תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
שבת פבואר 18, 2012 11:21 pm
רב באחת העיירות המפורסמות בהונגרי', עילוי וחריף, לא זכינו עדיין לחיבוריו המונחים בכת"י.
- עטעטשמענטס
-

Advertisement
זונטאג פבואר 19, 2012 1:11 pm
אננעמער האט געשריבן:בנוגע די בילד אויף 313 אדער 314
דער ערשטע לינקס פון אויבן איז לכאורה דער זוטשקער נישט ר' איתמר'ל
גערעכט! דאס איז זיכער דער זוטשקער רבי ז"ל
מאנטאג פבואר 20, 2012 10:40 am
שוטה האט געשריבן:רב באחת העיירות המפורסמות בהונגרי', עילוי וחריף, לא זכינו עדיין לחיבוריו המונחים בכת"י.
שיינע צורה, אפשר גיט איר נאך א רמז
מאנטאג פבואר 20, 2012 10:47 am
ער איז געווען א איידעם אצל אחד מגדולי תלמידי החת"ס.
דינסטאג פבואר 21, 2012 1:08 am
שוטה האט געשריבן:רב באחת העיירות המפורסמות בהונגרי', עילוי וחריף, לא זכינו עדיין לחיבוריו המונחים בכת"י.
הגאון ר' שמואל לוי וויינבערגער זצ"ל אבד"ק סערדאהעלי, חתן הגה"ק ר"ה מקאלעמייא.
דינסטאג פבואר 21, 2012 1:57 am
שוטה האט געשריבן:שוטה האט געשריבן:רב באחת העיירות המפורסמות בהונגרי', עילוי וחריף, לא זכינו עדיין לחיבוריו המונחים בכת"י.
הגאון ר' שמואל לוי וויינבערגער זצ"ל אבד"ק סערדאהעלי, חתן הגה"ק ר"ה מקאלעמייא.
יישר כח פארן בילד זייער שיין.
שמעתי שהכתבים הם אצל נכדו האב"ד סערדעהעלי.
[איך ווייס נישט אויב דאס איז שוין געווען, א שנעלע זוך זאגט מיר אז נישט]
ווער איז דער רב ? געווען א רב אין שיקאגא נאמען פון זיין רבנות איז געווען א אונגארישע שטאט
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג פבואר 21, 2012 2:29 am
ווילוויסן האט געשריבן: [איך ווייס נישט אויב דאס איז שוין געווען, א שנעלע זוך זאגט מיר אז נישט]
ווער איז דער רב ? געווען א רב אין שיקאגא נאמען פון זיין רבנות איז געווען א אונגארישע שטאט
בעסערמינער רב הג"ר יצחק אייזיק ליעבערמאן
דינסטאג פבואר 21, 2012 2:34 am
יאפס
זונטאג פבואר 26, 2012 2:12 pm
מי הרב שאוחז הספר תורה????
- עטעטשמענטס
-

זונטאג פבואר 26, 2012 3:49 pm
הגה"צ משארמאש זצ"ל. וואו איז דאס בילד?
מאנטאג פבואר 27, 2012 9:05 am
מסתמא אין א דיפי לאגער
מאנטאג פבואר 27, 2012 9:16 am
ר' בצלאל, א דאנק פאר דעם בילד, דאס איז הרב ר' נפתלי הערצקא העניג זצ"ל משארמאש, מגדולי הפוסקים בוויליאמסבורג, חיבר ספרי תפארת נפתלי שו"ת וחידושים, דאכציך אז מיר פארמאגן נאך קיין אשכול איבער דעם חשוב'ן רב.
דער בילד איז מן הסתם אין פאקינג אדער אומגעגנט.
מאנטאג פבואר 27, 2012 1:33 pm
מיר האבן שוין דא-דארט געהאט איטליכע בילדער פון דעם גדול וצדיק אין יענע תקופה פון נאכן קריג.
מאנטאג פבואר 27, 2012 7:29 pm
מי האיש?
רמז א': א רב הי"ד, א זוהן פון א באקאנטען גאליציאנער גדול הי"ד.
("והייתם נקיים": דער בילד איז נישט מיינס, נאר, ווי איך וועל אי"ה מסביר זיין, מיין איך אז דער בעה"ב פון דעם בילד איז מסכים אז איך זאל עס דא ארויף לייגן.)
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג פבואר 28, 2012 2:37 pm
רמז ב': איינער פון די גרויסער רבי'ס פון'ם פריערגידן דור האט זיך געהאלטן פאר זיינס א תלמיד מובהק.
מיטוואך פבואר 29, 2012 3:39 am
נו..קיינער ווייסט נישט, ס'איז דאך עפעס א געוואלדיגע בילד!!!
מיטוואך פבואר 29, 2012 6:06 am
איז דאס הרב שמעלקיש?
מיטוואך פבואר 29, 2012 9:14 am
ניין, ר' msp.
רמז ג': ווען ער איז געוועהן א רב אין גאליציא, האט ער געהאט איין משפחה נאמען, און ווען ער איז געווארן א רב אין סלאוואקיי, האט ער געהאט איין אנדערן משפחה נאמען.
דאנערשטאג מרץ 01, 2012 8:45 am
רמז ד' [השלמה לרמז ב']: הרה"צ ר' יענקעלי פשעווירסקער פון אנטווערפן זצ"ל האט זיך געהאלטן פאר זיינס א תלמיד מובהק.
דאנערשטאג מרץ 01, 2012 9:10 am
כוונתך לר' יצחק זאב פירער - גאלדמאן (בן הרב מקראס) אב"ד מעדזילאבארץ medzilaborce?
הי' חתן ר' אליעזר ליבער מונד אב"ד מוקלייוב.
חתנו ב"א ר' בנציון פיהרער.
דאנערשטאג מרץ 01, 2012 2:32 pm
farshlufen האט געשריבן:כוונתך לר' יצחק זאב פירער - גאלדמאן (בן הרב מקראס) אב"ד מעדזילאבארץ medzilaborce?
הי' חתן ר' אליעזר ליבער מונד אב"ד מוקלייוב.
חתנו ב"א ר' בנציון פיהרער.
יא!
הרב ר' יצחק זאב פיהרער - גאלדמאן זצ"ל הי"ד, בן הגאון הגדול ר' שמואל פיהרער זצ"ל הי"ד אב"ד קראס, וחתן הרב ר' אליעזר ליבר מונד זצ"ל הי"ד אב"ד מיקאלאיוב רבתי.
ער איז געוועהן א רב אין א ראש ישיבה אין יאשליסק אין גאליציע, שפעטער אין מעדזילאבארצע (אדער מעזילאבריץ, אדער נאך איינער פון צעהנדליגע אופנים) אין סלאוואקיי. (איך האב געהערט בשם יוצאי מעזילאבריץ אז ווען ער איז דארט געווארן רב האט ער געמוסט נוצן זיין מוטער'ס משפחה נאמען צוליב געזעצליכע סיבות.)
דער באקאנסטע פון זיינע תלמידים איז געוועהן הרה"ק ר' יענקעלע פשעווארסקיר פון אנטווערפן זצ"ל, כאמור, וואס פלעגט איהם דערמאנען אלץ "דער יאשליסקער רב".
ער, מיט זיין משפחה, און א גרויסער טייל פון די מעזילאבירצער יידען, זענען געפיהרט געווארן דארך די דייטשען ימ"ש צו דער פילעוו (הסמוך ללובלין) לאגער ושם נעקד"ה הי"ד.
עס איז פארבליבן איין איידעם מיט א טאכטער, עליהם השלום, ה"ה בן אחיו הה"ג ר' בנציון פיהרער ז"ל, דומ"ץ רימאנוב (פאר'ן קריג) ורב דמושב ניר גלים (נאכ'ן קריג) ומח"ס
חמדת ציון ועוד, וזוגתו.
(דער בילד האב איך פון איינער וואס האט עס געקריגן פון א גוי איין אמת'ער אוהב ישראל וואס האט פיל כוחות אריינגעלייגט אויף צוהאלטן דער זכר פון דער יידישע געמיינדע פון סלאוואקיי בכלל און מעזילאבירץ בפרט.)
דאנערשטאג מרץ 01, 2012 2:37 pm
יישר כחכם, מיר האבן שוין אסאך מאל געהערט ר' יענקעלע ז"ל דערמאנען דעם יאשליסקער רב, ולא ידעתי במי המדובר.
דאנערשטאג מרץ 01, 2012 4:42 pm
מי הוא זה?
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג מרץ 01, 2012 4:57 pm
שיין בילד
ברויך איך דאס צו כאפן אזוי פראסט אן א רמז?
דאנערשטאג מרץ 01, 2012 5:09 pm
פון א שיינע רבנישע משפחה, געוואוינט און פארשידענע אייראפעאישע מדינות.