בלאט 351 פון 426

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 9:46 am
דורך יוראפ
מיללער האט געשריבן:דער בילד ליגט מיר אין קאפ אלס א טייל פון א בילד מיט ר' ברך בער פון קאמעניץ, איך קען זיך נישט דערמאנען, אפשר ר' ירוחם גורעליק?

דער אנדער חלק איז נישט פון ר' ברוך בער, ס'איז דא טאקע אסאך אזעלכע סארט בילדער פון ר' ברוך בער, אבער ביי די בילד איז זעהט מען אים נישט.
אבער אפשר פראבירט איר זיך דאך צו דערמאנען, אדאנק.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 12:31 pm
דורך נחמן נתן
האט ער איבערגעלעבט דעם קריג?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 12:39 pm
דורך יוראפ
איך האב נישט קיין מושג בכלל ווער דאס איז, און וועגן דעם פרעג איך

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 12:49 pm
דורך נחמן נתן
דאן במחכ"ת זענט איר אינעם נישט-ריכטיגן אשכול. אין דעם אשכול ווערן ארויף געלייגט בילדער, וואס דער וואס לייגט ארויף ווייסט וואס און ווער דאס איז, נאר פרעגט אן בתורת חידה.

בילדער, וואס דער וואס שטעלט דאס ארויף, ווייסט אליין נישט ווער דאס איז, געהערט אין דעם אשכול.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 12:53 pm
דורך יוראפ
א הערצליכן דאנק הרב נחמן נתן גיי מיר עס שוין אהינלייגן

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:43 am
דורך נחמן נתן
ווער ווייסט? (4 רבנישע/רבישע פערזאנען)

קרעדיט: מיללער

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:50 am
דורך יוראפ
צווייטער פון לינקס קוקט אויס ווי אדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:52 am
דורך נחמן נתן
ריכטיג. פלעכט ווייטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:57 am
דורך farshlufen
טשאקאווע, טשחויב, וויזניץ, שכחתי.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:02 am
דורך יוראפ
איזה טשאקאווע?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:10 am
דורך 11211
farshlufen האט געשריבן:טשאקאווע, טשחויב, וויזניץ, שכחתי.


הרב יהוסף שעהנפעלד- קרית הערצוג

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:19 am
דורך הסרפד
יוראפ האט געשריבן:איזה טשאקאווע?

טשאקאווע-ירושלים - הרה"ג ר' נפתלי שליט"א

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:27 am
דורך נחמן נתן
פון ר. צו ל.
אדמו"ר רבי נפתלי הלברשטאם מטשאקאווע שליט"א; אדמו"ר רבי אברהם אביש הלוי קאנער מטשחויב – חיפה זצ"ל; יבלחט"א אדמו"ר רבי ישראל מוויזניץ ב"ב שליט"א; הגה"צ רבי יוסף חיים שעהנפעלד זצ"ל רב דקרית הערצאג ב"ב.

הרב 11211; איך האב מיר מעיקרא טועה געווען מיינענדיג אז דאס איז הרב בערנפעלד פון ב"ב. איר האט מיר דערמאנט אז דאס איז הרב שיינפעלד, וואס מיט זיין איידעם וואס וואוינט אין ברוקלין האמיר א נאנטער שייכות.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:35 am
דורך נחמן נתן
ווער איז דאס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:38 am
דורך 11211
ר' יודעלע?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:46 am
דורך נחמן נתן
יא

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 12:26 pm
דורך מיללער
נחמן נתן האט געשריבן:פון ר. צו ל.
אדמו"ר רבי נפתלי הלברשטאם מטשאקאווע שליט"א; אדמו"ר רבי אברהם אביש הלוי קאנער מטשחויב – חיפה זצ"ל; יבלחט"א אדמו"ר רבי ישראל מוויזניץ ב"ב שליט"א; הגה"צ רבי יוסף חיים שעהנפעלד זצ"ל רב דקרית הערצאג ב"ב.

הרב 11211; איך האב מיר מעיקרא טועה געווען מיינענדיג אז דאס איז הרב בערנפעלד פון ב"ב. איר האט מיר דערמאנט אז דאס איז הרב שיינפעלד, וואס מיט זיין איידעם וואס וואוינט אין ברוקלין האמיר א נאנטער שייכות.


ריכטיג.

הרב שעהנפעלד איז געווען דער שווער פון להבחל"ח ר' ישראל חיים הורוויץ אב"ד קהל ויוא"מ (מהר"א) מאנטשעסטער.

וואס איז געווען זיין יחוס? איז ער פון א רבי'שער אדער רבני'שער משפחה?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 12:45 pm
דורך נחמן נתן
אין א שמועס אין אישי מיט הרב 11211 איז אויסגעקומען אז הרב שעהנפעלד איז א טאהש'ער / קאסאנ'יער אייניקל.

הרה"ק ר' יהוסף קאסאניער זי"ע האט געהאט אן איידעם שעהנפעלד.

יעצט וועלן מיר בעטן הרב הנ"ל אויב קען ער אביסל מער דעטאלן מיטטיילן מיט אונז, און דאס מאל, ברבים.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 12:50 pm
דורך מיללער
איך דער קליינער פון סקרענטאן סאגעסטיר אז די דעטאלן זאל אריין אינעם קאסאניער אשכול:
viewtopic.php?f=31&t=5907
א שנעלע זוכעניש צייגט נישט אז מ'זאל דארט האבן דערמאנט די משפחה

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:07 pm
דורך 11211

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:32 pm
דורך נחמן נתן
הרב 11211 איך זעה נאך נישט צו וואו אהין איר צייכענט אן. יתר דיוק ביטע.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:45 pm
דורך שנאפס
11211 האט געשריבן:ר' יודעלע?

ר' יודעלע הו?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:48 pm
דורך 11211
הרב מיללער האט געשריבן אז ער זעהט נישט אז עס זאל ווערן דערמאנט.....

מיללער האט געשריבן:איך דער קליינער פון סקרענטאן סאגעסטיר אז די דעטאלן זאל אריין אינעם קאסאניער אשכול:
viewtopic.php?f=31&t=5907
א שנעלע זוכעניש צייגט נישט אז מ'זאל דארט האבן דערמאנט די משפחה
הודעה דורך מיילעך » פרייטאג מאי 08, 2009 8:41 am

ר' משה שמואל ראטנבערג מקליינווארדיין-לאס אנזשעלעס ט"ז אייר תש"ו
נולד בשנת תרל"ב לאביו הרה"ק ר' יהוסף מקאסאני בעל בני שלשים.
ולאמו בת הרה"ק ר' משולם פייש מטאהש.
נשא את בת הנגיד ר' בן ציון פיש מבארשא.
גר בקליינווארדיין.
בשנת תרצ"ה היגר לארה"ב והתיישב בניו יארק.
בשנת תרצ"ו נחלה והרופאים קבעו שמזג האויר בניו יארק לא טוב עבורו, ונאלץ לעבור ללאס אנדזשעלעס.
נסתלק ט"ז אייר בלאס אנזשעלעס ושם מנו"כ. זצ"ל.
בניו: ר' שלמה אליעזר אב"ד סעמיהאלי (ממלא מקום חותנו המהרש"ג)- ר' פנחס שלום (חתן ר' נפתלי עהרליך מדעלאטין)- ר' אפרים אשר (חתן בזיוו"ר דודו ר' שמואל שעהנפעלד חתן הבני שלשים, ובזיוו"ש חתן ר' יצחק טברסקי מבעלץ)- ר' יהודה דוב ( חתן דודו ר' חיים שלמה מקאסאני בעל שמועה טובה).
חתנו: ר' יחיאל בן אחיו ר' חיים שלמה.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:49 pm
דורך יוראפ
שנאפס האט געשריבן:
11211 האט געשריבן:ר' יודעלע?

ר' יודעלע הו?

דזשיקובער זי"ע

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:02 pm
דורך farshlufen
שנאפס האט געשריבן:
11211 האט געשריבן:ר' יודעלע?

ר' יודעלע הו?

וויי פאר אזא פראגע.