בלאט 57 פון 426

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 8:59 am
דורך פעטרישקע
א איר-אייניקל פון הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 9:16 am
דורך מיללער
פעטרישקע האט געשריבן:א איר-אייניקל פון הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע.


מער פונקטליך, ווער איז געווען זיין פאטער אא"וו.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 9:42 am
דורך יאסל
ר' חיים שמואל, בן ר' אלעזר, בן ר' צבי, בן החוזה,
ער איז אויך געווען דער שווער פון ר' אלימלך גראדזיסקער בזיווג שני, אין דער זיידע פונעם חובת התלמידים,
זיין ממלה מקום איז געווען ר' יהושע העשיל מעלקיש וואס אין שיח זקנים איז דא מערערע ספורים פון אים
ער האט אן אייניקעל מיטן נאמען ר' יוסף ברוך גליקמאן וואס לעבט נאך

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 10:11 am
דורך אנדי פעטיט
מי האיש?

ער איז געווארן רבי א שיינע פאר יאר נאכ'ן קריג נאכדעם וואס די חסידות האט א לענגערע צייט נישט געהאט קיין רבי.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 10:17 am
דורך יצמחפורקניה
הברכת אברהם מסלונים זצ"ל

דער שווער פונעם נתיבות שלום זצ"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 10:19 am
דורך אנדי פעטיט
יצמחפורקניה האט געשריבן:הברכת אברהם מסלונים זצ"ל

דער שווער פונעם נתיבות שלום זצ"ל


גערעכט, ער איז אויך די זיידע פון די שווארצע סלאנימער רבי.

ווער איז דאס? איך מיין אז ער האט איבערגעלעבט די קריג.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 10:24 am
דורך יצמחפורקניה
דער סאכטשאווער רבי פון ארה"ק (כפי זכרוני האט ער גהייסען ר' חנוך העניך, אבער איך בין נישט זיכער 100 %)

א זוהן פונעם שם משמואל

פאר די קריג איז גוועהן רבי זיין ברודער ר' דוד

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 10:25 am
דורך יאסל
אנדי פעטיט האט געשריבן:
יצמחפורקניה האט געשריבן:הברכת אברהם מסלונים זצ"ל

דער שווער פונעם נתיבות שלום זצ"ל


גערעכט, ער איז אויך די זיידע פון די שווארצע סלאנימער רבי.

.

ער איז אויך דער זיידע פונעם ווייס סלונים'ער רבי

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:00 am
דורך אנדי פעטיט
מי האיש?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:07 am
דורך מענדעלע
בעל קהילות יעקב זי"ע

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:12 am
דורך אנדי פעטיט
מענדעלע האט געשריבן:בעל קהילות יעקב זי"ע


גערעכט

און דער?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:17 am
דורך אנדי פעטיט
רמז מגדולי בעלי המוסר בליטא.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:23 am
דורך scy4851
ר' ירוחם ז"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:27 am
דורך אנדי פעטיט
scy4851 האט געשריבן:ר' ירוחם ז"ל


יא, דאס איז ר' ירוחם ליבוביץ ז"ל מראשי ישיבת מיר בליטא.

ווער איז דאס?

מגדולי המוסר שבליטא

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:28 am
דורך יאסל
ר' אליעזר גורדון?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:29 am
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:ר' אליעזר גורדון?


יא, ראש ישיבת טעלז.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:30 am
דורך אנדי פעטיט
ווער איז דאס?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:32 am
דורך יאסל
שוין געווען ר' מאטל ס'לאנימער

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:39 am
דורך cano
יאסל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:יא ר' יוחנן
ארלעדיגט ווער איז דאס


וועלכע ר' יוחנן פאר ג-ד סעיק?

דיין בילד איז פון א רבי וואס איז שוין געווען אין דעם אשכול? ר' איציקל סטיטשינער?


סארי ר' יחזקאל
יא ר' איציקל סטיטשינער


איך וויל מיך נישט אריינמישען ווייל איך פארשטיי נישט דערצו, אבער ר' יוחננן מיינט ער מסתם, דעם עצי חיים'ס איידעם, ר' יוחנן א בעלזא אייניקעל, דער רבי דער ברך משה האט א סך נאכגעזאגט פון אים, בעלזא תורות/ענינים, איך מיין ער האט געהייסען אויף די לעצטע נאמען טעווערסקי, עס איז מעגליך?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 11:45 am
דורך יאסל
cano האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:יא ר' יוחנן
ארלעדיגט ווער איז דאס


וועלכע ר' יוחנן פאר ג-ד סעיק?

דיין בילד איז פון א רבי וואס איז שוין געווען אין דעם אשכול? ר' איציקל סטיטשינער?


סארי ר' יחזקאל
יא ר' איציקל סטיטשינער


איך וויל מיך נישט אריינמישען ווייל איך פארשטיי נישט דערצו, אבער ר' יוחננן מיינט ער מסתם, דעם עצי חיים'ס איידעם, ר' יוחנן א בעלזא אייניקעל, דער רבי דער ברך משה האט א סך נאכגעזאגט פון אים, בעלזא תורות/ענינים, איך מיין ער האט געהייסען אויף די לעצטע נאמען טעווערסקי, עס איז מעגליך?

שלום עליכם
ניין סאיז געווען צוויי איידעמער, איינס ר' יחזקאל האלבערשטאם אב"ד ציעשינוב, אין דער אנדערער ר' יוחנן טווערסקי אב"ד מוזשאי.
בנוגע ר' יוחנן האב איך טאקע פונקט היינט צופרי געזען אז דער רבי דער ברך משה האט געזאגט אז ר' יוחנן האט אים געמאכט פאר א בעלזער חסיד.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:09 pm
דורך cano
יא איך האב דאס געהערט עטליכע מאל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:13 pm
דורך אנדי פעטיט
ווער איז דער רבי?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:17 pm
דורך יאסל
אזוי אט אוו די בלאו ווילסטי איך זאל וויסען? געבזשע א רמז עמער רעדן

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:25 pm
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:אזוי אט אוו די בלאו ווילסטי איך זאל וויסען? געבזשע א רמז עמער רעדן


אלע זיינע קינדער זענען געווארן רבי'ס אדער רבנים. ער האט געמופט קיין א"י סוף ימיו.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:28 pm
דורך יאסל
ני שוין, מסתמא ר' איתמר מנאדבורנה