Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שבת ינואר 28, 2012 10:24 pm

תרנגול האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:מי האיש?

טאמער האט איהר געשריבן א רמז צו אייער בילד כמנהגינו פה, איז דער איינציגסטער וואס איך קען טראכטן אז ס'איז דער ...החפץ חיים. ואידך פירושי זיל גמור.

אנטשולדיגט...
ער איז געווען פון א שיינע רבי'שע גזע. נפטר געווארן אין די ערשטע יארן נאכן קריג.
אן אינטרעסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפיהלט אין צוזאמענהאנג מיט זיין פטירה. נו ווער?


כמדומה לי הרב הגאון אברך יקר ומושלם רבי רפאל הורוויץ ז"ל בן אדמו"ר מוהרח"ש מסטריזוב
נהרג בערעפלאן קרעש כסליו תש"ו, ניצל בנו יחידו רבי יעקב הערש הורוויץ שליט"א מתגורר בבארא פארק
ואומרים הלצה עליו שהוא האדמו"ר מסטריזוב מן השמים

הוא היה אברך מושלם מאוד, ונגדע פתאום לצער רבים, ואמרו עליו שלגדולת נוצר אם היה מאריך ימים,
יודע אני ממישהו שרוצה לעשות ספר תורות ותולדות מימי חייו הקצרים

Advertisement

זונטאג ינואר 29, 2012 12:43 pm

יעפס צוגעטראפן!

דינסטאג ינואר 31, 2012 11:47 pm

בנו של אחד מגדולי הונגרי', עלה לארה"ק.
עטעטשמענטס
IMAG0188.jpg

מיטוואך פבואר 01, 2012 3:55 am

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:לפי בקשת מילער:

מער ווייניגער האך איך עס געליינט אינעם יזכור בוך...

ס'האט זיך אנגעהויבן ווען ווען דער שם שלמה איז געווען רב אין סטריזוב ווי ס'זענען געווען צאנזער און סאדיגערער חסידים און ר' שלמה'לע האט דאך באקומען דעם שארפן בריוו פונעם דברי חיים בנוגע די מחלוקה, דאס איז געווען איין זאך אויף וואס ער האט געהאט רדיפות.

מיט אפאר יאר שפעטער האט מען אויפגענומען א חזן בניגוד לרצונו און ער האט מחליט געווען אז אויב ער וועט האבן א געלעגנהייט, ד"ה א רבנות, פארלאזט ער סטריזוב. (כידוע איז ער שוין געווען אין טארניגראד פאר זיבן וואכן, נאר די מאמע האט אים געהייסן גיין צוריק אויף סטריזוב.) ווען מ'האט אים אנגעטראגן ס'רבנות אין מונקאטש איז ער טאקע אוועק פון סטריזוב בחשאי מורא האבענדיג אז מ'וועט אים נישט אוועקלאזן, וואס איז שפעטער טאקע געווען אז מ'האט אים שטארק צוריקגעבעטן.

האט מען אויפגענומען א נייעם רב, ר' אלתר זאב הוראוויץ ז"ל הנ"ל.

נאך א שטיק צייט איז הרה"ק ר' משה לייב בן רבי שלמה געקומען וואוינען קיין סטריזוב, לכתחלה לשם וואוינען, נישט לשם רבנות. אבער דער מ'האט געזוכט א שטיקעל פיוס פארן אלטן רב וואס מ'האט אזוי מבזה געווען (שטיינער האט מען געווארפן...) האט מען געמוטשעט ר' משה לייב אז ער זאל ווערן רב.

איז געווארן א גאנצע דין תורה בזבל"א אבער דער פס"ד איז נישט געווען שוה לכל און דער דריטער דיין איז נישט געווען צופרידן און ארויסגעקומען מיט אן אייגענעם פס"ד.

צווישן ר' משה לייב און ר' אלתר זאב, די גרעסטע גאונים וצדיקים האבן גענומען א שטעלונג. שינאווער רב, מהרש"ם, והבית יצחק תמכו בר' אלתר זאב; כמה רבני הונגריה ואחריהם הרב הצעיר ר' חיים אלעזר שפירא, שהיה כבר אז גאון עצום, ב"א מרן הדרכי תשובה, עמדו לצידו של ר' משה לייב. (דער מנח"א איז געגאנגען זייער שארף מיט זיינע לשונות וועגן המהרש"ם, ואכמ"ל.)

דער מחלוקה איז אריבער בירושה לבניהם אחריהם, ליידער האט זיך די מחלוקה געענדיגט מיט אסאך פון די בעלים אירע ביים לעצטן קריג.
איך האב נעכטן גערעדט טעלעפאניש מיט א גרויסען ידען און בקי בתולדות החסידות, האט ער מיר אנגעוויזען אז טייל פרטים דא זענען נישט וואר און ווארפט א אומגונסטיגע בליק אויף די צדדים וועל איך שרייבען בקיצור דברים כהוויתן לויט מיין מקור.

ווען דער שם שלמה איז געגאנגין קיין מונקאטש האט מען מתחילה אויפגענומען בנו רמי"ל אין סטריזוב על מקומו, ער האט געוואונט אין סאסוב פון וואנעט ער האט זיך נישט אוועקגעאיילט קיין סטריזוב, נאך א יאר וואס ער האט זיך געזוימט האבן די ראה"ק מחליט געווען אז עס איז נישט קיין תכלית און זיי האבן אויפגענומען ר' אלתר'ל הנ"ל.

דא האט זיך אנגעהויבען א די"ת צו דאס וואס רמי"ל איז נישט געקומען הייסט אז ער האט אויפגעגעבן זיין חזקה, און ער האט פארלוירען די די"ת, ער איז אריבער וואונען קיין סטריזוב אבער קלאר אנגענומען דעם פסק אז ער איז נישט דער רב וקיבל מרותו של ר' אלתר'ל פארשטייט זיך מיט קאלטע באציאונגען אבער ווייט נישט קיין מחלוקה ווי מיר מיינען.

א מערקווידיגער עפיזאד איז פארגעקומען בימי מלה"ע הא' ווען די עסטרייכישע רעגירונג האט צוגעשטעלט שוץ פאר די רבנים און להבדיל די שמייליגע וועלכע זענען געווען א ציהל פון די רוסען, און ספעציעלע באן בילעטן זענען פאר זיי פארטיילט געווארן ולמשפחתם צו פליכטען קיין וויען הבירה.

כמובן האט ר' אלתר'ל געקריגען דעם פאס און נישט ר' משה לייב, ר' משה לייב האט דאך אבער געוואוסט אז די רוסען וועלן נישט מבחין זיין צווישען אפיציעל און אומאפיציעל איז ער אויך געגאנגען צום באן בתקוה אז דער אייבירשטער וועט זיך שוין מרחם זיין, ווען דער באן איז אנגעקומען האט מען פארשטייט זיך נישט ארויפגעלאזט רמי"ל, האט זיך ר' אלתר'ל למרבית הפלא אפגעשטעלט זאגנדיג 'אדער ביידע, אדער קיינער' נישט וועלנדיג לאזן ר' משה לייב אינעם סכנה.

עס איז געווארן א טומל, ווייל דער באן-אויפזעהר האט געהאט אן הערצה צו ר' אלתר און האט געוואלט אז ער זאל געראטעוועט ווערן האט ער בע"כ טעליגראפירירט קיין וויען און געשתלדט פאר ר' משה לייבען וועלכע האט דערנאך באקומען ערלויבעניש והיתה הרווחה, מיד עמד רמי"ל ונשק לר' אלתר'ל על מצחו ואמר "נאר מיט אזעלכע אידען מעג מען זיך קריגען" ע"כ מהמספר

למעשה שפעטער ביים זוהן ר' נחמי' מסטריזוב און די קינדער פון ר' אלתר, דארט איז שוין די מחלוקה יא געווען אויף אביסל א ברייטערן פארנעם, ביז צו די קריג ווען אלעס איז חרוב געגאנגען אינאיינעם מיט די מחלוקה.
יוסלמאן האט געשריבן:א ישר כוח מילער, כ'זעה אז איין זאל האיך אויסגעלאזט אז ווען ר' שלמה איז אוועק פון סטריזוב האט מען זיך געבעטן צו ר' משה לייב ער זאל קומען אבער ער האט לכתחלה נישט געוואלט, און לויט ווי ער שרייבט אין יזכור בוך אז ר' משה לייב זאל האבן געזאגט פארן שרייבערס פאטער אז ער קומט נישט פאר קיין רבנות.

לויט ווי ער שרייבט איז מהדברים שהשתיקה יפה להם, און אין בית שלמה, תולדות הרה"ר ר' שלמה זי"ע, ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט פון א חזן אדער געפערליכע רדיפות, ער ברענגט סתם אז ויסעו מסטריזוב ויחנו במונקאטש (ער דערמאנט אויך גארנישט פונעם יט"ל וואס האט אנגעטראגן ס'רבנות).

שפעטער בענגט ער אז ווען ר' משה לייב איז אוועק האט אין דער מנח"א מספיד געווען מיטן פסוק דומה דודי לצב"י, זייענדיג מרמז אביו הרה"ק רבי צבי הירש זי"ע.
עיינו בשו"ת באר משה [ירושלימסקי] ח"ב שיו"ל ע"י מכון ירושלם שמה מובא תשובה בנושא הנ"ל ולא בדיוק כמו שכתבתם, [לא במנח"א נכתב שלא לסמוך על הדעת תורה אלא בדרכי תשובה].
כמו"כ יש שמה כמה תשובות אודות הגט מהרב"צ מ'באבוב מבת הקדושת נפתלי מ'מעליץ.


ראה בשו"ת באר משה במכתב ר' אלטר זאב שמעתיק מכתב השם שלמה שמוותר על הרבנות וכן תואם עם מה שכתוב בספר יזכור של סטריזוב

בשו"ת המנח"א אודות הפרשה ישנם דברים חריפים נגד המהרש"ם, ובלי קשר מה שכתוב בראש הדרכי תשובה אודות המהרש"ם שהוסיפו המדפיסים הליטאים

מיטוואך פבואר 01, 2012 9:56 am

שוטה האט געשריבן:בנו של אחד מגדולי הונגרי', עלה לארה"ק.


ר' יונתן דוד ליכטענשטיין בנו של הגה"ק מהר"ה מקאלאמייא זצ"ל

מיטוואך פבואר 01, 2012 4:15 pm

פיין פיין.

מיטוואך פבואר 01, 2012 5:22 pm

רבי ראובן און רבי ברוך בער?

מיטוואך פבואר 01, 2012 5:25 pm

טעות, געמיינט אז עס ענדיגט זיך פעידז 345

פרייטאג פבואר 03, 2012 12:08 pm

אפשר דאס בילד שוין געווען דא? לינקס הרב מקאשוי ווער איז רעכטס?
עטעטשמענטס
מי יודע .jpg

פרייטאג פבואר 03, 2012 12:11 pm

בילד צוויי אפשר שוין אויך דא געווען? די אינגע רבנים פון דעמלס צייטן אפשר לעבן זיי נאך היצט? די לעצטער רש"צ מספיקא ז"ל
עטעטשמענטס
CML (114).jpg

פרייטאג פבואר 03, 2012 12:17 pm

און דאס דריטס וכן למר אפשר שוין אויך דא געווען! קוקט אויס ווי אין די תש"מ יארן, צווייטער רעכט אויך רש"צ מספינקא צוויטער לינקס פונעם חתן שיינט ווי ר' חיים ישעה קעניג מיאקע שליט"א
עטעטשמענטס
bkhv.jpg

מאנטאג פבואר 06, 2012 2:39 pm

רב מפורסם
עטעטשמענטס
מי האיש ע.jpg
מי האיש ע.jpg (26.63 KiB) געזעהן געווארן 600 מאל

מאנטאג פבואר 06, 2012 2:52 pm

הגאון מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל

זונטאג פבואר 12, 2012 2:11 pm

איז דער בילד שוין דא אויף אונזער וועלטל?
עטעטשמענטס
rabbi.jpg

זונטאג פבואר 12, 2012 2:12 pm

לינקס, ר' אלחנן וואסערמאן?

זונטאג פבואר 12, 2012 2:14 pm

ניין, פליז טריי עגען.

זונטאג פבואר 12, 2012 3:17 pm

רמזים ביטע

זונטאג פבואר 12, 2012 3:34 pm

דער פון לינקס, רב אין א קליין שטעטל וואס איז ברייט באקאנט מכוח דער ישיבה וואס איז געווען אין איר, דער רב איז אויך געווען דער ראש ישיבה.

זונטאג פבואר 12, 2012 5:03 pm

רעכטס רבי ראובן דוד בורשטיין אב״ד קאמעניץ הי"ד, לינקס רבי אברהם צבי קמאי אב"ד מיר הי"ד.

זונטאג פבואר 12, 2012 5:09 pm

זישולע פיין, איז דאס אליינס אדער מיט רעב גוגל? ר' אברהם צבי הירש קמאי. דא איז דער פולער בילד.
עטעטשמענטס
rabbi.jpg

זונטאג פבואר 12, 2012 10:28 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:זישולע פיין, איז דאס אליינס אדער מיט רעב גוגל? ר' אברהם צבי הירש קמאי. דא איז דער פולער בילד.

ב"ר אלי' ברוך?

מאנטאג פבואר 13, 2012 7:44 am

כן, היה ראש ישיבה במיר ביחד עם גיסו ר' אליעזר יהודא פינקל.

מאנטאג פבואר 13, 2012 11:12 pm

בנוגע די בילד אויף 313 אדער 314
דער ערשטע לינקס פון אויבן איז לכאורה דער זוטשקער נישט ר' איתמר'ל
פון אונטן דער הויכער מיט די קליינע בארד איז דער מאשעלויער ז"ל, און דער ערשטער דאכט זיך איז דער סטראזניצער ר' אשר מרדכי פון ומסב"ג
די צוויטע רעכטס פון אויבן טאמער ס'איז טאקע א ספאדיק איז דאס רב שפיגל וואס איז געווען א מחותן מיט די פיטסבורגער
עטעטשמענטס
scan0072.jpg

דינסטאג פבואר 14, 2012 1:25 pm

עס האט זיך געפענט א נייע גרופ אויף טוויטער ווי די מטרה איז פונקט ווי אויף די אשכול צו פארענטפערן אלטע. בילדער פון רבנים. MeeHeeZeh@

דינסטאג פבואר 14, 2012 2:45 pm

אידישעהיסטאריע האט געשריבן:עס האט זיך געפענט א נייע גרופ אויף טוויטער ווי די מטרה איז פונקט ווי אויף די אשכול צו פארענטפערן אלטע. בילדער פון רבנים. MeeHeeZeh@


איך קלער אז איר האט עפעס א שייכות מיט יענעם טוויטער-גרופ אדער איר ווייסט ווער ס'פירט עס אן, עס איז מן הנימוס אז אויב שטעלט ער דארט בילדער גענומען פון דא אז דער זאל כאטש געבן קרעדיט, און דאס זעלבע פארקערט אויב איז דא דארט עפעס א בילד וואס דא איז נאכנישט פארהאן אפשר קענט איר עס דא פאוסטען און געבן קרעדיט פאר'ן בעל הטוויעט.

(אני דורש לכבוד אלו החברים שאין להם שייכות לטוויטער)
שרייב א תגובה

Advertisement