בלאט 350 פון 426

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 8:51 am
דורך מיללער
געכאפט דורך די רמזים טאקע

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 1:26 pm
דורך מיללער
דריי אונגארישע רבנים, ווער דערקענט?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 1:42 pm
דורך נחמן נתן
אין צענטער איז ר' זוסמאן סופר ראב"ד בודאפעסט?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 1:43 pm
דורך מיללער
נחמן נתן האט געשריבן:אין צענטער איז ר' זוסמאן סופר ראב"ד בודאפעסט?



ניין, אייגענטליך די איינציגסטע זאך וואס איז אמת איז די משפחה נאמען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 1:49 pm
דורך הנאמן בפקדונו
ווער איז? אין ווי איז?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 1:55 pm
דורך מיללער
הנאמן בפקדונו האט געשריבן:ווער איז? אין ווי איז?

מנהג המקום שלא לפרסם תמונה נוספת בטרם שהתמונה הקודמת פוענח.

אבל לכבודו הרם אשאל, אולי תוסיף רמזים על הדמיות? נראה כתמונה מבחירות באר"י

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 1:57 pm
דורך נחמן נתן
הרב הנאמן; איר זענט א נייער דא, און מיר באגריסן אייך העפליך.

איר ברויכט אבער וויסן די חוקים ומשפטים דא, וואס איינע פון די שפיץ פון זיי זענען, אז מ'שטעלט נישט ארויף דא קיין שום בילד, איידער דער פריערדיגע איז איידענטיפיצירט געווארן.

-

מיללער האקט, דערפאר וועל איך נוצן דעם תגובה דיר צו באגריסן און וואונטשן, יהא בואך לברכה.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 2:04 pm
דורך הנאמן בפקדונו
ברכותיכם אקבל ועמהם גם ההערה בשמחה רבה.
ווי איז - איך ווייס אויך נישט.
ווער איז - עהר איז גיווען א גרויסע ת"ח פאר די קרוג, ושימש ברבנות רק בארץ ישראל אחר שניצל ממות לחיים.
רמז, עהר איז גיווען א חסידשער רוב, אין א דיין ברבנות.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 2:08 pm
דורך יוסף שרייבער
מיללער האט געשריבן:דריי אונגארישע רבנים, ווער דערקענט?

נישט ער?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 2:26 pm
דורך מיללער
יוסף שרייבער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דריי אונגארישע רבנים, ווער דערקענט?

נישט ער?


יא, אין צענטער איז ר' שלמה סופר אב"ד בערעגסאז בן הכתב סופר, און ווער זענען די צוויי אנדערע? רמז; דער פון רעכטס איז זיינס א פלימעניק, פון לינקס ווייס איך נישט צופיל פרטים איבער אים ממילא וועל איך זאגן זיין נאמען ר' משה דייטש אב"ד סאבאדקא

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 2:42 pm
דורך יוסף שרייבער
אויך א נעפיו, בן ר' אליעזר חיים דייטש אב"ד באניהאד וחתן ר' שמעון סופר אב"ד ערלוי בן הכת"ס.
גראדע אינטרעסאנט אז ביידע יונגע רבנים זעהן אויס ענדליך.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 3:00 pm
דורך מיללער
אהא שיין פיין, דאן וועל איך דיר אויסזאגן אז דער פון רעכטס איז ר' עקיבא סופר אב"ד פרעדבורג בעל דעת סופר בן השבט סופר מ"מ אביו הכת"ס.

-

יעצט ברויך מען דעשיפרירען הרב הנאמנ'ס בילד

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 5:18 pm
דורך הנאמן בפקדונו
די רמזים וואס איך האב געשריבען איז נישט גענוג?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 8:17 pm
דורך והוא פלאי
איז איינער פון זיינע נעמען יהושע

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 4:24 am
דורך הנאמן בפקדונו
יא.

אובער פאר וואס ווילסט נישט שרייבען זיין נאמען?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 5:15 am
דורך ביקסאד
רבי יהושע מענדל עהרנבערג [יהושע מנחם ארנברג] במ"ס שו"ת דבר יהושע.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 5:27 am
דורך הנאמן בפקדונו
רעכטיג.
עהא איז גיווען א בעלזער חסיד.
אין בעלזא איז דא א סאך מעשיות פין עהם.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 5:37 am
דורך msp
ליגט מיר אין זכרון אז ער האט געשריבען א פירוש אויף דעם רוקח נאר עס איז פארלוירען געגאנגען אין די קריג

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 6:33 am
דורך הנאמן בפקדונו
רעכטיג.
נאכען קריג מ'הט גיטראפען נאר דעם שער פין די ספר.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:32 pm
דורך SPUSMN
מען האט אים גערופען דער "יפו ראש בית דין", ער איז געווען ראש בית דין פון איינע פון די בתי דינים און יפו, אבער געוואוינט האט ער און תל אביב ווי דער בעלזער רב זי"ע האט געוואוינט. ער פלעגט שיקען צו אים אלע זיינע שאלות.

ער איז געווען א פעטער פאר רבי אלימלך אלעזר עהרנבערג.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 3:58 pm
דורך מיללער
אשכול באוצה"ח עם הרבה חומר על הרב אהרנברג מתל אביב:
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=19&t=6928

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 3:03 pm
דורך יוראפ
ווער איז דער גדול? (די בילד איז פון פארן קריג)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 10:43 pm
דורך תרנגול
רמז?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 8:59 am
דורך יוראפ
ווען איך ווייס מער וואלט איך שוין נישט באהאלטן.
נו אפשר א דריטער ווייסט?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 9:39 am
דורך מיללער
דער בילד ליגט מיר אין קאפ אלס א טייל פון א בילד מיט ר' ברך בער פון קאמעניץ, איך קען זיך נישט דערמאנען, אפשר ר' ירוחם גורעליק?