בלאט 349 פון 426

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 06, 2012 4:13 pm
דורך הסרפד
(איך, עכ"פ, ווייס נישט. אלץ וואס איך וויס אויף ר' יחיאל קעסטענבוים, בין איך געוואר געווארן אין די לעצטע צעהן מינוט.)

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 06, 2012 6:24 pm
דורך מיללער
אין קורצען;

הרב קעסטענבערג איז געוווען דער זון פונעם ראדומער דיין ר' חיים מנחם מענדל, זיינע פירונגען וואס האבן געשיינט צו זיין מאדערן, האבן גורם געווען אז א גרויס חלק פון די שטאט זאלן נישט מסכים זיין אז ער זאל ווערן רב, עס איז געווארן א גרויסע מחלוקה וואס האט אריינגענומען גדולי רבני ואדמור"י פוילן פון זיינער צייט.

עס האט געברענט עד לב השמים, מיט פאשקעווילען, פאליציי וכו' וכו' פאר מער ברויך מען נאכקוקען אינעם ראדומער יזכור בוך (אדער אינעם ניי געשעפאנעם אשכול אין זכור ימות עולם) נאט אייך איין לינק:
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 6044_3.pdf

עס איז ארויסגעקומען א גאנצער חיבור איבער זיין רבנות, קדם האט עס געהאט אויף איינע פון איער ליציטאציעס (פון דארט קומט פארשלאפנ'ס בילד) ואידך פירושא זיל וגוגל

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 07, 2012 1:45 pm
דורך וויצע ראש הקהל
איך דערקען נאר איינער פון זיי.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 07, 2012 1:51 pm
דורך farshlufen
דאכציך אז דער מיטעלסטער נידעריגער איז שלמה זלמן חיים האלברשטאם.

דאס זענען אפיציעלע רבנים אדער רעכטע רבנים?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 07, 2012 2:01 pm
דורך מיללער
דער בילד איז פונעם קאטאוויצער קאנגרעס:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7% ... 7%99%D7%A5

]

די איינציגע צוויי רבנים זענען ר' דוד פר"מ פון קארלין (פערטער רעכטס זיצענדיג - נישט ררשחז"ה) און ר' שמואל מוהליבער (פערטער פון לינקס זיצענדיג) די איבריגע זענען משכילים און ציונים וועלכע האבן אפגעפירט טויזנטער אידען לשמד הציוני, יזכרו לחרפון ולדראון עולם)

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 07, 2012 3:55 pm
דורך על דא ועל הא
עס איז דא דארט א דריטער, אפשר נישט קיין רב אבער א ת"ח איז ער געווען, ה"ה ד"ר יחיאל מיכל ראבינאוויץ פון פאריז. ראבינאוויץ פארציילט אין זיין ספר מבוא שערים אן אינטערעסאנטע זאך. ער איז געווען א חבר מיט דעם בארימטען חוקר לואי פאסטור. ראבינאוויץ האט איבערגעזעצט דעם תלמוד בבלי (אדער א חלק דערפון) צו פראנצוזיש, און האט געגעבן סדר מועד אלץ מתנה צו פאסטור. פאסטור האט געטראפן די גמרא אין יומא פד, ב אז "מי שנשכו כלב שוטה מאכילין אותו מחצר כבד שלה". פאסטור האט באשלאסן אז כלב שוטה איז "רעיביס" (משוגענע קו קראנקהייט) אין אז די עצה פון געבן פונעם הונטס לעבער איז וויבאלד די לעבער פארמאגט די באצילן וואס קענען זיך שלאגן מיט די מחלה. פון דעם געדאנק האט פאסטור אויסגעארבייט און ערפינדען דעם וואקסין פאר רעיביס.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 07, 2012 4:00 pm
דורך farshlufen
רעיביס, איז משוגע'נע קוה?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 07, 2012 4:05 pm
דורך והוא פלאי
farshlufen האט געשריבן:רעיביס, איז משוגע'נע קוה?

ניין, רעיביס, איז א מחלה פאר זיך

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 07, 2012 4:07 pm
דורך והוא פלאי
מיללער האט געשריבן:דער בילד איז פונעם קאטאוויצער קאנגרעס:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7% ... 7%99%D7%A5

]

די איינציגע צוויי רבנים זענען ר' דוד פר"מ פון קארלין (פערטער רעכטס זיצענדיג - נישט ררשחז"ה) און ר' שמואל מוהליבער (פערטער פון לינקס זיצענדיג) די איבריגע זענען משכילים און ציונים וועלכע האבן אפגעפירט טויזנטער אידען לשמד הציוני, יזכרו לחרפון ולדראון עולם)

שמואל מוהליבער האט אויך נישט יעדער געגעבען א ר' (ידוע דעם שמועס פון בריסקער רב מיט סאטמער רב)

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 07, 2012 4:10 pm
דורך על דא ועל הא
והוא פלאי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:רעיביס, איז משוגע'נע קוה?

ניין, רעיביס, איז א מחלה פאר זיך

קען זיין איך מאך א טעות, אבער די צייטונגען רופן אלץ רעיביס "משוגענע קו". וויאזוי הייסט משוגענע קו אין ענגליש?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 07, 2012 5:24 pm
דורך SPUSMN
mad cow desease

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 07, 2012 11:47 pm
דורך על דא ועל הא
יא, דער עולם איז גערעכט. די צוויי האבן טאקע נישט קיין שייכות. פאסטור האט ערפינדען דעם וואקסין פאר רעיביס.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 09, 2012 4:37 am
דורך msp
רעיביס איז משוגענע הונט

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 1:18 pm
דורך שנאפס
והוא פלאי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער בילד איז פונעם קאטאוויצער קאנגרעס:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7% ... 7%99%D7%A5

]

די איינציגע צוויי רבנים זענען ר' דוד פר"מ פון קארלין (פערטער רעכטס זיצענדיג - נישט ררשחז"ה) און ר' שמואל מוהליבער (פערטער פון לינקס זיצענדיג) די איבריגע זענען משכילים און ציונים וועלכע האבן אפגעפירט טויזנטער אידען לשמד הציוני, יזכרו לחרפון ולדראון עולם)

שמואל מוהליבער האט אויך נישט יעדער געגעבען א ר' (ידוע דעם שמועס פון בריסקער רב מיט סאטמער רב)


וואס איז געווען די שמועס?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 1:24 pm
דורך והוא פלאי
ביי די בריסקער פארציילט מען, אז ווען דער סאטמער רב האט גערעט מיטן בריסקער רב האט ער בתוך הדברים דערמאנט שמואל מוהליבער, און דער בריסקער רב האט אים פארראכטן ר' שמואל מוהליבער, וכן הי' איזה פעמים, ולא משום שאחז ממנו, רק כך הי' סדר דיבורם של הבריסקער, שרב כינו אם כינויו

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 1:34 pm
דורך יוסף שרייבער
בריסקער רב'ס זיידע דער בית הלוי האט געהאט נאנטע קשרים מיט ר' שמואל מוהליבער. פאר ווער עס קען די א"ב פון די בריסקער דביקות אין 'מסורה' דארף מען שוין גארנישט צולייגען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 7:48 am
דורך msp
ר' חיים בריסקער האט געהאלטען אז פאר כבוד הרבנים ולהעמיד כח הרבנות על תילה האט ער געמוזט האלטען ידיער רב בכבוד יהיה מי שיהיה
ער איז אמאהל אויך געגאנגען צו א לויה פון אזא מין רב

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 10:55 am
דורך SPUSMN
רבי אליעזר סילווער פלעגט אנרופען אן אמעריקאנער רב וואס האט נישט געטויגט "גוי גדול עצום ורב".

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2012 11:20 am
דורך msp
צאנזער רב זי"ע האט זיך אמאהל אויסגעדריקט אויף די רבי'ס בדורו
ותרבי - ביזט געווארען א רבי
ותגדלי - ביזט געווארען א גדול
שדיים נכונו - זאגסט תורה
ושערך צמח - האסט א פעלצעל מיט בארד און פאות
אבער דער אמת איז
ואת ערום ועריה....

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 9:41 am
דורך farshlufen
מי הוא זה?

רב [?] ר"מ בעירו קודם חורבן אייראפע, מגזע [?]

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 7:16 am
דורך msp
הרב לאו?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 7:19 am
דורך farshlufen
ניין.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 8:47 am
דורך מיללער
ראי"א וויינבערגער מטורקא?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 8:48 am
דורך msp
איך מיין אז איר זענט גערעכט
ווי האב איך אבער געזעהן דאס בילד?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 8:49 am
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:ראי"א וויינבערגער מטורקא?

יא, איך האב דאך געשריבן צוויי רמזים..