זכרונות פון אמאל...

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

זכרונות פון אמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב בדעה דא צי שטעלען זכרונות וואס איך האב אליינס ביי גיווינט און אויכעט סיפורים וואס איך האב גיהערט פון מיינע עלטערען ע"ה אדער פון קרובים מיינע, פון דעם פארגאנגענעם וועלט.

קודם בין איך שולדיג א סיפור פונעם נאסעדער רב. און יעצט און דעם אשכול פון 'בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט' איז מיר געקומען און זכרון א סיפור וואס איך האב גיהערט פון מיין מאמע ע"ה וועגען דעם פעטער יעקב פון מונקאטש וואס איך האב דערמאנט מיט ר' ישעיהלע טשעחובר..

בל"נ איך וועל בקרוב משלים זיין
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מיר קוקן ארויס ר' שמחה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב דערמאנט און אן אנדערע אשכול אז איך האב געקענט ר' חיים בער דער מנחת אלעזר'ס גבאי, און ער האט געדענקט אויף מיין פעטער פון מונקאטש בשם יעקב בן לאה.
דער פעטער איז געווען מיין טאטע ע"ה עלצטע ברידער, ער האט געווינט און מונקאטש, [ווען מיין טאטע האט געלערענט ביים מנחת אלעזר איז ער איינגישטאנען ביי זיין ברודער און ער האט נישט געהאט דער פאבלעם מיט עסען טעג]
דער ר' יעקב האט לאנגע יאהרען נישט גיהאט קיין קונדער און זיך כסדר מזכיר געווען ביים מנחת אלעזר[איבער דעם האט ר' חיים בער גיט געדענט]

צום סוף האט ער יא געהאט נאר איין יונגעל, אין די מעשה האב איך גיהערט פון מיין מאמע ע"ה וואס דער ר' יעקב איז פאר איר אויך גיווען א פעטער ווייל מיין טאטע האט חתונה געהאט מיט בת אחותו.
דער פעטער איז איין מאל געווען אוועק געפארען אויף ביזנעס, און ער איז בעצופאל געוון אויף שבת און זעלבען שטאט וויא ר' ישעיהלע טשחובר איז אויך געווען דארט נישט ווייט פון מונקאטש.
דער פעטער איז אריין צי ר' ישעיהלע אין זיך מזכיר געווען פאר קונדער.
זאגט אים ר' ישעיהלע אז ער דארף געלט שיקען פאר עניי ארץ ישראל און ער זאגט איהם א זייער א גרויסער סומא.
ער איז נאך יענע מוצאי שבת אהיימגעקומען אויף מונקאטש, נאך יענע נאכט ציזאמען געשטעלט דאס גאנצע געלט אין צירוק געפארען און אריינגעטראגען דאס געלט פאר ר' ישעיהע. ער האט איהם אנגעוונטשען און א יאהר דערויף האט ער געמאכט א ברית.
מיין מאמע האט מיר דערציילט אז זי האט גדענקט דעם ברית און אז ר' שלום אליעזר איז ספעציעל געקומן קיין מונקאטש און איז געווען סנדק אלטס א מופס פון זיין ברידער.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פשש א שיינע רבי'שע מעשה, ווער רעדט נאך פונעם איש הפלא און מופת הדור ר' ישעי'לע, עס איז ידוע איז רביה"ק מ'סאטמאר האט זייער גרויס גערעדט איבער ר' ישעי'לע, ווי אויך אז דער הייליגער דברי חיים האט געזאגט אז פאר די אינגערע קינדער האט ער אראפגעברענגט גאר הויכע נשמות.

אגב, ר' ישעי'לע איז נאר אויפגענומען געווען פאר רב אין טשחויב, אבער לא הגיע לכלל מעשה, רוב ימיו האט ער געוואונט אין קראקא, באזוכענדיג אין קראקא מיט א צייט צוריק האב איך באגעגנט די מצבה פון א זוהן פון ר' ישעי'לע אינעם נייעם ביה"ח (וואו עס ליגט דער מאור ושמש, ורבני קראקא למשפחת הסופרים) וועלכער איז נפטר געווארן אלס יונגעל.

עס איז אויך פארהאן דארט די מצבה פון א זוהן פון ר' מאטעלע פון הארנאסטייפל חתן מרן הדברי חיים, זכותם הגדול יגן עלינו ועכי"א תנצב"ה.

[ר' שמחה;
דיין טאטע נעמענדיג בת אחותו האט מקיים געווען דברי חז"ל במס' יבמות שלמדו מהכ' מבשרך אל תתעלם עיי"ש]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:עס איז אויך פארהאן דארט די מצבה פון א זוהן פון ר' מאטעלע פון הארנאסטייפל חתן מרן הדברי חיים, זכותם הגדול יגן עלינו ועכי"א תנצב"ה.

יא! דא איז עס. איך האב עס גענומען פאר צוויי יאהר צירוק זייענדיג דארט ל"ג בעומר
אטעטשמענטס
K_Krakow.jpg
K_Krakow.jpg (128.27 KiB) געזען 6356 מאל
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער די מעשה גייט אז ר' מאיר'ל מפרימשלאן האט געבעטן דעם דברי חיים אז נישט אלע זיינע זון זאלען זיין רבנים
אין ווען מ'האט אויפגענומען ר' ישעי'לע אלץ רב איןטשחוב האט ??? געזאגט אז ווען ??? דאן וועט ער זיין רב סראטען
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

די מעשה מיטען נאסאדער רב האב איך געהערט פין איינעם ווער עס איז דארט געווען בעת מעשה.
דער יוד איז גיוועזען א קראלער פון דערהיים און אלטס בחור איז ער געפארען ציזאמן מיט א חבר קיין דעש צי לערנען ביי כנסת יהזקאל.
מאכט זיך איינמאל אז ר' ישוע פריינד, נאסאדער רב, איז געווען און דעש, און פונקט דער זעלבע צייט קרוגט זיין חבר א טעלעגראם פון דערהיים פון קראלע אז זיין זיידע איז קראנק אין דער אייניקעל זאל גיין מזכיר זיין ביים רבין.
דער בחור גייט, און דער יוד דער דערציילער, גייט מיט מיט זיין חבר, לאזט שרייבען א קויטל אין זיי גייען ציזאמען אריין צום נאסעדער רב.
דער נאסעדער רב נעמט דאס קויטל געט א קוק דערויף און געט עס א ווארף צירוק אויפען טיש און זאגט, דער קויטל איז נישט פאר מיינעט וועגען.

צום סוף האט זיך אויסגעוויזען אז דער מאמע פון דעם בחור שיקענדיג דעם טלעגראם, האט נישט געוויסט אז נאסאדער רב איז אין דעש. זי האט געמיינט מיט אריין גיין מזכיר זיין ביים רבין דער דעשער רב.

ממש א בעלשם'סקע מעשה!
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה;
יישר-כח פאר'ן בילד פון די מצבה, איך האב נישט געדענקט פרטי הדברים פון דעם זוהן, לכאורה האט ער געהייסן נאכ'ן בעל התניא פון וועם ר' מאטעלע איז געווען אן אייניקל.

ווייסט איינער פארוואס ער ליגט אין קראקא אויב איז ער געווען 'אדמו"ר מקראסנא' ווי אויך איז דאס קראסנא-אונגארן אדער קראסנא-פוילן
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער ר' יעקב ישראל מטשערקאס וואס זיין מאמע איז געווען א טאכטער פונעם מיטעלער רבין
זיכער קראסנע אוקריינע
ר' חיים קראסנער א תלמיד בעש"ט
לעצט פארראכטן דורך יאסל אום מיטוואך מארטש 05, 2008 1:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:... איך האב נישט געדענקט פרטי הדברים פון דעם זוהן, לכאורה האט ער געהייסן נאכ'ן בעל התניא פון וועם ר' מאטעלע איז געווען אן אייניקל.
ווייסט איינער פארוואס ער ליגט אין קראקא אויב איז ער געווען 'אדמו"ר מקראסנא' ...

איך האב גיפרעגט די זעלבע שאלה ווען איך בין גיווען דארט, קיין תשובה האט מען נישט געהאט.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל;
לא מבין, מיר ווייסן וויאזוי ר' מאטעלע איז אן אייניקל פוננעם בעל התניא, פארוואס זיכער קראסנא-אוקריינע, וואס האט עס מיט ר' חיים קראסנער?

אידער וועי האב איך געטראפן א שטיקל פונעם פאזל, ביי די 'רבנים שנספו' בלאג וואס איך האב נעכטן גע'לינק'ט אהער, דארט זעה איך דעם קראסנא רבי'ס א זוהן וועלכער איז אומגעקומען בשנות הזעם וז"ל:

טברסקי, משה
בן אהרן אלימלך שניאור זלמן מקרוסנו, Krosno, שבגליציה המערבית. נולד בתרנ"ה,1895, ומתרפ"ד,1924, כיהן שם כאדמו"ר. כשנכנסו הגרמנים לאזור נמלט ללבוב, שהיתה בשטח הכיבוש הרוסי. אחרי שנכנסו הגרמנים לאזור, ביוני 1941, גורש למחנה יאנובסקי שבלבוב, ולפי אחת העדויות השגיח שם בפסח תש"ג,1943, על הכשרת תנור לאפיית מצות. נספה באותה השנה.


אויך איז מערקווידיג אויף די מצבה, אז דער קראסנא רבי איז געווען אן איידעם ביי ר' משה'לע ראזוואדובער (רביה"ק מ'סאטמאר ערשטע שווער'ס טאטע).
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

איים סארי כהאב אזוי פארשטאנען דיין שאלה
זיין טאטע ר' מאטעלע האט אויך נישט געוואינט אינעם עסטרייכישע חלק פון גאליציע ווי זיין שווער
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מיללער האט געשריבן:יאסל;
לא מבין, מיר ווייסן וויאזוי ר' מאטעלע איז אן אייניקל פוננעם בעל התניא, פארוואס זיכער קראסנא-אוקריינע, וואס האט עס מיט ר' חיים קראסנער?

אידער וועי האב איך געטראפן א שטיקל פונעם פאזל, ביי די 'רבנים שנספו' בלאג וואס איך האב נעכטן גע'לינק'ט אהער, דארט זעה איך דעם קראסנא רבי'ס א זוהן וועלכער איז אומגעקומען בשנות הזעם וז"ל:

טברסקי, משה
בן אהרן אלימלך שניאור זלמן מקרוסנו, Krosno, שבגליציה המערבית. נולד בתרנ"ה,1895, ומתרפ"ד,1924, כיהן שם כאדמו"ר. כשנכנסו הגרמנים לאזור נמלט ללבוב, שהיתה בשטח הכיבוש הרוסי. אחרי שנכנסו הגרמנים לאזור, ביוני 1941, גורש למחנה יאנובסקי שבלבוב, ולפי אחת העדויות השגיח שם בפסח תש"ג,1943, על הכשרת תנור לאפיית מצות. נספה באותה השנה.


אויך איז מערקווידיג אויף די מצבה, אז דער קראסנא רבי איז געווען אן איידעם ביי ר' משה'לע ראזוואדובער (רביה"ק מ'סאטמאר ערשטע שווער'ס טאטע).


אין מעריב גאליציע איז דא א שטאט וואס הייסט קראס, פאר'ן קריג איז געווען דארט א רב א גרויסע גאון ער האט געהייסען רבי יהושע פירער ז"ל מ'האט אים גערופען די קראסני רב. (די באבוב'ער רב זצ"ל האט באקומען סמיכה פון אים).

איך וואונדער מיך אויב דאס איז די זעלבע שטאט וואס דו רעדסט פון.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייענדיג אין פוילן דאן, בין איך איינגעשטאנען אין א האטעל אין די שטאט קראסנא מיט'ן נאמען האטעל קראסנא-נאפטא, אין אנדערע ווערטער, עס איז פארהאן א שטאט 'קראסנא' אינעם היינטיגען פוילן.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער יכול להיות איך האב בעיקר געמיינט נישט אין אונגארן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמחה;
נאך אייער נייע בילד ווי איר 'קוויט' האב איך מורא אז איר שרייבט מער נישט..........

צוריק צו זכרונות, מיין זיידע לאויט"א האט מיר דערציילט ווי ער האט געהאט די זכיה אליינס אריינצוגיין מיט א קוויטל צום צדיק ר' שלום אליעזר'ל פון ראצפערט זי"ע בעת ווען ער האט געפראוועט א שבת אין די שטאט סעמיהאלי (איך בין כמעט זיכער מיט די פלאץ) בשנת תש"ב, מיין זיידע'ס זעלטער זיידע איז געווען א חשובער רב ומחבר ספר און א גרויסער צאנזער חסיד ער איז נסתלק געווארן בערך בשנת תר"מ.

דער צדיק ר' שלום אליעזר'ל האט נאך געדענקט דעם רב און פארציילט איבער אים פאר זיין אייניקל -מיין זיידע- וועלכער האט עס מיר פארציילט, נו איש-מפי-איש פון ר' שלום אליעזר'ל.......... אביסל דרך ארץ.......
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך געדענק נישט צי איך האב שוין דא געשריבען וועגען דעם [עס קומט א צייט ווען אלעס שוימט ציזאמען און מען געדענט נישט וואס מען האט יא געטוהן און וואס נישט . its very frustrating]

ווען מיין טאטע ע"ה האט זיך געדאפט צישטעלען צים מיליטער, איז ער מיט נאך חברים זיינע וואס האבען זיך אויך געדאפרט צישטעלען געפארען קיין ראצפערט צי ר שלום אליעזר.
דער טאטע האט מיר געזאגט אז ר' שלום אליעזר'ל איז געווען שווער צי פארשטיין זיין רעדן ווייל ער האט גערעדט אינטער די נאז. איז, די בחורים זענען דארט געווען און ר' שלום אליעזר האט זיי אלע אנגעוונטשען און געזאגט עפעס אויגען, אויגען.
דער סויף איז געווען אז דער דאקטער ווער עס האט זיי אונטערזיכט האט ביי אלע עפעס געטראפען מיט די אויגען און זיי אלע איינס ביי איינס זענען באפרייט געווארען פון דינען און מיליטער.
דרך אגב האט מיר מיין טאטע דערציילט אז ער האט געזען ביי ר' שלום אליעזר אז ער האט נישט געהאט קיין ציטרוי צי זיין גאבין און ווען ער האט און מיטען גדארפט ארויס גיין זיך מכין זיין האט ער אראף גישארט אלע קוויטלעך געלט וואס איז געלעגען אויפען טיש און אריין געשטיפט און טאש אריין און אזוי איז ער ארויס
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און אן אנדערען אשכול האב איך דערמאנט קאלוב.
מיינע ביידע עלטערן זענען גיבורען אין קאלוב. מיין זיידע האט זיך אריבער גיצויגען צי באטור בערך ווען מיין טאטע ע"ה איז געוואען בר מצוה.

פון קאלוב און פונעם באר מנחם האב איך געהערט אסאך.
מיין טאטע אליינס האט גלערענט ביי אים. קודם האט ער געלערענט ביים מנחת אלעזר צוויי יאהר, דערנאך האט ער געלערענט און קאלוב ביים באר מנחם.

עס איז געדריקט אינעם הקדמה פון באר מנחם א מעשה מיט איינער ווער עס האט נישט גיהאט קיין קונדער און האט ציגעגאנוועט דעם אפיקומן ביים באר מנחם'ס סרר און האט עס נישט צירוקגעגעבען ביז דער רבי זאגט איהם צי קונדער.
מיינע עלטערען האבען זייער גיט געדענקט די מעשה, מיין מאמע האט מיר אפילו געזאט דער נאמען פון דעם יוד און זי האט אויך גיט געדענקט דאס קונד וואס איז געבוירן פונעם באר מנחס ברכה.

זיי האבען מיר געזאגט אז ווען דאס קונד איז געבוירען געווארן האט זיך געקאכט און גאנץ אונגערען וועגען די מעשה.

איי רען אוט אפ טיים. איך דארף מיך גרייטען איך פאר צי מיין טאכטער און לעקוואד אויף שבת

אוך וועל בל"נ נעקסטע וואך שרייבען וואס איך האב געהערט פון מיינע עלטערען בנוגע ז' אדר דער יאהרצייט פון הייליגען ר' אייזיקל וואס פאלט אויס קומענגען פרייטאג [אופען נוסך מצבה שטייט אדר שני, איך דארף טרעפען די בילד וואס איך האב אין איך וועל עס ארויף לייגען אדער אן אנדערער קען לייגען]
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א גוט שבת ר' שמחה (ווען איר זאגט פאראויס אז איר זענט אויף שבת אין לעקיוואוד, וואלטן מיר אראנדזשירט אכסניות פאר די מקורבים...)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אוך בין טאקע געוען און לעקוואד דעם פארגאנגענעם שבת.
גידאווענט האב איך און סאקמער. ר' מרדכי בצלאל האט געדאווענט שחרית, אבער איך האב נישט געהאט די זכיה צי הערען זיין הלל.
דער קוזמירער רבי פון א"י, א ברידער מיטען מודזיטצער רבי, איז געווען און לעקוואד און דארט געדאווענט, איז, צי הלל האט ר' מרדכי בצלאל איהם ציגעשוקט.
און מוסף האט אויך דער קוזמירער רבי געדאווענט.

א שאד. איך האב געהאפט צי הערען ר' מרדכי בצלאל, ער דאווענט זייער הארטציג מיט א גיוואלדיג מתוקות. דעם פארגאנגענעם ראש השנה בין איך אויך געווען ביי מיין טאכטער אין איך האב דארט געדאווענט.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב אסאך געהערט פון מיינע עלטערען ע"ה וועגען ז' אדר און קאלוב.
עס איז געווען א גאר א גרויס געפארעכטס קיין קאלוב.
דורשניטלעך איז נאך געלעגען די ווינטער שניי און מיין מאמע האט מיר געזאגט אז דער וועג פונעם באן ביז צום בית החיים איז געוון אזוי מעראסטיק פין דער גרויסע עולם אז ווען א פרעמדער, וואס איז נאך קיינמאל נישט געוון אין קאלוב, וואלט געקומען, וואלט איהם נישט געווען וויכטיג צי פרעגען דירעקשאנס צום בית החיים. ער וואלט נאר געדארפט נאכפאלגען דעם אויסגעטרעטענער וועג אין ער וואלט אנגעקומן.

כמעט אלע אדמורים פון אונגערען, רומעניא, און גאליציע זענען געקומען. יעדער האט געהאט זיין סטאנציע.
ביי מיין מאמעס טאטע איז געווען דער סטאנציע פונעם מנחת אלעזר. דאס איז געווען איבער דעם ווייל ער פלעגט נאך צי קומען צי מיין עלטער זיידא [וועליכער איז אויך אן עלטער זיידא פאר ר' יוסף חיים גרינוואלד] אין ווייל מיין זיידא האט געווינט און דעם הויז, האט דער מנחת אלעזר אנגעהאלטען דער חזקה.
די אלע אדמורים פלעגן צי פירען א לחיים טיש איש איש על אכסניו, אבער נאכמיטאג פלעגט דער באר מנחם פירען א טיש וויא מען האט זיך געוואשען און אלע אדמורים וואס זענען געווען און קאלוב בשעת דעם טיש זענען אלע דארט געווען.
איך האב געהערט פון מיין טאטען אז ער האט זייער גיט געדענקט די טישען פון ווען ער האט דארט געלערענט, און ער האט מיר דערציילט אז עס איז געווען אן אויסטערלישער מעמד ציקוקען וויא עס זיצען אזויפל רביים מיטען באר מנחם בראש.

מיינע עלטערען פלעגען אסאך מאל זאגען זייער באווינדעריקייט אז וויא איז געווען מעגליך אזוי פיל מנעטשן זאלען זיך קענען משטתח זיין אויפען ציון פונעם צדיק און איין טאג, נעמענדיג און באטראכט דאס קליין פלאטץ וואס דארט איז דא.
די אלע וואס זענען שוין דארט געווען אמאל פארשטייען דאס זייער.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וויאזוי האבן אייערע עלטערן איבערגעלעבט די קריג, ר' שמחה?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

יא ר' שמחה קאלוב און אונגארען איז געווען ווי ליזענסק אין פוילן אלעס איז געפארן,
איך האב געליינט א באשרייבינג פון איינעם וואס איז געווען דערביי שנת תש"ד ווי די רבי מיט ר' שלום אליעזר'ל זענען ביידע דארט געווען אויך איז געווען דארט זיין איידעם ר' ישראל צבי מקאסאן, נאכן מתפלל זיין רופט זיך אן ר' שלום אליעזר צי די אנדערע צוויי צדיקים די צרות קימען שוין, איך בין אן שוין אן אלטער איד כ'האב שוין נישט קיין כוח עטץ זענטץ נאך יונג רייסט איין,
א וואך דערויף זענען די רשעים טאקע אריינגעקוען קיין אונגארען.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

פון מיין טאטע ע"ה האב איך נישט געהערט א סאך. ער האט נישט געוואלט רעדען. וואס איך ווייס יא איז אז סוכות תש"ה איז ער שוין געווען צירוק און באטור.
מיין מאמע ע"ה האט שוין מער גערעדט. זי איז געווען און אושוויטץ מיט איר מאמע און נאך געשוויסטע.
ביי די סעלעקציע פון דעם רשע ימ"ש האט מען זי מיט א יונגערע שוועסטער געשיקט צי איין זייט און די באבע מיט די אנדערע געשוויסטע אויף די אנדערע זייט.
א בחינה פון מי יחיה ומי ....
זי איז טאקע צירוק געקומען מיט דעם שוועסטער זאל זי זיין געזונט.

מיין מאמע האט מען דעפארטירט פון קאלוב און זיי זענען געווען א שטיקעל צייט און א לאגער לעבען נירעדהאז. דער לאגער האט געהייסען 'שומא פאסטא'.
זי האט געדענקט ווען ר' שלום אליעזר ז"ל איז דארט אנגעקומען מיט זיין רעבעטצין בתו של ר' מרדכי הארניסטייפלער ז"ל . זי האט מיר דערציילט אז די רעבעטצין איז געווען זייער שוואכליך און ווען זיי זענען געקומען פון ראטצפערט, כדי די וועג זאלל זי ניט זייער אויפשאקלען, איז זי געווען איינגעפאקט און גרויסע דאכענעס.
זי איז נאך נפטר געווארען דארט אין לאגער און מען האט זי נאך געברענגט צי קבר ישראל.
מיין מאמע האט מיר אסאך מאל דערציילט אז עס איז איר געלעגען פאר די אויגען וויא ר' שלום אליעזר איז אזוי געזעצען אויף א נידעריג בענקעל זיצנדיג שבעה.

איך דאווען ציזאמען מיט א טווערסקי אן אייניקעל פון ר' בן ציון באבובער ז"ל. ער האט מיר דערציילט אז ער איז שוין איינמאל געווען אויפען ציון פון זיין באבע.
the SCY is the limit
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אויב איז ער שוין געווען צירוק אויף סוכות דאן איז ער נישט דעפאטירט געווארן
ער איז מסתמא ערגעץ געווען אויסבאהאלטען.
זאג א פאמליע האט ער שוין געהאט פארן קריג?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”