדקה זענען זיי געקומען צו איינעם אינדערהיים נאך געלט, אבער יענער איז נישט געווען אינדערהיים, זענען זיי ווייטער געגאנגען אויפן גאס צום קומענדיגן".
''אבער דאן'' דערציילט דער בעלת החלום ''האב איך באמערקט יענער פרוי פון יענע הויז אויף די אנדערע זייט גאס, האב איך מיך אנגערופן צו דיך ווייזענדיג מיטן פינגער 'דארט איז יענער מענטש', און מיר זענען געגאנגען צו איר בעטן געלט פאר צדקה.
איז, די שכר פאר די צדקה פון יענער פרוי באקומען אונז ביידע ווייל מיר ביידע האבן עס געטון, אבער די שכר פון ווייזן מיט די פינגער אויף יענעם - דאס באקום נאר איך, ווייל נאר איך האב דאס געטון!!!''.

ווערטער זענען איבריג, אויף אזא מעשה פעלט שוין נישט אויס צו צופיל צולייגן.
מען זעט דא ווי גרויס עס איז יעדער קלייניגקייט וואס א מענטש טוט נאר, אפילו נאר א ווייז מיט א פינגער!! ווער רעדט שוין פון א ווארט תורה, אביסל תפלה בכונה, א פרוטה לצדקה, א שמירת עינים, און יעדע קלייניגקייט פארן אייבערשטן, נורא ואיום!
איז לאמיר טאקע גיין כאפן וואס מען קען מצוות ומעשים טובים, און זיך פרייען מיט יעדע ביסל גוטס וואס מען טוט אויף דער וועלט, ווייל עס איז סאך מער ווי אביסל!!
(מקור: שמושה של תורה).
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

זייער הנאה
א דאנק!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר דא באדאנקט און אין אישי!!
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

גרויסען יישר כח זייער שיין באשריעבן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

א גוטן! איך מוז דיר זאגן דו ביסט א געוואלדיגער גוטער שרייבער, איך גלייך זייער סיי וואס דו שרייבסט און סיי וויאזוי דו ברענגסט עס ארויס!
Chatzarforshay עט gmail.com
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

ש'כוח טוב, קען עס איינער פדפ'ן. תודה למפרע.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יש׳כ. שרייב נאך פליז
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

WOW, אזויפיל שקויעך'ס, יישר כח פארן באדאנקען, עמער עס טאקע אנהאלטן אי''ה בעזהשי''ת.
דא האט איר א פי די עף ביז אהער, און אי''ה וועלן מיר עס יעדע מאל פי די עף'ן.
אטעטשמענטס
ב' וג' אמור תש''פ.pdf
(61.51 KiB) געווארן דאונלאודעד 35 מאל
יאסל קעניג
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:28 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל קעניג »

יישר כח פאר די שיינע סיפורים!
מלך שהשלום שלו
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

ישר כוחכם זייער שיין, זיי ממשיך!!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א גרויסע יישר כח, עס איז כמים קרים די מעשיות! שרייב נאך אויב דו קענסט ספעציעל איבער אמונה און בטחון עס איז זייער וויכטיג, די טייפעדיגע פינגערס וועלן זיכער באקומען שכר.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

מכטי1 האט געשריבן:ישר כוחכם זייער שיין, זיי ממשיך!!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

ד' אמור תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

צומאל קוקן מיר אן די ענין פון אמונה און בטחון ווי א דיעבד, שוין, אז עס גייט איבער אויפן מענטש מוז מען זיך נעבעך מחזק זיין מיט בטחון... אמונה ובטחון איז א מער פאר צובראכענע מענטשן בעלי יסורים וואס דארפן נעבעך צוקומען דערצו...
אבער צדיקים האבן עס דוקא געוואלט און געזוכט, זיי האבן געוואלט זיך שפירן אנגעוואנדן אינעם אייבערשטן און אין זיינע חסדים, און עס איז נישט געווען ביי זיי קיין בדיעבד נאר דאס איז געווען זייער גרעסטע תענוג און שמחה צו ארויפקוקען צום אייבערשטן און דורך דעם זיין אנגעבינדן אין אים, און ווי מיר זעהען דאס גוט אין דער מעשה:

ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז די אלטער פון נאווארדוק, ר' יוזל, געווען אין וואלד מיט זיין משפחה זיך באהאלטענדיג פון די שיסערייען און באמבאדירונגען, און זיי האבן דארט ממש נישט געהאט וואס צו עסן, כמעט וואס זיי זענען געשטארבן פון הונגער.
יעדער איז געווען דערשראקן און פארלוירן, אבער די ראש המשפחה ר' יוזל איז געווען רוהיג און פרייליך, ער האט זיך גענצליך פארלאזט אויפן גוטן באשעפער אז ער וועט אים זיכער העלפן און עס איז נישט דא וואס זיך צו זארגן און אזוי זיך ארומגעדרייט מיט א שמייכל און רוהיגקייט.
פלוצלינג איז דורך געפארן א וואגן דארט און עס איז אראפגעפאלן דערפון א זאק, די וואגן איז ווייטער געפארן און פארשוואונדן געווארן פון די אויגן איבערלאזנדיג דעם זאק פאר זיי.
זיי זענען שנעל צוגעלאפן צום זאק צו זען וואס דאס אנטהאלט, און צו זייער ענדלאזע פרייד האבן זיי געזען אז עס איז פיל מיט פאטעטעס! מ'קען זיך פארשטעלן די שמחה וואס האט דארט געהערשט, ממש אן אוצר וואס דער אייבערשטער האט זיי צוגעשיקט ברוב רחמנותו.
אבער פלוצלינג זעהען זיי צו זייער גרויס וואונדער ווי ר' יוזל שטייט אין די זייט און וויינט.... קיינער האט נישט פארשטאנען פארוואס וויינט ער ווען עס איז דא אזא ישועה און אזא שמחה, האט ר' יוזל געזאגט זיך מסביר געווען מיט וואונדערליכע ווערטער:
"ביז יעצט - האב איך געהאט בטחון אויפן אייבערשטן, אבער יעצט וואס האב איך? א זאק קארטאפעל..."!!
נורא נוראות!
(מקור: שיח זקנים).

אוודאי איז אים אויך שווער געווען אז זיי האבן נישט קיין עסן, אבער ער האט געהאט דעם אייבערשטנס אליין, ער האט געהאט אזא תענוג און שמחה אז ער קען זיך פארלאזן אויפן אייבערשטן אז ווען ער האט עס פארלוירן האט ער פשוט געוויינט פון צער...
ר' שלומקה זוועהילער פלעגט הייסן זיינע מענטשן נישט צו ארבעטן ביי א צווייטן בקביעות פאר א באשטימטע געהאלט, ווייל דאן פארלאזט מען זיך אויף יענער מענטש, נאר מען זאל ענדערש זיין א בעל הבית פון א ביזענס וואס דאן דארף מען זיך די גאנצע צייט ווענדען צום אייבערשטן און אים בעטן אז מען זאל מצליח זיין!

פארשטייט זיך אז מיר זענען ע''פ רוב נישט אויף דער מדריגה און מיר זוכן נישט קיין חסרונות אין געזונט און פרנסה כדי צו לויפן צום אייבערשטן...
אבער אז דער אייבערשטער שיקט יא אמאל צו אז מען דארף ווארטן אויף זיין ישועה אין א געוויסע ענין און ער מאכט מיט אונז אז מיר דארפן זיין אנגעוואנדן גענצליך אין אים, זאל מען עס עכ''פ נישט אנקוקן פאר א חסרון און בושהאון זיך שפירן באטראפן אז מען דארף נעבעך ארבעטן אויף אמונה און בטחון...
נאר אדרבה, עס איז א מתנה מן השמים וואס ער געט אונז אז מיר זאלן זיין אנגעוואנדן אין אונזער גוטע טאטע אין הימל און גוט געדענקן פון אים, מיר דארפן זיין גליקליך מיט דעם און נישט פארקערט.
אדרבה, דער וואס גייט מיט זיין כוחי ועוצם ידי, ער איז די רחמנות, דער וואס געדענקט נישט פונעם אייבערשטן ער איז א נער, ער לעבט נעבעך אין א דמיון אז ער מאכט און טוט... און וואויל איז אונזער חלק אז מיר געדענקן כאטש אביסל אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און נאר ער העלפט אונז און וועט אונז ווייטער העלפן און מיר דאווענען צו אים מיט אמונה כ''א לפי מדריגתו.
אשריך ישראל מי כמוך עם נושע בה'!!
אטעטשמענטס
ד' אמור תש''פ.pdf
(52.42 KiB) געווארן דאונלאודעד 29 מאל
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איך האב נישט געוואוסט די עולם וועט אזוי הנאה האבן, איך האב עס אנגעהויבן ווייל 'פארוואס נישט', שקויעך פארן באדאנקען אזוי שיין, עמער פרובירן ממשיך זיין בעזהשי''ת, טאקע בעיקר אויף אמונה ובטחון און התחזקות, דאס איז די עיקר וואס מען דארף היינט.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

ה' אמור תש''פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

היינט וועל איך אי''ה דערציילן א מעשה פון א צדיק וואס האט געלעבט ביז צען יאר צוריק, גאר א שיינע וואונדערליכע מעשה:

דא אין בארא פארק האט פאר מערערע יארן געוואוינט די צדיק רבי שמעון לעלובער, נאך בעפאר ער איז געווארן רבי. ער איז געווען באקאנט מיט זיין בית פתוח לרווחה פאר יעדער וואס זוכט נאר ווי צו שלאפן און עסן, ער איז געווען זייער בארימט מיט זיין גמילת חסד און רחמנות און איבערגעגעבנקייט צו יעדער איד, און עס איז דא דערויף אסאך מעשיות.
פארשטייט זיך אז ביי אזא ארט דרייען זיך אסאך נשברי לב וואס זוכן א אוזן קושבת און א הארץ וואס האט רחמנות און מיטגעפיל מיט זיי און געט זיי אביסל ווארימקייט, און ר' שימעלע האט זיך טאקע אפגעגעבן מיט זיי ביז מסירות נפש און אוועקגעגעבן אלעס וואס ער האט נאר געהאט, און בעיקר זיין טייערע צייט וואס זייענדיג א מתמיד עצום איז דאס געווען פאר אים די גרעסטע מסירות נפש.
ער פלעגט זיי מאכן גאר גוט שפירן דארט, אזוי באקוועם און היימיש אז זיי האבן זיך ניטאמאל געשפירט ווי געסט נאר גאר ווי די בעלי בתים און גאר ווי דער וואס געט פאר ר' שימעלע און נישט פארקערט.

אויף אזוי ווייט, אז א שטיק צייט האט זיך דארט געדרייט א צובראכענע איד בקביעות, אבער פלוצלינג איז ער פארשוואונדן געווארן פאר א שטיק צייט און מען האט אים נישט געזען. איין טאג גייט איינע פון ר' שימעלע'ס מקורבים אויפן גאס און זעט דעם איד, פרעגט ער אים 'ווי ביסטו פארשוואונדן, פארוואס קומסטו מער נישט צו אונז?'.
ענטפערט אים דער איד אז ער האט שוין נישט קיין כח דערצו, ווייל יעדע מאל ער קומט ארויף צו ר' שימעלע בעט אים ר' שימעלע אז ער זאל אים מחזק זיין און אים משמח זיין און שטארקן, און ער האט שוין נישט קיין כח דערצו צו העלפן אזויפיל ר' שימעלע אין זיינע פראבלעמען...

אבער דא וויל איך דערציילן א גאר אינטערסאנטע מעשה איבער דעם:
איינע פון די אידן וואס האבן זיך געדרייט ביי אים אינדערהיים און אין בית המדרש פלעגט פון צייט צו צייט אריינפאלן אין א שרעקליכע דעפרעסיע און עס פלעגט נעמען א לענגערע צייט ביז ער איז ארויסגעקראכן דערפון.
איין טאג איז דער איד אריינגעקומען אין בית המדרש פון ר' שימעלע, און ר' שימעלע האט מיט זיין געניט אויג גלייך באמערקט אויף דעם איד אז ער איז נישט אין ארדענונג און ער דארף דרינגענדע הילף...
איז ר' שימעלע ברוב חכמתו ורחמנותו צוגעגאנגען צו אים און אים געבעטן אז ער וויל רעדן מיט אים א מינוט. זיי זעצן זיך אראפ און ר' שימעלע דערציילט אים מיטן גאנצן ערנסטקייט אז ער האט א שטארקע פראבלעם, ער איז היינט זייער אראפגעשלעפט און אנגעזעצט און ער וויל ארויסגיין דערפון, און ער וויל אים פרעגן וואס טוט ער ווען ער איז אין אזא מצב, וויאזוי זעט ער זיך ארויס דערפון, אפשר קען ער עס אויך נוצן אין זיין יעצטיגע מצב?...
דער איד האט סע גענומען זייער ערנסט, א קלייניגקייט?! די רבי אליין דארף זיין הילף... האט ער אים גענטפערט אז 'ווען' ער איז אין אזא סיטואציע, דאן גייט ער ארויס צו א אקוויריעם נישט ווייט פון דארט און דרייט זיך ארום צווישן די אלע סארטן פיש און באטראכט זיי און לעבט מיט זיי, ביז ער קריכט ארויס פון זיין מצב און ווערט אויפגעלעבט דורך דעם.
'אזוי גאר?' זאגט אים ר' שימעלע 'איז אפשר נעמט איר מיר ארויס אהין, וועלן מיר גיין צוזאמען און איר וועט מיר ווייזן די אלע סארט פיש, און אזוי וועל איך זיין א געהאלפענער'...
דער איד האט זיך געפריידט צו דער פארשלאג, ווען מאכט זיך אזא געלעגענהייט?! און מיט די פולסטע שמחה האט ער ציגעשטימט צו טון דער טובה פאר ר' שימעלע און אים העלפן אין זיין ענגן מצב.
זענען זיי געפארן אינאיינעם צו דער אקוויריעם און דארט געוויילט פאר לאנגע שעות ווען דער איד דערציילט אים מיטן גאנצן אייפער די פולע דעטאלן איבער יעדע סארט פיש וואס מען זעט דארט און זייער לעבנס שטייגער און אזוי ווייטער, און רעדט איבער דעם מיטן גאנצן געשמאק און חיות ווען די רבי הערט אים אויס מיטן גאנצן הארץ און אינטערעסע.
און אזוי האבן זיי דארט פארברענגט שעות ארוכות, לאנגע טייערע שעות פונעם טאג, ביז ר' שימעלע האט געזען אז דער איד איז שוין אינגאנצן אויפגעלעבט און איז צוריק צום גוטן, דאן האט ר' שימעלע אים הארציג באדאנקט אז ער האט אים געהאלפן אין אזעלכע ענגע מינוטן און זיי זענען אינאיינעם צוריקגעפארן אין שטאט אריין בשמחה ובטוב לבב!!
(מקור: רבינו הקדוש מלעלוב)


דאס איז א מורא'דיגע מעשה, גאר אינטערעסאנט.
אבער די עיקר וואס מיר קענען ארויסנעמען פאר זיך איז, אז אפילו אויב מיר קענען נישט טון אזא מסירות נפש פאר א צווייטן איד, אבער אביסל קען יעדער איינער טון פון דער גוטע זאך ---
פרובירן צו משמח זיין א צווייטן, מאכן א צווייטן (עס קען אויך מיינען די עזר כנגדו...) גוט שפירן, געבן א גוטע פילונג פאר א חבר, זאגן א גוט ווארט, מלבין זיין די שיניים פאר א צווייטע איד, דאס איז דאך אזא גרינגע זאך און אזא גרויסע זאך!
און זיכער נישט מצער זיין א צווייטן, נישט זאגן קיין שלעכט ווארט אפילו אויב מען איז גערעכט, און נישט אוועקמאכן קיינעם אפילו אויב יענער איז טאקע אומגערעכט.
מענטשן האבן שוין גענוג יסורים אין די אייגענע לעבן, לייגט נישט צו דערצו... נאר אדרבה, זעה צו דו קענסט יענעם העלפן און אביסל אויפלעבן, מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט און מיט וואס דו קענסט נאר, ושכרך הרבה מאד.
און פארגעס נישט אויך צו טון א חסד מיט זיך אליין און טאקע זיך משמח זיין און אויפלעבן אין אלע מצבים...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: סיפורי צדיקים עם מוסר השכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

און אפאר ווערטער פון הרה''ק ר''נ מברסלב אויף דער ענין:
גם על ידי השמחה יכולין להחיות אדם אחר. כי יש בני אדם שיש להם יסורים גדולים ונוראים רח''ל ואי אפשר להם לספר מה שבלבם, והם היו רוצים לספר אך אין להם בפני מי לספר ולהשיח עמו את אשר עם לבבם והם הולכים מלאים יסורים ודאגות.
וכשבא אדם עם פנים שוחקות יכול להחיות אותם ממש!
\ולהחיות אדם אינו דבר ריק כי הוא דבר גדול מאד, וכמו שמובא בגמרא מהני תרי בדחי שזכו למה שזכו עי''ז שהיו משמחים בני אדם.
אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

יישר כח רבי טוב, איך האב זייער הנאה, גיי ווייטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”