בלאט 54 פון 426

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:43 am
דורך יאסל
דע צורה איז באקאנט א רמז ביטשע

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:44 am
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:דע צורה איז באקאנט א רמז ביטשע


ער איז געווען א ראש ישיבה מיט א רב אויך(כעין ר מאיר שאפירא, מיט די זעלבע פארנעם)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:48 am
דורך יאסל
אה יא נישט הרב כהנמאן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:49 am
דורך אנדי פעטיט
יא, עס זענען דא אסאך ענדליכע מעשיות וואס מ'פארציילט אויף אים און אויך אויף ר' מאיר שפירא ז"ל. זיי ביידע זענען געגאנגען אסאך נאך געלט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:50 am
דורך אנדי פעטיט
דא האט איר נאך איינס פון אים

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:50 am
דורך אנדי פעטיט
דער איז א באקאנטע, ווער ווייסט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:51 am
דורך יאסל
דער הייליגער בריסקער רב

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:54 am
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:דער הייליגער בריסקער רב


יא, ס'איז די גרי"ז הגאון ר יצחק זאב (ר וועלעוועל בריסקער) סאלאווייציק ז"ל.


און דא האט איר נאך איינס פון אים.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:54 am
דורך אנדי פעטיט
ווער איז דער גאליציאנער רבי?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:57 am
דורך יאסל
ר' איציקעל?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:00 am
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:ר' איציקעל?


יא דאס איז הרה"ק ר' איציקעל מפשעווארסק זצ"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:15 am
דורך אנדי פעטיט
ווער איז דער גאליציאנער רבי? (נישט קיין גרויסע רבי'סטיווע)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:21 am
דורך פעטרישקע
און ווער איז דער צדיק'ל?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:26 am
דורך יאסל
אנדי א רמז
פעטרישקע שלום עליכם.
דיין בילד איז פון ר' אהרן האלבערשטאם פון ביאלע ביליץ.
אז די קענסט ביטע אויסרעכענען זיין יחוס ביזן הייליגען דברי חיים.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:30 am
דורך אנדי פעטיט
א רמז אויף מיין בילד,

זיין לעצטע נאמען איז געווען אנדערש ווי די ממשיך השושלת ווייל זיין זיידע אדער טאטע איז געווען אן איידעם.

זיין זון האט נאך היינט דאס בית המדרש.

זיין קאזין (וועלעכע האט יא געטראגען די לעצטע נאמען פון די ממשיל השושלת) האט געהאט א גרויס בית המדרש אין קראן הייטס ביז ער האט אוועק געמופט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:32 am
דורך יאסל
סטייטש ער האט דא געוואינט אין אמעריקא?
מיט זיין קאזין מיינסטו מהר"ש מבאבוב?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:34 am
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:סטייטש ער האט דא געוואינט אין אמעריקא?
מיט זיין קאזין מיינסטו מהר"ש מבאבוב?


ניין.

זיין קאזין האט מן הסתם געהאט די גרעסטע בית המדרש אין קראן הייטס נאך באבוב און ליובאביטש.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:38 am
דורך פעטרישקע
יאסל האט געשריבן:פעטרישקע שלום עליכם.
דיין בילד איז פון ר' אהרן האלבערשטאם פון ביאלע ביליץ.
אז די קענסט ביטע אויסרעכענען זיין יחוס ביזן הייליגען דברי חיים.



עליכם שלום.

אלץ גרינער דא, האב איך געטוהן א טעות, און ווער ס'וויל קען וויסן וועמען מ'זעט ביים מיין בילד...


רבי אהרן מביאלא-ביליץ, בן רבי יוסף זאב מקשאנוב, בן הרה"ק רבי דוד מקאשנוב, בן רביה"ק מרן מצאנז זצוקללה"ה

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:39 am
דורך יאסל
אנדי, איך טראכט יעצט אז ס'איז דער מוזשאי'ער פאטער, האב איך רעכט?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 1:25 pm
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:אנדי, איך טראכט יעצט אז ס'איז דער מוזשאי'ער פאטער, האב איך רעכט?


איך ווייס נישט ווי די מוזשאי'ערס פאטער האט געהייסען. איך ווייס אז דער אין די בילד זיין איר אייניקעלס בית המדרש האט די זעלבע נאמען ווי זיינס. (איך האב מיך טועה געווען פריער)

זיין קאזינס בית המדרש האט אויך געהאט די זעלבע נאמען.

ווער עס קען זיך אויס אביסל מיט די אמאליגע חסידישע קראן הייטס וועט גלייך וויסען ווער עס האט געהאט די גרעסטע חסידישע בית המדרש אין קראן הייטס (נאך באבוב און ליובאביטש) דאס איז נאר א סימן אויף די נאמען פון די שושלת.

נאך א רמז, זיין זון האט געהאט א בית המדרש אין וואשינגטאן הייטס (דאכצעך נאך פאר די קריג).

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 1:30 pm
דורך scy4851
מאנעסטריטש?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 1:33 pm
דורך אנדי פעטיט
איך זעה אז די עולם וועט נישט וויסען.

דאס איז רבי חיים יחיאל רובין זצ"ל מדאמבראווע בן רבי מאיר זצ"ל מגלאגוב שהיה חתן רבי יוסל מדאמבראווע בן רבי מרדכי דוד מדאמבראווע.

זיין איר אייניקעל האט היינט דאס דאמבראווע בית המדרש אין מאנסי.

הרה"צ ר' יעקב יצחק אונגער זצ"ל מדאמבראווע האט געהאט די גרעסטע חסידיש בית המדרש אין קראן הייטס.

נעקסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 1:45 pm
דורך מיללער
איך לייג א בילד נאר וואוסענדיג אויפן מיטלסטען רבי ווער דאס איז, דער אינגערמאן וועלכער זיצט אינדערמיטן איז פון א גרויסער גזע מער באקאנט בתורת הנסתר, ווער ווייסט? (אגב ווער ס'דערקענט אנדערע פון די בילד קען אויך זאגן)

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 1:46 pm
דורך אנדי פעטיט
לעבט נאך? גייט די גזע נאך אן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 1:48 pm
דורך מיללער
לעבט שוין נישט, די גזע גייט נישט אן געהעריג.