בלאט 58 פון 426

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:39 pm
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:ני שוין, מסתמא ר' איתמר מנאדבורנה


יא, גערעכט.

ווער איז דער, זיין טאטע איז שוין געווען דא לעצטענס

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:40 pm
דורך יאסל
ר' דוד סאלעוויטשיק?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:40 pm
דורך מיללער
יאסל האט געשריבן:איך וויל מיך נישט אריינמישען ווייל איך פארשטיי נישט דערצו, אבער ר' יוחננן מיינט ער מסתם, דעם עצי חיים'ס איידעם, ר' יוחנן א בעלזא אייניקעל, דער רבי דער ברך משה האט א סך נאכגעזאגט פון אים, בעלזא תורות/ענינים, איך מיין ער האט געהייסען אויף די לעצטע נאמען טעווערסקי, עס איז מעגליך?


שלום עליכם
ניין סאיז געווען צוויי איידעמער, איינס ר' יחזקאל האלבערשטאם אב"ד ציעשינוב, אין דער אנדערער ר' יוחנן טווערסקי אב"ד מוזשאי.
בנוגע ר' יוחנן האב איך טאקע פונקט היינט צופרי געזען אז דער רבי דער ברך משה האט געזאגט אז ר' יוחנן האט אים געמאכט פאר א בעלזער חסיד.


ר' יוחנן מוזשאיער איז געווען דער זוהן פון ר' פנחס (פיניאלע) מאוסטילא (הנזכר באחד מעמודים הראשונים בהאשכול) וועלכער איז געווען אן איידעם ביי מהרי"ד מבעלזא, דער ברך משה האט געזאגט אז זיין שוואגער האט געשלעפט זיין טאט'ן דעם עצי חיים קיין בעלז (אזוי דאכציך מיר) און דער ברך משה אליינס האט אדאפטירט מינימום איין נוסח פון בעלזא דאס איז געווען דעם 'מי קל כמוך' ביי תשליך.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:42 pm
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:ר' דוד סאלעוויטשיק?


ניין ער איז א חסידישע רבי פון א"י

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:42 pm
דורך מענדעלע
דער זוויהעלער רבי זצוק"ל זי"ע,דער זיידע פונעם היינטיקן רבי שליט"א

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:45 pm
דורך יאסל
איך האב היינט צפרי געזען אין די שמוסען פון איינע פון די זון פונעם ברך משה, ווי ער זאגט אז דער טאטע איז געווען א בעלזער חסיד, אלע תורות פון אין מעשיות פון בעלזא זענען געווען שגיר בפיו.
דער עצי חיים האט זיך נישט געהאלטן פאר א בעלזער חסיד, זיין יונגערער ברודער רבינו יואל האט זיך יא געהאלטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:47 pm
דורך אנדי פעטיט
מענדעלע האט געשריבן:דער זוויהעלער רבי זצוק"ל זי"ע,דער זיידע פונעם היינטיקן רבי שליט"א


יא, דאס איז רבי גדלי' משה מזוועהיל זצ"ל בן ר' שלאמקע מזוועהיל זצ"ל.


ווער איז דאס?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:48 pm
דורך farshlufen
אנדי פראביר קלענער אביסל, לויטן טאנצן זעהט עס אויס ווי סערעט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:48 pm
דורך מיללער
איך האב אליינס געהערט בעלזא תורות מפיו פונעם ברך משה ז"ל, לויט יענע שמועס קומט גאר אויס אז דער ברך משה איז געווען אום תשכ"ג אויפ'ן ציון פון מהר"א מבעלזא אין אר"י.

דער עצי חיים האט זיך אפשר נישט געהאךטן פאר קיין בעלזא חסיד, אבער ער איז געווען אין בעלזא.

זאג, ר' ישכר דוב איז געווען דעם ברך משה'ס סנדק?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:49 pm
דורך יאסל
כ'קען נישט זען

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:49 pm
דורך פעטרישקע
דער קליינער רבי...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:50 pm
דורך מענדעלע
לעלאווער רבי ר´ משה מרדכי זצוק"ל זי"ע

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:50 pm
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:זאג, ר' ישכר דוב איז געווען דעם ברך משה'ס סנדק?


דו פרעגסט אפילו?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:51 pm
דורך יאסל
מיללער האט געשריבן:איך האב אליינס געהערט בעלזא תורות מפיו פונעם ברך משה ז"ל, לויט יענע שמועס קומט גאר אויס אז דער ברך משה איז געווען אום תשכ"ג אויפ'ן ציון פון מהר"א מבעלזא אין אר"י.

דער עצי חיים האט זיך אפשר נישט געהאךטן פאר קיין בעלזא חסיד, אבער ער איז געווען אין בעלזא.

זאג, ר' ישכר דוב איז געווען דעם ברך משה'ס סנדק?

יא זיכער אין ראצפערט
דער עצי חיים איז געווען אין בעלזא איז ער אויך ארויף צי הרה"ק ר' אהרן סאיז דא אן אינטערסאנטע מעשה אויף דעם

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:55 pm
דורך זארעכפעפער
אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן דא אזוי אין דער שנעל, אבער אייניגע הגהות.

יאסל, דער רבי איז געווען א בעלזער חסיד? לויט וויפיל איך ווייס האט ער איינמאל געזאגט כזה:
"א חסיד בין איך פון טאטן ז"ל, געפארן בין איך קיין בעלזא..."

דער ברך משה פלעגט טאקע אסאך נאכזאגן בעלזע תורות (אין קאנטראסט צום רבין, וועלכער פלעגט קיינמאל נישט נאכזאגן קיין בעלזע תורות. עס איז דא פון רבי'ן אינגאנצן איין בעלזער תורה וואס ער זאגט נאך, און דאס איז די מעשה פון בעל שם הק', וואס דער רבי האט דאס געהערט מפי המהרי"ד), וואס רובם האט ער געהערט פון זיין שוואגער הנ"ל. בעיקר פלעגט ער נאכזאגן בשם זיין שוואגער, ששמע מפי המהרי"ד, אז אויפשטיין פארטאגס איז א שליסל צו שלום בית...

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:55 pm
דורך מיללער
פארשלאפן,
איך האב נישט געפרעגט בלשון שאלה נאר בלשון דערמאנונג איבער דעם קשר פונעם עצי חיים מיט בעלזא.

יאסל,
ווען איז בעלזער רב'ס יארצייט? געדענק די מעשה אויף דעמאלטס אדער עפען אן אשכול איבער די שייכות פון סיגוט-סאטמאר מיט בעלז.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:56 pm
דורך יאסל
מיללער האט געשריבן:פארשלאפן,
איך האב נישט געפרעגט בלשון שאלה נאר בלשון דערמאנונג איבער דעם קשר פונעם עצי חיים מיט בעלזא.

יאסל,
ווען איז בעלזער רב'ס יארצייט? געדענק די מעשה אויף דעמאלטס אדער עפען אן אשכול איבער די שייכות פון סיגוט-סאטמאר מיט בעלז.

ר' ישכר דוב אינמיטן חשון

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:59 pm
דורך מיללער
נא עפעס א גוטן קעפל פאר די לעצטע קאנווערסעישאן איבער בעלזא?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 1:21 pm
דורך אנדי פעטיט
מענדעלע האט געשריבן:לעלאווער רבי ר´ משה מרדכי זצוק"ל זי"ע


יא גערעכט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 1:44 pm
דורך אנדי פעטיט
ווער ווייסט ווער דאס איז? א ספרדישע גאון.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 1:48 pm
דורך מענדעלע
רב עובדיה יוסף

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 1:51 pm
דורך אנדי פעטיט
מענדעלע האט געשריבן:רב עובדיה יוסף


איך בין נישט זיכער אויב דער איז שוין דא געווען.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 1:54 pm
דורך יאסל
שוין מערערע מאל געווען
החקל יצחק

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 2:02 pm
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:שוין מערערע מאל געווען
החקל יצחק


דאס ווייס איך אז ס'שוין געווען בילדער פונעם אבער נישט דער בילד. אמת?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 2:10 pm
דורך אנדי פעטיט
און דער?