בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אפריל 05, 2020 6:52 pm

פליטה גדולה האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:הרב צבי הירש מייזליש אב"ד שאפראן

שר וגדול נפל היום בישראל
איך יאבדו כלי מלחמה ונפלו גבורים!
די רב זצ"ל וואס איז געווען מזקני וחשובי רבני עיר וויליאמסבורג איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן בעוונינו מי יתן לנו תמירתו.
די רבוש"ע זאל זיך מרחם זיין אויפן דור יתום און אונז שוין שיקן משיח צדקינו.



צולייגער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:הרב צבי הירש מייזליש אב"ד שאפראן

ברוך דיין האמת

ברוך דיין האמת. דער ווייטאג איז גרויס און דער קלאפ איז ביטער, משיירי כנסת הגדולה, גודר גדר ועומד בפרץ, שומר גחלת ישראל שלא תכבה, האלטנדיג פאר די אויגן בלויז איין איינציגע כלל, די הוראה וואס רבו הגדול מרן הקוה"ט מסאטמאר זי"ע האט אים געלערנט, ווען ער האט געעפנט דעם כולל אברכים בשנת תש"כ פאר זיינעט וועגן, אז מען זאל נישט גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער. דאס איז געווען נר לרגליו, שטייענדיג כחלמיש צור און זיך נישט בייגנדיג פאר קיין שום תירוץ און אויסרייד, אנהאלטנדיג דעם חומת ההתבדלות בלי אנע חכמות.

דער רב זצ"ל איז כל ימיו געווען א בורח מן הכבוד און ממאס געווען אין אלע גינוני כבוד המדומה. מערקווירדיג אז די אומשטענדן ברענגן ליידער צו אז זיין לוי' זאל ווארשיינליך אפגעראכטן ווערן אויף א רעלאטיוו איינגעהאלטענעם פארנעם.

נאך דא פיל צו רעדן, אבער ליידער זענען די צרות אזוי ביטער אז מען קען זיך ניטאמאל מצמצם זיין.

זאל ער זיין א גוטער בעטער פאר זיין חשוב'ע אלמנה הרבנית תליט"א, און זיינע קינדער הרבנים הגאונים שליט"א, פאר די גאנצע קהלה און אלע תלמידים וידידים, די ביטערע מגיפה זאל זיך אפטאן פון כלל ישראל, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אפריל 05, 2020 6:56 pm

דאס איז די צווייטע צווייג אין די שאפראנע משפחה וואס איז געווארן אוועקגעריסן אין די זעלבע טאג. היינט איז אויך נפטר געווארן הרה"ח המפואר ר' אברהם יעקב פאזען ז"ל וואס איז געווען א נעפיו פאר'ן שאפראנע רב וואס איז אויך היינט נפטר געווארן.

אגב אין די חודש איז אויך די יארצייט פון הגה"צ רבי שמעון ישראל פאזען זצ"ל משאפראן וואס זיין יארצייט געפאלט שביעי של פסח.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

ורחץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך ורחץ » זונטאג אפריל 05, 2020 6:57 pm

מען האלט נאך אין די שבעה פון זיין שוועסטער הרבנית מקערעסטיר ע"ה

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר משאפראן זצ"ל

תגובהדורך שקר » זונטאג אפריל 05, 2020 7:05 pm

ברוך דיין האמת. דער ווייטאג איז גרויס און דער קלאפ איז ביטער, משיירי כנסת הגדולה, גודר גדר ועומד בפרץ, שומר גחלת ישראל שלא תכבה, האלטנדיג פאר די אויגן בלויז איין איינציגע כלל, די הוראה וואס רבו הגדול מרן הקוה"ט מסאטמאר זי"ע האט אים געלערנט, ווען ער האט געעפנט דעם כולל אברכים בשנת תש"כ פאר זיינעט וועגן, אז מען זאל נישט גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער. דאס איז געווען נר לרגליו, שטייענדיג כחלמיש צור און זיך נישט בייגנדיג פאר קיין שום תירוץ און אויסרייד, אנהאלטנדיג דעם חומת ההתבדלות בלי אנע חכמות.

דער רב זצ"ל איז כל ימיו געווען א בורח מן הכבוד און ממאס געווען אין אלע גינוני כבוד המדומה. מערקווירדיג אז די אומשטענדן ברענגן ליידער צו אז זיין לוי' זאל ווארשיינליך אפגעראכטן ווערן אויף א רעלאטיוו איינגעהאלטענעם פארנעם.

נאך דא פיל צו רעדן, אבער ליידער זענען די צרות אזוי ביטער אז מען קען זיך ניטאמאל מצמצם זיין.

זאל ער זיין א גוטער בעטער פאר זיין חשוב'ע אלמנה הרבנית תליט"א, און זיינע קינדער הרבנים הגאונים שליט"א, פאר די גאנצע קהלה און אלע תלמידים וידידים, די ביטערע מגיפה זאל זיך אפטאן פון כלל ישראל, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
credit צילייגער
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

ורחץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך ורחץ » זונטאג אפריל 05, 2020 7:06 pm

בניו:
הרה"ג רבי דוד משה שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר הגה"צ רבי צבי מאיר פאנעט זצ"ל מדעעש
הרה"ג רבי פנחס אליעזר שליט"א חתן כ"ק הגה"צ רבי מרדכי שטיין שליט"א אב"ד פאלטישאן
הרה"ג רבי שמעון ישראל שליט"א חתן הגה"צ רבי ליפא טייטלבוים אב"ד בית אהרן שליט"א
הרה"ג רבי זלמן לייב שליט"א חתן הגה"צ רבי נתן דוד ראזענבערגער שליט"א מגמזו
הרה"ג רבי שלמה יחזקאל שליט"א חתן הגה"צ רבי חנוך העניך דוב אשכנזי שליט"א אב"ד האראדענקא
הרה"ג רבי יואל יעקב שליט"א חתן בזו"ר הגה"צ רבי שמואל שלמה שפיטץ שליט"א אב"ד ביסטריץ
הרה"ג רבי אלימלך אלעזר שליט"א חתן גיסו הרה"ג רבי ירמי' פרידמאן שליט"א דומ"ץ שאפראן
חתניו:
הרה"ג רבי אלעזר מענדל מייזליש שליט"א אב"ד ניימארק בן הגה"צ אב"ד ווייטצען זצ"ל
הרה"ג רבי ירמי' פרידמאן שליט"א דומ"ץ שאפראן בן הגאון הגדול רבי יח"מ פרידמאן שליט"א ראב"ד דקהל יט"ל סאטמאר
הרה"ג רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט ב.פ. בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
הרה"ג רבי שלמה מייזליש שליט"א בן הרה"ג רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד ווייטצען וומ"ס זצ"ל

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר משאפראן זצ"ל

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אפריל 05, 2020 7:08 pm

נעקסט טיים פאר די מאכסט אויף אן אשכול, טשעק אויב איינער האט דיך שוין מקדים געווען.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אפריל 05, 2020 7:12 pm

געווען פון די שענסטע תלמידים פון הרה"ק מסאטמאר, און איז תמיד געגאנגען לאורו הבהיר אין אלע הינזיכטן, געווען א לוחם מלחמות ה', אבער מיט א שטארקע איידלקייט, און צוריקגעצויגנקייט, זייענדיג א בורח מן הכבוד אויף א גרויסע פארנעם.

הרה"ק מסאטמאר זצ"ל האט בוחר געווען אינעם רב זצ"ל אז ער זאל זיין דער שרייבער פון חידושי סוגיות דברי יואל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אפריל 05, 2020 7:41 pm

איז דא עפעס פרטים איבער די לוי'?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך פליטה גדולה » זונטאג אפריל 05, 2020 9:17 pm

די לוי' וועט ארויסגיין היינט נאכט 9:30 מבית מדרשון אין וומס"ב און 11:30 ביים ביהמ"ד הגדול ויואל משה אין קרית יואל ווי ער וועט קומען לקבורה אינעם ארטיגן ביה"ח. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך פליטה גדולה » זונטאג אפריל 05, 2020 9:32 pm

IMG_9121.jpg
IMG_9121.jpg (136.44 KiB) געזעהן 2464 מאל
DSC_4315-600x397.jpg
DSC_4315-600x397.jpg (35.79 KiB) געזעהן 2464 מאל
DSC_4325-600x397.jpg
DSC_4325-600x397.jpg (36.25 KiB) געזעהן 2464 מאל

אוועטאר
nmi
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך nmi » זונטאג אפריל 05, 2020 10:41 pm

מ'באגלייט יעצט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג אפריל 06, 2020 12:14 am

nmi האט געשריבן:מ'באגלייט יעצט

אוי באשעפער!
געווען הספדים?

שטומפיג
שר האלף
תגובות: 1309
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג אפריל 06, 2020 12:32 am

איך ווייס נישט ווער ס'איז געגאנגען פתיחה דא, אבער פאר א קורצע צייט האט די אשכול געהייסן "ברוך דיין האמת: כ"ק אדמו"ר משאפראן זצ"ל"
ווער ס'האט געקענט דעם רב ז"ל ווייסט אז אזעלכע ווערטער וואלטן אים באמת געשטאכן, א איד וואס איז געווען כל כולו אמת, און האט געשטרעבט צו בלייבן א פארצייטישע רב און גארנישט מער, נישט קיין אדמו"ר, נישט קיין כ"ק מרן און ניטאמאל קיין הגה"צ. ער האט זיך באמת געעקלט פון די אלע גינוני מלכות וואס מ'האט פון צייט צו צייט אים פרובירט צוצושטעלן להגדיל מצב ולהאדירה און עס קיינמאל צו זיך נישט צוגעלאזט.
נישט געווען ביים רב עפעס אנדערש ווי די גראדע אמת, סיי בנוגע די הנהגה אין בית המדרש, און סיי בנוגע די הנהגה אין די ישיבה (בכל גילגוליה), זיין ציהל איז נאר געווען איין זאך: המשכה בלי שום שינוי. ס'איז נישט קיין סוד אז טיילמאל האט ער זיך ארויסגעשטעלט צו זיין היפש "עקסטרעם" במקום שאחרים נהגו בו להיתר, אבער דאס אלעס האט ביי קיינעם קיינמאל ערוועקט די מינדעסטע אפשיי ווייל ס'האט זיך קלאר געשפירט אז ס'איז נישט דא דארט קיין טראפ נגיעה אדער מחשבה לקנטר, אלעס איז בלויז אמת, אמת און נאכאמאל אמת!
איך קען נישט רעדן וועגן זיין כח התורה ועבודה און יראת שמים, ווייל ליידער בין איך צו פשוט עס צו פארשטיין. אבער אמתדיגקייט איז א קריסטאל-קלארע זאך צו וואס יעדער איז א מבין.
איך האב א פאק מיט מעשיות צו פארציילן איבער די זיסע בא'חן'טע ארגינעלקייט פון רב ז"ל אבער איך מוז מיך אפהאלטן משום גילוי.
אבידה שאין לה תמורה בדוגמתו!

Kollel
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך Kollel » מאנטאג אפריל 06, 2020 1:42 am

לוי' אין וויליאמסבורג
צוגעלייגטע
EU4tRwbWoAAuIGX.jpg
Williamsburg Levaya disturbed by NYPD
EU4tRwbWoAAuIGX.jpg (183.53 KiB) געזעהן 1687 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

Kollel
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך Kollel » מאנטאג אפריל 06, 2020 1:44 am

לוי' אין קרית יואל
צוגעלייגטע
105616.jpeg
105616.jpeg (220.45 KiB) געזעהן 1682 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג אפריל 06, 2020 7:19 am

בד"ה
שר גדול נפל בישראל
געווען אן ענוותן כהלל, א ריכטיגע בורח מן הכבוד
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע
עליו השלם כל הקרבנות כלם
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג אפריל 06, 2020 7:46 am

ווי האט מען געלייגט די רב זצ"ל?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לייטער » מאנטאג אפריל 06, 2020 7:51 am

דא רעדט מען וועגן די צישטיפטקייט ביי די לוויה( עטליסט ביי א חלק פלעצער פון די לוויה )און פון די פאליציי וואס האט עס צ'פראסקעסט, מצילום אדער רשעים, 2 3 בלעטער איבער די נושא

viewtopic.php?p=2151936#p2151936
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מאנטאג אפריל 06, 2020 8:18 am

אוי רבי רבי רכב ישראל ופרשיו!!! איך נפלו כלי גיבורים ויאבדו כלי מלחמה? כי גדול כים שברינו אוי מי ירפה לנו? ברוך דיין האמת! עליה השלם כל הקרבנות כולם!!!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
סטיטשינער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5405
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג אפריל 07, 2020 6:08 am

געשמאקער האט געשריבן:ווי האט מען געלייגט די רב זצ"ל?

דאכצעך אינעם נייעם חלקה.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

אפטרופס
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:35 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך אפטרופס » דינסטאג אפריל 07, 2020 2:21 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
געשמאקער האט געשריבן:ווי האט מען געלייגט די רב זצ"ל?

דאכצעך אינעם נייעם חלקה.

שטימט,
די רב זצ"ל האט שוין געקויפט דארט א חלקה גלייך אין אנהויב ביים מקדש זיין די ביה"ח.

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג אפריל 07, 2020 2:34 pm

די רב ז"ל האט מען געלייגט אין א ספעציעל דעזיגנירטע מקום פאר רבנים וחשיבים אינעם נייעם ביה"ח גלייך נעבען די יאוואזשנע חלקה,
אינטערעסאנט איז זיין טאטע ליגט אין ניו דזערסי, זיין שווער אין סקווירא, און ער אין ק"י,
לעצט פאראכטן דורך לפנות בוקר אום דינסטאג אפריל 07, 2020 2:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
און װאס זאגן די עסקנים?

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך abeg » דינסטאג אפריל 07, 2020 2:35 pm

װער איז ממלה מקום?

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג אפריל 07, 2020 2:37 pm

abeg האט געשריבן:װער איז ממלה מקום?

מ'זיכט נאך דער צוואה
און װאס זאגן די עסקנים?

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

Re: בד"ה: רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד שאפראן - י"א ניסן תש"פ

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג אפריל 07, 2020 2:40 pm

נאך א טשיקאווע זאך, זיין מאמע איז אוועק א' ניסן ער י"א ניסן זיין שווער כ"א ניסן,
און װאס זאגן די עסקנים?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט