תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 5:02 pm
טשעטשנוב
Advertisement
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 5:04 pm
ר' יוחנן, נע נישט ער
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 5:08 pm
יאסל האט געשריבן:ר' יוחנן, נע נישט ער
בארדיוב?
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 5:10 pm
ניין נישט בארדיוב, אגב דערמאן מיך וויאזוי איז בארדיוב אן איידעם ביי די סיגוט'ער גזע?
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 5:11 pm
יאסל האט געשריבן:ר' יוחנן, נע נישט ער
ר' יוחנן וואס, מוזשאיער? ס'עפעס
כ'האב געמיינט דעם עצי חיים איידעם פון טשעטשנוב, דא האסטו אים
- עטעטשמענטס
-

- Tzesnov.gif (16.64 KiB) געזעהן געווארן 650 מאל
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 5:11 pm
איך האב געמיינט אז אפשר איז עס איינער פון זיינע קינדער.
ער איז דאך געווען א סיגוטעאייניקעל און א צאנזער אייניקעל אויך.
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 10:21 pm
אנדי פעטיט האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:ריבניץ
יא, ער האט דאכצעך געוואוינט אויף 52 סטריט פאר ער האט געמופט קיין מאנסי.
איך האב געמיינט אז ריבניץ איז אין רוסלאנד. רומעניע גאר?
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 10:25 pm
קרעמער האט געשריבן:אנדי פעטיט האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:ריבניץ
יא, ער האט דאכצעך געוואוינט אויף 52 סטריט פאר ער האט געמופט קיין מאנסי.
איך האב געמיינט אז ריבניץ איז אין רוסלאנד. רומעניע גאר?
יא, ס'איז אין ראמעניע, איך האב אמאל געטראפן א ראמענישע איד ביים ריבניצערס ציון און ער האט מיר געבעטן צו זאגן תהילים פאר זיין מאמע, ער אליינס האט נעבעך נישט געקענט. ער האט מיר פארציילט אז זיין מאמע פלעגט רייניגען די ריבניצערס הויז אין ראמעניע ביז ער איז געפארן קיין אמעריקא. און ער האט מיר פארציילט זכרונות וואס ער געדענקט פון דעמאלטס זייענדיג א קליין קינד.
ראמעניע איז דאן דאכצעך געווען אין די סאוויעטען פארבאנד.
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 10:26 pm
רומעניע איז דאכט זיך קיינמאל נישט געווען אינעם פארבאנד, עס איז בלויז געווען קאמוניסטיש געפירט.
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 10:27 pm
פארוואס קען איך נישט זעהן די פיקטשער ביי
דעי תגובה?
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 10:29 pm
קרעמער האט געשריבן:רומעניע איז דאכט זיך קיינמאל נישט געווען אינעם פארבאנד, עס איז בלויז געווען קאמוניסטיש געפירט.
קען זיין, ווייל ער האט גערעדט פון די קאמיניסטען האב איך אזוי געמיינט.
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 10:33 pm
איך_הער האט געשריבן:פארוואס קען איך נישט זעהן די פיקטשער ביי
דעי תגובה?
איך ווייס נישט, קען זיין ווייל ס'איז א GIF פארמאט?
אויב דו ווילסט קען איך דיר עס שיקן.
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 10:59 pm
אז דו פרעגסט איזעס שוין באלד נישט אינטערעסאנט, שיק און פארטיג.
דאנערשטאג אפריל 03, 2008 11:23 pm
רומעני איז געווען פון די סאטעליטן
פרייטאג אפריל 04, 2008 2:16 am
הגה"ק ר' חיים יצחק אייזיק הלברשטאם זצ"ל מסלאטפינא
חדב"ן העצי חיים זצ"ל
פרייטאג אפריל 04, 2008 8:51 am
יישר-כח יצמח,
וועמענס זוהן איז ער געווען, ר' הערשעלע רודניקער, יא?
פרייטאג אפריל 04, 2008 9:48 am
ניין, דאכט זיך א קשנוב'ער אייניקל.
פרייטאג אפריל 04, 2008 10:20 am
יאסל האט געשריבן:ניין, דאכט זיך א קשנוב'ער אייניקל.
מ'זעמיר ביידע נישט גערעכט געווען, דער אמת איז אזוי, ר' חיים יצחק אייזיק מ'סלאטפינא ב"ר יהושע מדאלינא ב"ר משה מבארדיוב ב"ר ברוך מגארליץ בן מרן הדברי חיים, זכותם יגן עלינו ועכי"א
פון סלאטפינער רב זענען געבליבן קינדער נאך די קריג, זיין פאטער ר' יהושע מדאלינא איז אויך אוועק ביים קריג הי"ד.
פרייטאג אפריל 04, 2008 10:29 am
שכוח פאר די אינפארמאציע.
ס'איז געבליבן פון אים צוויי טעכטער, איינס האט חתונה געהאט צי ר' הערשעלע האלבערשטאם פון לאס אנדשעלעס, שווער פון ר' אברהם ב"ר ליפא פר"מ (אלבערט) פון 'די צייטונג', און פון ר' יעקב הווירוויץ פון מאנסי.
אין די אנדערע טאכטער האט חתונה געהאט צו ר' יואל מאיער-טייטלבוים אב"ד קירלהאז, וואס ביי זיין חתונה איז דער הייליגער סאטמאר רב געווען דער עומד מצד החתן אין מרן הברך משה זצ"ל מצד הכלה.
דער סלאטפינער רב איז געווען דער עלטסטער איידעם ביים עצי חיים, אין ווען זיין רביצין איז אוועק האט דער עצי חיים אים נישט געוואלט אוועק לאזן פון שטוב אין אים גענומען פאר א צווייטן טאכטער.
פרייטאג אפריל 04, 2008 10:43 am
ואף אני אענה את חלקי, ווער דערקענט דעם רב וואס האט געוואונט אין אמעריקא נאך די קריג, פון די צאנזער גזע.
- עטעטשמענטס
-

- 00442.gif (7.6 KiB) געזעהן געווארן 895 מאל
פרייטאג אפריל 04, 2008 10:48 am
געוואינט אין וומ"ס?
פרייטאג אפריל 04, 2008 10:52 am
ניין אין ב"פ, נישט געווען קיין בא"ב פונעם צאנזער רב, איבערגעלאזט א מ"מ א פה מפיק מרגליות.
פרייטאג אפריל 04, 2008 10:56 am
אהא ציעשנוב ר' חיים יעקב'ס פאטער
דאבט זיך זיין נאמען ר' יחזקל שרגא רובין
פרייטאג אפריל 04, 2008 11:02 am
זעהסט יאסל איך בין א מענטש, איך גיב גוטע רמזים.
פאלגענד זענען די בילדער פון די רבנים לבית צעשינוב, אנגעהויבן מיט ר' יחזקאל שרגא האלבערשטאם ב"ר שמחה ישכר דוב מצעשינוב בן הדברי יחזקאל משינאווע, דערנאך זיין שוואגער ר' ארי' לייבוש רובין מצעשינוב מיט זיין זוהן ר' שלום יחזקא' שרגא מצעשינוב-ארה"ב, זי"ע.
- עטעטשמענטס
-

- Tzesnov.gif (16.64 KiB) געזעהן געווארן 879 מאל
-

- Tchechnov2.gif (21.56 KiB) געזעהן געווארן 879 מאל
-

- Tchechnov3.gif (10.9 KiB) געזעהן געווארן 879 מאל
פרייטאג אפריל 04, 2008 11:21 am
מיללער האסט דאך זיכער געזען די מעשה לעצטענס, אז נאך ווי ר' שמחה ישכר בער איז אוועק האט מען קודם אוויפגענומען זיין איידעם ר' לייבוש אלץ רב אין ציעשנוב, אין דער בעלזער רב ר' ישכר בער איז ספעציעל געקומען צי פארן קיין ציעשנוב זיך אנצינעמן פאר זיין פלומעניק.