בלאט 276 פון 426

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 27, 2010 4:16 pm
דורך ללמוד וללמד
כבוד ידידי הרב נחמן נתן השם יהי' בעזרו, וכצנה רצון תעטרו.
איך וועל דא זיין א מודה במקצת. גערעכט דאס אין די בילדער פון וויענער רב פון פארן קריג איז זיין בארד קערצער, ווידראום אויף די בילדער פון פאר דיין קריג מיט בן בוזי'ן אפי' נאך מיטן שווארצע בארד, איז עס די זעלבע לענג ווי דער פון דיין בילד.
ווייטער בנוגע פעלץ, בין איך ווייטער א מודה במקצת. דער וויענער רב איז געגאנגען א פעלץ, אבער נאר שב"ק, און נישט אין דער וואכען (אויך נישט פון אינעווייניג...)
שוין, אבער העיקר, אויפן בילד זעלבסט בלייב איך דאך אומגערעכט. העט מען מוזען ווארטן אויף בן בוזי'ן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 7:53 am
דורך נחמן נתן
איבער מיין קריג מיט בן-בוזי, האפענטליך וועט עס קומען בקרוב צו א שליכטונג.
- - -
איך ווארט נישט בלויז אויף בן-בוזי, יעדער וואס האט השערות איז וועלקאם צו שיסן קוילן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 8:12 am
דורך farshlufen
איני יודע

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 8:23 am
דורך נחמן נתן
זעהט אויס אז דער עולם מוטשעט זיך איבער מיין בילד. אין אישי האט מיר איינער געשריבן אז ער קלערט אז דאס איז פון די דעעש'ע משפחה, (ער שרייבט מיר אז ער וויל עס נישט שרייבן אין פאבליק ווייל על הצד אז ער האט נישט ריכטיג צוגעטראפן, איז ער מרגיש א שטיקל פגיעה בכבודו).

נאך איין רמז, זיין שווער איז געווען פון די גרעסטע רביים און מנהיגי הדור וואס איז נסתלק געווארן צווישן די יאהרן תר"ל-תר"מ. דער בילד איז טאקע נישט קיין באקאנטער.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 9:13 am
דורך קרעמער
ר' אלעזר אושפיצינער חתן הדברי חיים?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 10:29 am
דורך יהיה כן
אויב שוין אזוי, איז אפשר ר' אהרן בייטשער רב, דעם איידעם פונם ד"ח, אדער גאר ר' יצחק טובי' רובין מצאנז
מרן הד"ח האט געהאט עטליכע (דאכצעך פינף) איידימער

כ'האב אויך געקלערט דעעש, אבער אחרי שובי נחמתי אז עס שטימט נישט מיט די רמזים

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 10:33 am
דורך מיללער
מיר דאכט אז נחמן זאגט אז דאס איז א דעעשער צורה, וגם אני בחלומי רואה כן, סייפון בייטשער רב און סיי פון ר' אלעזר אושפיצינער האבן מיר בילדער ולא קרב זה אל זה כל הלילה.

דאס איז אן אונגארישער גדול, נחמן גיב נאך א ביינדל

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 28, 2010 10:48 am
דורך יהיה כן
דער דברי חיים האט געהאט אן איידעם באראן א ראדאשיצער אייניקל, אולי איז ער גאר ער, (נחמן נתן, איר זענט דאך א ראדישיצער אייניקל, נישט אזוי?)

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 7:42 am
דורך ללמוד וללמד
נחמן נתן,
איך האלט אז הרב מיללער זאגט אויפריכטיגע דיבורים. טאמער איז דאס פארשריבען אלץ א בילד פון איינע פון די איידימער פון דב"ח איז לפענ"ד צ"ב מהיכן המקור נובע. עס איז ענדערש טאקין א דעעשע צורה, און ווי עס שיינט איז דאס די השקפה ראשונה פון רובא דמינכר פון חברי בית מדרשינו וואס זענען אקטיוו אין דעם ענין (יהיה כן, מיללער, אני הקטן, און דער וואס האט אייך געשיקט אין אישי).

מיר ווארטן שוין מיט אנגסט אז ידידינו ר' נחמן נתן נ"י זאל אונז אויפרעכטן. כ'בין זיכער אז עטליכענע האבן שוין פרישע סחורה אין בוזעם, נאר ווילען נישט עובר זיין על תקנת בית מדרשינו. איך שלאג פאר, אולי וואלט מען געדארפט מאכן א טיי"ם לימי"ט, און ווען דער מציע פונעם חידה וועט זיך אויפוועקען נאך פרישטיג - און ס'איז שוין דא א נייע חידה, וועט ער מוזען דענסטמאל קורץ פותר זיין, זיין אריגינעלע חידה אהנע ווייטערדיגע רמזים.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 9:17 am
דורך בן בוזי
אויב שוין חתן הדב"ח אפשר ר' בצלאל יהושע מאסקאוויטש מגלונא? (חתן בזוו"ש אצל הדב"ח), כ'פרעג סתם אין דער וועלט אריין.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 9:38 am
דורך אלף בית
גם אני בחלומי.
נחמן נתן האט געשריבן:נישט לאנג צוריק געווען א בילד פון איהם. ער איז געווען א איידעם ביי איינער פון די גרויסע מנהיגים אין אייראפע (פארן קריג...)

אפשר הרה"ק רבי מנחם בראדי מקאלוב חתן הרה"ק האדמו"ר הראשון מטאהש זי"ע

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 11:36 am
דורך נחמן נתן
קרעמער איז גערעכט. דאס בילד איז הרה"ק ר' אלעזר'ל אושפיצינער זצ"ל, חתן הד"ח.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 11:38 am
דורך אלף בית
מי האיש?
א אדמו"ר מפורסם פון פאר און נאך די קריג?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 11:41 am
דורך קרעמער
וויזניץ?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 11:55 am
דורך נחמן נתן
קרעמער לעצטנס טרעפט איר צו דאס ריכטיגע. ג"א מצטרף לדבריך, בעל אמ"ח מוויזניצא

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 12:00 pm
דורך אלף בית
יא!

פארוואס איך האב געקלערט אז עס וועט זיין שווער מפנח צו זיין דאס בילד, איז צוליב די שטריימל און שווארצע זאקן.
כווייס נישט פארוואס ער איז אזוי געגאנגען ביי דעם בילד, וויפיל איך ווייס איז דאס בילד אינמיטן בויען דעם שיכון וויזניץ איז ב"ב, מערקט אן די זאמדיגע ערד.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 12:13 pm
דורך נחמן נתן
יהיה כן האט געשריבן:דער דברי חיים האט געהאט אן איידעם באראן א ראדאשיצער אייניקל, אולי איז ער גאר ער, (נחמן נתן, איר זענט דאך א ראדישיצער אייניקל, נישט אזוי?)

יא יא, נישט רעדן אבער דערפון... דער נושא איז דאך סענסעטיוו....

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 12:15 pm
דורך יהיה כן
סענסיטיוו מיט וואס? כ'האב עס געזעהן דא אין א אשכול דערנעבן!

מי האיש?
זיין איידעם איז געווען פון די גרעסטע רביים פארן קריג

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 12:37 pm
דורך קרעמער
קאמארנא?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 12:41 pm
דורך יהיה כן
קרעמער, האסט היינט א לאקי דעי!!

דאס איז הה"ק ר' יעקב משה מקאמארנא זי"ע חותן המלך בעל מנח"א ממונקאטש זי"ע

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 12:58 pm
דורך דארפסמאן
אויפן ערשטן בליק קוקט דאס אויס זייער ענדליך צום מנח"א

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 1:04 pm
דורך אלף בית
דארפסמאן האט געשריבן:אויפן ערשטן בליק קוקט דאס אויס זייער ענדליך צום מנח"א

נישט נאר אויפן ערשטן בליק, דאס בילד ענדעלט זייער צום מנח"א.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 1:08 pm
דורך יענקל
קרעמער, לאמיר זעהן צו דו קענסט אויך אויף מיינע בילדער...

ווער איז דאס?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 1:11 pm
דורך אלף בית
אה יענקל, די בילד קוקט אויס צו זיין גאר א חשוב'ער רב.
אבער א רמז ביטע?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 30, 2010 1:14 pm
דורך יענקל
א באוואסטער רבי אין ארץ ישראל. די בילד איז נישט באקאנט ווייל דאס איז בצעירותו.