בלאט 353 פון 426

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 04, 2012 8:22 pm
דורך שוטה
רד"ץ חן.

דאכציך אז די בילד איז גענומען געווארן בשעת ער איז געווען פארטראכט ביי א דין תורה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 12:08 am
דורך נחמן נתן
שרייבט ביטע מער ארויס דעם נאמען. כאטש זאלן מיר וויסן פון וועמען מ'רעדט.

ער האט גע'פסק'ענט שאלות; געזעסן ביי מושבי בי"ד? ביטע טיילט מיט אונז מיט.

א דאנק פון פראנאויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 12:12 am
דורך הסרפד
דא האט איר מער אינפארמאציע פון חב"דפעדיא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 12:20 am
דורך נחמן נתן
הרב הסרפד; א גרויסן דאנק אייך.

מיר האבן אמאל געהערט איבער א אויסגערופענער ליובאוויטשער חסיד - וואס איז ארויף פון רוסלאנד קיין ארץ ישראל - מיטן נאמען ר' בער'קא חן. איז דאס פון די פאמיליע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 12:41 am
דורך שוטה
דער צמח צדק [היינט די יאהרצייט] האט געזאגט פאר'ן רד"ץ אלץ אינגל: פאלג מיך, ווער אויס אינגל, און זייט דעמאלטס [געדענק איך נישט פונקטליך, אפשר אז דעמאלטס האט ער אנגעהויבן זיין מנהג פון זיך פארטראכטן ביי די שמות פון יעדע ברכה].
---------
נחמן נתן האט געשריבן:מיר האבן אמאל געהערט איבער א אויסגערופענער ליובאוויטשער חסיד - וואס איז ארויף פון רוסלאנד קיין ארץ ישראל - מיטן נאמען ר' בער'קא חן. איז דאס פון די פאמיליע?

http://www.chabad.info/chabadpedia/inde ... 7%97%D7%9F

ווער וויסט ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 5:05 am
דורך חיס
ווער וויסט ???

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 5:06 am
דורך msp
דער פון רעכטס איז סקאליער רבי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 7:45 am
דורך אננעמער
און דער פון לינקס איז ר' ישכר בער סטראזניצער.

(וואס גייט דא פאר? שוין דער דריטער וואס שטעלט ארויס דעם בילד אין די לעצטע פאר טעג. ווי איז עס יעצט אפירגעקומען?)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:22 pm
דורך ביקסאד
אוואו האט מען ארויס געשטעלט דעם דאזיגן בילד, אדער מיינט איהר בכלליות פון די רביים ?

אגב, פאר-וואזשע איז די בילד באשניטן ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:39 pm
דורך אננעמער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 3:24 pm
דורך נחמן נתן
שוטה; א דאנק דיר מקרב לב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 5:08 pm
דורך שוטה
מיי פלעזשער.
--------

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 09, 2012 2:13 pm
דורך מומחה יוחס
איז דאס דער ליבאוויטשער רבי מיטן קאפיטשניץ רבי??

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 09, 2012 5:18 pm
דורך שוטה
יא, פיין געזאגט, ביי א חתונה תשי"א.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 11:21 pm
דורך וויצע ראש הקהל
רבנים ואנשי השם, מהם באמעריקא ומהם באירופה.
ולרמז: מי שיעקוב אחרי הודעותי יבין שמקומו באשכול חדש אשר אפתח בקרוב אי"ה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 2:58 am
דורך msp
איז דאס ביי א כנסיה?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:59 am
דורך מיללער
ס'דאכט זיך מיר אז דער בילד איז שוין געווען, עכ"פ דער פערטער רעכטס איז ר' מענדל חיים לאנדא אב"ד נאדי-דוואהר משושלת ביאלא געווען אין אמעריקא פאר א תקופה, זעה דא:
viewtopic.php?p=280988#p280988
דער דריטער רעכטס איז ר' יודא לייב גרויבארט פון בענדין ואח"כ בטאראנטא בעמח"ס חבלים בנעימים, איינע פון די וואס שטייען איז ר' יחיאל יהושע טרונק מקוטנא, דענק נישט אויף די מינוט די אנדערע אבער דער בילד איז מפורסם

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:23 am
דורך וויצע ראש הקהל
טאקע פון דאס זעלבע בילד.
זיצענדיג רעכטס צו לינקס: הרב ישעיה מאיר כהנא שפירא, הרב יהודה לייב קאוואלסקי - וולאצלאוועק, יושב ראש הרב יהודה לייב גרויבארט (דאן אין סטאשעוו), הרב מנחם מנדל הלוי לאנדא - זאוויערצע, הרב משה אביגדור עמיאל - גראיעווע (איצט [אין תש"ג] רב בכולל אין תל אביב ארץ ישראל).
שטייענדיג (ר-ל) הרב יצחק יהודה טרונק - קוטנא, הרב יקותיאל זלמן גרויבארט - בענדין, הרב שמואל הלוי בראדט - ליפנא (איצט [כנ"ל] אין נו יארק), הרב יהודה לייב זלאטניק - גאמבין (איצט אין יאהאניסבורג, אפריקא).

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 9:57 am
דורך ירוחם
וויצע ראש הקהל האט געשריבן:טאקע פון דאס זעלבע בילד.
זיצענדיג רעכטס צו לינקס: הרב ישעיה מאיר כהנא שפירא, הרב יהודה לייב קאוואלסקי - וולאצלאוועק, יושב ראש הרב יהודה לייב גרויבארט (דאן אין סטאשעוו), הרב מנחם מנדל הלוי לאנדא - זאוויערצע, הרב משה אביגדור עמיאל - גראיעווע (איצט [אין תש"ג] רב בכולל אין תל אביב ארץ ישראל).
שטייענדיג (ר-ל) הרב יצחק יהודה טרונק - קוטנא, הרב יקותיאל זלמן גרויבארט - בענדין, הרב שמואל הלוי בראדט - ליפנא (איצט [כנ"ל] אין נו יארק), הרב יהודה לייב זלאטניק - גאמבין (איצט אין יאהאניסבורג, אפריקא).

פון ווען איז דאס בילד? רב עמיאל איז געווען רב אין גריעווע צווישן תרע"ה און תר"פ. (אין תר"פ האט אנטווערפן אויפגענומען עמיאל אלס רב צוליב זיין "געלונגענע" דרשה ביי די וועידה העולמית פון די מזרחי.)

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 10:03 am
דורך וויצע ראש הקהל
בילד איז פון א חינוך-זיצונג אויף מזרחי-קאנפערענץ אין פוילען אין טבת תרע"ט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 10:09 am
דורך msp
אינטערעסאנט ווי גדולי המזרחי האט אמאהל אויסגעזעהן...
אין "פוילען" אנ'אלבום פון פארווערטס איז דא א בילד פון בחורים פון מזרחי
וואס היינטיגע גאר היימישע משפחות וואלטען זיך געווינטשען זייערע בחורים זאלען אזוי אויסזעהן

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 10:24 am
דורך ירוחם
msp האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי גדולי המזרחי האט אמאהל אויסגעזעהן...
אין "פוילען" אנ'אלבום פון פארווערטס איז דא א בילד פון בחורים פון מזרחי
וואס היינטיגע גאר היימישע משפחות וואלטען זיך געווינטשען זייערע בחורים זאלען אזוי אויסזעהן

אינטערעסאנט איז אבער אויך אז אין ליטע איז געווען פונקט פארקערט, אפילו דער פרומסטער בחור האט אויסגעזען ווי דער מאדערנעסטער בחור, מיטן גלאטן פנים און מאדערן היטל.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 11:18 am
דורך ירוחם
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:אולי הגה"ק רבי משה קוניץ זצוק"ל אב"ד דק"ק אובן-ישן ?

במחילת כבודך, אבער וואס איז דעם אויסדרוק "הגה"ק"? איך ווייס אז היינט ווארפט מען זיך מיט דעם טיטול, אבער דאס מיינט דאך עפעס נישט פשוט.
גראדע אויף דעם ר' משה קוניץ איז געוועהן טענות. ער האט געהאט ספיקות אויף תורת הנסתר, ועוד.
ועיי' בזכרון למשה מכתב מר' שרגא וויעזענבערג מקאשוי בשם רבו "הגה"ק" מאונסדארף זצוק"ל וז"ל: כאשר הביא לפני החת"ס זצ"ל את הספר "בר יוחאי" מהחכם מ' משה קוניץ ע"ה (אגב, איז ער דוכט זיך געוועהן דיין באובן ישן נישט אב"ד) פתח ואמר: "ערבים עלי דברי דודים שבס' מטפחות סופרים מהגאון היעב"ץ זצ"ל ממענות הבר יוחאי" כי אצל בעל החת"ס זצ"ל הי' הגאון היעב"ץ בדוק ומנוסה למאמין בכל דברי חכז"ל ואת חכם הנ"ל חשד למסתפק ועולה. ומרגלא בפומא דמרן זצ"ל (ה"ה הגאון מאונסדארף) "שמי שכופר בנגלה על הנסתר, הוא כופר בנסתר על הנגלה!"

נו! נאך די פייערדיגע אויסדרוק פון מרן החת"ס הק' זי"ע געבירט אזא טיטול? עס גיבס נישט!

כמובן לא ידעתי אודות דברי מרן החת"ס זי"ע הללו.
יישר כוחכם.

עפעס שטימט נישט דא. מטפחת סופרים איז געשריבן געווארן להוכיח אז ידי זרים שלטו אין זוה"ק רח"ל, און בר יוחאי איז געשריבן געווארן אפצוענטפערן די מטפחת סופרים און להוכיח אז לא שלטו ידי זרים און כל כולו ברוה"ק נאמרה. איז ווי פאסט זיך דא הגה"ק מאונסדארף'ס ווארט אז "מי שכופר בנגלה על הנסתר וכו'"? (איך גיי נישט אריין איבער קוניץ זעלבסט, אויף דעם האט שוין אליהו געשריבן דא אז ער איז געווען אנגעשמעקט מיט השכלה, אבער די מימרא פונעם חת"ס גופא איז לכאורה געווען לחדש אז אע"פ מטפחת ספרים איז מפקפק אויף געוויסע קטעים אין זוה"ק און בר יוחאי נעמט זיך אן פארן זוה"ק, דאך ערבים עלי דברי דודים וכו').

פארעפענטליכט: שבת אפריל 28, 2012 11:15 pm
דורך שוטה
גדולי 'ישראל'.

פארעפענטליכט: שבת אפריל 28, 2012 11:19 pm
דורך ישלהוסיף
שוטה האט געשריבן:גדולי 'ישראל'.

חזון איש, הגאון רבי שלמה כהנמן, טשעבינער רב

דער מיטן ווייסע געבויגענע און צאם געלייגטער הענט איז רפאל היילפרין (אזוי דאכצעך)