תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
דאנערשטאג מרץ 01, 2012 5:49 pm
farshlufen האט געשריבן:כוונתך לר' יצחק זאב פירער - גאלדמאן (בן הרב מקראס) אב"ד מעדזילאבארץ medzilaborce?
הי' חתן ר' אליעזר ליבער מונד אב"ד מוקלייוב.
חתנו ב"א ר' בנציון פיהרער.
ברכות מזלא טבא לרגל אירוסיו:
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... 63&sQuery=%u05d0%u05dc%u05d9%u05e2%u05d6%u05e8%20%u05dc%u05d9%u05d1%u05e8%20%u05de%u05d5%u05e0%u05d3&rEntityType=&sSearchInAll=%74%72%75%65&ViewMode=HTML
Advertisement
פרייטאג מרץ 02, 2012 4:13 am
איז ער געווען אין פאריז?
דער בילד דערמאנט מיר עפעס א רב אין פאריז וואס האט געדרוקט עולת החודש עפעס אזוי
פרייטאג מרץ 02, 2012 6:07 am
רב מ.ש. איר האט רעכט, וסימנך, א משפחה מיטן פריערדיגן בילד.
פרייטאג מרץ 02, 2012 12:46 pm
אגב, דא האט איר שטיקליך תורה פון ר' יצחק זאב גאלדמאן הנ"ל:
סי' פ"א (בעניני משלוח מנות ומראית עין בפסח).
פרייטאג מרץ 02, 2012 12:54 pm
אויב איז דער יאשליסקער רב הנ״ל געווען אן איידעם ביי ר׳ אליעזר ליבער מונד איז ער א פעטער פאר הג״ר ר׳ פייוויש שנעעבאלג זצ״ל בעל שרגא המאיר פון לאנדאן, האב איך רעכט?
פרייטאג מרץ 02, 2012 12:57 pm
איר זענט גערעכט.
פרייטאג מרץ 02, 2012 12:57 pm
יא אודאי, והתמונה הנ"ל הוא מחמיו ר' משה מונד ז"ל.
פרייטאג מרץ 02, 2012 1:03 pm
דא האב איך א בילד - גאנץ א שוואכער - פון דער שווער און דער איידם (ר' משה מונד ור' פייביש שנעעבאלג) צוזאמן (ווען ר' פייבוש איז געווען א חתן).
- עטעטשמענטס
-

- 001.png (62.2 KiB) געזעהן געווארן 229 מאל
פרייטאג מרץ 02, 2012 1:13 pm
איך האב יעצט געטראפן א בעסערס - ר' משה מונד מיט ר' פייבוש שנעעבאלג ביי ר' פייבוש'ס חתונה.
ווער איז דער אין מיטן? א לאנדאנער רב, אפשר?
- עטעטשמענטס
-

- 002.jpg (60.17 KiB) געזעהן געווארן 225 מאל
זונטאג מרץ 04, 2012 12:09 pm
הרב קאפפעלמאן?
זונטאג מרץ 04, 2012 1:50 pm
פרעגט איר מיר? איך ווייס נישט, איך האב עס נישט געפרעגט אלץ איין אפיציעלע "ווער ווייסט" שאלה, והה"י.
זונטאג מרץ 04, 2012 5:07 pm
איז דער בילד אויטענטיש ?
עפעס קוקט עס נישט אויס מסודר......
קוקט אויס ווי הרב קאפעלמאן ז''ל
זונטאג מרץ 04, 2012 5:28 pm
איז דער בילד אויטענטיש ?
עפעס קוקט עס נישט אויס מסודר......
געטראכט דאס זעלביגע
זונטאג מרץ 04, 2012 7:34 pm
דער בילד איז אויטענטיש; דער פריערדיגער אייגנטימער האט נאר אויסגעמעקט א ווינקל פון'ם בילד.
דינסטאג מרץ 06, 2012 2:44 pm
מי זה? רב בפוילן על רבנותו האט געזידט ווי א קעסל.
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג מרץ 06, 2012 3:48 pm
איך וועל ענטפערן די חידה מיט אן אנדערן בילד פונעם זעלבן רב שנספה בשואה הי"ד, און לאזן די אנדערע פרובירען מפענח זיין די חידה דורכ'ן זעהן ביידע בילדער בענזעם.
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג מרץ 06, 2012 3:49 pm
איז ער געווען א קאנדידאט צו ווערן רב אין ירושלים?
דינסטאג מרץ 06, 2012 3:51 pm
נחמן נתן האט געשריבן:איז ער געווען א קאנדידאט צו ווערן רב אין ירושלים?
נישט וואס איך ווייס (אפשר פארשלאפן ווייסט מער)
ער איז געווארן רב אין א שטאט אין פוילן ווי עס האבן משמש געווען עטליכע רבנים מפורסמים, זיין פאטער איז געווען דיין אין יענע שטאט, און ער איז געווען א נצר פון א גרויסער פוילישער גאון דפקיע שמיה עד היום הזה מיט'ן נאמען 'דער ......ער גאון'.
דינסטאג מרץ 06, 2012 3:54 pm
נכד ר' אביש'ל פראנקפורטער?
דינסטאג מרץ 06, 2012 3:55 pm
הסרפד האט געשריבן:נכד ר' אביש'ל פראנקפורטער?
דאכציך אז נישט, עכ"פ נישט פון אים האב איך גערעדט (פראנקפורט איז דייטשלאנד, איך רעדט פון פוילן)
דינסטאג מרץ 06, 2012 3:57 pm
לא באתי לחלוק אלא להוסיף... זייט מעיין אין זיין יחוס
דינסטאג מרץ 06, 2012 3:58 pm
הסרפד האט געשריבן:לא באתי לחלוק אלא להוסיף... זייט מעיין אין זיין יחוס
איר האט רעכט, אדרבא, ענטפערט דעם חידה און שטעלט צו זיין יחוס
דינסטאג מרץ 06, 2012 4:03 pm
נו נו, ברשות...
דער בילד איז פון ר' יחיאל הלוי (ב"ר חיים מנחם מענדל) קעסטענבערג אב"ד ראדום.
איין אייניקל פון דער פלאצקער גאון, ר' אביש'ל פראנקפורטער, דער מעשה רוקח און דער מגלה עמוקות ועוד,
כמבואר כאן.
דינסטאג מרץ 06, 2012 4:06 pm
הרב הסרפד, איר זענט גוט...
וואס האט זיך געטוהן ארום זיין רבנות? אין וועלכער תחום?
דינסטאג מרץ 06, 2012 4:13 pm
ישר כח רב מיללער והרב הסרפד על ההוספות הנכבדות.