בלאט 1 פון 10

רבי ישראל אברהם פארטוגאל מסקולען - תרפ״ג - כ״ה אדר ב׳ תשע״ט

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:36 pm
דורך רבניש
כבוד קדושת מרן אדמו״ר הרה״ק המפורסם
משיירי כנסת הגדולה, רבים הלכו לאורו, כבוד שמו תהילתו.
רבי ישראל אברהם פארטוגאל זצ״ל
האדמו״ר מסקולען


דער סקולענער רבי איז געבוירן אלס א בן יחיד צו זיין הייליגן טאטען הרב הקדוש רבי אליעזר זוסיא מסקולען זצ״ל - ולאמו הרבנית הצדיקת מרת שיינא רחל ע״ה.

ביום י״ח סיון בשנת תרפ״ג.

אין די שטאט סקולען רומעניע ווי זיין טאטע האט געדינט אלס רב אין שטאט.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ מרת רייזל ע״ה, בת הגה״צ רבי מנחם זאב שטערן זצ״ל - אב״ד גבעת שאול.

ה׳ עוזי ומגיני בו בטח ליבי ונעזרתי:
דעם סקולענער רבינס פלאם פארן אויבערשטען און צו תורה און אידישקייט האט זיך אנגעהויבן נאך אין זיינע קינדער יארן אויפוואקסענדיג בחיק אביו הצוה״ק זצ״ל און ראמעניע.

זייענדיג פארשפארט אונטער דעם סאוויעטן פּארבּאנד דעם אייזערנעם פורהאנג איז דער רבי זצ״ל מיטגעגאנגען און מיטגעמאכט אלע מיטמאכענישן און יסורים מיט זיין גרויסן טאטן.

די רבי האט זיך געלאזט פייניגן און שמייסן און דורך עינויים קשים וואס האט אויף אים איבער געלאזט סימינים פאר אייביג.

די אלע מיטמאכענישן און פּייניגונגען האט די רבי געליטן בלויז פארן האבן מסירת נפש פאר אידישקייט און פאר אידנס וועגן וואס האט נישט געוויסט קיין גרענעצין.

דארט אין די פיצטערניש פון די שמוציגע קעמערלעך אונטער די שווערע לאפּעס פון די רשעים בּאטריגער, האט ארויסגעשיינט דעם רבינס ריינע און לויטערע אמונה און בטחון, ווי ער האט זיך פארלאזט זיין גאנצן האפענונג נאר אינעם אויבערשטען און געשמאכטעט און געליטן מיט א שטארקן גייסט פאר כבוד שמו יתברך!

זְכֹר דָּבָר לְעַבְדֶּךָ עַל אֲשֶׁר יִחַלְתָּנִי, זֹאת נֶחָמָתִי בְעָנְיִי כִּי אִמְרָתְךָ חִיָּתְנִי. זֵדִים הֱלִיצֻנִי עַד מְאֹד מִתּוֹרָתְךָ לֹא נָטִיתִי.

פּדה בשלום נפשי:
ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן בחסדים רבים איז די רבי באפרייט געווארן פון די שפיזיגע סאוויעטישע נעגל און צוזאמען מיט זיין הייליגן טאטן ארויס לחירות אויף די פרייע וועלט.

זייערע ערשטע טריט נאכן באפרייאונג האבן זיי געשטעלט אינעם ריכטונג קיין אמעריקא.

אנקומענדיג קיין אמעריקא, אנשטאט נעמען א דרך פון עבדות ה׳ פאר זיך בד׳ אמותיו און קומען צו זיך פון די גלות יארן און די שרעקעדיגע קאשמארן, איז די רבי ווידער גלייך אריין אין א רונדע פון עבודת ה׳ למען כבוד שמו יתברך, אין די פארצווייגטע הייליגע עבודה פון הצלת ילדי ישראל, ווי ער איז מיטגעשטאנען מיט זיין גרויסן טאטן מיט די אלע פעולת אפצוראטעווען יתומים און עלענדע קינדער. אויפשטעלענדיג די הייליגע מוסדות ״חסד לאברהם״ וואס האט אריינגעברענגט די פארלאזטע קינדער תחת כנפי השכינה.

נִכְסְפָה וְגַם כָּלְתָה נַפְשִׁי לְחַצְרוֹת יְהוָה לִבִּי וּבְשָׂרִי יְרַנְּנוּ אֶל אֵל חָי.

ותתן לו בן יושב על כסאו:
מיט די פטירה פון זיין טאטען דער סקולענער רבי הגה״ק רבי אליעזר זוסיא זצ״ל, ביום כ״ט אב תשמ״ב איז דער כתר האדמורת אריבער צום רבין זצ״ל. ווי דער רבי האט ווייטער ממשיך געווען צו פירן דעם הייליגען ווינקל אין די פיס טריט פון זיין גרויסן טאטן. און גלייך איבערנעמענדיג דעם שרביט הזהב איז רבים באו להתחמם והלכו לאור קדושתו.

שמו מפארים עדת חבלו:
דער סקולענער רבי איז געווען ״אן אדרעס״ פון אן ערליכער איד, א צדיק בכל דרכיו, א עובד ה׳ בכל נפשו ומאודו.!

ווען אימער אינער האט זיך געוואלט שפירן און די ד׳ אמות פון א ערליכע איד וואס זאל זיין א מוסטער צו צייגן פאר די קינדער, און צו צוקוקן פאר זיך, איז מען אריינגעפאלן אין בארא פארק אויף די פיר און פוצפיגסטע גאס ביי די דרייצענטע עוועניא... און סקולען.

נאר אריינטרעטנדיג אינעם סקולענער הויף במחיצתו של הרבי זצ״ל האט זיך געשפירט אין יעדן ווינקל א פארצייטישקייט, א הייליגען ווינטל האט געפּאטשט אין פנים. עס האט זיך געטאפּט אין די לופט דעם אמאליגן חן וואס מיר באגעגנען נאר אין די מעשה ביכלעך ווי עס ווערט אראפגעמאלן וויאזוי עס האט אויסגעקוקט א רעבישע הויף אויסגעמישט מיט אלע סארטן ערליכע אידן פון קאטשעלאבּניקעס עובדים, ביז מער פשוטי עם, פון תמימים בעם, ביז חכמים ובעלי תריסין.

די אלע סוגים זענען זיך צאמגעקומען צו איין ווענדפּונקט ווי יעדער איז געווען קאנצערטרירט בלויז אויף איין זאך; אריינצוזאפּן נאך קדושה. נאך א בליק פון די צורת קדשו פונעם הייליגן רבין, נאך אויפצופּאסן אויף יעדע תנועה׳לע וואס האט ארויסגעשריגן חן דקדושה.

זייענדיג אין דעם הייליג ווינקל האט מען געשפירט ווי אפגעטיילט פונעם דרויסן, ארויס פון די הבל׳דיגע וועלט, ווי אויף א שפאציר אריין אין א שיינער גארטן מיט שמעקעדיגע רויזן, ווי אויף אן אינזל פון לויטערקייט און אמתע צויבּער, אויף א מקום ווי אויסערליכע חיצוניות און פארמאלע שיינקייט האט נישט אויפגענומען קיין גרויסן ארט אין מח.!

אַשְׁרֵי תִּבְחַר וּתְקָרֵב יִשְׁכֹּן חֲצֵרֶיךָ נִשְׂבְּעָה בְּטוּב בֵּיתֶךָ קְדֹשׁ הֵיכָלֶךָ. נוֹרָאוֹת בְּצֶדֶק תַּעֲנֵנוּ אֱלֹהֵי יִשְׁעֵנוּ מִבְטָח כָּל קַצְוֵי אֶרֶץ וְיָם רְחֹקִים.

ויעלוז לבי ומשירי אהודנו:
סיז לעולם איבריג צו באטאנען דעם סינאנים פון סקולען מיט ניגוני קודש, יעדעס תינוק בן יומו ווייסט דאך דאס.

נאר דערמאנענדיג דאס ווארט ״סקולען״ זינגט זיך אטאמאטיש ווי אונטער א הייליגער ״סקולענער לידל״

אבער קען מען דען אויסלאזן אן דערמאנענדיג כאטש פאר א רגע׳לע אזא וויכטיגן עיקר וואס שפילט א הויפּט ראלע אין בית סקולען וואס איז ממש דער חותם פון איר עקזיסטענץ...

עס בענקט דאס הארץ נאר זיך צו דערמאנען וויאזוי דער רבי פלעגט זינגען די הייליגע ניגונים מיט אזא ברען מיט אזא דביקות כל כולו אריין לעבענדיג בכל רמ״ח אבריו מיטן ניגון און מיט די ווערטער פון דעם ניגון, מיט דעם רבין׳ס תניעות ביים ניגון האט מען גרינג געקענט אפּלערנען די טייטש פון די פירוש המילות פון די ווערטער.

א סקולענער ניגון האט אן אייגענארטיגקייט וואס יעדער דערקענט, אבער הצד השווה שבהן אז יעדעס ניגון ווארעמט אן דאס הארץ מיט א קדושה עילאה.

שִׁירוּ לוֹ זַמְּרוּ לוֹ שִׂיחוּ בְּכָל נִפְלְאוֹתָיו, הִתְהַלְלוּ בְּשֵׁם קָדְשׁוֹ יִשְׂמַח לֵב מְבַקְשֵׁי ה׳.

אוי אוי שבת... אוי אוי שבת קודש:
א שבת׳דיגער טיש אין סקולענער הויף... איינער וואס פלעגט דאס מיטהאלטן קען דען נישט פארגעסן.

דעם טעם און די זיסקייט פון שבת קודש וואס מען פלעגט שפירן ביי די סקולענער טישן, מען האט געשפירט ווי דער שבת מלכא קדישא רוהט אינעם נפש.

צו עס איז געווען נאר א קליינער עולם, אין די גאר שפעטע נאכט שטונדען ווייל די רבי האט זיך פארשלעפט מיט זיין עבודת הקודש למעלה מן הזמן זיך פארזוימנדיג אריינצוקומען צום טיש, אדער ווען עס איז יא געלונגען אז עס האט זיך צאמגעקליבן א גרעסערן ציבור אידן, ווי א שיינעם שבת פונעם יאר אדער א יומא דפגרא. אלץ האט עס געהאט דעם זעלבן ״היימישקייט״ ווי יעדער האט זיך געשפירט א חלק פון די זאך, יעדער איז מיטגעשלעפט געווארן מיטן ווינט פון העכערקייט מיטן גייסט פון כולו רוחניות.

חִכּוֹ מַמְתַקִּים וְכֻלּוֹ מַחֲמַדִּים זֶה דוֹדִי וְזֶה רֵעִי.

באור פניך יהלכון:
דעם רבינס שיינעדיגע געזוכט האט ריפלעקטירט א זעלטענע לויטערקייט פון זיין נשמה.

דעם רבינס הייליגער שמייכל און צהלת פנים וואס איז אלץ געווען אויסגעצויגן אויף זיין געזוכט, תמיד האט עס געלאכטן מיט אן אצילות׳דיגן רוחניתדיגער פרייליכקייט. אפי׳ נאר צו זעהן דעם רבין׳ס צורה ביים טועם זיין פון די שבתדיגע מאכלים איז געווען א מעין עולם הבא.

אויך די דברי מוסר וואס די רבי פלעגט כסדר זאגן ביי פארשידענע זמנים איז געזאגט געווען מיט א ברענעדיג הארץ לאבינו שבשמים, אבער מיט אזא ליבשאפט און פאטערליכקייט אז עס האט אנגעצינדן דעם פלאם אין יעדן אידישע נשמה.

מַה תִּשְׁתּוֹחֲחִי נַפְשִׁי וּמַה תֶּהֱמִי עָלָי הוֹחִילִי לֵאלֹהִים כִּי עוֹד אוֹדֶנּוּ יְשׁוּעֹת פָּנַי וֵאלֹהָי.

שמעה ושועתי האזינה - פועל ישועות:
דער רבי האט געהאט די זכיה צו ווערן דער שווארץ אפעל פון כלל ישראל אומעטים. די ״גאס רבי״ ווי מען רופט דאס. פון אלע שכבת היהידות החרדית האט מען אנערקענט אינעם רבין אלס איינע פון די צדיקי הדור וואס אונטער זיין שאטן האט זיך כלל ישראל געשיצט.

מאַסן אידן זענען שטענדיג געשטאנען ווארטענדיג אין לאנגע שורות אריינצוגיין בקודש פנימה לברך ולהתברך מיט א קוויטל ביים רבין.

וואס האט די מאַסן אידן געגעבן די כוחות צו שטיין לאנגע שעות, ווארטענדיג אן א זייגער אריינצוגיין לעצה ותושיה?

ווייל אריינקומענדיג צום רבין האט זיך געשפירט ווי די רבי נעמט נארוואס אויף דעם ערשטן און איינציגסטן קוויטל! דער רבי איז מיינס! די רבי איז אריינגעלייגט כל כולו נאר אין מיין בקשה! דעם רבינס הייליגע און ווארימע ברכות האט מחיה געווען נפשות, געטרייסט צעבראכנע, מחזק געווען אומללים, דערפרייט בעלי שמחה, און געמוטיגט באזארגטע.

וְיֹאמַר אָדָם אַךְ פְּרִי לַצַּדִּיק אַךְ יֵשׁ אֱלֹהִים שֹׁפְטִים בָּאָרֶץ.

עיני צדיקים בו:
דער סקולענער רבי איז געווען איינערקענט ביי אלע צדיקים אדמורים ורבנים פונעם דור, יעדער אן אויסנאם האט מעריץ געווען דעם רבין באופן יוצא מן הכלל, און געמאכט זיכער לקבל פניו וברכותיו בעל עת ועונה.

כִּי לְךָ טוב לְהודות, וּלְשִׁמְךָ נָאָה לְזַמֵּר. כִּי מֵעולָם וְעַד עולָם אַתָּה אֵל.

צדיקים קרוים חיים - אשכבתיה דרבי:
די רבי האט זוכה געווען לאריכת ימים ושנים טובים עד זקנה ושיבה בצלילת הדעת עד יומו האחרון, און זוכה געווען לעבוד את בוראו עד יומו האחרון, ווי זיין ליכט האט געשיינט בבריאת הנפש והגוף, און טויזענטער אידן האבן נהנה געווען מאור זיו קדושתו.

ביז ער איז גערופן געווארן לישיבה של מעלה

וְעֵינֵינוּ תִּרְאֶינָה מַלְכוּתֶךָ כַּדָּבָר הָאָמוּר בְּשִׁירֵי עֻזֶּךָ עַל יְדֵי דָּוִד מְשִׁיחַ צִדְקֶךָ

זכה להעמיד דור ישרים בנין וחתנין, רבנים תלמידי חכמים וצדיקים.
בניו הרבנים:
כ״ק הגאון הצדיק רבי ישעי׳ יעקב שליט״א.
הגה״צ רבי מאיר שליט״א.
הגה״צ רבי אפרים שליט״א.
הגה״צ רבי צבי נח שליט״א.
הגה״צ רבי שמואל מרדכי שליט״א.

חתניו:
הגה״צ רבי חיים דוב שטערן שליט״א.
הגה״צ רבי שמעון יואל וויינבערגער שליט״א.
הגה״צ רבי דוד לייב קלוגהאפט שליט״א.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:37 pm
דורך רבניש
דער אשכול איז בלויז נאר פאר תולדות, עובדות והנהגת, וסיפורי קודש של הצדיק.
און ווי אויך בילדער.

נייעס בנוגע די לוויה, שבעה, און מילי דהספידא, ממלא מקומות.
איז אין די אנדערע אשכול ביים ״אידישע און וועלטליכע נייעס אפטיילונג״

בד"ה אדמו"ר הרה"ק רבי ישראל אברהם מסקולען זי"ע

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:42 pm
דורך משה ברמן
אבל כבד לישראל
12[1].jpg
12[1].jpg (32.32 KiB) געזעהן 3781 מאל
4mkm.jpg
4mkm.jpg (26.57 KiB) געזעהן 3781 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:49 pm
דורך קלאָצקאָפּ
זעלטן שיינע הערכה!

א דאנק אייך רבניש!

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:51 pm
דורך אבן יקרה
מויראדיג שיין געשריבן

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:51 pm
דורך דעפרעסט
הערליכע מאמר הרב רבניש! אויסטערליש שיין ארויסגעברענגט אלע שטריכן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:54 pm
דורך חיים נחום
מיט האדמו"ר בעל ברך משה זצ"ל ויבלחט"א אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א, און אב"ד סאטמאר 53 סט

IMG-20190401-WA0074.jpg
IMG-20190401-WA0074.jpg (268.68 KiB) געזעהן 2412 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:55 pm
דורך חיים נחום
IMG-20190401-WA0075.jpg
IMG-20190401-WA0075.jpg (216.97 KiB) געזעהן 2396 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:56 pm
דורך חיים נחום
IMG-20190401-WA0077.jpg
IMG-20190401-WA0077.jpg (92.15 KiB) געזעהן 2386 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:57 pm
דורך חיים נחום
ביים סעודת הודאה מוצש"ק נחמו תשס"ט, ווערט געזען אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר ובנו אב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א

IMG-20190401-WA0078.jpg
IMG-20190401-WA0078.jpg (392.23 KiB) געזעהן 2355 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:58 pm
דורך פעלעד
רבינו הקדוש זי"ע

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 6:59 pm
דורך חיים נחום
ביים כינוס 'לשמור ולעשות' נגד פגעי טעכנאלאגיע ברחובה של עיר וויליאמסבורג, קיץ תשע"ג

IMG-20190401-WA0079.jpg
IMG-20190401-WA0079.jpg (315.27 KiB) געזעהן 2311 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:01 pm
דורך חיים נחום
מעמד יובל העשרים קרן הצלה באולם ניו יארק סטעיט ארמארי, שנת תשנ"ח

IMG-20190401-WA0080.jpg
IMG-20190401-WA0080.jpg (349.74 KiB) געזעהן 2280 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:02 pm
דורך חיים נחום
היסטארישע אסיפה באישון לילה ביי אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר לפני כינוס כלל ישראל

IMG-20190401-WA0082.jpg
IMG-20190401-WA0082.jpg (150.84 KiB) געזעהן 2262 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:03 pm
דורך חיים נחום
מיט גאב"ד ירושלים שליט"א

IMG-20190401-WA0083.jpg
IMG-20190401-WA0083.jpg (116.11 KiB) געזעהן 2253 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:05 pm
דורך חיים נחום
ביי די חתונה פון ר' אהרן בן אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א, חשון תשס"ב באולם קרענוועי

IMG-20190401-WA0084.jpg
IMG-20190401-WA0084.jpg (343.02 KiB) געזעהן 2228 מאל


IMG-20190401-WA0084.jpg
IMG-20190401-WA0084.jpg (343.02 KiB) געזעהן 2228 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:07 pm
דורך חיים נחום
דאס לעצטע בילד מיט מרן הברך משה מ'סאטמאר זצ"ל, כ"א כסלו תשס"ו

IMG-20190401-WA0086.jpg
IMG-20190401-WA0086.jpg (361.93 KiB) געזעהן 2362 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:10 pm
דורך גיוואלדיג
איך האב יעצט נישט די צייט צו שרייבן, אבער זעענדיג אזא שיינע מאמר זכרון, איז המו מעי עליו, און איך וויל צולייגן א קליינע הוספה.
דאס צוזעהן די געוואלדיגע אהבת ישראל און כבוד הבריות פון דעם רבי זצ"ל איז געווען דער גרעסטער לימוד אין מידות וואס מען האט נאר געקענט לערנען. די צהלת פנים ביים אויפנעמען יעדען איד, און דאס זיך אויפשטעלן מלא קומתו, און ארויסבאגלייטן יעדען בנן של קדושים וואס איז אריינגעקומען.
און דער עיקר איז דאס פשטות און נאטורליכקייט מיט וואס ער האט דאס געטוען, ואין כאן העת להאריך

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:13 pm
דורך חיים נחום
ביקור אצל מרן הברך משה זצ"ל במחנה דברי יואל קיץ תשס"ב

IMG-20190401-WA0097.jpg
IMG-20190401-WA0097.jpg (447.67 KiB) געזעהן 2246 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:14 pm
דורך חיים נחום
ביקור גומלין של מרן הברך משה זצ"ל ב'מחנה ראזענס קיץ תשס"ב

IMG-20190401-WA0096.jpg
IMG-20190401-WA0096.jpg (429.08 KiB) געזעהן 2251 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:16 pm
דורך חיים נחום
חתונת הרב יואל שמעון פריעדמאן חדב"ן אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר שליט"א

IMG-20190401-WA0095.jpg
IMG-20190401-WA0095.jpg (577.91 KiB) געזעהן 2217 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:23 pm
דורך חיים נחום
ביי א דינער פאר חסד לאברהם

IMG-20190401-WA0099.jpg
IMG-20190401-WA0099.jpg (161.72 KiB) געזעהן 2279 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:25 pm
דורך חיים נחום
עם יבלחט"א הגה"צ הראב"ד סאטמאר שליט"א והגה"צ מקארלסבורג שליט"א

IMG-20190401-WA0100 (1).jpg
IMG-20190401-WA0100 (1).jpg (90.91 KiB) געזעהן 2260 מאל

מיט כ"ק אדמו"ר מהר''א מ'סאטמאר שליט"א אין פאלם ספרינגס

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:57 pm
דורך הרב דפה
PalmSprings2-11.JPG
PalmSprings2-11.JPG (83.77 KiB) געזעהן 2244 מאל
PalmSprings3-3.JPG
PalmSprings3-3.JPG (68.07 KiB) געזעהן 2244 מאל
PalmSprings3-4.JPG
PalmSprings3-4.JPG (69.19 KiB) געזעהן 2244 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 7:58 pm
דורך הרב דפה
RabainyPalmSprings3.JPG
RabainyPalmSprings3.JPG (211.43 KiB) געזעהן 2235 מאל
RabainyPalmSprings3.JPG
RabainyPalmSprings3.JPG (211.43 KiB) געזעהן 2235 מאל
VisitSkulen2.JPG
VisitSkulen2.JPG (90.71 KiB) געזעהן 2235 מאל