תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
מאנטאג מאי 31, 2010 12:20 pm
גאנץ נאנט, אבער נישט דאס.
Advertisement
מאנטאג מאי 31, 2010 12:26 pm
הרה"ק ישכר בער לייפער מ'אונגוואר
מאנטאג מאי 31, 2010 1:09 pm
יא
מאנטאג מאי 31, 2010 1:09 pm
נאך א פוילישע רבי. (די בילד איז נישט אזוי באקאנט).
- עטעטשמענטס
-

- 1111 001.jpg (12.61 KiB) געזעהן געווארן 367 מאל
מאנטאג מאי 31, 2010 1:11 pm
נסתלק לפני השואה?
מאנטאג מאי 31, 2010 1:12 pm
יא. און ס'איז נישט דא קיין ממשיך נאכ'ן קריג פון איהם.
מאנטאג מאי 31, 2010 1:24 pm
האסט נאך עפעס א רמז? (דו ביסט זיכער אז ס'איז נישט געווען א ממשיך נאכן קריג?)
מאנטאג מאי 31, 2010 1:27 pm
איז דאס פון די קאזניץ גראדזיסק גזע?
מאנטאג מאי 31, 2010 1:29 pm
נישט קאזניץ גראדזיסק.
ער האט געהאט א זוהן א ממשיך וואס איז נעקד"ה אין קריג. נאכ'ן קריג איז גאר נישט געבליבן פון דעם חסידות בכלל. (נאר וואטערע משפחה (פון זיין זיידנ'ס-ברודער'ס אייניקלעך) א עקסטערע חסידות וואס פון זיי זענען היינט דא צוויי רבי'ס).
מאנטאג מאי 31, 2010 1:32 pm
אלכסנדר?
מאנטאג מאי 31, 2010 1:33 pm
אדער ראדזין?
מאנטאג מאי 31, 2010 1:36 pm
יא, דא איז דער תפארת יוסף מראדזין, זאג מיר נישט אז נישט!
מאנטאג מאי 31, 2010 1:36 pm
אייגער-לובלין
מאנטאג מאי 31, 2010 1:41 pm
חבר'ה בלייבט'ס רועיג.
ראדזין האט א ממשיך, טאקע נישט קיין אייניקל. דער פון מיין בילד איז היינט נישט דא אזא חסידות. (ס'איז נאך נישט פארכאפט...) און דערפאר זאג איך דיר יהיה כן, אז לא יהיה כן. ס'איז נישט ער.
ס'איז אויכעט נישט פון די לובלינע משפחה וואס האבן א ממשיך.
מאנטאג מאי 31, 2010 1:42 pm
יוי ביניך דיסיפאינטעד
אקעי כ'העל מיך אינטער גארטלען
מאנטאג מאי 31, 2010 1:43 pm
יהיה כן האט געשריבן:יא, דא איז דער תפארת יוסף מראדזין, זאג מיר נישט אז נישט!
ס'איז דאך געוועהן עפעס א ראדזינער רבי וואס איז היי יאהר יונג אוועק. ניין? ער זאגט דאך ס'איז נישטא קיין המשכה?
מאנטאג מאי 31, 2010 1:44 pm
עפעס מיט סלאנים, קוידנוב?
לעצט פאראכטן דורך
יהיה כן אום מאנטאג מאי 31, 2010 1:48 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג מאי 31, 2010 1:44 pm
מאנטאג מאי 31, 2010 1:45 pm
יהיה כן האט געשריבן:עפעס מיט סלאנים?
וואס סלאנים? מ'רעדט דאך פון פוילין, מ'רעדט אז ס'איז נישט דא קיין המשכה.
מאנטאג מאי 31, 2010 1:46 pm
רבי עזריאל מאיר מלובלין זצוק"ל
מאנטאג מאי 31, 2010 1:48 pm
אפשר ר' משה פנחס הכהן ראבינאוויץ הי"ד ראדאמסק?
מאנטאג מאי 31, 2010 1:49 pm
סי'ז דא א ממשיך פון רבי עזריאל מאיר איגר, און אפילו אן אייניקל אין בארא פארק וואס טראגט דעם זעלבן נאמען עזריאל מאיר איגר
מאנטאג מאי 31, 2010 1:50 pm
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:רבי עזריאל מאיר מלובלין זצוק"ל
ווייטער לובלין? לובלין האט ב"ה א ממשיך אין בני ברק אדמו"ר ר' שלמה אייגער בן אדמו"ר ר' אברהם זצ"ל דאכט זיך אן אייניקל פון ר' עזריאל מאיר אדער פון זיין ברודער.
ס'איז נישט פון ראדאמסק, אע"פ אז ס'איז טאקע נישט דא קיין עכטע המשכה.
איך וועל געבן א שטארקער רמז, וואס וועט זיכער ברענגען צו די תשובה:
לעצטנ'ס איז דא גיוועהן א בילד פון זיין פעטער (זיין טאטן'ס ברודער).
מאנטאג מאי 31, 2010 1:58 pm
ווארקא אטוואצק?
מאנטאג מאי 31, 2010 2:04 pm
הרב ר' יענקל שליט"א
בעולם כבר פקיע שמיה של התמונה הזו שזהו רבי עזריאל מאיר מלובלין בצעירותו.
וראיה לדברי ראה בספר " החסידות מדור ודור" של הר' יצחק אלפסי [ שהוא אייניקל של הס"ק מראדישיטץ זי"ע שהיארצייט שלו היום]
בערך " לובלין-אייגער" שם גם מביא תמונה זו בדיוק ,
לכן אם אתה מתכוון לומר לנו שזה "פתאום" יצא מהחזקה הקודמת ו "נהיה" מישהו אחר-עליך להביא ראיה טובה לדבריך!