Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 11:50 am

יאסל האט געשריבן:געווען א פעטער פון איינע פון די גרויסע רבי'ס אין אמעריקע נאכן קריג


און ער אליין?

Advertisement

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 11:58 am

א רב

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 12:03 pm

איך זעה אז מיר זענען דא אליינס, וועל איך מיך נישט שעמען צו בעטען פאר מער רמזים.

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 12:13 pm

ראזוואדאוו?

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 12:26 pm

ניין נישט ראזוואדאוו, אבער איך מיין אז די האסט געכאפט צי וועלעכע רבי איך האב געצילט.

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 12:39 pm

ער האט א קענטליכע (גאליציאנער) צורה, איז ער די באבובער רב'ס פעטער?

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 12:55 pm

אנדי,

דראס ברויך צו זיין א פערטער פאר רביה"ק מסאטמאר (אזוי מייניך פון די רמזים).

יאסל,
ר' יוקל וואלאווער?

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 12:57 pm

יא א פעטער פאר רביה"ק,
אדער נישט ר' יוקל.

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:02 pm

א פעטער דורך זיין רביצין?

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:03 pm

די ווילסט איך זאל דיר עס אריין לייגען אין מויל
ניין, א פעטער פון אים זעלבסט.

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:05 pm

אשכנזי פון צפת?

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:05 pm

ניין טייטעלבוים פון אונגארען

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:08 pm

(מיר דאכציך צו אז ער גייט אין א הויעכע הוט פארדעם בין איך נישט געווען אויסן אויסצורעכענען דעם ייי"ל קינדער)

וועלכער זוהן?
ר' אלי' בצלאל פון טעטש
ר' אברהם אהרן פון קולבאסוב
ר' משה יוסף איהעלער

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:11 pm

נע די זעסט נישט דארט קיין הויכע ביבער הוט
ס'איז דער דריטער זון פונעם קדושת יו"ט ר' אלי בצלאל פון טעטש נפטר תרפ"ה

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:13 pm

ווער זענען די צוויי רבי'ס?
עטעטשמענטס
25.jpg
25.jpg (19.43 KiB) געזעהן געווארן 645 מאל

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:13 pm

מיללער האט געשריבן:ר' משה יוסף איהעלער


אויב איך מעג דא פרעגן,

ביי וועם איז ער געווען אן איידעם?

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:14 pm

יאסל האט געשריבן:נע די זעסט נישט דארט קיין הויכע ביבער הוט
ס'איז דער דריטער זון פונעם קדושת יו"ט ר' אלי בצלאל פון טעטש נפטר תרפ"ה


עס זענען דא אסאך אייניקלעך פון אים פארבליבען, אינקלאדעד דער חסידישער זינגער שנקרא על שמו, ר' אלי' בצלאל גאלד.

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:17 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' משה יוסף איהעלער


אויב איך מעג דא פרעגן,

ביי וועם איז ער געווען אן איידעם?


דא קענסטו זעהן אביסל איבער שושלת איהעל, ר' משה יוסל איז געווען אן איידעם ביי ר' דוד'ל קשאנוב'ער בן מרן הדב"ח מצאנז

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:20 pm

קומט דאך אויס לויט דעם אז דער רבי אלי' בצלאל מטעטש איז אויך געווען די באבובער רב'ס פעטער זייענדיג א פעטער פון זיין זיידע רבי חיים יעקב טייטלבוים מלימוניב.

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:22 pm

מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:נע די זעסט נישט דארט קיין הויכע ביבער הוט
ס'איז דער דריטער זון פונעם קדושת יו"ט ר' אלי בצלאל פון טעטש נפטר תרפ"ה


עס זענען דא אסאך אייניקלעך פון אים פארבליבען, אינקלאדעד דער חסידישער זינגער שנקרא על שמו, ר' אלי' בצלאל גאלד.

ר' אלי' בצלאל טייטעלבוים אין זיין ברודער ר' משה פון וויליאמסבורג, זענען גראדע איר אייניקלעך פון אים אויך דאס ווייב פון ר' פישל פריעדמאן איז דער דריטער דור פון ר' אלי בצלאל.

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:23 pm

אנדי פעטיט האט געשריבן:קומט דאך אויס לויט דעם אז דער רבי אלי' בצלאל מטעטש איז אויך געווען די באבובער רב'ס פעטער זייענדיג א פעטער פון זיין זיידע רבי חיים יעקב טייטלבוים מלימוניב.

וועלעכע באבובער רב רעדסטי ר' שלמה? ער איז נאר געווען אן איידעם ביי ר' חיים יעקב

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:25 pm

ניין איך האב גערעדט פון די לעצטע באבובער רב אדמור"ר מהרנ"ץ זצ"ל

אבער ביידע זענען טאקע נעפיוס.

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 1:38 pm

וואס טוט זיך מיט די בילד וואס איך האב געלייגט? קיינער ווייסט טאקע נישט?

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 2:15 pm

גור מיט?

דאנערשטאג אפריל 17, 2008 2:29 pm

מיללער האט געשריבן:גור מיט?


ס'איז די גור'ער רבי שליט"א צוזאמען מיט להבחל"ח אדמור מ...... זצ"ל פון א"י.
שרייב א תגובה

Advertisement