רבי פינחס מקאלק זי"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טאלנער חסיד
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2019 3:38 pm

רבי פינחס מקאלק זי"ע

תגובהדורך טאלנער חסיד » זונטאג יולי 21, 2019 4:48 pm

הרה"ק ר' פינחס זיע"א הוא בנו של האור המאיר זיע"א
וחתנו של הרה"ק ר' צבי אריה מאליק זיע"א
חותן הרה"ק ר' יוחנן מראחמיסטריווקא זיע"א
והרה"ק ר' אהרן מלעכוויטש זיע"א
ועוד
למרות שיש בידינו חומר רב בין על אביו ובין על חותנו ובין על חתניו וכו'
לא מצאתי בכתובים מאומה על צדיק זה
לא דברי תורה בשמו, לא מעשיות ופרטים על תולדות חייו (מלבד בני משפחתו שאנו יודעים את שמותיהם)
לא איזה מכתב ממנו או אליו
ואפילו יום פטירתו ומקום מנוחתו אינם ידועים
אם יש לאי מי ידיעה כל שהיא על צדיק זה אשמח שיפרסמה כאן לתועלת הכלל וזכות הצדיק תגן עליו

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » זונטאג יולי 21, 2019 6:40 pm

בספר שופריה דר' יוחנן און אויך דא זענען זיי משער אז ער איז געבוירען בין שנת תקמ"ט לתקנ"א ונפטר בין תרט"ז לתרי"ז,עיי"ש (קודם תרי"ח הוא ברור דחתנו הרה"ק ר' יוחנן מרא"ח קרא לילד הנולד אז פנחס אבל לאחר תרט"ו הוא השערה עיי"ש)
אבער מיט דעם ווערט נאר שטערקער דער קשיא פארוואס טרעפט מען נישט קיין זכר פון איהם
דא איז הרב נחוניא משער אז אשתו האט געהייסען מרגאלא, וכמדומה לי שכן אומרים בשם האדמו"ר מראחמיסטריווא שליט"א הגם עס זענען דא וואס ברענגען אז זי האט געהייסען מלכה בכתב יחוס למשפחת לאנדא שטערנבערג נדפס בקובץ שולשתא-זעוויל)

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג יולי 22, 2019 4:26 am

מ'ווייסט כאטש וואו ער ליגט?

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » דינסטאג יולי 23, 2019 11:01 pm

יום זה מכובד האט געשריבן:מ'ווייסט כאטש וואו ער ליגט?

פון דער מקורות וואס איך האב צוגעצייכנט זעהט נישט אויס אזוי

דער פלא איז גרויס אז א זוהן פון דער אור המאיר און א איידעם פון רצ"א מאליק וואס האט איבערגעלאזט גרויסע באקאנטע משפחות, און האט כנראה געלעבט כמעט זיבציג יאהר, טרעפט מען נישט קיין שום זכר פון איהם, נישט א חתימה, נישט א מציבה, און ניטאמאל א סיפור, וצ"ע

ערגעץ האב איך געזעהן א השערה אז אשתו מרת מרגאלא איז געוועהן דער וואס האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרה"ק ר' משה מקאריסטשוב בזיווגו השני אויב דאס איז ריכטיג מאכט עס אביסל גרינגער דער פלא אבער לכאורה שטימט עס נישט ווייל מען וואלט געדארפט וויסן דערפון ועוד ר' פנחס האט געהאט א טאכטער רייזל (ע"ש חמותו) אשת ר' אהרן מלאביצקי און ר' משה האט געהאט א טאכטער רייזל אשת ר' ברוך אשר מטשערנאביל

ובדרך אגב דא שרייבט הרב נחוניא
לא ידוע מי היה חותנו של רבי יחיאל יוסף מראשקוב, אבל בנו רבי שלמה זלמינא כותב שהוא נכד גיסו של רבי יוחנן מראחמיסטריווקא, ומסתמא זה דרך חותנו של רבי יחיאל יוסף.

דאס מיינט נכד ר' פנחס, וע"פ מציבת נכדו ר' שלום דא וואס שטייט מגזע סאלאוויטא שפוטיפקא קעו עס אפשר זיין דורך ר' ליב שפירא (ב"ר מרדכי משפיטיווקא ב"ר משה ב"ר פנחס מקאריץ) חת"ר פנחס אדער דורך ר' ישראל ליב שפירא (ב"ר פנחס ב"ר מרדכי משפיטיווקא הנ"ל) חת"ר יחיאל מיכל מסקאליט חת"ר פנחס (איך בין נישט בקי בנבכי היוחסין צו וויסען אויב עס איז נישט דא א אנדערע וועג, ואדרבה אויב איינער וויסט זאל ער שרייבען)

טאלנער חסיד
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2019 3:38 pm

תולדות משפחתו

תגובהדורך טאלנער חסיד » זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:35 pm

מלבד הרה"ק מראחמיסטריווקא ויצ"ח
צוגעלייגטע
שם ושאריח.png
שם ושאריח.png (26.32 KiB) געזעהן 801 מאל

טאלנער חסיד
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 01, 2019 3:38 pm

תגובהדורך טאלנער חסיד » זונטאג אוגוסט 18, 2019 3:37 pm

עוד ידיעה
צוגעלייגטע
דברי משה דאלינא.png
דברי משה דאלינא.png (64.84 KiB) געזעהן 801 מאל

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:55 pm

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:מ'ווייסט כאטש וואו ער ליגט?

פון דער מקורות וואס איך האב צוגעצייכנט זעהט נישט אויס אזוי

דער פלא איז גרויס אז א זוהן פון דער אור המאיר און א איידעם פון רצ"א מאליק וואס האט איבערגעלאזט גרויסע באקאנטע משפחות, און האט כנראה געלעבט כמעט זיבציג יאהר, טרעפט מען נישט קיין שום זכר פון איהם, נישט א חתימה, נישט א מציבה, און ניטאמאל א סיפור, וצ"ע

ערגעץ האב איך געזעהן א השערה אז אשתו מרת מרגאלא איז געוועהן דער וואס האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרה"ק ר' משה מקאריסטשוב בזיווגו השני אויב דאס איז ריכטיג מאכט עס אביסל גרינגער דער פלא אבער לכאורה שטימט עס נישט ווייל מען וואלט געדארפט וויסן דערפון ועוד ר' פנחס האט געהאט א טאכטער רייזל (ע"ש חמותו) אשת ר' אהרן מלאביצקי און ר' משה האט געהאט א טאכטער רייזל אשת ר' ברוך אשר מטשערנאביל

ובדרך אגב דא שרייבט הרב נחוניא
לא ידוע מי היה חותנו של רבי יחיאל יוסף מראשקוב, אבל בנו רבי שלמה זלמינא כותב שהוא נכד גיסו של רבי יוחנן מראחמיסטריווקא, ומסתמא זה דרך חותנו של רבי יחיאל יוסף.

דאס מיינט נכד ר' פנחס, וע"פ מציבת נכדו ר' שלום דא וואס שטייט מגזע סאלאוויטא שפוטיפקא קעו עס אפשר זיין דורך ר' ליב שפירא (ב"ר מרדכי משפיטיווקא ב"ר משה ב"ר פנחס מקאריץ) חת"ר פנחס אדער דורך ר' ישראל ליב שפירא (ב"ר פנחס ב"ר מרדכי משפיטיווקא הנ"ל) חת"ר יחיאל מיכל מסקאליט חת"ר פנחס (איך בין נישט בקי בנבכי היוחסין צו וויסען אויב עס איז נישט דא א אנדערע וועג, ואדרבה אויב איינער וויסט זאל ער שרייבען)

די רביצין פון רבי יחיאל יוסף מראשקוב איז געווען טריינא בת ר' הערש, געבוירן בשנת תקצ"ה.
דער רבי הערש האט געהאט זיין טאקע א זון אדער איידעם פון רבי ליב שפירא, אדער האט ער געקענט זיין אליינס אן איידעם ביי רבי פנחס מקאלק און מצד אביו איז ער געווען מגזע סלאוויטא ושעפעטיווקא.

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג יולי 31, 2020 12:16 pm

אליעזר לאנדא האט געשריבן:בספר שופריה דר' יוחנן און אויך דא זענען זיי משער אז ער איז געבוירען בין שנת תקמ"ט לתקנ"א ונפטר בין תרט"ז לתרי"ז,עיי"ש (קודם תרי"ח הוא ברור דחתנו הרה"ק ר' יוחנן מרא"ח קרא לילד הנולד אז פנחס אבל לאחר תרט"ו הוא השערה עיי"ש)
אבער מיט דעם ווערט נאר שטערקער דער קשיא פארוואס טרעפט מען נישט קיין זכר פון איהם

לויט וואס מיר האבן דא געשריבן, קומט אויס אז רבי פנחס מקאלק איז נישט דערמאנט אינעם קראסנא קוויטל [געשריבן בשנת תקמ"ט בערך], און דעריבער איז ער געבוירן צווישן שנת תקמ"ט און שנת תקנ"ז (וואס דעמאלט איז לפי המשוער נסתלק געווארן דער אור המאיר).

עס איז אויך מעגליך אז רבי פנחס מקאלק איז גאר געווען אן אייניקל פונעם אור המאיר, און נישט א זון. און דעמאלט איז מעגליך אז ער איז דער "פנחס" וואס איז דערמאנט אינעם קוויטל אלס א קינד פון רבי יוסף וזוגתו טויבא. [סמך לדבר ווייל רבי פנחס האט טאקע געהאט א טאכטער טויבא]. והדבר צ"ב.

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

Re:

תגובהדורך אליעזר לאנדא » זונטאג אוגוסט 02, 2020 9:02 am

נחוניא האט געשריבן:עס איז אויך מעגליך אז רבי פנחס מקאלק איז גאר געווען אן אייניקל פונעם אור המאיר, און נישט א זון. און דעמאלט איז מעגליך אז ער איז דער "פנחס" וואס איז דערמאנט אינעם קוויטל אלס א קינד פון רבי יוסף וזוגתו טויבא. [סמך לדבר ווייל רבי פנחס האט טאקע געהאט א טאכטער טויבא]. והדבר צ"ב.

פארוואס זאל מען אזוי טראכטען ? (אנדערש ווי מען זאגט אין ראחמיסטריווקא און משפחת לאנדא)

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: Re:

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אוגוסט 02, 2020 10:38 am

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:עס איז אויך מעגליך אז רבי פנחס מקאלק איז גאר געווען אן אייניקל פונעם אור המאיר, און נישט א זון. און דעמאלט איז מעגליך אז ער איז דער "פנחס" וואס איז דערמאנט אינעם קוויטל אלס א קינד פון רבי יוסף וזוגתו טויבא. [סמך לדבר ווייל רבי פנחס האט טאקע געהאט א טאכטער טויבא]. והדבר צ"ב.

פארוואס זאל מען אזוי טראכטען ? (אנדערש ווי מען זאגט אין ראחמיסטריווקא און משפחת לאנדא)

אמת אז אין ראחמיסטריווקא פלעגט מען זאגן ווי א דבר פשוט אז רבי פנחס מקאלק איז א "זון" פונעם אור המאיר, און אזוי שרייבט אויך ר' פנחס לאנדא אין זיין יחוס בריוו (געשריבן בשנת תשי"ב - געדרוקט אין קובץ שושילתא גליון ב') וז"ל: "הרב ר' מרדכי ז"ל מליפאויץ, בן הרב ר' זאב מקאלק זצ"ל, בן הרב ר' פנחס, בן הרב הקדוש ר' זאב זצ"ל הנקרא ר' וועלועל זיטאמירער בעהמ"ח אור המאיר".

למעשה האב איך אבער געהערט פון גאר א גרויסער ידען ובקי ביחוס הצדיקים אז עס איז פארט מעגליך אז ער איז געווען אן אייניקל, און צו דעם האב איך א סמך די נאמען טויבא.

לאמיר האפן אז מען וועט בקרוב טרעפן מער קלארע הוכחות לכאן או לכאן.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי פינחס מקאלק זי"ע

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אוגוסט 02, 2020 3:06 pm

וואס איז די משפחה נאמען פונעם 'אור המאיר' וצאצאיו?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי פינחס מקאלק זי"ע

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אוגוסט 02, 2020 3:16 pm

בן בוזי האט געשריבן:וואס איז די משפחה נאמען פונעם 'אור המאיר' וצאצאיו?

די אייניקלעך פון רבי פנחס מקאלק האבן געהייסן "לאנדא".
אבער עס איז מעגליך אז דאס שטאמט פון רבי הערש לייב אליקער.
לעת עתה האט מען נאך נישט געטראפן א ריכטיגע מקור וואס איז געווען די משפחה נאמען פון די אנדערע קינדער פונעם אור המאיר.

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

Re: Re:

תגובהדורך אליעזר לאנדא » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 11:13 am

נחוניא האט געשריבן:אמת אז אין ראחמיסטריווקא פלעגט מען זאגן ווי א דבר פשוט אז רבי פנחס מקאלק איז א "זון" פונעם אור המאיר, און אזוי שרייבט אויך ר' פנחס לאנדא אין זיין יחוס בריוו (געשריבן בשנת תשי"ב - געדרוקט אין קובץ שושילתא גליון ב') וז"ל: "הרב ר' מרדכי ז"ל מליפאויץ, בן הרב ר' זאב מקאלק זצ"ל, בן הרב ר' פנחס, בן הרב הקדוש ר' זאב זצ"ל הנקרא ר' וועלועל זיטאמירער בעהמ"ח אור המאיר".

למעשה האב איך אבער געהערט פון גאר א גרויסער ידען ובקי ביחוס הצדיקים אז עס איז פארט מעגליך אז ער איז געווען אן אייניקל, און צו דעם האב איך א סמך די נאמען טויבא.

לאמיר האפן אז מען וועט בקרוב טרעפן מער קלארע הוכחות לכאן או לכאן.

אינטערסאנט אז בספר היחס מטשערנאבול ורוזין און אזוי אויך אין שם ושארית שטייט נישט אז ר"פ איז געוועהן בן האור למאיר, ווי איז דער ערשטע פלאץ ווי עס שטייט ?

ומענין לענין אויף דער ראשית חכמה חכמה דפוס סלאוויטא שנת תקנ"ב דארף זיין א הסכמה פון ר' פנחס בן ר' יצחק אב"ד קאלק, איז דאס אבי ר' מרדכי מקאריץ מחותנו של החוזה?

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: Re:

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 11:36 am

אליעזר לאנדא האט געשריבן:אינטערסאנט אז בספר היחס מטשערנאבול ורוזין און אזוי אויך אין שם ושארית שטייט נישט אז ר"פ איז געוועהן בן האור למאיר, ווי איז דער ערשטע פלאץ ווי עס שטייט ?

אזוי דערציילט כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וואס האט דאס מקובל מבית אבותיו, אז זיין זיידע הרה"ק ר' יוחנן מראחמיסטריווקא איז געווען אן איידעם ביי רבי פנחס אב"ד קאלק א זון פונעם אור המאיר.

און ווי דערמאנט שרייבט דאס אויך הרה"ח ר' פנחס לנדא - אייניקל פון רבי זאב וואלף לנדא א זון פון רבי פנחס מקאלק.

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ומענין לענין אויף דער ראשית חכמה חכמה דפוס סלאוויטא שנת תקנ"ב דארף זיין א הסכמה פון ר' פנחס בן ר' יצחק אב"ד קאלק, איז דאס אבי ר' מרדכי מקאריץ מחותנו של החוזה?

יא. עס האט נישט קיין שייכות מיט דער אנדערער רבי פנחס מקאלק בן האור המאיר.

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

Re: Re:

תגובהדורך אליעזר לאנדא » דינסטאג אוגוסט 04, 2020 4:40 pm

נחוניא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:ומענין לענין אויף דער ראשית חכמה חכמה דפוס סלאוויטא שנת תקנ"ב דארף זיין א הסכמה פון ר' פנחס בן ר' יצחק אב"ד קאלק, איז דאס אבי ר' מרדכי מקאריץ מחותנו של החוזה?

יא. עס האט נישט קיין שייכות מיט דער אנדערער רבי פנחס מקאלק בן האור המאיר.

ידעתי, איך פרעג אויב עס איז באקאנט אז אבי ר"פ האט געהייסן ר' יצחק


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, יוסף פריעדמאן און 3 געסט