Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:06 am

איך האלט מיר דאס מויל...

Advertisement

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:35 am

הרב מאשקאוויטש זצ"ל?

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:51 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:הרב מאשקאוויטש זצ"ל?


איר מיינט דעפ פאקשער רב בעל תנובת ברוך? ניין, בכלל נישט, די רעדע איז פון עמיצער וואס האט געדרוקט חיבורים פון א גדול בישראל וואס באלייכטען די וועלט און זענען פון די מערסטנס באנוצטע ספרים ביי כלל ישראל

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:56 am

דער רב האט גאנץ לעצטענס ארויפגעברענגט אן אשכול וואו מ'רעדט פון אים.

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 12:30 pm

זעה איך דאך אז דער בילד הייבט אן ווערן אלט וועלמיר מגלה זיין, דאס איז הגאון ר' יוסף נפתלי שטערן מסערעט-ירושלים חתנו של הג"ר שלמה אלכסנדרי סופר מסערעט בהג"ר שמעון סופר מקראקא בנו של מרן החת"ס זצ"ל

הגרי"נ שטערן האט ארויסגעגעבן ספרי החת"ס ומכתב סופר מחותנו זקיניו, במיוחד איז באקאנט זיינע הגהות והארות מחכימות אויף די דרשות חת"ס, מלאים זיו ומפיקים נוגה, וזיכה את הרבים בתורת מרן זצ"ל מסוף העולם ועד סופו.

יהא זכרו ברוך

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 12:57 pm

אהא, א הערליך בילד פון א אמת'ע מזכה את הרבים.

אחוץ זיין ארבייט מיט די ספרי חת"ס איז ער אויך געווען א חבר אין מועצגה"ת.

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:00 pm

בהמשך
אני הצעיר האט געשריבן:כ'האב דערציילט אן עובדא פאר א ידיד זאגט ער מיר
אין נביא בעירו
פרעג איך אים ווי שטייט דאס? כ'האב ג'הערט אז עס שטאמט פון די כזבים פון תלמידי__ ימ"ש
זאגט ער מיר אז בנעוריתו האט ער ג'זעהן אין אן הקדמה פון א מו"ל ספרי מרן החת"ס אז דער
חת"ס ברענגט דאס און א תשובה בשם חז"ל

מיר ליגט אין זכרון פון הגרי"נ זצ"ל הנ"ל א שמועס וועגען דעם און אויך אז מרן החת"ס זי"ע האט ג'שריבען א חיבור
אויף היינו דאמרי אינשי , נאך נישט ג'טראפען

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:05 pm

כ'דענק נישט ווי, אבער ערגעץ ביי זיינע הערות סוף דרשות חת"ס ברענגט ער א שטיקל חת"ס ווי דער הייליגער חת"ס שרייבט "כתבו המקובלים" און ר' יוסף נפתלי איז עס סומך צו א שטיקל תולדות יעקב יוסף. ווי אויך איז דא אזא שטיקל קדושת לוי.

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:58 pm

קען מען גיין ווייטער, מי האיש?

רב בביהכנ"ס מפורסמת באייראפא (לאחר השואה) ואח"כ היגר לארה"ב
עטעטשמענטס
159.jpg
159.jpg (18.11 KiB) געזעהן געווארן 240 מאל

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:02 pm

איו אמשטרדאם?
גער לקט הקמח החדש?

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:03 pm

הרב ווייזער רב בשיפ-שוהל?

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:05 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:הרב ווייזער רב בשיפ-שוהל?


צוגעטראפן דעם שוהל אבער נישט עם רב

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:09 pm

עס איז דא איינער וואס האט געהאט א קונטרס דרך הלימוד
הרב פירסט איז אויך דעווען דארט רב

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:20 pm

זעגלבוים ?

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:24 pm

רבניש האט געשריבן:זעגלבוים ?

צוגטעראפן, הג"ר יוסף ישראל זעגלבוים אב"ד בק"ק שיפשוהל בווינא ואח"כ בברוקלין, מח"ס עדות לישראל בנו הוא האדמו"ר מוויען-פלעטבוש שליט"א

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:48 pm

מי האיש?
רמז: שימש ברבנות באונגארן, ואח"כ שימש ברבנות באחד העיירות הגדולות בארה"ב
עטעטשמענטס
Untitled-3 (1).jpg

???

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:59 pm

בילד

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:01 pm

הרב קקיון; דאכט זיך אז ס'איז די מנהג המקום דא נישט צו שטעלן קיין פרישע בילדער איידער די פריערדיגע ווערט מפונח.

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:02 pm

אגב; אונטער דיין בילד שטייט קלאר ווער ס'איז.

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:02 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:הרב קקיון; דאכט זיך אז ס'איז די מנהג המקום דא נישט צו שטעלן קיין פרישע בילדער איידער די פריערדיגע ווערט מפונח.

ווי איך פארשטיי פרעגט דער קיקיון דיונה'לע צו אייער בילד איז פון ר' עמרם טויב ז"ל פון באלטימאר

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:03 pm

ניין, מיין בילד איז נישט פון ר' עמרם טויב זצ"ל.

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:04 pm

אפשר העלמעצער רב?

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:06 pm

גאנץ נאנט, ביסט אויפן גוטן ריכטונג.

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:14 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:גאנץ נאנט, ביסט אויפן גוטן ריכטונג.

גוטן ריכטונג מיינט אז די רעדע איז פון א רב אין קליוולאנד נאכן קריג? אפשר הרב טייטלבוים פון קאבא?

דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:15 pm

גוטן ריכטונג מיינט א גאר נאנטער קרוב מיט הרב דייטש מהעלמעץ
שרייב א תגובה

Advertisement