רבי שלמה מראדאמסק התפארת שלמה זצ"ל - כ"ט אדר תרכ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » זונטאג אפריל 03, 2011 1:46 am

לכבוד די יארצייט האב איך עס ארויף געברענגט

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג אפריל 03, 2011 2:03 am

איטשע האט געשריבן:דער תפארת שלמה האט זיך מתיחס געווען (זיין טאטע אדער הערשט זיין זיידע) צו משפחת "גוטווירטה" כהנים בן אחר בן פונעם "שער אפרים" דער זיידע פונעם חכם צבי.

קרובים אל רבני באבוב גוטווירט?
למה זה תשאל לשמי...

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מאנטאג אפריל 04, 2011 2:08 am

"יכול מר"ח - ת"ל ביום ההוא", הנראה לרמוז בזה מוסר השכל לכל איש הירא וחרד לדבר ה' ,שיהיה לו הכנה בעוה"ז שיזכה לומר לע"ל לפני השי"ת שירות ותשבחות כמו כל הצדיקים היושבים בג"ע ,המהללים ומשבחים לפניו ית"ש בשירות ותשבחות תמיד. וז"פ:" יכול מר"ח - ת"ל ביום ההוא" , כמ"ש "ביום ההוא יהיה ה' א' ושמו אחד". [ תפא"ש מועדים לשבת הגדול ].
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג אוקטובער 25, 2011 5:53 pm

IMG_3040.jpg
kraitchmah עט גימעיל

smartinof
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2011 2:57 pm

תגובהדורך smartinof » פרייטאג נובעמבער 25, 2011 2:03 pm

ווער איז דאס געווען איך האב פון אים א בריוו
צוגעלייגטע
radomsk-1-1.jpg
radomsk-1-1.jpg (5.04 KiB) געזעהן 3367 מאל

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דאנארשטאג מארטש 22, 2012 3:36 pm

בני יששכר האט געשריבן:לכבוד די יארצייט האב איך עס ארויף געברענגט


מארגען איז כ"ט אדר. זי"ע.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 12, 2012 4:32 pm

געטראפן דעם בילד פון א מציבה אויפן הר הזיתים פון ר' אברהם אר'י לייבוש הכהן ראבינאוויטש ב"ר יהושע שרגא נכד התפא"ש, נפטר בשנת תשמ"א. אויף די מציבה זעהט מען אז ער האט געוואונט אין ברוקלין און ער איז געווען פון די הנהלה פון ישיבת 'תורה ודעת', ווייסט איינער פונקטליך דעם סדר היחס צום תפא"ש און מער פרטים איבער דעם איד?
צוגעלייגטע
V_D_155.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

משפחת לאנדבערג/לאנדאבערג נכדי התפא"ש

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:39 pm

ידידינו ר' בנימין מפ"ת טוט זיך די לעצטע פאר מאמרים אריין בתולדות ר' נתן נחום הלוי קאהן מווארשא שהיה נודע כר' נתן סטוצינער נכדו של ר' נתן אחיהם של הרבי ר' אלימלך ור' זושא זצוק"ל, מיר האבן דאס שוין דערמאנט אין עטליכע אשכולות ואכמ"ל.

וואס עס שטעלט זיך דארט ארויס, פון אנאנימער קוועלער, אז דער ר' נתן נחום האט געהאט אן איידעם ר' אייזיק לאנדבערג/לאנדאבערג וועלכער האט זיך משדך געווען מיט'ן הייליגען תפא"ש, ווען זיין זוהן ומ"מ הגה"ק ר' אברהם ישכר בעל חסד לאברהם איז געווארן אן איידעם ביי דעם דעמאנטן ר' נתן נחום מווארשא.

מיר האבן דארט בעניית דעתינו מעיר געווען בהערות שמתחת להקו, אז מיר טרעפן אויך ממשפחת לאנדאבערג פון ווארשא וועלכע פאררופען זיך אלס אייניקלעך פונעם תפא"ש, ד.ה. אז בנוסף צו ר' אייזיק לאנדאבערג זייענדיג דער שווער פון ר' אברהם ישכר, האבן זיי זיך אויך משדך געווען אויף אנדערע אופנים אויך, ווי לדוגמא טרעפן מיר דא א מציבה פון ר' יעקב ב"ר אייזיק לאנדאבערג פון ווארשא, נפטר בשנת תר"פ וואס אויף די מציבה שטייט נכד בעל תפארת שלמה, אדער דא איז דא אויסגערעכענט צוווישען די נותני מעות קדימה אויפן ספר תולדות יעקב להגאון החוו"ד (נדפס בווארשא תרע"ד) הב' אברהם לאנדאבערג פון ווארשא נכד התפארת שלמה.

בנוסף להנ"ל האב איך געטראפן גאר אן אינטערעסאנטער כתב יד פון אן אנדערער אייניקל פונעם תפא"ש ממשפחה הנ"ל, אינעם 'יד הרב הרצוג' אוצר הספרים אין אר"י, ליגט דער ספר תפארת שלמה (דפוס בענדין עת"ר) וועלכע האט באלאנגט פאר ר' מנחם ארי' לאנדאבערג פון ווארשא נכד התפא"ש, ער שרייבט אויפן שער בלאט בזה"ל:

זה הספר תפ"ש מאת כ"ק מרן הגה"ק קה"ק צי"ע אא"ז זצללה"ה זי"ע ועכי"א מרדמסק יע"א זכתה אמי תחי' בגורל בעת חלוקת הספרים מעזבון אא"ז הרב החו'ב אוצר בלום חסיד מפורסם רודף צדקה וחסד שמו נודע לשם ולתהלה כבוד הוד שמו מפוארים מוה"ר פתחיה יוסף ז"ל. ונתנה לי להיות לי לזכרון אא"ז הנ"ל.

מנחם ארי' לאנדאבערג מווארשא יע"א.


ד.ה. אז ר' מנחם ארי' האט דעם ספר ערהאלטן פון זיין מאמע מעזבון [ווארשיינליך איר טאטע] זיין זיידע ר' פתחי' יוסף בלומענפעלד פון וולאשלאווי (דער ספר האט דעם לאטיינישען זיגל פון ר' פתחי' יוסף), די שאלה איז צו דורך דעם דערמאנטן ר' פתחי' יוסף איז ר' מנחם ארי' געווען אן אייניקל פון תפא"ש, נמשיך לבקש.

-

דער ספר הנ"ל האט אבער נאך א חלק, דער ר' מנחם ארי' שרייבט אראפ א מורא'דיגע זאך ששמע מפי זקנו ר' פתחי' יוסף הנ"ל, ונעתיק לשונו:

שמעתי מפי אא"ז הרב החסיד המפורסם מוה"ר פתחי' יוסף בלומענפלד ז"ל מוולאשנאווי יע"א שהי' פעם אחת דרך עברו בקראקא אצל הרב אב"ד דשם ר' שמעון סופר זצ"ל והראה לו כתב יד מאביו הגאון החתם סופר זצ"ל שכתב וזלה"ק: נגלה אלי הרמב"ן ז"ל, ואמר לי פי' הכתוב "אהי' אשר אהי'" אהי' אצל מי שרוצה אשר אהיה אצלו. עכלה"ק


נורא נוראות! זעהט דאא בילד פונעם ספר מיט די כתב, און הערות איבער עם ווארט פונעם חת"ס בשם הרמב"ן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:11 pm

זיידעניו האט געשריבן:
דער תפארת שלמה האט געהאט דריי זוהן
1) הרה"ק ר' ליבוש זצ"ל,
2) הרה"ק ר' צבי מאיר זצ"ל ער איז אויפגענומען געווארן אלץ רב אין ראדאמסק.
3) הרה"ק ר' אברהם ישכר זצ"ל - ראדאמסקער רבי בעמח"ס הק' "חסד לאברהם" עה"ת ומועדים.


יעדערער איז מודה אז מ'מוז בע"כ ווייטער ציען די קייט, לאמיר אריבערגיין צום דריטען דור פונעם תפארת שלמה, ווער קען העלפן?

בני ר' ארי' ליבוש בן התפא"ש - ר' ליבוש היה עתיר נכסין וצדיק נשגיו, נפטר כ"א אב תר"ן ומחנו"כ בראדומסק

א. בנו ר' ישראל שנפטר בדמי עלומיו בחיי זקינו התפא"ש
ב. ר' יחזקאל
ג. ר' איתמר
ד. ר' אלעזר

בני ר' צבי מאיר אבד"ק ראדאמסק בן התפא"ש - בזוו"ר חתן ר' שמואל אליהו מזוואלין-מאדזשיץ ובזוו"ש חתן הגביר ר' גרשון לאנדא מקאמינסק

א. ר' יצחק מרדכי ראבינאוויטץ אב"ד פלאוונא מחבר ומ"ל תולדות התפא"ש בשם אהל שלמה
ב. ר' ישראל פנחס הכהן מ"מ אביו כאב"ד ראדאמסק - חתנו של ר' יהונתן אייבעשיץ מעיר אפטא
ג. ר' משה חיים
ד. ר' עמנואל גרשון אב"ד דעמבלין חתן מהר"י ממאדזשיץ
ה. ר' יעקב
ו. ר' אברהם דוד בעמח"ס מגדל דוד - נפ' בימי עלומיו כ"ג אב תרמ"ה ולא הניח אחריו זש"ק
ז. ר' יהשע נחום - עלה לירושלים ושם נפטר
ח. חתנו ר' משה מענדל (?)

בני ר' אברהם יששכר החסד לאברהם - מ"מ אביו באדמורו"ת ראדאמאסק,
א. ר' שלמה
ב. ר' נתן נחום מקרימילוב
ג. ר' יחזקאל מ"מ אביו באדמורו"ת ראדאמסק בעמח"ס כנסת יחזקאל
ד. ר' יעקב יוסף אב"ד קלאבוצק בעמח"ס אמת ליעקב
ה. ר' משה אלימלך
ו. חתנו ר' מנחם מענדל אלתר מפאביאנץ
ז. חתנו ר' אברהם מאמשינוב
ח. חתנו ר' מנחם מאנדל קאליש מאטוואצק

-

אויסער די דריי זון האט דער הייליגער תפא"ש געהאט דריי איידימער:

1. ר' ליפמאן ליטמאנאוויטש דער שווער פונעם שם משמואל מסאכאטשוב בנו ומ"מ האבני נזר
2. ר' ישראל בראן
3. ר' יחיאל הלוי לאנדא פון קאמינסק נפטר בצפת- שווער פון ר'' אביגדור עזרא זילבערשטיין פון ראדאמסק פאטער פון ר' אברהם שמואל צבי זילבערשטיין אב"ד טאראנטא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:23 pm

אין דעם דערמאנטען ספר אהל שלמה ביי די הסכמות, שרייבען עטליכע אייניקלעך פונעם תפא"ש לענגערע הסכמות מיט הוספות צום ספר, צווישען די הוספות וואס ר' עמנואל גרשון ב"ר צבי מאיר בן התפא"ש שרייבט בשם זיין שוואגער ר' אברהם יצחק לאנדאבערג הנ"ל (שניהם חתני מהר"י ממאדזשיץ) זענען מעשיו וואס ר' אברהם יצחק האט געהערט פון זיין זיידען ר' יוסף בלומענפעלד פון וולאשלאווצי, ווייס מיר שוין אז ר' אברהם יצחק מיט דעם דערמאנטן ר' מנחם ארי' זענען לכאורה ברודעס.

אבער מער פון דעם, דער שוואגער שרייבט בתוך הדברים: שמעתי שזקיני הנגיד החסיד ר' ארי' לייבוש בן זקננו הרה"ק התפ"ש וכו', זעהט מען קלאר אז די לאנדאבערגס זענען אייניקלעך פון תפא"ש דורך ר' לייבוש בן התפא"ש, יעצט אויף די מציבה פון ר' יעקב ב"ר אייזיק לאנדאבערג ווערט דערמאנט דעם זון ר' לייבוש התפא"ש, האלט איך ביי דעם אז ר' יעקב איז געווען אדער אן איידעם אדער אן אייניקל פון ר' לייבוש, און ר' אברהם יצחק און ר' מנחם ארי' זענען זיינע קינדער (אלעס האלבע השערות דערווייל, דער עולם קען ווייטער זוכען העפטיג)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 10:43 am

מיללער האט געשריבן:
בני ר' אברהם יששכר החסד לאברהם - מ"מ אביו באדמורו"ת ראדאמאסק,
א. ר' שלמה
ב. ר' נתן נחום מקרימילוב
ג. ר' יחזקאל מ"מ אביו באדמורו"ת ראדאמסק בעמח"ס כנסת יחזקאל
ד. ר' יעקב יוסף אב"ד קלאבוצק בעמח"ס אמת ליעקב
ה. ר' משה אלימלך
ו. חתנו ר' מנחם מענדל אלתר מפאביאנץ
ז. חתנו ר' אברהם מאמשינוב
ח. חתנו ר' מנחם מאנדל קאליש מאטוואצק


ביי וועם איז דער קלאבוצקער רב ר' יעקב יוסף בן החסד לאברהם געווען אן איידעם? נאך א קשר איבער משפחת התפארת שלמה למשפחת לאנדבערג, דער ספר אמת ליעקב להגה"צ ר' יעקב יוסף מקלאבוצק האט געדרוקט 'גיסו ותלמידו האברך ר' חיים נתן ב"ר מענדל לאנדבערג מווארשא'.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3811
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

הרה"ק ר' שלמה מראדומסק (תפארת שלמה) זצוקלל"ה - כ"ט אדר

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג מארטש 10, 2013 4:13 pm

היינט נאכט, כ"ט אדר, איז דער יארצייט פונעם הייליגען תפארת שלמה. היות מיר שרייבען בעזה"י וועכענטליך תורות מבאר קדשו, האבען מיר געקלערט אצינד צו שרייבען עטליכע שורות פון זיינע תולדות.

הרב הגאון הקדוש איש אלקי חסידא ופרישא אדמ”ו מוה’ שלמה (לשון בניו בהקדמת הספר) איז געבוירען בשנת תקס”ג לפ”ק צו זיין פאטער מוה”ר דוב צבי הכהן, וואס ער אליין האט געהאט א רבנ’ישע יחוס למעלה בקודש. נאך אין די יונגע יארען האט דער פאטער פונען תפא”ש איהם געפירט צום הייליגען רבי פון לובלין זצ”ל און צום יוד הקדוש זצ”ל. שפעטער האט דער תפא”ש אמטירט אלץ רב פון ראדומסק (ושם מנו”כ).
די קינדער ברענגען אינעם הקדמה פונעם ספר דאס ער איז געוועהן בעיקר א תלמיד פון די פאלגענדע דריי צדיקים, וועמענס רייד ער ברענגט אינעם ספה”ק: הרה”ק ר’ פישל’ע סטריקאווער, הרה”ק ר’ מאיר אפטא (בעמח”ס אור לשמים) און הרה”ק ר’ ישעי’ פשעדבורזער. אויך איז דער תפא”ש געפארען צו הרה”ק ר’ יחזקאל קוזמירער, הרה”ק ר’ בער ראדישיצער, הרה”ק ר’ משה לעלובער ועוד.
אויפען עלטער, שוין זייענדיג א רבי פון טויזענטער חסידים, איז דער תפא”ש אמאל געפארען קיין צאנז אויף שבועות צום הייליגען רב זי”ע. ער האט דעמאלס ערקלערט פאר זיין זוהן ר’ אברהם פארוואס ער לאזט איבער אלע חסידים וואס זענען צו איהם געקומען און ער טוט אזא שריט, ווייל ’ער וויל כאטש איינמאל שפירען א מעין פון וואס יודען האבען געפילט ביים בארג סיני, און דאס קען מען נאר אין צאנז.‘
דער תפארת שלמה איז נסתלק געווארען ביום ו’ עש”ק ער”ח ניסן תרכ”ו (שנה פשוטה). ער האט איבערגעלאזט דריי זוהן: הרה”ק ר’ לייבוש, הרה”ק ר’ צבי מאיר און הרה”ק ר’ אברהם (בעמח”ס חסד לאברהם). זכותו הגדול יעמוד לנו ולכל ישראל וימליץ טוב בעדנו.

אין די הקדמה צום חלק על המועדים שרייבען די קינדער אז די תורות זענען געשריבען געווארען אין די לעצטע יארען פון זיין לעבן לויט זיין פארלאנג, און ער האט אלעס אליין איבערגעקוקט. טייל פון די דברי תורה זענען גענומען מכתב יד קדשו ממש, און זיי ווערן אזוי אנגעצייכענט אינעם ספר (מכתי”ק).
אין ס’לעצטע יאר פון זיין לעבן האט דער תפא”ש געבעטען מען זאל צוזאמען נעמען די אלע כתבים פון זיינע תורות און דאס אפטיילען אויף צוויי חלקים: על התורה ועל המועדים. ער האט אליין געוואלט ארויסגעבן בחייו א ספר אויף חנוכה און פורים, נאר ער האט ליידער נישט עספיעט. איבער דעם האבען די קינדער ערשט געדרוקט דעם חלק על המועדים, און עס האט ערשיינט ווייניגער פון א יאר נאך זיין פטירה.
צווישען די הסכמות אויפען תפא”ש איז דא איינס פונעם הייליגען דברי חיים זי”ע. בין הדברים שרייבט ער, ”הננו מסכים עמם להדפיס דבריו היקרים כי יהיו תועלת לעולם - איך בין מסכים מיט די קינדער פונעם תפא”ש זיי זאלען דרוקען זיינע זיסע רייד, ווייל עס וועט זיין אן אויפטוה פארן וועלט.“ ער פירט דארט אויס, ”וזכות המחבר יעלה לנו לְהִוָשַׁע במהרה מכל צרה וצוקה ונעלה לציון ברנה כנפש המחכה - דער זכות פונעם מחבר זאל אונז ביישטיין מיר זאלען אין גיכען געראטעוועט ווערן פון יעדן צרה און מיר זאלען ארויפגיין קיין ציון מיט פרייד.“ (די ביידע לשונות זענען אינעם הסכמה אויפען חלק על המועדים, און ממש בדומה צו דעם שרייבט דער ד”ח אויך אין זיין הסכמה אויפען חלק עה”ת, וועלכע האט ערשיינט שפעטער.)
דער נאמען תפארת שלמה האבען די קינדער אויסגעוועלט ווייל עס איז מרומז סיי שמו ושם אביו און סיי שמו ושם אמו אין די גמטריא פון די צוויי ווערטער. דער תפא”ש האט זוכה געוועהן זיין ספה”ק זאל נתקבל ווערן ביי כמעט אלע חסיד’ישע מקומות, און עס ווערט פאררעכענט ווי איינע פון די קלאסישע חסיד’ישע ספרים וואס טוט מדריך זיין יעדער וואס וויל ארויפשטייגען צום בוכ”ע.

מתורת רבנו וועלן מיר אצינד דערמאנען איין טעמע וואס חזר’ט זיך איבער כסדר: אויף וואס צו דאווענען. דער תפא”ש טוט כסדר דערמאנען ווען א יוד איז עומד בתפלה זאל ער נישט אינזינען האבען בלויז זיך אליין נאר ער זאל אויך דאווענען אויף נאך צוויי ענינים - גלות השכינה און צרות ישראל.
ווען מען בעט פארן רבש”ע אדער פאר אנדערע יודען, שרייבט דער תפא”ש אויף כמה וכמה מקומות, ווערן די תפלות גיכער אנגענומען. און באמת, ברענגט שוין דער תפא”ש ארויס, זענען ביידע ענינים איינס, ווייל ווען עס איז גוט פאר כלל ישראל מאכט דאס א קידוש ה’ און ווען חלילה פארקערט איז פארקערט.
ע”כ וועלן מיר מסיים זיין מיט א תפלה דער באשעפער זאל שוין מקרב זיין די גאולה שלימה און כביכול צוריק נעמען די שכינה הקדושה על מקומה לחבר אשת נעורים עם דודה. גלייכצייטיג זאלען אריינטאנצען קיין ירושלים א לעכטיג פאלק, געזונט און פרייליך אהן קיין שום חסרון כלל וכלל בב”א.
צוגעלייגטע
תולדות תפארת שלמה.pdf
(18.07 KiB) דאונלאודעד 145 מאל
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג מארטש 10, 2013 4:36 pm

איך קלער צו איך מעג דא אריין רעדן... "אנעים מיטן תפארת שלמה" ס'איז פנימי?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג מארטש 10, 2013 8:50 pm

מימרא טבא משמי'

אמאל האט דער תפא"ש אונטער געהערט א איד זאגען פארן אנדערען אין די מקוה אז מע שפירט א געפערליכען ריח נודף פונעם וואסער, האט אים דער תפא"שׁ געזאגט, אז געווענטליך ווען מ'שפירט א סרחון אינעם זופ, איז די סיבה אז דער פלייש דערינען איז פארשטינקען…

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג מארטש 11, 2013 9:16 am

דער הייליגער דברי חיים זצ"ל האט געזאגט אז די מפתח של פרנסה ליגט אינעם האנט פונעם תפארת שלמה.
דער הייליגער תפארת שלמה זצ"ל האט מחדש געווען דער ענין פון פארן אויף ליזענסק צום יארציייט פונעם רבי'ן רבי אלימלך זצ"ל.
ער אליין פלעגט זיצן דארט פאר לענגערע זמנים, אין א שטיבל אין וואלד, צוליב דעם וואס ער איז געווען א כהן און ער האט נישט געקענט צוקומען.

דער תפארת שלמה זצ"ל פלעגט נאכזאגן פון זיין רבי'ן (איך געדענק נישט וועלכע פון די דריי) אז עס שטייט אין פסוק ומקללך אאור, אאור איז א לשון פון לייכטען, אז וועם מען וועט שעלטן וועט אויך לייכטען, ווייל אמאל גייט שווער צו פועל'ן א ישועה פאר א איד, און אויב מען בייזערט זיך קען מען גרינגער פועל'ן, וכך הי' דרכו בקודש.

זכותו הגדול יגן עלינו
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מארטש 11, 2013 11:33 am

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
בני ר' אברהם יששכר החסד לאברהם - מ"מ אביו באדמורו"ת ראדאמאסק,

ד. ר' יעקב יוסף אב"ד קלאבוצק בעמח"ס אמת ליעקב


ביי וועם איז דער קלאבוצקער רב ר' יעקב יוסף בן החסד לאברהם געווען אן איידעם?


א פלא אז ער איז נסתלק געווארן אלט זייענדיג בלויז 29 יאהר, און ער האט שוין גע'שם'ט אלס אזא געוואלדיגער גדול און מעמיד געווען תלמידים.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

צדיקל
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2013 5:19 pm

תגובהדורך צדיקל » מאנטאג מארטש 11, 2013 4:37 pm

געהערט פון ר' אלימלך בידערמאן שליט"א. נאכזאגן א גוט ווארט פונעם בעל ההילולא תפארת שלמה זי"ע אויף פסח.

מרור האט נישט קיין הסיבה, אבער כורך אפי' ס'האט אויכט מרור דארף מען זיך יא הסיבה, פארוואס? זאגט ער אז אין זוה"ק ווערט מצה אנגערופן מיכלא דמהימנותא א מאכל אמונה, אז מען לייגט צו צום מרור אביסל מצה וואס איז אמונה, און מ'גלייבט אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, דארף מען שוין פארן מרור אויך הסיבה.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3811
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג מארטש 12, 2013 2:03 pm

כ"ק אדמו"ר זצ"ל מבאבוב איז כידוע געוועהן שטארק אדוק אינעם תפא"ש, אזש ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט דאס אלעס וואס ער פארמאגט איז אדאנק דעם תפא"ש. אינטרעסאנט אז אויך ביים תפא"ש איז איין קינד געווארען אדמו"ר און איינער אבד"ק (ראדומסק).
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

זיידנער==הרב ישכר חיים זאב

תגובהדורך dovidal » דינסטאג פאברואר 18, 2014 7:54 pm

אן איידעם אין ראדאמסק ביים רבין
חותם שמו הרבה פעמים = מעיר טשעקעטשין
צוגעלייגטע
yisucher chaim zeidner radomsk.jpg

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג מארטש 02, 2014 11:25 am

מיללער האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:
דער תפארת שלמה האט געהאט דריי זוהן
1) הרה"ק ר' ליבוש זצ"ל,
2) הרה"ק ר' צבי מאיר זצ"ל ער איז אויפגענומען געווארן אלץ רב אין ראדאמסק.
3) הרה"ק ר' אברהם ישכר זצ"ל - ראדאמסקער רבי בעמח"ס הק' "חסד לאברהם" עה"ת ומועדים.


בני ר' צבי מאיר אבד"ק ראדאמסק בן התפא"ש - בזוו"ר חתן ר' שמואל אליהו מזוואלין-מאדזשיץ ובזוו"ש חתן הגביר ר' גרשון לאנדא מקאמינסק

א. ר' יצחק מרדכי ראבינאוויטץ אב"ד פלאוונא מחבר ומ"ל תולדות התפא"ש בשם אהל שלמה
ב. ר' ישראל פנחס הכהן מ"מ אביו כאב"ד ראדאמסק - חתנו של ר' יהונתן אייבעשיץ מעיר אפטא
ג. ר' משה חיים
ד. ר' עמנואל גרשון אב"ד דעמבלין חתן מהר"י ממאדזשיץ
ה. ר' יעקב
ו. ר' אברהם דוד בעמח"ס מגדל דוד - נפ' בימי עלומיו כ"ג אב תרמ"ה ולא הניח אחריו זש"ק
ז. ר' יהשע נחום - עלה לירושלים ושם נפטר
ח. חתנו ר' משה מענדל (?)


[/url]

א באריכט אין הצופה נובמבר 30 1953 איבער די פטירה פון אשת רבי יהושע נחום רבינוביץ. ווי מען זעט איז זי געווען אן אייניקל פון הגה"צ ר' יהושע אב"ד זאריק בעמח"ס חומת יהושע
http://jpress.org.il/Default/Scripting/ ... sc&sQuery=%u05e0%u05e4%u05d8%u05e8%u05d4%20%u05d4%u05e8%u05d1%u05e0%u05d9%u05ea&rEntityType=&sSearchInAll=false&RefineQueryView=&StartFrom=50&ViewMode=HTML

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » זונטאג מארטש 02, 2014 12:51 pm

בס"ד,

דער הייליגער תפארת שלמה איז אמאל אריינגעקומען צו די חסידים אין ביהמ"ד און געפרעגט ווער דארף א הייסע טיי.

די חסידים האבן געקוקט אזוי, און איינער האט געפרעגט דעם צדיק, וואס איז פשט אז דער רבי טיילט טיי.

האט דער תפא"ש געזאגט אז ער האט יעצט געזען ארויפגעקומען אין עולם האמת א נשמה, וואס האט נישט געהאט קיין איין גוטע זאך, נאר דאס איינע אז ער האט אמאל געגעבן פאר א אידן א הייסע טיי, און עס טוט זיך אין הימל דערוועגן... האט דער תפא"ש געזאגט ברוב ענוותנותו, אויב אזוי וויל איך כאטש אויך האבן די איינע זכות, פון געבן הייסע טיי פאר א אידן.

עמוק עמוק!!!

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » מוצ"ש מארטש 08, 2014 3:56 pm

מי היה חותנו של ה"תפארת שלמה" זי"ע?

חיס
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:40 pm

חותנו של התפארת שלמה זי"ע

תגובהדורך חיס » זונטאג מארטש 09, 2014 6:04 am

נטיעות האט געשריבן:מי היה חותנו של ה"תפארת שלמה" זי"ע?

התפארת שלמה זי"ע התחתן עם הרבנית גיטל בת רבי יוסף מקרזילוב זצ"ל
[ולא רבי שמואל מקרזליוב כיון שעל מצבתה כתוב גיטל בת ר' יוסף]

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 10, 2014 3:05 pm

מציבת הבחור יעקב צבי ב"ר יצחק הכהן ראבינאוויטש נכד התפא"ש:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_34456/ ... owicz.html
צוגעלייגטע
photo (2).jpg

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

ארויפגעבראכט לרגל הילולא קדישא היום ער"ח ניסן

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » זונטאג מארטש 30, 2014 11:54 pm

רבינו הק' התפא"ש מראדאמסק אמר פעם: "תמיהני מה שהעולם רואים זכות למות על מיטתם, מה החשיבות בכך,
- והלא יותר נאה להיפטר מן העולם באותו מקום שעסקו בו בתורה ובמצוות הקדושים"...
ואכן כך היה אצלו, שלמד בספר הזוה"ק בהתלהבות והניח ראשו על ידיו ונח נפשיה.
זי"ע ועכ"י בגו"ר.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארגינעל און 16 געסט