הרה"ק שרגא פייבל דנציגר זי"ע מ'גריצא - כ"ב תשרי תר"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

הרה"ק שרגא פייבל דנציגר זי"ע מ'גריצא - כ"ב תשרי תר"ט

תגובהדורך לפנות בוקר » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:19 pm

הרה"ק ר' שרגא פייוול דנציגר אדער ווי מפעלגט אים רופן ר' פייב'לע גריצער פון די גרויסע פוילישע רבי'ס איז געבוירן געווארן אין ווארשע אין בערך אין יאר תקנ"ב די פערטע קינד צו זיין טאטע ר' צבי הירש און צו זיין מאמע מרת פייגא ע"ה פון ווארשע, זיין טאטע איז געווען א גרויסע גביר און א למדן. ער פלעגט אסאך עוסק זיין אין פדיון שבוים און הכנסת כלה.

די הייליגער קדושת לוי ווען ער פלעגט זיין אין ווארשע פלעגט ער איינשטיין ביי אים, אין ספר צדיק באמונתו ברעגט ער א אינטערעסאנטע מעשה פון ווען די בארדיטשובער איז איינגעשטאנען דארט וז"ל
כאשר התאכסן פעם אחת הקדושת לוי בבית רבי הירש דנציגר, היה הרבי ר׳ פייבילי אז עוד ילד קטן, והקדושת לוי התפלל שמה תפילת שחרית. וידוע כי דרכו של הקדושת לוי בעת עסקו בעבודת השם יתברך שנתבטל ממש במציאות, ובעת תפילתו היה רץ מזוית לזוית ורקד בהתלהבות נורא מאד. והילד הרבי ר׳ פייבילי כשראה כל מעשיו הקדושים של הקדושת לוי, נתקף בהשתוקקות נפלא לעשות כמעשי הרב מברדיטשוב, ולקח מטפחת ושם על כתפיו כדרך טלית, והיה רץ ורוקד כמו הקדושת לוי. כאשר סיים הקדושת לוי את תפילתו הרגיש במעשי הילד הרבי ר׳ פייבילי, מה שלא הרגיש כלל בעת תפלתו, ואמר להילד הרבי ר׳ פייבילי עשה תעשה עוד פעם כמו שעושה הרבי מברדיטשוב, ולאחר שעשה כמוהו, אמר הקדושת לוי ״ויי איין גיטע וועלט דאס איז, זיי קאנען ליידין אזא איין מענש״ [־כמה טובים העולם שיכולים לסבול איש כזה־]. אחותו של הרבי ר׳ פייבילי, הצדקת מרת צלבה לאה, שעמדה שמה וראתה את כל
הנעשה, הלכה וסיפרה לאמה מה שעשה אחיה הילד, ותתחלחל מאד, כי יראה שלא יזיק לו הקפדת הצדיק מברדיטשוב, ובקשה ממנו שימלח לו, מחמת שהוא עוד ילד רך. והשיב לה הקדושת לוי, אל תדאגי הילד הזה יהיה גדול בישראל.

אויף זיין מציבה שטייט איש תם וישר כל ימיו עסק בתורה, פדה שבויים, והשיא יתומות, ביתו פתוח לאביונים, מהו׳ ר׳ צבי הירש בר׳ ברוך, נפטר בש״ט כ״ז ניסן שנת תקפ"ג .
ווי אסאך אנדערע חסידישע רביס איז זיין טאטע געווען א מתנגד.

ער איז געווען א תלמיד פון רבי יעקב מ'ליסא בעמח"ס חוות דעת ונתיבות המשפט ביי וועם ער האט געלערנט א יאר און מסדר געווען זיין ספר נתיבות המשפט ח”ב

ער איז נתקרב געווארן צו חסידות דורך זיין שוואגער רבי חיים מאיר פון די באוויסטע לובלינע חסידים א נעפיו פון הרה"ק מ'בארדיטשוב זי"ע
ער איז אנגעקומען ביים הייליגן חוזה מלובלין זי"ע ווען די לובלינער האט געהאלטן אינמיטן זאגן תורה אויפן פסוק ולא שתו איש עדיו עלי ויתאבלו, שעיקר החטא היה מה שהלכו בעצבות אחר החטא, ולא שמו אל לבם כי עוד בם חלק אלקי שהחטא אינו נוגע, ״ולא שתו איש עדיו עליו״ שלא שמו ללבם להחלק הזה שהוא תכשיטא וקשוטא דישראל, ועי״ז ״ויתאבלו״ וחטאו. און סהאט אים געכאפט און ער איז געווארן א שטארקע חסיד.
שפעטער ווען די לובלינער איז אוועק איז ער געווארן א תלמיד מובהק פון רבי שמחה בונם מפשיסחא זי"ע ווען ר' בונם איז אוועק האט ער מיט ר' איציקל ווארקער מקבל מרות געווען פון זיין זון רבי אברהם משה מפשיסחה ווען רבי אברהם משה איז אוועק האט ער שטארק געשטיפט רבי איציקל צו ווערן רבי און ער האט זיך אונטערגעווארפן אינטער אים ביזן לעצטן טאג.
רבנות
ער איז געווען רב אין שעפס, און אין גריצא -Grójec - ווי ער איז געווען רב די לענגסטע און ער ווערט טאקע אנגעריפן על שם די שטאט, אום אלול תר"ב איז ער נתקבל געווארן אלס רב אין גומבין -Gąbin - ביז תר"ו ווען ער איז ,געווארן רב אין מאקעווע,
פון תר"ו ביז'ן הסתלקות איז ער געווען דארט רב ושם מנו"כ.
ווען ר' איציקל איז אוועק האט מען אים אויפגענומען אלס ממלא מקום און די ערשטע שבועות האט ער געהאט טויזנטע תלמידים ביי אים,
זיין רבי'סטעווע האט אנגעהאלטען גאר א קורצע צייט פון בלויז א האלבע יאר אים ליל שמיני עצרת שנת תר"ט איז ער נסתלק געווארן
זיינע קינדער
הרה"ק ר' לוי יצחק ז"ל וואס האט געהייסן נאכן קדושת לוי און איז געווען א איידעם ביי הרה"ק מפשיסחא אוועק איז ער אינג ערב פסח
הרה"ק ר' יחיאל זצ"ל האדמו"ר הראשון מאלכסנדר זי"ע
הרה"ק אלימלך וואס איז אויך אוועק אינג בשנת תר"ז
ער האט געהאט א איידעם רבי ראובן יהודה (לייב) ..נויפלד, רבה של קהילת נובידבור מזובייצקי
אן אינטערעסאנטע מעשה ווערט געברענגט אין עשר זכיות וז"ל הרב הגאון הקדוש מרנא ורבנא ר׳ שרגא פייבל זצללה״ה שהי אבדק גריצא ומאקאווי הוא הי׳ ג"כ מגדלי תלמידיו הוא הי׳ אומר שאם הי׳ רוצה לצייר לפניו צורת אברהם אבינו ע״ה הי׳ מצייר לפניו צורת רבינו הק׳ מווארקי הנל ובעת שנפטר בנו של הגה״ק ,ד״פ הנ״ל הוא האברך הקדוש וטהור מוה לוי יצחק זצלה״ה חתנו של רבינו הק׳ הרבי ר״ב מפרשיסחא זצללהיה בתוך השבעה ר״ל נרדם אביו הגה״ק ר״פ הנ"ל ושחק בתוך שינתו והי׳ לפלא בעיני כולם וכשהקיץ משנחתו שאלו לו מה הי׳ ואמר להם בני ר׳ לוי יצחק הנ"ל הי׳ אצלי ואמר לי תדע אבי יקירי אשר בשעה שרבינו הק׳ מווארקי לומד מדרש מלאכים שרפים ואופנים דוחפין א״ע לשמוע תורתו והאיך לא אשמח, אשר יש לי רבי כזה...

אן אינטרעסאנטע מעשה איז געשען יארן שפעטער ווען זיין רעביצען מרת מלכה איז נישט געזינט געווען און אום סוכות האט זיך איז קראנקהייט געשטארק האט זי געבעטן דעם רבושע אז זי זאל נישט שטארבן די זעלבע טאג פון איר מאן כדי מען זאל נישט פארגעסן אז עס איז איר יארצייט זי איז טאקע אוועק פון די וועלט הושענא רבא בין השמשות.

מקורות: צדיק באמונתו. עשר זכיות. וויקיפידיע. אורות רבותינו.ציון לנפש.

כתי"ק
צוגעלייגטע
Document-page-001.jpg
Document-page-001.jpg (184.29 KiB) געזעהן 565 מאל

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אוצרות און 15 געסט