שייכות בין הרה"ק מסאטמאר והרה"ק מסקווירא, זכותם יגן עלינו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 4:53 pm

יא ריכטיג ר' אלחנן ראטשילד. מען דערציילט עפעס גדולות ונצורות איבער אים (געזעהן אין די סאטמארע באשרייבונגען). פון די תורות וואס ער שרייבט פון סאטמאר רב זעהט אויס ווי ער איז געווען א חסיד נלהב פון סאטמאר. האט ער נאכדעם אינגאנצן איבערגעלאזט סאטמאר און אריבער קיין סקווירא?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 4:54 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:צימענט אדער פריעדמאן?

ר' טובי' צימענט איז געווען דאכט זיך א סאטמארער תלמיד, אבער האט נישט געהאט צו טוהן מיט בויען די שטעטל.
וועלכע פריעדמאן מיינט איר?

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 4:54 pm

צ/ק
מ'האמיר אליינס געהערט פון הרה"ג ר' אנשיל קרעמער , ער אידעך געווען א איידעם ביי הגה"ץ מ'מעלבוירן ז"ל און נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין בראזיל נעבן דעם שווער
די ערשטע מאל ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע נאך זיין חתונה אינאך געווען אנפאנג ווען אלע רבי'ס האבן נאך געהאט א קלענערן עולם , איז ער געקומען חודש תשרי , עשי"ת איז ער זיך אריין קוויטלען ביים סאטמארן רבי'ן זי"ע , פלוצים פרעגט אים די רבי ,ווי גייסטו זיין ביי די הקפות

דערציילט ר' אנשיל אז ער איז געווארן פאררויטעלט און זאגט פארן רבי'ן , כעל זאגן דעם אמת כ'האב חשק צו גיין אויף סקווירא אזוי ווי כ'באלאנג דעך דארט , די רבי צושמייכעלט זיך און זאגט אים (כ'געדענק נאר בערך די לשון וויזוי ער האט עס מיר געזאגט ) "סיז א גוט און ערליך פלאץ, אודאי זאלסטו אהין גיין פאר די הקפות" און די רבי האט אים זייער ווארעם אנגעוואונטשן
( ר' אנטשיל האט מיר געוואלט ארויסברענגן די גדלות פון רבי'ן אז אפילו סיז געווען די בראשית יארן ווי יעדע רבי האט געוואלט האבן דעם עולם ביי זיך און בפרט אז ער האט געוואוסט אז סיז דא אמאל אמאל רייבערייען אעפ"כ האט אים דער רבי געזאגט ער זאל גיין און ער האט אים נאך מאמץ געווען צו גיין אהין, כ'מיין אז דעי עובדא זאגט אסאך)
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 4:55 pm

נחוניא האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:צימענט אדער פריעדמאן?

ר' טובי' צימענט איז געווען דאכט זיך א סאטמארער תלמיד, אבער האט נישט געהאט צו טוהן מיט בויען די שטעטל.
וועלכע פריעדמאן מיינט איר?

פארמישט מיט הרה"ח ר' יוסף חיים פריעדמאן וועלכער האט ארויסגעגעבן תורות פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, טעות, אנטשולדיגט.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 5:03 pm

הגה"ח ר' אשר לעמל שווארץ שליט"א לרפו"ש פון וויליאמסבורג בעמח"ס מאשר שמנה על תהלים שרייבט אין די הקדמה פונעם תהלים [אין איינע פון די לעצטע מהדורות] אז ר"ח שבט תשכ"ו איז ער געווען אויף א ברית אין שיכון סקווירא, און ער האט דאן אויסגענוצט די געלגענהייט צו ווייזן פאר'ן סקווערער רבי'ן זי"ע די גליונות פון ספרי הלכות אויף אידיש וואס ער האט געשריבן פאר די מיידל שולעס, און דער סקווערער רבי האט אים געפרעגט "וואס זאגט דערויף דער סאטמארער רב?", האט ר' לעמל געענטפערט "וואס הייסט, ער איז דאך דער וואס האט מיר מעודד געווען איך זאל זיך אריינלייגן דערין" [ווי ר' לעמל דערציילט דאס אסאך מאל אז ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז צוריקגעקומען פון זיין באזוך א"י בשנת תשכ"ה האט ער אים אריבערגערופן און געהייסן שרייבן הלכות אין אידיש], האט דער סקווערער רבי געפרעגט "און וואס זאגט דערויף דער פאפא רב", האט ר' לעמל געענטפערט אז דער פאפא רב האט דורכגעקוקט א טייל פון די גליונות און האט דאס שטארק משבח געווען, האט דער סקווערער רבי אויסגעפירט "נו, אויב דאס איז גוט פאר סאטמאר און פאר פאפא דאן איז דאס גוט אויך פאר מיר".
ביז אהער כמעט ווארט ביי ווארט פון וואס ר' לעמל שליט"א שרייבט אין די הקדמה, איך האב דאס נישט פאר מיר נאר איך שרייב פון זכרון, אדרבה אויב האט איינער דעם תהלים זאל ער עס ביטע דא ארויפלייגן..

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 5:10 pm

איינפאכער בנוסף צו די מעשה פארציילט הרב איך געדענק נישט אינדארסקי פון קרית יואל איידעם פון ר' שלום פאגעל, אז ווען ער איז געווען באזוכן ביי זיין שווער מיט זיינע קליינע קינדער וואס האבן געלערנט אין סאטמאר, האט ר' שלום אויפגעשפרינגען פון שמחה אויסרופנדיג אזעלכע לעכטיגע קינדער, איך האב אליינס געהערט פונעם רב אז די וועג צו מחנך זיין די דורות איז די וועג פונעם סאטמאר רב, ממילא פריי איך מיך אז זיי לערנען אין סאטמאר רב'ס מוסדות.

ע"כ ששמעתי פון רב אינדארסקי איידעם פון ר' שלום פאגעל. איך שטעל דאס צו צו דאס וואס סקווירא רבי האט אויך געזאגט אביסל ענליכ'ס אויב איז דאס גיט פאר סאטמאר און פאפא איז דאס גיט פאר מיר אויך.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 5:14 pm

שמעתי מהרה"ח ר' בעריש הכהן ווייס ז"ל מחשובי חסידי סאטמאר בבארא פארק:
תיכף אחר המלחמה כשנתהווה קהלה חסידית בעיר סאטמאר למשך איזה שנים, הי' שם ביניהם הרה"ח ר' נפתלי אינדיג ז"ל - שלימים הי' ה'מקוה איד' בביהמ"ד הישן דסאטמאר ברחוב בעדפארד עוו. והי' חסיד נלהב של רביה"ק מסאטמאר זי"ע - ובאותו הזמן הי' הרה"ק ר' יעקב יוסף מסקווירא זי"ע עדיין גר ברומעניע והי' מפורסם בשם "קאלאראשער רבי", ופע"א הזמינו אנשי קהל סאטמאר את הרה"ק זי"ע שיבוא לשבות אצלם על שב"ק כדי לחזק את שארית הפליטה, וסיפר ר' נפתלי אינדיג ז"ל הנ"ל שהוא נסע עם עגלתו להביא את הרה"ק זי"ע לעיר סאטמאר [כמדומה שהי' גר אז בבוקארעסט] ובמשך כל הדרך לעיר סאטמאר הי' הרה"ק נשאר עומד על העגלה ולא רצה לישב כי הי' נתיירא מחשש שעטנז על הספסלים!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 5:15 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:איינפאכער בנוסף צו די מעשה פארציילט הרב איך געדענק נישט אינדארסקי פון קרית יואל איידעם פון ר' שלום פאגעל, אז ווען ער איז געווען באזוכן ביי זיין שווער מיט זיינע קליינע קינדער וואס האבן געלערנט אין סאטמאר, האט ר' שלום אויפגעשפרינגען פון שמחה אויסרופנדיג אזעלכע לעכטיגע קינדער, איך האב אליינס געהערט פונעם רב אז די וועג צו מחנך זיין די דורות איז די וועג פונעם סאטמאר רב, ממילא פריי איך מיך אז זיי לערנען אין סאטמאר רב'ס מוסדות.

ע"כ ששמעתי פון רב אינדארסקי איידעם פון ר' שלום פאגעל. איך שטעל דאס צו צו דאס וואס סקווירא רבי האט אויך געזאגט אביסל ענליכ'ס אויב איז דאס גיט פאר סאטמאר און פאפא איז דאס גיט פאר מיר אויך.

איר מיינט אפשר הרב צבי ארי' אינדארסקי פון קרית "טאהש"?

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 5:17 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:איינפאכער בנוסף צו די מעשה פארציילט הרב איך געדענק נישט אינדארסקי פון קרית יואל איידעם פון ר' שלום פאגעל, אז ווען ער איז געווען באזוכן ביי זיין שווער מיט זיינע קליינע קינדער וואס האבן געלערנט אין סאטמאר, האט ר' שלום אויפגעשפרינגען פון שמחה אויסרופנדיג אזעלכע לעכטיגע קינדער, איך האב אליינס געהערט פונעם רב אז די וועג צו מחנך זיין די דורות איז די וועג פונעם סאטמאר רב, ממילא פריי איך מיך אז זיי לערנען אין סאטמאר רב'ס מוסדות.

ע"כ ששמעתי פון רב אינדארסקי איידעם פון ר' שלום פאגעל. איך שטעל דאס צו צו דאס וואס סקווירא רבי האט אויך געזאגט אביסל ענליכ'ס אויב איז דאס גיט פאר סאטמאר און פאפא איז דאס גיט פאר מיר אויך.

ווי אויך האב איך געהערט אז דער אינדארסקי האט אסאך וואס צו פארציילן בנוגע סאטמאר - בעלז
זייענדיג אן איידעם ביי ר' שלום פויגעל

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 5:18 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:איינפאכער בנוסף צו די מעשה פארציילט הרב איך געדענק נישט אינדארסקי פון קרית יואל איידעם פון ר' שלום פאגעל, אז ווען ער איז געווען באזוכן ביי זיין שווער מיט זיינע קליינע קינדער וואס האבן געלערנט אין סאטמאר, האט ר' שלום אויפגעשפרינגען פון שמחה אויסרופנדיג אזעלכע לעכטיגע קינדער, איך האב אליינס געהערט פונעם רב אז די וועג צו מחנך זיין די דורות איז די וועג פונעם סאטמאר רב, ממילא פריי איך מיך אז זיי לערנען אין סאטמאר רב'ס מוסדות.

ע"כ ששמעתי פון רב אינדארסקי איידעם פון ר' שלום פאגעל. איך שטעל דאס צו צו דאס וואס סקווירא רבי האט אויך געזאגט אביסל ענליכ'ס אויב איז דאס גיט פאר סאטמאר און פאפא איז דאס גיט פאר מיר אויך.

איר מיינט אפשר הרב צבי ארי' אינדארסקי פון קרית "טאהש"?

מסתמא. דער מיט די ווייסע בארד, וויאזוי ער הייסט אויף די ערשטע נאמען געדענק איך נישט, אבער ער איז אן איידעם פון דעם באקאנטן בעלזא גבאי ר' שלום פאגעל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 5:46 pm

.
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

תגובהדורך קאניאק » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 6:12 pm

אביונה האט געשריבן:.

סא אינז האב מיר א אשכול וואס איז מחזק סאטמארע חסידים אז זייער רעבע איז געווען א אנגענומען ביי סקווערע רעבע, נייס.
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 7:44 pm

קאניאק האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:.

סא אינז האב מיר א אשכול וואס איז מחזק סאטמארע חסידים אז זייער רעבע איז געווען א אנגענומען ביי סקווערע רעבע, נייס.

וויאזוי איר קוקט אן דעם אשכול, און אויב איר מיינט טאקע אז די סאטמארער חסידים דארפן חיזוק אויף זייער רבי'ן, דאן זעהט אויס פון אייערע ווערטער ווי איר האט געטרינקען עטליכע פלעשער פון אייער ניק... [איך מיין נאר א ווערטל], אין דעם אשכול פרובירט מען נאר אויפצואווייזן אז א קשר וואס האט געהערשט צווישן 2 קדושים וטהורים, מוז נישט בהכרח ווערן אנגעקוקט אין די אספקלריא פון פארשידענע קליינקעפיגע מענטשן. פינטל!

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:07 pm

רואיג! האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:דער סאטמערע חסיד ווייסט סייווי דער גדלות פון זיין רבין, וואס גייט אים אזוי אין לעבן וואס סקווערע רבי האט געזאגט.

און דער סקווערע חסיד, וואס שטערט אים אנצונעמען אז זיין רבי האט פארגינען א גוט ווארט אויף א צווייטן.

איך זעה נישט על מה יצא הקצף.

איך וועל פראבירן צו מסביר זיין די שמועס פאר ווער עס פארשטייט נישט.

יעדער ווייסט וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געהאלטן איבער דער דרך הבעש"ט, יעדער ווייסט אז פאר הרה"ק מסקווירא זי"ע האט דאס זייער געשטערט. (אגב, פון דעם אליין זעט מען אז זיי האבן זיך שטארק מעריץ געווען, ווייל עס זענען געווען אסאך אנדערע מיט שיטות, און עס איז נישט אנגעגאנגען פאר הרה"ק מסקווירא זי"ע. און די זעלבע זאך אז עס האט געשטערט פאר הרה"ק מסאטמאר זי"ע די צוגאנג צו קנאות פון הרה"ק מסקווירא זי"ע)

צוליב דעם, ווען איינער ברענגט די פאלגענדע מעשה, קען עס ברענגן וואונדער.
ווען הרה"ק מסקווירא זצ"ל האט אמאל אין א געלעגנהייט געשמועסט איבער די נושא, האבן די מקורבים געפרעגט, און וואס איז מיט וויליאמסבורג? ווי צו זאגן וועלכע תלמידי בעל שם האבן דא מטהר געווען די אויר אז די רבי האט נישט מורא דא צו זיין? האט די הייליגע סקווירא רבי געוויזן מיטן פינגער צו די ריכטונג פון די הויז פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע.

אבער אויב זאגט איינער אביסל אנדערש, פארשטייט מען אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז נאכאלס די זעלבע גרויס, און יעצט שטימט שוין די מעשה.
נחוניא האט געשריבן:איך האב געהערט פון איינעם וואס האט אליינס געהערט די מעשה פון רבי אהרן, אז ווען ער האט געפרעגט די שאלה פונעם סקווירא'ר רבי זצ"ל, וויאזוי קען מען טאקע היינט קומען קיין אמעריקא וכו', האט אים דער סקווירא'ר רבי צוריקגעפרעגט: איר האט דאך דא אייער רבי, וואספארא א שאלה האט איר?!

די זעלבע זאך מיט די מעשה אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געזאגט אויף הרה"ק מסקווירא זי"ע 'ער האט געהאט א שמעק פון צדיקי אמת'. איז א וואונדער, ווייל הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך נישט געווארפען מיט 'צדיקי אמת'. אבער אויב זאגט איינער אביסל אנדערש, פארשטייט מען אז הרה"ק מסקווירא זי"ע איז נאכאלס די זעלבע גרויס, און יעצט שטימט שוין די מעשה.
צווייפעל האט געשריבן:דער רבי האט געזאגט נאכן פטירה פון סקווירא רבי'ן זצוק"ל, זה היה בערך לשונו.

'ער איז נישט פון היינט, ער האט נאך געהאט א ריח פון אמאל, און דאס האמער שוין אויך נישט'

מפי ר' עזריאל גליק ע"ה.

זכותם יגן עלינו.

די קליינקעפיגקייט וואס ליכט אין די תגובה איז איום ונורא. ווייל סקווערער רבי איז געווען מחולק (און אפילו שטארק מחולק) מיט סאטמארער רבי איבער דרך הבעש''ט האט סקווערער רבי נישט געקענט האלטן אז די וועלט דארף סאטמארער רבי?! וכן להיפך.

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:10 pm

ווי שוין געשריבן אויבן האט די סקווירא רבי נישט געבאדערט ווען עפעס סתם אזוי איינער וואלט געזאגט נשתכח דרך הבע"ש, עס האט אים טאקע געבאדערט ווען דאס האט געזאגט אזא אדם גדול וואס ער האט טאקע יא געהאלטן פון אים, און טאקע דאס האט אים געבאדערט. על כל פנים דאס איז זיכער אז מיט די חילוקי דעות האב די צוויי צדיקים זיך שטארק מעריץ געווען
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2492
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:30 pm

איך מיין מען דארף טוישן די קעפל פון די אשכול צו "די קשר פון די סקווערע ניקס מיט די סאטמארע ניקס"

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:37 pm

דממה דקה האט געשריבן:איך מיין מען דארף טוישן די קעפל פון די אשכול צו "די קשר פון די סקווערע ניקס מיט די סאטמארע ניקס"

:lol: :lol: :lol:

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3771
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:54 pm

עס זעהט אויס אז אונזער האמיר גאנץ א שיינע מספר סקווערע ניקס כמעט אזוי סאך ווי סאטמאר...

אדער קען זיין אז די סקווערע ניקס שרייבן מער אין דעם אשכול

למעשה איז עס א שיינע זאך פאר אייוועלט אז מען קען זיך אויסשמועסן ווי עדאלטס אן קיין פערזענליכע אטאקעס וכדומה

כל טוב
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 9:02 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:הגה"ח ר' אשר לעמל שווארץ שליט"א לרפו"ש פון וויליאמסבורג בעמח"ס מאשר שמנה על תהלים שרייבט אין די הקדמה פונעם תהלים [אין איינע פון די לעצטע מהדורות] אז ר"ח שבט תשכ"ו איז ער געווען אויף א ברית אין שיכון סקווירא, און ער האט דאן אויסגענוצט די געלגענהייט צו ווייזן פאר'ן סקווערער רבי'ן זי"ע די גליונות פון ספרי הלכות אויף אידיש וואס ער האט געשריבן פאר די מיידל שולעס, און דער סקווערער רבי האט אים געפרעגט "וואס זאגט דערויף דער סאטמארער רב?", האט ר' לעמל געענטפערט "וואס הייסט, ער איז דאך דער וואס האט מיר מעודד געווען איך זאל זיך אריינלייגן דערין" [ווי ר' לעמל דערציילט דאס אסאך מאל אז ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז צוריקגעקומען פון זיין באזוך א"י בשנת תשכ"ה האט ער אים אריבערגערופן און געהייסן שרייבן הלכות אין אידיש], האט דער סקווערער רבי געפרעגט "און וואס זאגט דערויף דער פאפא רב", האט ר' לעמל געענטפערט אז דער פאפא רב האט דורכגעקוקט א טייל פון די גליונות און האט דאס שטארק משבח געווען, האט דער סקווערער רבי אויסגעפירט "נו, אויב דאס איז גוט פאר סאטמאר און פאר פאפא דאן איז דאס גוט אויך פאר מיר".
ביז אהער כמעט ווארט ביי ווארט פון וואס ר' לעמל שליט"א שרייבט אין די הקדמה, איך האב דאס נישט פאר מיר נאר איך שרייב פון זכרון, אדרבה אויב האט איינער דעם תהלים זאל ער עס ביטע דא ארויפלייגן..

ברוך דיין האמת
הרה"ח רבי אשר לעמיל שווארץ ע"ה
בעמח"ס מאשר שמנה
92 יאר

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 9:09 pm

טראק דרייווער האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:קוק אדורך די הספד פון רבין אין דברי יואל פ' תולדות אויפן בעלזער רב ווי אזוי ער רעדט פון אים, דאס אז ער האט נישט נאכגעזאגט קיין דברי תורה פון אים איז די זעלבע סיבה פארוואס ער האט נישט נאכגעזאגט פון נאך אנדערע גרויסע צדיקים בני דורם, וועסט טרעפן אן ערוגת הבשם אין דברי יואל? הגם ער איז אוועק נאך פריער

כ׳ווייס נישט וואס דו ווילסט אקויסברענגען מיט׳ן הספד, האבעך דען געזאגט אז ער האט נישט שטארק געהאלטן פון בעלזא רב?

דעס וואס דו זאגסט וועגן די ערוגת הבושם, אין הכי נמי, וועסט טאקע קיינמאל נישט הערן אז די רבי האט זיך געהאלטן א תלמיד/חסיד פונעם ערוגת הבושם.

איך זאג אזוי, ווען די רבי וואלט געווען אזא בעלזא חסיד וויאזוי מ׳פרובירט אים אראפצומאלן, וואלט בעלזא רב געווען שגור על לשונו, און ווי געשריבן האבן סאטמארע אידן הן קיינמאל נישט געהערט דעם רבי׳ן רעדן ברבים וועגן בעלזא.

פליז ברענג נישט קיין ראי׳ פון איינמאל (אוב ס׳איז דא), וואס איז בטיל ברבבות...

די בר״מ איז יא געווען א בעלזא חסיד.

אקעי כ'האב נישט געזאגט ער איז געווען א בעלזאר חסיד, ער האט אבער שטארק געהאלטן פון בעלזא מער פון אנדערע, און איך האב אמאל געהערט אז ער זאל זיך האבן אויסגעדרוקט אז ער האט גענומען זיין קנאות/צו געלערנט דעם וועג פון קנאות (עפעס אזוי, איך געדענק נישט פונקטליך, שוין געהערט מער ווי 20 יאר צוריק) פון בעלזא

גראדע דעדענק איך יא עס זאל זיין תורות וואס די רבי זאגט נאך איך געדענק אפילו אז איך האב אויפגעפאסט אין די אידישע תורות אז ער זאגט רק ישכר בער כמנהג פין אמאל צורופן מיט די אידישע נעמען אין נישט ישכר דוב
טרייען אויפצוזוכן קען זיין איך בין זיך טועה מיט א שמועס אבער אויסערווענדיג געדענק איך אז עס איז א תורה דאכטזעך אין די שובבים סדרות
ואגב דער חתם סופר וואס די רבי האטגעזאגט אז ער מיינט אים מיט רהותי אין ויואל משה ברענג אר אויך ממש נישט אין די תורות
די רביס תורות איז בעיקר נאר ראשונים אור החיים אין זיינע זיידעס

די געדענקסט גיט, ווייל איך האב אויך אמאל געזעהן א תורה פונעם רבי'ן ווי ער דערמאנט א תורה פון בעלזא רב און פארוואס איך געדענק דאס טאקע איז וויבאלד עס איז מיר אויך געווען אינטערסאנט אז ער רופט אים "ר' יששכר בער" און נישט ווי די וועלט רופט אים ר' ישכר דוב.

כ׳גיי נישט אריין אינעם עצם הענין. די אדמור״י סאטמאר שליט״א זאגן אויך ר׳ ישכר בער

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4893
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:38 pm

נו וואדע האט געשריבן:צ/ק
מ'האמיר אליינס געהערט פון הרה"ג ר' אנשיל קרעמער , ער אידעך געווען א איידעם ביי הגה"ץ מ'מעלבוירן ז"ל און נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין בראזיל נעבן דעם שווער
די ערשטע מאל ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע נאך זיין חתונה אינאך געווען אנפאנג ווען אלע רבי'ס האבן נאך געהאט א קלענערן עולם , איז ער געקומען חודש תשרי , עשי"ת איז ער זיך אריין קוויטלען ביים סאטמארן רבי'ן זי"ע , פלוצים פרעגט אים די רבי ,ווי גייסטו זיין ביי די הקפות

דערציילט ר' אנשיל אז ער איז געווארן פאררויטעלט און זאגט פארן רבי'ן , כעל זאגן דעם אמת כ'האב חשק צו גיין אויף סקווירא אזוי ווי כ'באלאנג דעך דארט , די רבי צושמייכעלט זיך און זאגט אים (כ'געדענק נאר בערך די לשון וויזוי ער האט עס מיר געזאגט ) "סיז א גוט און ערליך פלאץ, אודאי זאלסטו אהין גיין פאר די הקפות" און די רבי האט אים זייער ווארעם אנגעוואונטשן
( ר' אנטשיל האט מיר געוואלט ארויסברענגן די גדלות פון רבי'ן אז אפילו סיז געווען די בראשית יארן ווי יעדע רבי האט געוואלט האבן דעם עולם ביי זיך און בפרט אז ער האט געוואוסט אז סיז דא אמאל אמאל רייבערייען אעפ"כ האט אים דער רבי געזאגט ער זאל גיין און ער האט אים נאך מאמץ געווען צו גיין אהין, כ'מיין אז דעי עובדא זאגט אסאך)

נישט רבי אנשיל נאר הגה"ח רבי ניסן שליט"א לרפו"ש

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4893
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:47 pm

כל טוב האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:הגה"ח ר' אשר לעמל שווארץ שליט"א לרפו"ש פון וויליאמסבורג בעמח"ס מאשר שמנה על תהלים שרייבט אין די הקדמה פונעם תהלים [אין איינע פון די לעצטע מהדורות] אז ר"ח שבט תשכ"ו איז ער געווען אויף א ברית אין שיכון סקווירא, און ער האט דאן אויסגענוצט די געלגענהייט צו ווייזן פאר'ן סקווערער רבי'ן זי"ע די גליונות פון ספרי הלכות אויף אידיש וואס ער האט געשריבן פאר די מיידל שולעס, און דער סקווערער רבי האט אים געפרעגט "וואס זאגט דערויף דער סאטמארער רב?", האט ר' לעמל געענטפערט "וואס הייסט, ער איז דאך דער וואס האט מיר מעודד געווען איך זאל זיך אריינלייגן דערין" [ווי ר' לעמל דערציילט דאס אסאך מאל אז ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז צוריקגעקומען פון זיין באזוך א"י בשנת תשכ"ה האט ער אים אריבערגערופן און געהייסן שרייבן הלכות אין אידיש], האט דער סקווערער רבי געפרעגט "און וואס זאגט דערויף דער פאפא רב", האט ר' לעמל געענטפערט אז דער פאפא רב האט דורכגעקוקט א טייל פון די גליונות און האט דאס שטארק משבח געווען, האט דער סקווערער רבי אויסגעפירט "נו, אויב דאס איז גוט פאר סאטמאר און פאר פאפא דאן איז דאס גוט אויך פאר מיר".
ביז אהער כמעט ווארט ביי ווארט פון וואס ר' לעמל שליט"א שרייבט אין די הקדמה, איך האב דאס נישט פאר מיר נאר איך שרייב פון זכרון, אדרבה אויב האט איינער דעם תהלים זאל ער עס ביטע דא ארויפלייגן..

ברוך דיין האמת
הרה"ח רבי אשר לעמיל שווארץ ע"ה
בעמח"ס מאשר שמנה
92 יאר

רבי אשר לעמיל איז געווען א שוואגער מיט האי חסיד המפורסם רבי שמעון גרובער ז"ל מגדולי חסידי סקווירא [ אביו של רבי משה מוומ"ס סטעטען איילענד ]

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:57 pm

ברוך דיין האמת, עכשיו הגיע הידיעה המרה על פטירתו של האי גברא רבא הגה"ח המפורסם מחסידי קמאי מוה"ר אשר לעמל שווארץ ז"ל, חבל על דאבדין ולא משתכחין! יהא זכרו הטוב ברוך.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:04 am

dovidal האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:הגה"ח ר' אשר לעמל שווארץ שליט"א לרפו"ש פון וויליאמסבורג בעמח"ס מאשר שמנה על תהלים שרייבט אין די הקדמה פונעם תהלים [אין איינע פון די לעצטע מהדורות] אז ר"ח שבט תשכ"ו איז ער געווען אויף א ברית אין שיכון סקווירא, און ער האט דאן אויסגענוצט די געלגענהייט צו ווייזן פאר'ן סקווערער רבי'ן זי"ע די גליונות פון ספרי הלכות אויף אידיש וואס ער האט געשריבן פאר די מיידל שולעס, און דער סקווערער רבי האט אים געפרעגט "וואס זאגט דערויף דער סאטמארער רב?", האט ר' לעמל געענטפערט "וואס הייסט, ער איז דאך דער וואס האט מיר מעודד געווען איך זאל זיך אריינלייגן דערין" [ווי ר' לעמל דערציילט דאס אסאך מאל אז ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז צוריקגעקומען פון זיין באזוך א"י בשנת תשכ"ה האט ער אים אריבערגערופן און געהייסן שרייבן הלכות אין אידיש], האט דער סקווערער רבי געפרעגט "און וואס זאגט דערויף דער פאפא רב", האט ר' לעמל געענטפערט אז דער פאפא רב האט דורכגעקוקט א טייל פון די גליונות און האט דאס שטארק משבח געווען, האט דער סקווערער רבי אויסגעפירט "נו, אויב דאס איז גוט פאר סאטמאר און פאר פאפא דאן איז דאס גוט אויך פאר מיר".
ביז אהער כמעט ווארט ביי ווארט פון וואס ר' לעמל שליט"א שרייבט אין די הקדמה, איך האב דאס נישט פאר מיר נאר איך שרייב פון זכרון, אדרבה אויב האט איינער דעם תהלים זאל ער עס ביטע דא ארויפלייגן..

ברוך דיין האמת
הרה"ח רבי אשר לעמיל שווארץ ע"ה
בעמח"ס מאשר שמנה
92 יאר

רבי אשר לעמיל איז געווען א שוואגער מיט האי חסיד המפורסם רבי שמעון גרובער ז"ל מגדולי חסידי סקווירא [ אביו של רבי משה מוומ"ס סטעטען איילענד ]

פארגעסן צוצולייגן אז ר' אשר לעמל ז"ל שרייבט אין די דערמאנטע הקדמה אז דער בעל ברית איז געווען זיין שוואגער ר' שמעון גרובער ז"ל, וואו ר' אשר לעמל האט געדינט אלס מוהל און דער סקווערער רבי זי"ע איז געווען סנדק.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4350
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:31 am

Think and Thank האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:דער סאטמערע חסיד ווייסט סייווי דער גדלות פון זיין רבין, וואס גייט אים אזוי אין לעבן וואס סקווערע רבי האט געזאגט.

און דער סקווערע חסיד, וואס שטערט אים אנצונעמען אז זיין רבי האט פארגינען א גוט ווארט אויף א צווייטן.

איך זעה נישט על מה יצא הקצף.

איך וועל פראבירן צו מסביר זיין די שמועס פאר ווער עס פארשטייט נישט.

יעדער ווייסט וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געהאלטן איבער דער דרך הבעש"ט, יעדער ווייסט אז פאר הרה"ק מסקווירא זי"ע האט דאס זייער געשטערט. (אגב, פון דעם אליין זעט מען אז זיי האבן זיך שטארק מעריץ געווען, ווייל עס זענען געווען אסאך אנדערע מיט שיטות, און עס איז נישט אנגעגאנגען פאר הרה"ק מסקווירא זי"ע. און די זעלבע זאך אז עס האט געשטערט פאר הרה"ק מסאטמאר זי"ע די צוגאנג צו קנאות פון הרה"ק מסקווירא זי"ע)

צוליב דעם, ווען איינער ברענגט די פאלגענדע מעשה, קען עס ברענגן וואונדער.
ווען הרה"ק מסקווירא זצ"ל האט אמאל אין א געלעגנהייט געשמועסט איבער די נושא, האבן די מקורבים געפרעגט, און וואס איז מיט וויליאמסבורג? ווי צו זאגן וועלכע תלמידי בעל שם האבן דא מטהר געווען די אויר אז די רבי האט נישט מורא דא צו זיין? האט די הייליגע סקווירא רבי געוויזן מיטן פינגער צו די ריכטונג פון די הויז פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע.

אבער אויב זאגט איינער אביסל אנדערש, פארשטייט מען אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז נאכאלס די זעלבע גרויס, און יעצט שטימט שוין די מעשה.
נחוניא האט געשריבן:איך האב געהערט פון איינעם וואס האט אליינס געהערט די מעשה פון רבי אהרן, אז ווען ער האט געפרעגט די שאלה פונעם סקווירא'ר רבי זצ"ל, וויאזוי קען מען טאקע היינט קומען קיין אמעריקא וכו', האט אים דער סקווירא'ר רבי צוריקגעפרעגט: איר האט דאך דא אייער רבי, וואספארא א שאלה האט איר?!

די זעלבע זאך מיט די מעשה אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געזאגט אויף הרה"ק מסקווירא זי"ע 'ער האט געהאט א שמעק פון צדיקי אמת'. איז א וואונדער, ווייל הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך נישט געווארפען מיט 'צדיקי אמת'. אבער אויב זאגט איינער אביסל אנדערש, פארשטייט מען אז הרה"ק מסקווירא זי"ע איז נאכאלס די זעלבע גרויס, און יעצט שטימט שוין די מעשה.
צווייפעל האט געשריבן:דער רבי האט געזאגט נאכן פטירה פון סקווירא רבי'ן זצוק"ל, זה היה בערך לשונו.

'ער איז נישט פון היינט, ער האט נאך געהאט א ריח פון אמאל, און דאס האמער שוין אויך נישט'

מפי ר' עזריאל גליק ע"ה.

זכותם יגן עלינו.

די קליינקעפיגקייט וואס ליכט אין די תגובה איז איום ונורא. ווייל סקווערער רבי איז געווען מחולק (און אפילו שטארק מחולק) מיט סאטמארער רבי איבער דרך הבעש''ט האט סקווערער רבי נישט געקענט האלטן אז די וועלט דארף סאטמארער רבי?! וכן להיפך.

איר כאפט נישט וואס מ'שרייבט דא, דער רבי ז''ל האט זייער שטארק געהאלטן פון סאטמארער רב, און ער איז געווען מיט עם שטארק מחולק, אבער נישט ווייל ער איז געווען מחולק מיט עם איז דאס אז רוב עלטערע סקווערער אידן הויבן די אויגן ברעמען, די אויגן ברעמען הייבן זיך צוליב דעם ווייל סקווערער רבי האט זיך נישט געווארפן מיט אזאנע רייד. האב איך פריער געזען איינער שרייבט אז ער האט געהערט פון אן איד אז ס'פאסט זייער שטארק אז דער רבי זאל דאס האבן געזאגט אזוי ווי מען פארציילט עס. וויל איך נאר אויפמערקזאם מאכן אז סקווער האט עלטערע דערהויבענע אידן וואס האבן זיך געווייקט ביים רבי'ן און זיי האבן נאך אזא חשיבות ווי דעם דערהויבענע איד וואס זאגט אז ס'פאסט פארן רבי'ן דאס צו זאגן, אלע פון זיי וואונדערן זיך ווען זיי הערן אזאנע מעשות פון רבי'ן. איז אלזא פארוואס זאל איך מער אנעמען פון דעם איד אז ס'פאסט פארן רבי'ן דאס צו זאגן ווי די עלטערע אידן און דערהויבענע אידן וואס האבן געלעבט מיטן רבי'ן 24 שעה א טאג.. זיי זענען די מערסטע באגלייבט צו זאגן זייער מיינונג אויף אזאנע מעשות, קיינער ווייסט נישט דעם רבי'ן בעסער ווי זיי

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט