בלאט 423 פון 426

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 13, 2015 2:38 pm
דורך מומחה יוחס
מיללער האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:#105
א'רב ז"ל (דער מיט די שטריימל)דא אין אמעריקא,א'בנש"ק,שטאמט פון א'רבי'שע גזע.

הרב יאלעס מפילעדעלפיא


צוזאמען מיט די ליבאוויטשער רבי זצ''ל

פארעפענטליכט: שבת פבואר 14, 2015 6:54 pm
דורך לא ידען
ווער וויסט ווער איז דעם רב דא אופין בילד?

בערך תש"י און אמריקה.

יישר כוח.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 2:20 pm
דורך תרנגול
בוימל?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 15, 2015 8:33 pm
דורך לא ידען
תרנגול האט געשריבן:בוימל?

וועלעכער בוימל?

ישר כוח.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 1:12 pm
דורך רימנובער אייניקעל
לא ידען האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:בוימל?

וועלעכער בוימל?

ישר כוח.

דאכט זיך מיר ,אז דאס איז הרב יוסף מרדכי בוימל ז"ל רב ומנהל ישיבת קראנהייטס ומתלמידי יח"ל, אדער זיין שווער רבי יהושע בוימל ז"ל רב דקהל עדת ישורון וויליאמסבורג.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 2:13 pm
דורך מיללער
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
לא ידען האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:בוימל?
בילד

וועלעכער בוימל?

ישר כוח.

דאכט זיך מיר ,אז דאס איז הרב יוסף מרדכי בוימל ז"ל רב ומנהל ישיבת קראנהייטס ומתלמידי יח"ל, אדער זיין שווער רבי יהושע בוימל ז"ל רב דקהל עדת ישורון וויליאמסבורג.


מיר דאכט זיך אז עס איז קיינע פון זיי


ר' יוסף מרדכי בוימל (אין צענטער מיטן קמץ-בערדל):
בילד

רבי יהושע בוימל:
בילד

פונעם אשכול על משפחת בוימל
viewtopic.php?p=239752#p239752

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 2:25 pm
דורך תרנגול
אולי ר' נפתלי ב"ר נחום בוימל?

דא האט איר א בילד פון איהם, איז דאס מעגליך דער זעלבער?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 2:27 pm
דורך מיללער
תרנגול האט געשריבן:אולי ר' נפתלי ב"ר נחום בוימל?
בילד
דא האט איר א בילד פון איהם, איז דאס מעגליך דער זעלבער?

זענט איר זיכער אז דאס איז ר' נפתלי הירץ ב"ר נחום בעל אמרי שפר?

עס שטימט נישט מיט אנדערע בילדער פון ר' נפתלי:
viewtopic.php?p=589635#p589635

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 17, 2015 2:41 pm
דורך תרנגול
מיללער, דער איד אינדערמיט מיטן ווייסן בארד, וואס ער איז דער מחותן ביי דעם חתונה אויף די בילד, איז ר' בנימין מנחם מארילוס וואס ווערט דערמאנט אין די ערשטע תגובה אין די בוימל אשכול (חתונה איז חשון תשי"א). דער איד וואס ליינט די כתובה איז א קרוב משפחה ר' נפתלי בוימל, יעצט אדער איז ער דער נפתלי ב"ר נחום וואס איך האב פריער געשריבן, אדער איז ער א צוויטער נפתלי בוימל פון די זעלבע משפחה.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 11:08 am
דורך רימנובער אייניקעל
#106.
א'רב ז"ל אין ברוקלין.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2015 11:26 am
דורך בן בוזי
ביי איינע פון די באראטונגען מיט פוילישע פאליטיקאנטן בעת די רבנים צוזאמענפאר אין ווארשא תר"צ. ווערט געזעהן פון רעכטס צו לינקס (מיט די קאפעלוטשן) דער גראדזיסקער רבי (ר' ישראל ב"ר אלימלך?); פאביאנצער רב (ר' מנחם מענדל אלטר); פיעטריקובער רב (ר' מאיר שפירא מלובלין); בענדינער רב (ר' חנוך צבי הכהן לעווין).

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 3:04 pm
דורך מומחה יוחס
איך ווייס נישט אויב מען האט שוין דא אמאל ארויף געלייגט דערווייל האב איך קיינמאל נישט געזעהן דא

איינער פין דער באוויסטע גאר גרויסע אדמורי''ם וצדיקים וואס האט פארשיינט פולין אין איז זייער באוויסט מיט זיין ספר

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 3:15 pm
דורך דער פולישער
נא ווער טאקע??
בעל שם משמואל ז"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 3:57 pm
דורך מומחה יוחס
יא יא
מסוכוטשוב

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 4:15 pm
דורך משה צימערינג
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:#106.
א'רב ז"ל אין ברוקלין.

????

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 4:25 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

העלמעצער רבי?

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:#106.
א'רב ז"ל אין ברוקלין.

#106.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 10:28 pm
דורך Ayer Shpaiz
#106.
װײנבﬠרגער סערדיהעל ?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2015 10:32 pm
דורך רימנובער אייניקעל
Ayer Shpaiz האט געשריבן:#106.
װײנבﬠרגער סערדיהעל ?

געוואלדיג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2015 10:09 am
דורך פריידאנזוהן
אדמו"ר בירושלים

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 10:09 am
דורך פרעגער
פריידאנזוהן האט געשריבן:אדמו"ר בירושלים


אדמו"ר בגילה...........

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 12:51 pm
דורך זעליג
ר' יצחק פרידמן?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2015 7:09 pm
דורך א חסיד
רבי אברהם יעקב שפירא מדרהביטש ז'ל

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 8:48 am
דורך פריידאנזוהן
יא יא!
רבי אברהם יעקב שפירא מדרהביטש זצ''ל

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 10:30 am
דורך רגנשבורג
שבוע טוב

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 16, 2015 10:46 am
דורך מיללער
מי מכיר ? - דיין מפורסם בעיר גדול בפוילן ומחבר ספר נכבד בתולדות גדולי ישראל