בלאט 52 פון 426
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 11:23 am
דורך מיללער
איך האב פארפאסט די מעשה מן-הסתם, ביידע זענען דאך געווען זיינע פלימעניקעס, ניין?
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 11:32 am
דורך יאסל
פארשטייט זיך אז יא, איך מיין צי זאגן פארן זון פון זיין שוואגער.
דער ר' יוחנן איז געווען גאר א שארפער, ממילה האבן די שטאט מענטשן אים מעיקרא נישט אזוי געוואלט.
מער איבער אים קענסטי זען אינעם ספר ומשה היה רועה.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 11:34 am
דורך מיללער
וועלכע ר' יוחנן? דו מיינסט ר' יחזקאל.
בקיצור, ברענג נאך א בילד און איך וועל גיין לערנען 'ומשה היה רועה'.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 11:37 am
דורך יאסל
יא ר' יוחנן
ארלעדיגט ווער איז דאס
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 11:44 am
דורך מיללער
יאסל האט געשריבן:יא ר' יוחנן
ארלעדיגט ווער איז דאס
וועלכע ר' יוחנן פאר ג-ד סעיק?
דיין בילד איז פון א רבי וואס איז שוין געווען אין דעם אשכול? ר' איציקל סטיטשינער?
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 11:48 am
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:ב"ר ליפא פר"מ (אלבערט) פון 'די צייטונג', און פון ר' יעקב הווירוויץ פון מאנסי.
אין די אנדערע טאכטער האט חתונה געהאט צו ר' יואל מאיער-טייטלבוים אב"ד קירלהאז, וואס ביי זיין חתונה איז דער הייליגער סאטמאר רב געווען דער עומד מצד החתן אין מרן הברך משה זצ"ל מצד הכלה.
.
די קרלהאזער'ס זון האט טאקע אויף געמאכט א סלאטפינא ביהמ"ד אין ב"פ אויף 38 סטריט.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 11:51 am
דורך יאסל
מיללער האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:יא ר' יוחנן
ארלעדיגט ווער איז דאס
וועלכע ר' יוחנן פאר ג-ד סעיק?
דיין בילד איז פון א רבי וואס איז שוין געווען אין דעם אשכול? ר' איציקל סטיטשינער?
סארי ר' יחזקאל
יא ר' איציקל סטיטשינער
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 12:15 pm
דורך אנדי פעטיט
א פוילישער רבי, ווער ווייסט?
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 12:25 pm
דורך יאסל
מזעט גארנישט
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 12:30 pm
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:מזעט גארנישט
יא, מקען נישט ארויף לייגען קיין אטעטשמענטס יעצט.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 11:23 am
דורך אנדי פעטיט
יעצט קען מען שוין זעהן די בילד.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 11:27 am
דורך יאסל
א רמז ביטע.
אנדי, די וואלסט געדארפט דערציילן אז ר' שלמהלה באבוב'ער איז אן איידעם בזווי"ש ביי ר' לייביש מציעשנוב,
אין זיין זון דער יעצטיגער באבוב'ער רבי הייסט נאך אים.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 11:31 am
דורך מיללער
יאסל פארוואס נישט אינעם באבוב'ער אשכול?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 11:39 am
דורך אנדי פעטיט
איך קען נישט דער רבי קיין סאך ממילא איז שווער צו שרייבן רמזים.
ער איז א פוילישע און גייט מיט א פוילישער שטריימל.
די המשכה פון די חסידות איז אין א"י היינט.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 11:57 am
דורך אנדי פעטיט
ער איז אוועק אין די מ' יארן (דאכצעך מ"ד) און זיין זון זיין ממשיך לעבט שוין אויך נישט.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 12:08 pm
דורך מיללער
איך וואלט געזאגט נאווימינסק, אבער עס שטימט סייווי נישט מיט די רמזים, וועליך מוזן ווארטן אויף די פוילישע חסידים.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 12:25 pm
דורך מיללער
אנדי פארזוימט זיך, וועל איך אייך איבערלאזן מיט א בילד פון א רבי וועלכע איז שוין ערשינען בין כותלי אשכולינו, מי האיש?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 12:28 pm
דורך אנדי פעטיט
מיללער האט געשריבן:אנדי פארזוימט זיך, וועל איך אייך איבערלאזן מיט א בילד פון א רבי וועלכע איז שוין ערשינען בין כותלי אשכולינו, מי האיש?
ווי איז עס ערשינען? איז ער פון די צאנזער גזע?
נאך א רמז אויף מיין בילד, זיינע אייניקלעך די ממשיכי השושלת האבן צוויי אנדערע נעמען (איינס די זעלבע ווי אים און די אנדערע פון אן אנדערע זיידע).
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 12:38 pm
דורך מיללער
אנדי,
מיין בילד איז פון א רבי וואס איז ערשינען אין דעם אשכול אין באגלייטונג פון מקורבים, נישט פון דער צאנזער גזע (היינט איז נישטט קיין עסטעבלישד חסידות מיט דעם נאמען)
דיין בילד, זענען די צוויי נעמען משפחה נעמען אדער די נאמען פונעם חסידות (קארלין-סטאלין)?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 12:42 pm
דורך אנדי פעטיט
מיללער האט געשריבן:אנדי,
מיין בילד איז פון א רבי וואס איז ערשינען אין דעם אשכול אין באגלייטונג פון מקורבים, נישט פון דער צאנזער גזע (היינט איז נישטט קיין עסטעבלישד חסידות מיט דעם נאמען)
דיין בילד, זענען די צוויי נעמען משפחה נעמען אדער די נאמען פונעם חסידות (קארלין-סטאלין)?
איז ער געווען א רבי פאר די קריג? אין וועלעכע געגנט?
מיין בילד איז צווי נעמען פון די חסידות. (קארלין און סטאלין זענען נישט אין פוילן)
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 12:47 pm
דורך מענדעלע
מע דארף נישט ווארטן אויף קיין פוילישער חסיד,ווייל איך ווייס,אז דאס בילד איז פון דעם הייליגן מאדזשיצער רבי זי"ע,דער זיידע פון די היינטיקע מאדזשיצער און קאזמירער רבי שליט"א.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 12:51 pm
דורך אנדי פעטיט
מענדעלע האט געשריבן:מע דארף נישט ווארטן אויף קיין פוילישער חסיד,ווייל איך ווייס,אז דאס בילד איז פון דעם הייליגן מאדזשיצער רבי זי"ע,דער זיידע פון די היינטיקע מאדזשיצער און קאזמירער רבי שליט"א.
גערעכט, אדמו"ר הרה"צ ר' שמואל אליהו טויב זצ"ל ממאדזשיץ.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 2:37 pm
דורך יצמחפורקניה
דער צווייטער איז הרה"ק ר' יעקב משה מקאמארנא זי"ע
דער שווער פונעם מונקאטשער רב המנחת אלעזר זי"ע
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 4:13 pm
דורך יאסל
וועמענס זון איז ער געווען דער ר' שמואל אליהו?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 5:11 pm
דורך מענדעלע
ר´ שאול ידידיה´ס זון איז ער געווען.
דא האט איר א מאדזשיצער סייט מיט אסאך מאטעריאלן וואס זענען שייך צום הייליגן מאדזשיצער הויף:
http://www.modzitz.org/