תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
מיטוואך פבואר 20, 2013 10:22 am
זיין ביהמ"ד געפינט זיך (נאך אלס) צווישן ליע און בעדפארד (אוי אמשינוב איז דאך אויך דארט, אבער נישט דעיס מיינעך)
אקעי ער איז גאר געווען א לוי - שוין אלעס אויסגעזאגט
Advertisement
מיטוואך פבואר 20, 2013 10:27 am
א שאד איז דזשעי נעט באשפריצט מיר דעם בילד פון דער עלטער, אלץ איינער פון וויליאמסבורג וואלט איך שוין מסתם געכאפט דעם רמז
מיטוואך פבואר 20, 2013 11:10 am
עס קוקט מיר אויס ווי הרב גליק ז"ל וועלכע איז געווען א מרביץ תורה אין פאפא
דעס דארף צו זיין אין פאפא קעמפ
ער האט אויך שפעטער געהאט א אייגענע ישיבה פון 40 תלמידים ישיבת 'בית אברהם'
מיטוואך פבואר 20, 2013 11:38 am
WOW

נישט געכאלעמט אז איך וועל אויפוועקן א שלאפענדן בעער
אה כאשוין פארגעסן צו ענטפערן
יאפס צוגעטראפן אבער אויפן בילד שטייט אז עס איז וויענער קעמפ
מיטוואך פבואר 20, 2013 11:40 am
מילא געשלאפן דאס איז נישט אזא גילו אבער "בער" היתכן איר ערלויבט זיך גילו בפרהסיא?
הייסט ער רבי "חנוך שלום" ז"ל?
מיטוואך פבואר 20, 2013 11:43 am
ר' חנוך שלום גליק ז"ל, בנו הוא הרב יחיאל יצחק זז"ג פון התאחדות.
מיטוואך פבואר 20, 2013 11:47 am
יוראפ האט געשריבן:נאך א שטיקל רמז עס איז שוין גאר געווען דא א בילד פון אים
1-2-3 אז מעכאפט נישט ביז שפעטער מארגן וועליך בל"נ לייגן א בילד פון די עלטערע יארן
דאס איז די שם המכונה אויף דעם וועלכע פארשלאפן ציטירט?!
מיטוואך פבואר 20, 2013 3:49 pm
אקעי נעקסט
א טאטע מיט א זון
איינע פון די זקני הרבנים באונגארן-טשעכעסלווקיע, פון א משפחת מיוחסת רבנים דורי דורות,
אבותיו הק' האבן געהאט א חלק אין די מערכת ישראל באונגארן, תופסי ישיבה, ומגדולי המשיבים בשו"ת בימיהם
אויך געווען מפורסם אלץ אדמו"ר געטארגן ווייסע זאקן אינעדרוואכען אין גענומען קוויטלך
דער זון אויך א חשובער רב פון אונגארן
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך פבואר 20, 2013 3:50 pm
און דאס איז דער זון
- עטעטשמענטס
-

-

מיטוואך פבואר 20, 2013 4:28 pm
ערלוי?
מיטוואך פבואר 20, 2013 4:34 pm
דער ערשטער בילד איז זיכער נישט קיין ערלויער - א ברייטען פלאכען ביבער הוט
מיטוואך פבואר 20, 2013 4:49 pm
דער וויזניצער אינעם בילד איז דער "אמרי חיים" אדער "דמשק" ?
מיטוואך פבואר 20, 2013 4:49 pm
אמרי חיים
זונטאג מרץ 03, 2013 10:34 pm
און ווער זיצט דערנעבן?
זונטאג מרץ 03, 2013 11:23 pm
שיינטנווייז עפעס באגלייטער קוקט עס אויס
אבער אלענפאלס ווי זענען זיי די אריות שבחבורה, די פותרים פון דעם אשכול, זיי באהאלטן זיך עפעס אויס, רעדן נישט אריין
ווער למעשה זענען די רבנים?
לעצט פאראכטן דורך
רבניש אום זונטאג מרץ 03, 2013 11:38 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג מרץ 03, 2013 11:28 pm
נע בעצם האבעך געמיינט צו פרעגן ווער עס זיצט צו זיין רעכטע זייט, אבער סעט נישט שאטן טאמער איינער וועט פותר זיין ווער עס זענען די צוויי אידן אויף די אנדערע זייט
זונטאג מרץ 03, 2013 11:30 pm
קוקט אויס אז די חברה זענען העכסט פארנומען מיטן אויסקלאפן די ספרים פאר פסח...
זאג זיי נאר, ווען זיי פארטיגען ביי זיי קענען זע קומען דא צימיר, און וועלכעס ספר ס'דא געדאפעלט וועט זיין זייערס אלס באלוינונג
זונטאג מרץ 03, 2013 11:39 pm
לייג ארויף דא א רשימה פון דיינע אלע געדאפעלטע ספרים אפשר וועציך מיר עס לוינען...
זונטאג מרץ 03, 2013 11:41 pm
א נייער אשכול
אבער פון יוראפ אהער פאר די 6 ספרים? איך שפעקוליר אז אפשר וועט זיך נישט לוינען, לאמיר באנאזאם מאכן די חשבונות, איר זענט גרייט?
מאנטאג מרץ 04, 2013 8:45 am
פראביר
מאנטאג מרץ 04, 2013 10:35 am
יוראפ האט געשריבן:און ווער זיצט דערנעבן?
נישט גאלאנטא רב?
מאנטאג מרץ 04, 2013 11:12 am
ניין
זונטאג מרץ 10, 2013 8:46 pm
ר ח צ עהרנרײך מאד
?
זונטאג מרץ 10, 2013 8:54 pm
יוראפ שוין טאקע צייט צו ענטפלעקען ווי לאנג העסטו צעגערן אזוי?
מען האט שוין געגעבן אלע מעגליכע נעמען
זונטאג מרץ 10, 2013 9:08 pm
אולי איז די רעדע פון ר' מנחם מענדל טענענבוים בעל שארית מנחם? ובנו ר' משה?