רבי שלמה מראדאמסק התפארת שלמה זצ"ל - כ"ט אדר תרכ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אפריל 06, 2014 4:37 pm

מיללער האט געשריבן:ידידינו ר' בנימין מפ"ת טוט זיך די לעצטע פאר מאמרים אריין בתולדות ר' נתן נחום הלוי קאהן מווארשא שהיה נודע כר' נתן סטוצינער נכדו של ר' נתן אחיהם של הרבי ר' אלימלך ור' זושא זצוק"ל, מיר האבן דאס שוין דערמאנט אין עטליכע אשכולות ואכמ"ל.

וואס עס שטעלט זיך דארט ארויס, פון אנאנימער קוועלער, אז דער ר' נתן נחום האט געהאט אן איידעם ר' אייזיק לאנדבערג/לאנדאבערג וועלכער האט זיך משדך געווען מיט'ן הייליגען תפא"ש, ווען זיין זוהן ומ"מ הגה"ק ר' אברהם ישכר בעל חסד לאברהם איז געווארן אן איידעם ביי דעם דעמאנטן ר' נתן נחום מווארשא.

מיר האבן דארט בעניית דעתינו מעיר געווען בהערות שמתחת להקו, אז מיר טרעפן אויך ממשפחת לאנדאבערג פון ווארשא וועלכע פאררופען זיך אלס אייניקלעך פונעם תפא"ש, ד.ה. אז בנוסף צו ר' אייזיק לאנדאבערג זייענדיג דער שווער פון ר' אברהם ישכר, האבן זיי זיך אויך משדך געווען אויף אנדערע אופנים אויך, ווי לדוגמא טרעפן מיר דא א מציבה פון ר' יעקב ב"ר אייזיק לאנדאבערג פון ווארשא, נפטר בשנת תר"פ וואס אויף די מציבה שטייט נכד בעל תפארת שלמה, אדער דא איז דא אויסגערעכענט צוווישען די נותני מעות קדימה אויפן ספר תולדות יעקב להגאון החוו"ד (נדפס בווארשא תרע"ד) הב' אברהם לאנדאבערג פון ווארשא נכד התפארת שלמה.

בנוסף להנ"ל האב איך געטראפן גאר אן אינטערעסאנטער כתב יד פון אן אנדערער אייניקל פונעם תפא"ש ממשפחה הנ"ל, אינעם 'יד הרב הרצוג' אוצר הספרים אין אר"י, ליגט דער ספר תפארת שלמה (דפוס בענדין עת"ר) וועלכע האט באלאנגט פאר ר' מנחם ארי' לאנדאבערג פון ווארשא נכד התפא"ש, ער שרייבט אויפן שער בלאט בזה"ל:

זה הספר תפ"ש מאת כ"ק מרן הגה"ק קה"ק צי"ע אא"ז זצללה"ה זי"ע ועכי"א מרדמסק יע"א זכתה אמי תחי' בגורל בעת חלוקת הספרים מעזבון אא"ז הרב החו'ב אוצר בלום חסיד מפורסם רודף צדקה וחסד שמו נודע לשם ולתהלה כבוד הוד שמו מפוארים מוה"ר פתחיה יוסף ז"ל. ונתנה לי להיות לי לזכרון אא"ז הנ"ל.

מנחם ארי' לאנדאבערג מווארשא יע"א.


ד.ה. אז ר' מנחם ארי' האט דעם ספר ערהאלטן פון זיין מאמע מעזבון [ווארשיינליך איר טאטע] זיין זיידע ר' פתחי' יוסף בלומענפעלד פון וולאשלאווי (דער ספר האט דעם לאטיינישען זיגל פון ר' פתחי' יוסף), די שאלה איז צו דורך דעם דערמאנטן ר' פתחי' יוסף איז ר' מנחם ארי' געווען אן אייניקל פון תפא"ש, נמשיך לבקש.

-

דער ספר הנ"ל האט אבער נאך א חלק, דער ר' מנחם ארי' שרייבט אראפ א מורא'דיגע זאך ששמע מפי זקנו ר' פתחי' יוסף הנ"ל, ונעתיק לשונו:

שמעתי מפי אא"ז הרב החסיד המפורסם מוה"ר פתחי' יוסף בלומענפלד ז"ל מוולאשנאווי יע"א שהי' פעם אחת דרך עברו בקראקא אצל הרב אב"ד דשם ר' שמעון סופר זצ"ל והראה לו כתב יד מאביו הגאון החתם סופר זצ"ל שכתב וזלה"ק: נגלה אלי הרמב"ן ז"ל, ואמר לי פי' הכתוב "אהי' אשר אהי'" אהי' אצל מי שרוצה אשר אהיה אצלו. עכלה"ק


נורא נוראות! זעהט דאא בילד פונעם ספר מיט די כתב, און הערות איבער עם ווארט פונעם חת"ס בשם הרמב"ן.

דער תורת חסד פון לובלין האט געהאט א טאכטער רבקה וועלכער האט חתונה געהאט מיט איינעם לאנדאבערג.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » זונטאג אפריל 06, 2014 7:40 pm

געהערט אז מען גייט אויפבויען א הכנסת אורחים שטיבל סמוך ונראה צום אוהל מיט אלע ציגעהערן (בית המדרש, מקוה, ביהכ"ס א.ד.ג.), ווייסט איינער מער איינצעלהייטען?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג אפריל 07, 2014 9:54 am

בילדער האט געשריבן:געהערט אז מען גייט אויפבויען א הכנסת אורחים שטיבל סמוך ונראה צום אוהל מיט אלע ציגעהערן (בית המדרש, מקוה, ביהכ"ס א.ד.ג.), ווייסט איינער מער איינצעלהייטען?

קאמפעטישען איז אייביג גוט פאר דער קאסטומער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 02, 2014 12:38 pm

זיידעניו האט געשריבן:
דער תפארת שלמה האט געהאט דריי זוהן
1) הרה"ק ר' ליבוש זצ"ל,
2) הרה"ק ר' צבי מאיר זצ"ל ער איז אויפגענומען געווארן אלץ רב אין ראדאמסק.
3) הרה"ק ר' אברהם ישכר זצ"ל - ראדאמסקער רבי בעמח"ס הק' "חסד לאברהם" עה"ת ומועדים.


פטירת ה'חסד לאברהם' בעיתון קול מחז"ה ט"ז אלול תרנ"ב
צוגעלייגטע
GetImage (2).png
GetImage (1).png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 02, 2014 12:52 pm

מיללער האט געשריבן:
דער איידעם פונעם לעצטן ראדאמסקער רבי, ר' דוד משה הכהן ראבינאוויטש הי"ד איז אויך געווען אן אייניקל בא"ב פונעם תפארת שלמה, זייענדיג דער זוהן פון ר' נתן נחום הכהן ז"ל אדמו"ר מקרימילוב בן החסד לאברהם, אויסער ר' דוד משה האט דער קרימילובער רבי געהאט א זוהן ר' אלימלך וועלכער איז קודם געווען רב אין קאמינסק דערנאך אין זאוויערטשא, און א איידעם ר' חנוך העניך בורנשטיין בנו של השם משמואל מסוכוטשוב זצ"ל.


די גרויסע חתונה אין סאסנאוויץ פון די בת יחידה פון ראדאמסקער רבי זצ"ל-הי"ד מיט'ן זון פון קרימילאווער רבי (בטעות נכתב השם 'קאמאראווער' - זעהט אויס יענער האט נישט געהערט קלאר 'דורכ'ן טעלעפאן')
צוגעלייגטע
Untitled.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 02, 2014 1:31 pm

מיללער האט געשריבן:דער תפארת שלמה האט געהאט דריי זוהן
1) הרה"ק ר' ליבוש זצ"ל,
2) הרה"ק ר' צבי מאיר זצ"ל ער איז אויפגענומען געווארן אלץ רב אין ראדאמסק.
3) הרה"ק ר' אברהם ישכר זצ"ל - ראדאמסקער רבי בעמח"ס הק' "חסד לאברהם" עה"ת ומועדים.


בני ר' אברהם יששכר החסד לאברהם - מ"מ אביו באדמורו"ת ראדאמסק
א. ר' שלמה
ב. ר' נתן נחום מקרימילוב
ג. ר' יחזקאל מ"מ אביו באדמורו"ת ראדאמסק בעמח"ס כנסת יחזקאל
ד. ר' יעקב יוסף אב"ד קלאבוצק בעמח"ס אמת ליעקב
ה. ר' משה אלימלך
ו. חתנו ר' מנחם מענדל אלתר מפאביאנץ
ז. חתנו ר' אברהם מאמשינוב
ח. חתנו ר' מנחם מאנדל קאליש מאטוואצק



פטירת האדמו"ר מראדאמסק בעל כנסת יחזקאל בעיתון מחז"ה חשן תרע"א
צוגעלייגטע
GetImage.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 30, 2014 12:25 pm

מיללער האט געשריבן:
דער תפארת שלמה האט געהאט דריי זוהן
1) הרה"ק ר' ליבוש זצ"ל,
2) הרה"ק ר' צבי מאיר זצ"ל ער איז אויפגענומען געווארן אלץ רב אין ראדאמסק.
3) הרה"ק ר' אברהם ישכר זצ"ל - ראדאמסקער רבי בעמח"ס הק' "חסד לאברהם" עה"ת ומועדים



בני ר' אברהם יששכר החסד לאברהם - מ"מ אביו באדמורו"ת ראדאמאסק,
א. ר' שלמה
ב. ר' נתן נחום מקרימילוב
ג. ר' יחזקאל מ"מ אביו באדמורו"ת ראדאמסק בעמח"ס כנסת יחזקאל
ד. ר' יעקב יוסף אב"ד קלאבוצק בעמח"ס אמת ליעקב
ה. ר' משה אלימלך
ו. חתנו ר' מנחם מענדל אלתר מפאביאנץ
ז. חתנו ר' אברהם מאמשינוב
ח. חתנו ר' מנחם מאנדל קאליש מאטוואצק



רימנובער אייניקעל האט געשריבן:דאס איז קלאר הרה"ק רבי נתן נחום ראבינאוויטש הי"ד האדמו"ר מ'קרימעלאוו בן הרה"ק רבי אברהם ישכר זצוק"ל מ'ראדאמסק בן הרה"ק רבי שלמה זיע"א התפארת שלמה מ'ראדאמסק.

דער ספאדיק אינטער אים איז בנו הגאון הגדול רבי דוד משה זצוק"ל הי"ד ראש ישיבת כתר תורה ראדאמסק (וחתן בן דודו הרה"ק רבי שלמה חנוך הי"ד מ'ראדאמסק).

און די אנדערע ספאדיק צו די רעכטע זייט איז הרה"צ רבי אברהם ישכר אנגלארד זצ"ל האדמו"ר מ'ראדזין (בן רבי ישעי זצ"ל אבד"ק סאסנאווצא חתן הרה"ק מ'קרימעלאוו הי"ד הנ"ל).

די בילד האט געהאנגען בבית האדמו"ר הרה"צ רבי אברהם ישכר אנגלרד מ'ראדזין זצ"ל און קראון הייטס וואס די שוהל דארטן האט געפירט אחיו הרה"צ רבי יעקב אלימלך זצ"ל און געוואינט דארטן (נאך ווען זיין ברודער ראדזינער רבי זצ"ל האט זיך געצויגן קיין ארץ ישראל) און ווען איך האב אים געפרעגט מי זה ואיזה הוא? האט ער מיך אידענטיפיצירט די בילד הנ"ל.

בדרך אגב אז מ'האט דערמאנט רבי יעקב אלימלך הנ"ל לאמיר ארויסברענגן אפאר שטריכן מחייו הקדושים.

ער איז געווען א'נפש יקר עד למאוד מלא וגדוש בגמילות חסדים געהאלפן מענטשן טאג און נאכט זיין הויז איז געווען פתוח לרווחה כביתו של אברהם אבינו ע"ה כל צרוע וכל זב וכל מר נפש האט זיך געפונען דאס פלאץ דארטן און זיי כסדר מחזק געווען, זייער א'מיט געמאכטע מענטש געווען א'גרויסער בעל יסורים ל"ע עם כל זה איז צהלתו געווען תמיד בפניו ומקבל כל אדם בסבר פנים יפות די ווארעמקייט וואו ער פלעגט מיך אויפנעמען ביים און שוהל און אינדערהיים וועל איך קיינמאל נישט פארגעסען.

געווען א'געווייקטע חסידישע איד געדאווענט מיט א'ברען מיט א'חיות,
פארציילט מיר בן אחיו רבי יצחק שליט"א אז ער פלעגט מקפיד זיין נישט דאווענען שחרית ביז ער האט געטוהן א'טובה פאר איד.


ער האט פארקויפט תכילת פון חסידי ראדזין ער האט מיר פארציילט אז פאפא רב זצ"ל האט געשיקט קויפן פון אים תכלת און ער פלעגט ליינען קריאת שמע דערמיט.

און היות ולא היניח דורות אחריו ל"ע זאל מען לערנען משניות און צינדען ליכט לטובת נשמת רבי יעקב אלימלך בן רבי ישעיהו זצ"ל.
נלב"ע ביום כ"ט שבט תשנ"ב לפ"ק ומנוחתו כבוד בהר המנוחות.
ויהי רצון שינוח בשלום על משכבו ויעמוד לגורלו לקץ הימים ויקים בתחיית מיתי עם ישראל ברחמים וברצון אמן .
יהי זכרו ברוך.
בילד


אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:59 pm

איינער האט מיר געוויזען היינט א ספר שנדפס בשנות התר''ל מיט א חותמת בלע''ז יחזקאל רבינאוויטש נובו-ראדומסקא סוחר האנדעלווערק. עס האט אויך א חתימה יחזקאל הכהן רבינאווטש.

יעצט זיין לגבי זיין כתב איז עס אנדערש ווי די כתב וואס רבינו מיללער הביא למעלה אבער דאס קען מען זאגען אז איינס איז יונגערהייט און דער צווייטער שוין אלס אדמו''ר. אבער איז באקאנט ער זאל האבען געווען א סוחר? איך זעה אלע שרייבען אויף עם ''לא רצה לקחת כסף פדיונות מאלפי חסידיו והתפרנס משותפות בבית חרושת ללבנים'' זעה איך אז עפעס מסחר האט ער זיכער געטוהן און אויך איז זיין זוהן מ''מ געווען מפורסם אלס א גביר אדיר און מעגליך א חלק פון די געלט איז צו עם אנגעקומען בירושה פון זיין טאטען הכנסת יחזקאל.

אדער קען זיין עס איז געווען דארט א צווייטע איד א סוחר מיט פונקט דעם זעלבען נאמען.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:19 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:איינער האט מיר געוויזען היינט א ספר שנדפס בשנות התר''ל מיט א חותמת בלע''ז יחזקאל רבינאוויטש נובו-ראדומסקא סוחר האנדעלווערק. עס האט אויך א חתימה יחזקאל הכהן רבינאווטש.

יעצט זיין לגבי זיין כתב איז עס אנדערש ווי די כתב וואס רבינו מיללער הביא למעלה אבער דאס קען מען זאגען אז איינס איז יונגערהייט און דער צווייטער שוין אלס אדמו''ר. אבער איז באקאנט ער זאל האבען געווען א סוחר? איך זעה אלע שרייבען אויף עם ''לא רצה לקחת כסף פדיונות מאלפי חסידיו והתפרנס משותפות בבית חרושת ללבנים'' זעה איך אז עפעס מסחר האט ער זיכער געטוהן און אויך איז זיין זוהן מ''מ געווען מפורסם אלס א גביר אדיר און מעגליך א חלק פון די געלט איז צו עם אנגעקומען בירושה פון זיין טאטען הכנסת יחזקאל.

אדער קען זיין עס איז געווען דארט א צווייטע איד א סוחר מיט פונקט דעם זעלבען נאמען.

לכאורה איז דאס נישט אים.
ווייל רבי יצחק אלפסי ברענגט אראפ בספרו החסידות מדור לדור אז ער איז געבוירן בשנת תרכ"ד ,
קומט אויס אז און די תר"ל יארן איז ער אינגאנצען אלט געווען ארום די בר מצוה ,און ס'איז זייער שווער צו גלייבן אז ער איז שוין אזוי אינג געווען א'סוחר .

בדרך אגב לפי זה קומט אויס ער איז זייער אינג אוועק ל"ע ביי די זיבן און פערציג יאר. בח"י חשון תרע"א.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:23 pm

עס פעלט אייך הבנת הנקרא.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:09 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:עס פעלט אייך הבנת הנקרא.

ב"ה ס'פעלט מיר אינגאנצען נישט הבנת הנקרא.
זייער גוט פארשטאנען און מדייק געווען א'יעדע'ס ווארט וואס איר האט געשריבן.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:32 pm

ספר 'שנדפס' בשנות תרל. דוק

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:04 pm

צושויער האט געשריבן:ספר 'שנדפס' בשנות תרל. דוק

איר האט מיר נישט גוט פארשטאנען, (אדער האב איך מיך נישט גוט מסביר געווען).

וואס איך מיין צוזאגען איז אזוי, ער איז דאך געבוירן געווארן בשנת תרכ"ד קומט אויס אז בשנת תרל"ז האט ער בר מצוה געהאט , און די ספר הנ"ל איז נדפס בשנות התר"ל כמובא לעיל.
איז די מערסטע וואס ער וואלט געקענט אלט זיין ביי שנת תרל"ט (די ענדע פון די ל' יארן) איז פופצן יאר .

און ממילא ס'איז שווער צו גלייבן אז ער איז אזוי אינג געווען א'סוחר.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:33 pm

מאריה דאברהם, רבי לעבן עד מתי מאנת להבין.
נדפס בשנות תרל רק נדפס והכנסת יחזקאל קנה הספר בשנת תרן. הבנת?

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:52 pm

יעך הער וואס איר זאגט.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

בירור אודות שנת לידתו של הכנסת יחזקאל מ'ראדאמסק זצוק"ל.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:32 am

בדרך אגב אז מ'רעדט שוין פון הרה"ק רבי יחזקאל מ'ראדאמסק זצוק"ל האט הרב מילער אויבן ציטירט א'שטיקל פון די צייטונג מיט די נאמען "מחזה" און חודש חשוון תרע"א וואס באריכטעט הסתלקותו ובתוך הדברים וזה לשונו.

נפטר בליל מוצש"ק העבר בשנת הארבעים ושתים לימי חייו.

לפי זה איז ער געווארן רבי ביי די דריי און צואנציג יאר .
אבער רבי יצחק אלפסי בספרו ברענגט אראפ אז ער איז געבוירן בשנת תרכ"ד לפי זה קומט אויס ער איז געווען בשעת הסתלקותו זיבן און פערציג יאר.

מיין שאלה איז צו ס'איז דא א'וועג מברר זיין שנת לידתו האמיתית? (ביי די מעטריקעל וכו').און ווער איז מער קראנט די צייטונג אדער הרב אלפסי?.

דא ציטיר איך פון די צייטונג הנ"ל.
צוגעלייגטע
ראדאמסק.png
ראדאמסק.png (95.28 KiB) געזעהן 5214 מאל
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:31 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:48 am

לול פאר "רבי" יצחק אלפסי, אם אין דעת וכו'

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

א'הסבר.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:17 am

מיללער האט געשריבן:לול פאר "רבי" יצחק אלפסי, אם אין דעת וכו'

ימחול לי מעלת כבודו שלא זכיתי להבין מה שרוצה לומר.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:35 am

אלפסי באנצ' לחסידות כותב שנולד תרכ''ג.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:32 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:אלפסי באנצ' לחסידות כותב שנולד תרכ''ג.

ימחול נא מעלת כבודו לעיין בספרו החדש של אלפסי אשר בשם טרקליני החסידות יכונה וכן בספרו החסידות מדור לדור בשושלת ראדאמסק כותב שהוא נולד בשנת תרכ"ד.
ועיין שם ומשם תדרשנו לטובה ולברכה .

נחזור לענינינו מי יותר מוסמך הרב אלפסי או העתון שנדפס אז ממש לאחר הסתלקותו שהוא נפטר בשנת ארבעים ושתיים לפי זה יוצא שנולד בתרכ"ט. .
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:39 pm

עיינתי ובגלל זה כתבתי באנצ' לחסידות הוא כותב כך.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:41 pm

ב'מלכות בית רדומסק' נכתב שהכנס"י עלה על כס האדמורו"ת בהיותו בן כ"ט שנים

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הכנס"י נולד בשנת תרכ"ג.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:17 pm

יהיה כן האט געשריבן:ב'מלכות בית רדומסק' נכתב שהכנס"י עלה על כס האדמורו"ת בהיותו בן כ"ט שנים

והרי אביו הרה"ק החסד לאברהם מ'ראדאמסק זצוק"ל נסתלק בשנת תרנ"ב אם כן יוצא שהוא נולד בשנת תרכ"ג לפ"ק.

והכנסת יחזקאל זצוק"ל נסתלק בשנת תרע"א לפ"ק נמצא שהוא היה בן ארבעים ושמונה שנים בפטירתו.

ולעניות דעתי וואלט איך מקבל געווען גירסת "מלכות בית ראדאמסק" וואס דאס איז מער קראנט , ווייל ראדאמסקער חסידים האבן דאס ארויס געגעבן.
.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג ינואר 13, 2015 6:46 pm

הסתלקות בעל כנסת יחזקאל מראדומסק זצ"ל

מארגען זשורנאל, דצמבר 01, 1910
צוגעלייגטע
Radomsk.JPG
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג מארטש 20, 2015 9:29 am

היינט איז דער יא''צ פין דער הייליגע תפארת שלמה זי''ע ועכי''א

כידוע איז ער צוויי מאל געפארן קיין צאנז
איין מאל אויף שבועות
אין איין מאל סתם א שבת

נאך א יאר פין דער פטירה פין דער הייליגע רודומסקער זי''ע איז אויסגעקומען איינע זאל זיין אין צאנז ביי די הייליגע צאנזער רב זי''ע אין האט דערמאנט איבער דער יא''צ פין דער תפ''ש
הערענדיג דאס האט ער געהייסן מען זאל מאכן א ספעצילע סעודה [ער פלעגט זיך וואשען יעדען טאג כידוע] אין בשעת דער סעודה גערעדט די גרויסקייט פין איהם האט ער געזאגט אז בחיים חיותו האבן מיר איהם נישט דערקענט אזוי שטארק זיין גרויסקייט ווי יעצט

זי''ע ועכי''א
参考专家


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט