בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 10:17 pm

השקדן האט געשריבן:א שטיקל חידוש אין די משפחה.
שאפראנער רב האט ממלא מקום געווען זיין שווער אלס אב"ד שאפראן
זיין ברודער די ליעזשער רב האט ממלא מקום געווען זיין שווער אלס אב"ד ליעזש
און זייער שוואגער האט ממלא מקום געווען זיין שווער (זייער פאטער) אלס אב"ד סארוואש


און ליעזשער רב'ס זוהן הרב העניך מרדכי מייזליש שליט"א האט ממלא געווען זיין שווער אלס אב"ד טאלטשאווע.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך דריידל » פרייטאג אפריל 24, 2020 12:17 am

פייף דיך אן האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:עס איז א געוואלדיגע טובה פאר די נשמה צו לייגן דעם שטיין ווי פריער
און דער מחותן האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט אזוי געזאגט צו טוהן

און אין מונקאטש, וואס שאפראן פירט זיך כמנהגם, איז די ענין צו לייגן ווי פריער א מצבה.

די רב האט זיך געפירט מנהגי מונקאטש? אין בית מדרש פארשטיי איל אז ער האט נידו געוואלט משנה זיין פון וואס זיין שווער האט איינגעפירט אבער פערזענטליכע מנהגים אויך?

גראדע זענען די מייזלישע אפשטאמיגע פון חסידי מונקאטש. די בנין דוד און די ווייצענע רב זענען געווען שטיקל מונקאטש'ע חסידים (די ווייצנע רב האט געמאכט א ספר אויף דברי תורה פון די מנח"א).

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך אונגארישע הייזער » פרייטאג אפריל 24, 2020 12:25 pm

דריידל האט געשריבן:גראדע זענען די מייזלישע אפשטאמיגע פון חסידי מונקאטש. די בנין דוד און די ווייצענע רב זענען געווען שטיקל מונקאטש'ע חסידים (די ווייצנע רב האט געמאכט א ספר אויף דברי תורה פון די מנח"א).


אינטערעסאנט צוצולייגן אז באמת איז זייער זיידע געווען א גור'ער חסיד דאכט זיך ער האט געהייסן ר' וואלף, איינער וואס ווייסט מער איז מכובד זיך אנצורופן

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5282
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך dovidal » פרייטאג אפריל 24, 2020 1:56 pm

איז זיעער זיידע הגאון דוד דוב מייזליש אב"ד לאסק געווען א חסיד ?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג אפריל 24, 2020 3:07 pm

השקדן האט געשריבן:א שטיקל חידוש אין די משפחה.
שאפראנער רב האט ממלא מקום געווען זיין שווער אלס אב"ד שאפראן
זיין ברודער די ליעזשער רב האט ממלא מקום געווען זיין שווער אלס אב"ד ליעזש
און זייער שוואגער האט ממלא מקום געווען זיין שווער (זייער פאטער) אלס אב"ד סארוואש


מ'נעמט וואס קומט אונטער די ערשטע

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אפריל 24, 2020 3:14 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:גראדע זענען די מייזלישע אפשטאמיגע פון חסידי מונקאטש. די בנין דוד און די ווייצענע רב זענען געווען שטיקל מונקאטש'ע חסידים (די ווייצנע רב האט געמאכט א ספר אויף דברי תורה פון די מנח"א).


אינטערעסאנט צוצולייגן אז באמת איז זייער זיידע געווען א גור'ער חסיד דאכט זיך ער האט געהייסן ר' וואלף, איינער וואס ווייסט מער איז מכובד זיך אנצורופן

רבי מרדכי זאב (וועלוול)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

מחצה''ק
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך מחצה''ק » זונטאג אפריל 26, 2020 12:45 pm

דריידל האט געשריבן:
פייף דיך אן האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:עס איז א געוואלדיגע טובה פאר די נשמה צו לייגן דעם שטיין ווי פריער
און דער מחותן האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט אזוי געזאגט צו טוהן

און אין מונקאטש, וואס שאפראן פירט זיך כמנהגם, איז די ענין צו לייגן ווי פריער א מצבה.

די רב האט זיך געפירט מנהגי מונקאטש? אין בית מדרש פארשטיי איל אז ער האט נידו געוואלט משנה זיין פון וואס זיין שווער האט איינגעפירט אבער פערזענטליכע מנהגים אויך?

גראדע זענען די מייזלישע אפשטאמיגע פון חסידי מונקאטש. די בנין דוד און די ווייצענע רב זענען געווען שטיקל מונקאטש'ע חסידים (די ווייצנע רב האט געמאכט א ספר אויף דברי תורה פון די מנח"א).

דער שאפראנע רב ז''ל האט זיך נאר געפירט עפ''י נוסח מונקאטש אין ביהמ''ד אין וויליאמסבורג אבער אין קעמפ האט ער געפירט עפ''י נוסח צאנז אין געזאגט ד' מלך ביי שלש סעודות

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5164
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 26, 2020 1:00 pm

מחצה''ק האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
פייף דיך אן האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:עס איז א געוואלדיגע טובה פאר די נשמה צו לייגן דעם שטיין ווי פריער
און דער מחותן האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט אזוי געזאגט צו טוהן

און אין מונקאטש, וואס שאפראן פירט זיך כמנהגם, איז די ענין צו לייגן ווי פריער א מצבה.

די רב האט זיך געפירט מנהגי מונקאטש? אין בית מדרש פארשטיי איל אז ער האט נידו געוואלט משנה זיין פון וואס זיין שווער האט איינגעפירט אבער פערזענטליכע מנהגים אויך?

גראדע זענען די מייזלישע אפשטאמיגע פון חסידי מונקאטש. די בנין דוד און די ווייצענע רב זענען געווען שטיקל מונקאטש'ע חסידים (די ווייצנע רב האט געמאכט א ספר אויף דברי תורה פון די מנח"א).

דער שאפראנע רב ז''ל האט זיך נאר געפירט עפ''י נוסח מונקאטש אין ביהמ''ד אין וויליאמסבורג אבער אין קעמפ האט ער געפירט עפ''י נוסח צאנז אין געזאגט ד' מלך ביי שלש סעודות

צאנז אדער סיגוט-סאטמאר? האט ער אויך געזאגט שמע ישראל?

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אפריל 26, 2020 1:27 pm

געדענק נישט אויף זיכער וועגן שמע ישראל אין קעמפ (אין שטאט האט ער נישט געזאגט), אבער תחנון פרייטאג האט ער נישט געזאגט אין קעמפ משא"כ אין שטאט
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אפריל 26, 2020 1:40 pm

ה' מלך האט ער געזאגט סיי אין שטאט און סיי אין קעמפ, און שמע ישראל האט ער נישט געזאגט נישט דא און נישט דארט

די איינציגע חילוק איז מסתמא געווען דער תחנון פרייטאג
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

גרינגער
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך גרינגער » זונטאג אפריל 26, 2020 5:10 pm

שלש סעודות אין קעמפ איז געווען זייער ווארעם אין שיין ווי די רב פלעגט דעמאלטס פירן מיטן גאנצן קעמפ אינגלעך און בחורים צוזאמען, ווער רעדט נאך ווען מען האט אויסגעלאשן די לעקטער, די אתקינו סעדתא ווי די רב האט אנגעהויבן דעם גלות ניגון. וכו וכו

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג אפריל 26, 2020 5:20 pm

לכאורה האט געשריבן:ה' מלך האט ער געזאגט סיי אין שטאט און סיי אין קעמפ, און שמע ישראל האט ער נישט געזאגט נישט דא און נישט דארט

די איינציגע חילוק איז מסתמא געווען דער תחנון פרייטאג

די סיבה איז פשוט, ה' מלך האט מיטן נוסח און דעס טוישט מעניש געווענטליך, תחנון פרייטיג האט מיטן פלאץ, און בית מדרש און שטאט האט מען געזאגט תחנון פרייטיג ווייל סיז געווען דעם שווער'ס בית מדרש האט ער זיך געפירט אזוי ווי דער שווער, די קעמפ איז געווען זיין אייגענע האט ער געטוהן אזוי ווי ער האט געוואלט, און חדר אויף פלאשינג ווייסעך טאקע נישט וויאזוי מפירט זיך פרייטיג,

געווען צייטן אמאל, זי"ע

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אפריל 26, 2020 6:01 pm

לכאורה האט געשריבן:ה' מלך האט ער געזאגט סיי אין שטאט און סיי אין קעמפ, און שמע ישראל האט ער נישט געזאגט נישט דא און נישט דארט

די איינציגע חילוק איז מסתמא געווען דער תחנון פרייטאג

נישט אין פלאץ אין דעם אשכול אבער מעולם תמהתי אויף די מקומות וואס זאגן נישט שמע ישראל מזאגט דאך פארדעם אין די זמירות נמליכו (ה׳ מלך) ונייחדו (ה׳ אחד) נישט אזוי?
דביה תחדי נפשא

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אפריל 26, 2020 6:08 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ה' מלך האט ער געזאגט סיי אין שטאט און סיי אין קעמפ, און שמע ישראל האט ער נישט געזאגט נישט דא און נישט דארט

די איינציגע חילוק איז מסתמא געווען דער תחנון פרייטאג

נישט אין פלאץ אין דעם אשכול אבער מעולם תמהתי אויף די מקומות וואס זאגן נישט שמע ישראל מזאגט דאך פארדעם אין די זמירות נמליכו (ה׳ מלך) ונייחדו (ה׳ אחד) נישט אזוי?


שיינע הערה. אגב, עס איז דא פלעצער ווי מען זאגט נישט קיין איינס נישט ה' מלך און נישט שמע ישראל (סקולען און נאך), אבער דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל מען רעדט באופן כללי אז נמליכו ונייחדו, אבער טאמער זאגט מען שוין יא, מיינט דאס אז אומר ועושה, מען זאגט אז נמליכו ונייחדו, גייט מען גלייך זאגן די פסוקים, איז אויב אזוי פארוואס זאגט מען נאר האלב?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לפנות בוקר » זונטאג אפריל 26, 2020 6:20 pm

אין שאפראן זינגט מען ביי שלש סעודות, ידיד נפש פאר די תורה, א זאך וואס איך נאך נישט געזען ערגעץ אנדערש.
און װאס זאגן די עסקנים?

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לפנות בוקר » זונטאג אפריל 26, 2020 6:24 pm

גרינגער האט געשריבן:שלש סעודות אין קעמפ איז געווען זייער ווארעם אין שיין ווי די רב פלעגט דעמאלטס פירן מיטן גאנצן קעמפ אינגלעך און בחורים צוזאמען, ווער רעדט נאך ווען מען האט אויסגעלאשן די לעקטער, די אתקינו סעדתא ווי די רב האט אנגעהויבן דעם גלות ניגון. וכו וכו

אינגלעך? נישט וואס איך געדענק, די סעודות פלעגן זיין גאר גאר דערהויבן, די איינציגסטע מאל וואס דער רב ז"ל פלעגט פירן טיש ברבים, בדרך אגב ווייסט איינער ווי די מקור פון די רב'ס כל מקדש (די שאפראנע ווייסן וואס איך מיין,)?
און װאס זאגן די עסקנים?

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לפנות בוקר » זונטאג אפריל 26, 2020 6:31 pm

איך געדענק, אז איך בין אמאל געווען ביים רב אינדערהיים, און איך האב געווארט אינדרויסן פונעם רב'ס ספרים שטוב און איך האב אריינגעקוקט פון די פענסטער וואס דער רב טוט, פונקט איז די רב ארויס געקומען און ער האט מיך באמערקט האט ער מיר פארציילט אז הרה"ר נטע ראטנבערג ז"ל האט אמאל געמאכט א לאך אין דער וואנט ביי הרה"ק משאפראן זי"ע כדי צו זען דעם רבי'ן עבודה, און איינער איז געגאנגען אויסזאגן פארן רב, האט די רב צוגערופן ר' נטע און אים געזאגט " מי ידמה לך, ומי ישוה לך, ומי יערך לך, איז דיר נישט גענוג? דו דארפסט נאך א לאך?
און װאס זאגן די עסקנים?

מחצה''ק
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך מחצה''ק » זונטאג אפריל 26, 2020 6:48 pm

;l;p-
לפנות בוקר האט געשריבן:איך געדענק, אז איך בין אמאל געווען ביים רב אינדערהיים, און איך האב געווארט אינדרויסן פונעם רב'ס ספרים שטוב און איך האב אריינגעקוקט פון די פענסטער וואס דער רב טוט, פונקט איז די רב ארויס געקומען און ער האט מיך באמערקט האט ער מיר פארציילט אז הרה"ר נטע ראטנבערג ז"ל האט אמאל געמאכט א לאך אין דער וואנט ביי הרה"ק משאפראן זי"ע כדי צו זען דעם רבי'ן עבודה, און איינער איז געגאנגען אויסזאגן פארן רב, האט די רב צוגערופן ר' נטע און אים געזאגט " מי ידמה לך, ומי ישוה לך, ומי יערך לך, איז דיר נישט גענוג? דו דארפסט נאך א לאך?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אפריל 26, 2020 7:30 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ה' מלך האט ער געזאגט סיי אין שטאט און סיי אין קעמפ, און שמע ישראל האט ער נישט געזאגט נישט דא און נישט דארט

די איינציגע חילוק איז מסתמא געווען דער תחנון פרייטאג

נישט אין פלאץ אין דעם אשכול אבער מעולם תמהתי אויף די מקומות וואס זאגן נישט שמע ישראל מזאגט דאך פארדעם אין די זמירות נמליכו (ה׳ מלך) ונייחדו (ה׳ אחד) נישט אזוי?

שמעתי אז די וואס זאגן נישט "שמע ישראל", זענען דערפאר מדקדק צו זינגען "אין כאלקינו" (אזוי האט מען טאקע געטוהן אין שאפראן), דאס איז אויך אן 'ונייחדו'.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אפריל 26, 2020 7:36 pm

א דוחק תירוץ...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג אפריל 26, 2020 8:47 pm

לכאורה האט געשריבן:נאכנישט געשטעלט, בלויז דער אונטערשטער שטיין דערפון.
דער מציבה וועט אי"ה געשטעלט ווערן די אנדערע וואך זונטאג.

האט מען טאקע געלייגט היינט די מציבה?

מחצה''ק
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך מחצה''ק » זונטאג אפריל 26, 2020 11:06 pm

לכאורה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:ה' מלך האט ער געזאגט סיי אין שטאט און סיי אין קעמפ, און שמע ישראל האט ער נישט געזאגט נישט דא און נישט דארט

די איינציגע חילוק איז מסתמא געווען דער תחנון פרייטאג

נישט אין פלאץ אין דעם אשכול אבער מעולם תמהתי אויף די מקומות וואס זאגן נישט שמע ישראל מזאגט דאך פארדעם אין די זמירות נמליכו (ה׳ מלך) ונייחדו (ה׳ אחד) נישט אזוי?

שמעתי אז די וואס זאגן נישט "שמע ישראל", זענען דערפאר מדקדק צו זינגען "אין כאלקינו" (אזוי האט מען טאקע געטוהן אין שאפראן), דאס איז אויך אן 'ונייחדו'.

אין מונקאטש זינגט מען נישט אין כאלוקינו אין מען זאגט נישט שמע ישראל מיט ד' מלך

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13069
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אפריל 26, 2020 11:07 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:נאכנישט געשטעלט, בלויז דער אונטערשטער שטיין דערפון.
דער מציבה וועט אי"ה געשטעלט ווערן די אנדערע וואך זונטאג.

האט מען טאקע געלייגט היינט די מציבה?

ניין. די מציבה קריצערס ארבעטן נישט דיזע טעג!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

גרינגער
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך גרינגער » מאנטאג אפריל 27, 2020 12:23 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:
גרינגער האט געשריבן:שלש סעודות אין קעמפ איז געווען זייער ווארעם אין שיין ווי די רב פלעגט דעמאלטס פירן מיטן גאנצן קעמפ אינגלעך און בחורים צוזאמען, ווער רעדט נאך ווען מען האט אויסגעלאשן די לעקטער, די אתקינו סעדתא ווי די רב האט אנגעהויבן דעם גלות ניגון. וכו וכו

אינגלעך? נישט וואס איך געדענק, די סעודות פלעגן זיין גאר גאר דערהויבן, די איינציגסטע מאל וואס דער רב ז"ל פלעגט פירן טיש ברבים, בדרך אגב ווייסט איינער ווי די מקור פון די רב'ס כל מקדש (די שאפראנע ווייסן וואס איך מיין,)?


אין די מ יארן אויך אין די נ פלעגט זיין ביי שלש סעודות די גאנצע קעמפ

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך פליטה גדולה » זונטאג מאי 10, 2020 2:28 pm

זע איך געשריבן אז מען רופט איהם בעל 'בנין הישר' האט ער מחבר געווען ספרים מיט דעם נאמען?
האמיר שוין אין די משפחה:
בנין דוד (אוהעל)
בנין צבי (ווייטצען)
בנין אברהם (מאנטעווידעא)
בנין הישר (שאפראן).


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזלר און 2 געסט