Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג מאי 31, 2010 2:09 pm

יהיה כן האט געשריבן:ווארקא אטוואצק?
האט אזוי!!!

הרה"ק רבי מנחם מענדל מאטוואצק זצ"ל, בנו הגדול של הרה"ק רבי שמחה בונים מווארקא-אוטוואצק זי"ע (אחי הרה"ק רבי שמעון מסקרענעוויץ וואס זיין בילד האב איך לעצטנס דא געלייגט).

ס'איז נישטא קיין ממשיך היינט, נאר חצר הקודש אמשינוב אייניקלאך פון הרה"ק רבי יעקב דוד מאמשינוב זי"ע - דודו של רבי שמחה בונים מאטוואצק.

דער בילד אין גענומען געווארן פון ספר "הרבי הקדוש מאטוואצק", (יו"ל תשס"ז).

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:הרב ר' יענקל שליט"א
בעולם כבר פקיע שמיה של התמונה הזו שזהו רבי עזריאל מאיר מלובלין בצעירותו.
וראיה לדברי ראה בספר " החסידות מדור ודור" של הר' יצחק אלפסי [ שהוא אייניקל של הס"ק מראדישיטץ זי"ע שהיארצייט שלו היום]
בערך " לובלין-אייגער" שם גם מביא תמונה זו בדיוק ,
לכן אם אתה מתכוון לומר לנו שזה "פתאום" יצא מהחזקה הקודמת ו "נהיה" מישהו אחר-עליך להביא ראיה טובה לדבריך!


איך ווייס נישט.
כאמור, האב איך גענומען מיין בילד פון ספר "הרבי הקדוש מאטוואצק", און למעשה איז דאס זייער ענדליך צו די ווארקע צורה (אויך ענדליך צו די אמשינובע רבי'ס).

Advertisement

מאנטאג מאי 31, 2010 2:14 pm

פון ר' בונם אטוואצקער איז דאכציך פארבליבן א טאכטער נאך די קריג, מיר האבן אמאל צוגעלינקט איר בוך.

מאנטאג מאי 31, 2010 2:18 pm

מי זה, הי' רב בפוילין באמעריקא ובישראל.
עטעטשמענטס
8.JPG
8.JPG (31.43 KiB) געזעהן געווארן 467 מאל

מאנטאג מאי 31, 2010 2:18 pm

farshlufen האט געשריבן:פון ר' בונם אטוואצקער איז דאכציך פארבליבן א טאכטער נאך די קריג, מיר האבן אמאל צוגעלינקט איר בוך.


זי איז גיוועהן א טאכטער פון ר' מענדלי וואס מיר האבן דא געהאט זיין בילד.

מאנטאג מאי 31, 2010 2:19 pm

ראה בספר שהזכרתי לעיל תמונה של רבי עזריאל מאיר בזקנותו
ורואים בבירור שזהו אותו אדם מהתמונה שלך.

מאנטאג מאי 31, 2010 2:21 pm

farshlufen האט געשריבן:מי זה, הי' רב בפוילין באמעריקא ובישראל.


זעהט אויס ווי הרב שך, אבער דער איז דאכציך נישט געווען אין אמעריקא

מאנטאג מאי 31, 2010 2:23 pm

נו, וויזוי שטייט ביי שמשון הגיבור (שופטים יד) לולא חרשתם בעגלתי לא מצאתם חידתי
ווען איך זאג דיר נישט ביים פאריגן ר' בונם'ל אטוואצקער, העסטו נישט געלייגט דעם חידה.........


אבער סטרעטינער איז גערעכט אז אלפסי (וואס אגב דער זיין ראדישיצער זיידע זי"ע שעפט גאנץ קנאפ נחת פון אים...) ברענגט דעם בילד אלס ר' עזריאל מאיר איגר בצעירותו

פארשלאפן שרייבט:
פון ר' בונם אטוואצקער איז דאכציך פארבליבן א טאכטער נאך די קריג, מיר האבן אמאל צוגעלינקט איר בוך.

רשעים בחייהם קרויים מתים, יא ליידער.......

מאנטאג מאי 31, 2010 2:27 pm

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:ראה בספר שהזכרתי לעיל תמונה של רבי עזריאל מאיר בזקנותו
ורואים בבירור שזהו אותו אדם מהתמונה שלך.


קען זיין. אבער נאר זאלסטו וויסן אז דער ספר פון אלפסי האט אסאך אסאך טעותים. לדוגמא וועל דא ארויף לייגן א בילד (דא האסט מיר יעצט פארפאטשקעט די קומענדיגע חידה...) פון רבי יחיאל חיים ישראל יצחק מאטוואצק הי"ד, א זוהן פון ר' מענדלי, וואס אין אלפסי'ס ספר שטייט פון אונטער דעם "רבי מנדל מאטוואצק". אין דער בילד איז נישט קיין ספק נישט אז דאס איז זיין זוהן. (ס'איז דא נאך בילדער פון איהם מיט גבאים וכו'). אזוי אז איך מיין אז דער ספר אויפן אטוואצקער איז מן הסתם מער מוסמך פון אלפסי לגבי אטוואצקע רבי'ס.

אין קוק אויך אין דער בילד פון זיין זוהן, אין וועסטו זעהן אז ער איז אויכעט ענדליך. קוק למשל די אויגן.
עטעטשמענטס
img075.jpg
img075.jpg (15.92 KiB) געזעהן געווארן 409 מאל

מאנטאג מאי 31, 2010 2:38 pm

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:ראה בספר שהזכרתי לעיל תמונה של רבי עזריאל מאיר בזקנותו
ורואים בבירור שזהו אותו אדם מהתמונה שלך.

אני איני רואה בבירור, ולענ"ד נראה שאין דומה התמונה (שהוא כותב שהוא) מילדותו, להתמונה שמביא מזקנותו, בפרט הזקן.

מאנטאג מאי 31, 2010 3:28 pm

נאכאמאזל איך האלט יעצט אינמיטן לייענען דעם טשכענאווער יזכור בוך, פארשלאפן דיין בילד איז פון ר' חיים מרדכי ברוינראטה רבה האחרון של טשעכנוב

מאנטאג מאי 31, 2010 4:03 pm

.מיללער, היצט ברענג דעם אנדערן בילד

מאנטאג מאי 31, 2010 4:12 pm

דער הרב ברונרוט איז געווען א גרויסער מזרחיסט, איך האב אמאל געליינט וועגן אים אין בחדרי חרדים, דאס אנדערע בילד איז ווי ער זיצט ביים הקמת המדינה, ער איז אוועג בשנת תש"י ער ליגט אין ת"א-יפו, עטליכע ספרים פון אים זענען דא אויף היברו-בוקס.

מאנטאג מאי 31, 2010 7:14 pm

ווער דערקענט?
עטעטשמענטס
Photo_053010_001.jpg
Photo_053010_001.jpg (17.69 KiB) געזעהן געווארן 274 מאל

מאנטאג מאי 31, 2010 7:54 pm

דאס איז נישט קיין סלאנימער זאך?

מאנטאג מאי 31, 2010 9:09 pm

הגה"ח ר' שמואל משה קרעמער שליט"א ממשפיעי ומנהיגי ברסלב בעיה"ק ירושת"ו.

מאנטאג מאי 31, 2010 10:57 pm

יענקל, האסט מעך אויסגעכאפט, תיכף דערקענט ר' שמואל משה'ן שליט"א.

מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מי זה, הי' רב בפוילין באמעריקא ובישראל.


זעהט אויס ווי הרב שך, אבער דער איז דאכציך נישט געווען אין אמעריקא


דאס איז זיכער נישט הרב שך, איך ווייס נאר נישט ווער יא.

דינסטאג יוני 01, 2010 3:08 am

נאך א פוילישער רבי. (איך ווייס נישט וויפל איז דער בילד מוסמך, אבער ס'ווערט אראפגעברענגט אלץ זיין בילד).
עטעטשמענטס
img074.jpg
img074.jpg (13.72 KiB) געזעהן געווארן 687 מאל

דינסטאג יוני 01, 2010 4:52 am

זעט אויס ווי ר' עקיבא אייגער (א זיידע פון רעבעס)מיט א ספאדיק

דינסטאג יוני 01, 2010 5:04 am

שפתי צדיק מפילץ

דינסטאג יוני 01, 2010 8:46 am

גדול בישראל בפולין, מי יודע?
עטעטשמענטס
scan0014.jpg

דינסטאג יוני 01, 2010 1:36 pm

מיילעך האט געשריבן:שפתי צדיק מפילץ


גערעכט.

דינסטאג יוני 01, 2010 1:42 pm

נאך א רמז, ער איז געווען א צאנזער אייניקל

דינסטאג יוני 01, 2010 2:20 pm

פון פולין אדער גאליציע?

דינסטאג יוני 01, 2010 3:04 pm

חמנ'נתן,
א בן אחר בן צום הייליגען צאנזער צדיק?

דינסטאג יוני 01, 2010 4:01 pm

רבי אהרן מביאלא ביליטץ ?
שרייב א תגובה

Advertisement