רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

רבי רפאל בלום אב"ד קאשוי זצ"ל כ' אדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

היינט כ' אדר א' איז די דריטע יארצייט פון קאשוי רב זצ"ל

ווער איז געווען ביי אים ? און ביטע שרייבען אינטערסאנטע זאכען ווער עס האט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אינטער דעם ברך משה איז דער קאשוי'ער רב (ישר כח פאר קרעמער פארן קאנפעמירן)
אטעטשמענטס
.jpg
.jpg (22.35 KiB) געזען 19669 מאל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך בין געווען ביים קאשויער רב ז"ל ביי תיקון ליל שבועות אין וומ"ס שנת תשנ"ו (אזוי מייניך) ער איז געשטאנען אויף די פיס ביים באלעמער און געזאגט די תיקון אויפן קול אן אויפהער, ער איז שוין דאן געווען א איד א זקן (ביים טאהש'ער רבי שליט"א זעהט מען ענליך כידוע).

דער קאשויער רב איז געווען א גאון עצום וירא שמים מרבים, זיין ערליכקייט און תמימות איז געווען עד להפליא, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך שפעקוליר אויב דער אשכול באלאנגט אין "על הצדיקים" אדער אין "שבת בשבתו ומועד במועדו" פארומים, אין קרעטשמע גופא זיכער נישט.

איך האב שובת געווען איינס אדער צוויי שבתים אין קרית קאשוי, און שטארק הנאה געהאט פון די תפילות, טישן, און שלחן ערוך פארלערנען'ס פונעם קאשויער רב זצ"ל. מוצאי שבת בין איך אריין צום אדם גדול און באקומען א ברכה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך גיווען ביי איהם מיט א קוויטל ווען ער איז גיווען איינמאל און מאנסי.
קאשויער רב ז"ל איז גיווען ביי מיין חבר ר' חיים אליעזר בלוי (די ווער עס ווייסען ווער דאס איז) אין איך בין דענמאלס גיווען ביי איהם.
ער האט דענמאלץ שוין נישט גיקענט זעהן און זיין גבאי האט גיליינט דאס קוויטל פאר איהם.

א זייער אן אינטערעסאנטע עובדא האט מיר ר' חיים אליעזר דערציילט.
דער גבאי זיינער האט גיהאט איין אויסגיבעטענע קונד טאקע פון קאשויער רב.
עס איז גיווען א פורים און ישיבה אין די אלאמנאי זענען אויך גיווען דארטען. דער גבאי , זייערס א חבר, איז שוין גיווען א היפש צאל יארען נאך די חתונה אין ליידער ער איז נאך נישט פוקד גיווארען מיט קונדער.
זענען גיגאנגען די חברים זיינע און באשלאסען צווישען זיך אז מען מיז עפעס פועלן און היות עס איז פורים, וואס דענמאלטץ איז א גיוואלדיגע שעת הכושר כידוע, עט מען טרייען צי פועלן ביי זייער רבי לטובות זייער חבר.
אין כך הוה, זיי האבען נישט אפגילאזט זייער רבין ביז ער האט ציגיזאגט.
און זיי האבען גיפועלט און בערך א יאהר דערויף האט זייער חבר גימאכט א ברית.
the SCY is the limit
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יא איך קען דעם איד ער האט טאקע איין אויסגעבעטענע יוגעל , אויך בערך 13 יאר ציריק יו"כ פאר כל נדרי זענען אפאר יודן אריין צו אים וועגן א תלמיד זיינעם וואס האט אויך ל"ע נישט געהאט קיין קינדער און געוויינט אז זיי גייען נישט ארויס ווילאנג די רבי זאגט נישט צי א קינד פאר דעם איד עס האט געדאורט אפאר מיניט און ער האט ציגעזאגט א קינד און ער איז געהאלפען געווארן ב"ה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

צדיק גוזר והקב"ה...
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיין בילד פונעם קאשויער רב ז"ל מיט הרה"צ ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ"ל אב"ד וויען (קרעדיט, בחצרות חסידים)
אטעטשמענטס
Kasho-Vien.jpg
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

סקולענער רבי שליט"א איז געועהן זיינס א גרויסע חסיד, ער פלעגט שיקען צו אים שווערע קוויטלעך אין אזוי אויך פארקערט.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

החריף האט געשריבן:סקולענער רבי שליט"א איז געועהן זיינס א גרויסע חסיד, ער פלעגט שיקען צו אים שווערע קוויטלעך אין אזוי אויך פארקערט.


אין די לעצטערע יאהרן פונעם קאשויער רב זצ"ל איז כמעט נישט געווען קיין תורה וואס דער סקולענער רבי האט געזאגט און נישט דערמאנט צום סוף א ברכה רפוא"ש פארן קאשויער רב מרן רפאל בן גיטל. כ'האב עס געהערט צענדליגע מאל פונעם סקולענער רבי'ן שליט"א.
לחיים ולברכה!
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

איך האב עס אויך געהערט פון סקולענער רבי שליט"א עטליכע מאל
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

הגה"ק מקאשוי זצ"ל ביי קידוש החמה תשמ"א לפ"ק
אטעטשמענטס
11DADD~1 (5).JPG
11DADD~1 (5).JPG (58.5 KiB) געזען 18299 מאל
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

חידוש נפלא האט געשריבן:אין דער איד פון די וואך שטייט א ביאור אויף די בילד פון הגה"ק מקאשוי זצ"ל אז עס איז געווען פארוואלקענט און אינמיטן דאווענען איז מען אים געקומען זאגן אז יעצט איז דא א זון, איז ער אינמיטן דאווענען געגאנגען מקדש זיין די חמה, זייענדיג אנגעטון מיט די טו"ת, אבער ער האט געהייסן די תלמידים אז מחמת חביבות המצוה זאל מען אים אנטון די שטריימל העכער דעם. זי"ע
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

עס איז דא נאך א בילד ווי דער רב גייט אהן דער שטריימעל.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

גייענדיג צו קידוש החמה, קרעדיט jdn
אטעטשמענטס
image012.jpg
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

החריף האט געשריבן:גייענדיג צו קידוש החמה, קרעדיט jdn


וואס עפעס גייענדיג?! א ריקוד נלהב לכבוד ברכת החמה!!
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווער זענען די ארומיגע?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

צום זעקסטן יארצייט פונעם קאשוי רב זצ"ל.
ער איז געבוירן לערך תר"ע לפ"ק לאביו ר' שמואל ז"ל דיין בק"ק ?. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הגה"צ ר' שאול בראך זצ"ל קאשוי'ער רב, נאך די מלחמה איז קאשוי'ער רב צוריקגעקומען קיין קאשוי נאכדעם וואס ער איז געראטעוועט געווארן פון די נאצישע רוצחים בנסי ניסים, ער מיט זיין ווייב און קינד (הר"ר אליעזר חיים שליט"א), און דארט איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פאר 4000 משפחות לערך וואס האבן זיך אהינגעוואלגערט. נאך א שטיק צייט איז ער אנגעקומען קיין אמעריקע און אויפגעשטעלט א ישיבה און דערנאך זיין שטעטל, ער איז כל ימיו געזיצן און געלערנט מיט א אויסערגעווענליכע התמדה עד זקנה מופלגת, נאך לערך אכט יאר פון יסורים און מכאובים האט ער צוריקגעגעבן זיין ריינע נשמה כ' אדר א' תשס"ה.

במשך השנים האט ער מרביץ תורה געווען און מעמיד געווען תלמידים הגונים כמה אלפים (לפי חשבוני מעגליך טעיתי), זיינע תלמידים זענען געווען און געבליבן מקושר צו זייער גרויסן רבי'ן כל ימיו, ער איז אגאנצן טאג געזיצן אין היכל הישיבה צוזאמען מיט די בחורים און געלערנט בהתמדה נפלאה.

ער האט לוחם געווען קעגן יעדע זאך וואס שמעקט פון התחדשות און שינוי מדרך הישן בכלל און פון גויאישקייט אדער אמעריקאניזם בפרט נישט קוקנדיג אויף זיין כבוד וכד', יעדע דרשה האט ער אויסגענוצט מעורר צו זיין דעם ציבור זיך צו האלטן פעסט, אזוי אויך אין די הקדמות פון זיינע ספרים. זיין יראת שמים און זהירות איז געווען איז מיטגעגאנגען מיט אים יעדע רגע אין לעבן, ער איז אנטלאפן פון צ"ט שערי היתר נישט צוציקומען צו איין שער ספק איסור

זיין אהבת ישראל און מדות טובות זענען געווען ממש א זעלטענהייט, אפאר דוגמאות קטנות, אין די ווינטער חדשים ווען מ'איז ארויס צו קידוש לבנה פלעגט ער יעדעס מאל עקסטער אויסרופן מ'זאל נישט ארויסגיין אן א מאנטל מ'זאל זיך נישט פארקילן. ס'איז געווען זמנים ווען יונגע בחורים'לעך פלעגן אים רופן און מאכן פאני קאלס, האט ער קיינמאל נישט אראפגעלייגט א טעלעפאן אויף א בחור, ער פלעגט זיך בעטן צום בחור ער זאל שוין אראפלייגן ווייל ס'איז א שאד די צייט, איינמאל האט אים א גבאי געפרעגט פארוואס ער לייגט נישט אראפ זיי ווילן דאך גארנישט האט ער געענפערט מיט א קאך "אראפלייגן א טעלעפאן אויף א איד? וויאזוי קען איך מצער זיין א איד ער וויל דאך רעדן צו מיר".

ער האט געשריבן אסאך ספרים, טל השמים עה"ת, ברכת שמים אויף אפאר מסכתות הש"ס און אפאר בענדער שו"ת, מחמת גודל ענותנותו האט ער נישט געלאזט ארויפשרייבן אויפן שער בלאט פון זיינע ספרים "ספר ברכת שמים" נאר סתם ברכת שמים ווייל ער האט זיך נישט געהאלטן ראוי מחבר צו זיין א ספר.

איינער פון די מספידים לפני מיטתו האט געזאגט א רעיון נפלא, ביז היינט איז געווען גבר (ר'פאל ב'ן ג'יטל) יעצט איז געבליבן שבר (ר'פאל ב'ן ש'מואל). זי"ע
כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

ר"מ בצעהלים מו"ל ראשונים ????????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כיצחק »

"ער איז קודם געווען ראש ישיבה אין צעהלים

וועלכע עלטער ישיבה קטנה ?? אדער עלטער מיין ברודער לאוי"ט וואס האלט זיך אלס תלמיד האט געלערנט ביי אים אין צעהלים נאך/פאר ביליצער רב פון דארט קיין נייטרא על פי חשבוני איז ער נאך געווען א בחור'ל אים קען איך משום סיבה יעצט נישם פרעגען און עס מיר יעצט נוגע צי א םראיעקט

HAMODIA 100
שרייבט אז ער האט מוציא לאור געווען ראשונים איך געדענק נישט
איז דאס איינע פון די פילע אומפונקטליכקייטען
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

צו ער האט ארויס געגעבן ראשונים בין איך נישט באקאנט, אבער זיינע הגהות אויפן ש"ס און רש"י ותוספות וועלכע זענען געדרוקט אין ברכת שמים, זענען שוין אויף געוויזן געווארן מכוון צו זיין אל השערה צו די כתבי ידות פון ראשונים וועלכע זענען שפעטער געפונען געווארן .
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

ער איז געווען ראש ישיבה אין צעלים פאר די עלטערע בחורים אין די י' יארן (קען זיין אז פאר די אינגערע בחורים אויך), ער האט אסאך תלמידים פון יענע יארן.

ער האט ארויסגעגעבן חי' הראשונים (רמב"ן רשב"א ריטב"א), אויף ארום זיבן מסכתות מיט זיינע הגהות און הערות, און דערנאך וועט די מכון'ס אין א"י האבן אנגעהויבן ארויסגעבן די חי' הראשונים מוגה ע"פ כתב"י האט ער אויפגעהערט, ווייל עס האט זיך מער נישט געלוינט.

scy4851 האט געשריבן:ער האט דענמאלץ שוין נישט גיקענט זעהן
פאר אינטערסאנטקייט, וועלכע יאר איז עס געווען (בערך), און פארוואס איז ער דאן דארט געווען (אין די יארן וואס ער האט שוין נישט געקענט זען, וואס דאס מיינט אין די לעצטע צוויי דריי יאר פאר זיין פטירה, איז ער כמעט נישט געווען אין ערגעץ).
ליסקא אייניקעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2011 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא אייניקעל »

מיין עלטער זיידע די ליסקא רבי זצ"ל האט אים געטראפען און פראג
גלייך נאכן מלחמה, ווי ער האט גארנישט פארמאגט, און זיי האבען
פארברענגט דארט דאכציך דריי חדשים, ווי מיין עלטער זיידע האט אים
געגעבן געלט, און מיין זיידע האט געשתדלט פאר אים ער זאל קענען אריין
קומען קיין אמעריקא,

כ'האב די צייטונגען וואס באשרייבען מיין עלטער זיידע מיטן קאשוי רבי'ן
און עטליכי בריוון פון קאשוי רב צו באדאנקען מיין עלטער זיידע, און ווי ער
בעט מיין עלטער זיידע זאל אים העלפן אויך זיינע תלמידים, גאר אונטרעסאנט
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

סתם למען הפונקטליכקייט, דער קאשויער רב, האט נישט געשריבן אויף זיין לעטערהעד "אב"ד" קאשוי, נאר "ראב"ד" קאשוי
בנוגע קידוש החמה, מיט דעם שטריימעל, שמעתי מאחד התלמידים, אז היות ער האט געזאגט ער גייט גיין א שטריימעל, האט ער חושש געווען אז עס הייסט א קבלת דבר טוב, וחשש נדר, און איבער דעם האט ער געהייסן לייגן דעם שטריימל אויף די טלית ותפילין
למה זה תשאל לשמי...
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

דיא באשרייבונג פין דיא מלחמה אין נאך דיא מלחמה פין דעם קאשויער רב ז''ל איז אין דיא הקדמה אויף זיין ספר עה''ת .דער דז'אינט האט אסאך געהאלפען נאך דיא מלחמה מיט דיא ישיבה דארט אין אין מארינבאד וואס איז געווען אנגעפירט דורך הרב יו''ט שטערין שליט''א פין סקווער וואס
איז געווען איין שוואגער פין דעם באוויסטען כלל טוער ועוסק בצרכי ציבור באמונה הרב וואלף פארהאנד הרב מפראג-וועסט סייד . אין קאשוי האט עהר געפירט ציא זאמען מיט הרה''ג בנש''ק ר' יצחק אייזיק אייכנשטיין וואס האט שפעטער געוואינט אין פארעסט-היללס דער איידעם פין קיוואשעד
רב אין הרב אונגאר וואס האט שפעטער געוואינט אין מאנטריאל .עהר האט זין געפינען סוף מלחמה אין פעסט אין פין דארט איז עהר געפארען קיין
קאשוי אין געגרינדעט א ישיבה פאר דיא בחורים וואס האבען איבער געלעבט דיא קריג . ביז זיין ארויס קומען קיין אמעריקא וואס א שטיק צייט דערנאך האט איהם דעם צעהלימער רב זצ''ל אויפגענימען ציא לערנען מיט דיא העכסטע כיתה . וואס מיט דיא צייט זענען זייא אריין אין דעם בנין
פין ישיבת חפץ-חיים אהנגעפירט פין ר' העניך לייבאוויץ וואס האט אוועק געמופט פין סאוט 9 אין דארט געווען אפאהר יאהר .ביז עהר האט געקויפט איין בנין אויף ראסס סטריט דאכט זיך נומבער 191 אין אויף סאוט 9 אין געווארען דיא צעהלים-פאפא מצה בעקעריי ביז מען האט ארף גענימען דעם
בנין אין דיא בעקעריי איז אריבער קיין בראדוועי אין משנה שם געווען אויף פאפא-צעהלים .דאס אריבער גיין פין קאשויער רב פין צעהלים ציא זיין
זעלבסט שטענדיק אין מיט נעמען דיא בחורים איז א פרשה פאר זיך .
איך וואלט געוואלט בעטען דעם ליסקער אייניקעל זאל ארויף לייגען דיא בריעף פין קאשויער רב ציא זיין עלטער זיידען .ס'איז זייער אינטרסאנט
זייא ציא זעהן .
כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

דאס אריבער גיין פין קאשויער רב פין צעהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כיצחק »

רבבה

וואס מיט דיא צייט זענען זייא (שוין זעלבסט שטענדיק?) אריין אין דעם בנין
פין ישיבת חפץ-חיים אהנגעפירט פין ר' העניך לייבאוויץ

ווען האט ער זיך אריבערגעצויגען קיין אורווינגטאן
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”