רבי ישראל אברהם פארטוגאל מסקולען - תרפ״ג - כ״ה אדר ב׳ תשע״ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:52 am

תגובהדורך מודה ומהלל » דינסטאג אפריל 02, 2019 11:09 am

בדביקות.
צוגעלייגטע
photo_2016-11-01_14-53-31 - עותק.jpg
photo_2016-11-01_14-53-31 - עותק.jpg (209.83 KiB) געזעהן 1717 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אפריל 02, 2019 11:38 am

מודה ומהלל האט געשריבן:רבי ישראל מויזניץ ב"ב שליט"א.

יעדע וואך, בעיקר ביים מיטאג טיש, ער בעט מ'זאל זינגען סקולענע ניגונים. און פול מאל צו מאל דריקט ער זיך נאכאמאל און נאכאמאל אויף די גרויסקייט פון די ניגונים

אוועטאר
ברכי נפשי
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

תגובהדורך ברכי נפשי » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:06 pm

אוי... ווען מען קוקט אויף די בילדער... זיין פנים האט באשיינפערליך געשיינט ווי די זון אזא ליכטיגע צורה וואס כולו אומר כבוד וקדושה... אוי ווי נעמט נאך אזא איד
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

חיים נחום
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:38 pm

תגובהדורך חיים נחום » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:09 pm

דער סקולענער רבי זצוק"ל איז געבוירן געווארן ח"י סיון שנת תרפ"ג אין דער שטאט סקולען אין מאלדאווע, הארט ביי דער רומענישער גרעניץ, אלס איינציגער זון צו זיין גרויסן פאטער דער צדיק וקדוש מפורסם כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק רבי אליעזר זוסיא מסקולען זצוק"ל בעל "נועם אליעזר". אין זיינע בחור'ישע יארן האט ער געלערנט ביי הרה"ק בעל דמשק אליעזר זצוק"ל אין דער שטאט וויזניץ, און כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת רייזל ע"ה.

נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, וואו דער רבי זצוק"ל איז געראטעוועט געווארן פון די קאנצענטראציע לאגערן און פון די נאצישע נעגל, האט ער אינאיינעם מיט זיין גרויסן פאטער געארבעט צו ראטעווען קינדער וואס זענען געווארן יתומים ביי דער קריג. דאס הויז פון זיין פאטער איז דאן געווארן אנגעפילט מיט קינדער, וועלכע ער האט געהאלפן אויפציען און זיי געהאלטן ביי אידישקייט אין יענע גאר שווערע זמנים.

מ'האט ארויסגעשווערצט די קינדער קיין בוקארעשט, און דעם רבינ'ס פאטער דער נועם אליעזר זצוק"ל איז געכאפט און ארעסטירט געווארן דורך די רשעות'דיגע קאמוניסטן, וועלכע האבן באטראכט זיינע פעולות פאר אידישקייט אלס א געפאר צום קאמוניזם. אינאיינעם מיט אים איז אויך ארעסטירט געווארן בנו יחידו דער רבי זצוק"ל, וועלכער האט דערביי מיטגעמאכט ביטערע יסורים און פייניגונגען, און די אלע שפעטערדיגע יארן פלעגט ער דערציילן די נסים מן השמים וויאזוי ער האט דאס אלעס איבערגעלעבט.

יאר יערליך פלעגט דער רבי זצ"ל פראווען דעם געהויבענעם "שבת נחמו" באגלייט מיט א גרויסע "סעודת הודאה" מוצאי שבת נחמו, וואו ער האט געדאנקט דעם רבונו של עולם פאר די גרויסע נסים וואס ער האט געטון פאר אים און זיין טאטן בעת'ן זיך געפונען דעמאלט אין רומעניע און דארט פרובירן אויפצוטון פאר אידישקייט אונטער די קאמוניסטישע רשעים. דאס יהדות ניו יארק געדענקט גוט די פייערליכע סעודות הודאה'ס מדי שנה בשנה, וואו טויזנטער אידן האבן אינאיינעם מיט'ן סקולענער רבי'ן זצוק"ל געטאנצט בתוך רבים אהללנו און שעה'ן געזונגען די אויסגעווייקטע סקולענער ניגונים און מעלאדיעס, מלא רגש והודאה להשי"ת.

נאכ'ן באפרייט ווערן פון ארעסט, האט דער רבי זיך געצויגן קיין אמעריקע אינאיינעם מיט זיין טאטן זי"ע, וואס האט זיך באזעצט אין קרוינהייטס און אוועקגעשטעלט דארט דעם סקולענער בית המדרש און שפעטער אין וויליאמסבורג. דער סקולענער רבי זצוק"ל האט זיך שפעטער געצויגן קיין בארא פארק, וואו ער איז פארבליבן אין לויף פון די לעצטערע צענדליגער יארן, ומשם יצא תורתו וצדקתו וקדושתו איבער דער גאנצער וועלט, פארשיינענדיג דעם כלל ישראל ביז צום לעצטן אטעם פון זיין הייליגן לעבן.

עס איז אוממעגליך אין דעם פארמאט פון די פאר שורות אראפצוגעבן די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם סקולענער רבי'ן זצוק"ל, וואס אויסער זיין גדלות בתורה ועבודה, זיין קדושה, זיין זהירות, זיין יראה, זיין מקרב זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים, האט ער זיך מפקיר געווען דורכצופירן במשך ימי חייו גדולות ונצורות פאר אידישע קינדער און אפצוהיטן דעם גחלת ישראל שלא תכבה.

דער רבי זצוק"ל איז געווען א דמות דיוקן פון א צדיק פונעם אמאליגן דור, און פון איבער דער וועלט האבן אידן געשטראמט צו נעמען פון אים א ברכה, זיך שואל עצה זיין ברצון צדיק, אדער אפילו בלויז שעפן קדושה פון דער הייליגער צורה, און צוקוקן די טיפע קרעכצן און דאס דביקות אויף יעדן טריט און שריט. דער רבי זצוק"ל איז געווען באקאנט מיט זיין הייליג הארץ, וואס האט געפיבערט און געזידט מיט ליבשאפט פאר יעדן איד, א פלאם-פייער האט זיך געגאסן ביי זיינע הייליגע טישן, וואס ער האט געפראוועט בדרך אביו הק' און אויך פארפאסט אומצאליגע הארציגע און הייליגע ניגונים, וועלכע זענען פארבליבן אלס אן אוצר בלום און שלל רב פאר'ן כלל ישראל אויף לדורות.

אויסער דעם איז דער רבי זצוק"ל געשטאנען אויפ'ן פראנט פון דער מלחמה לה' בעמלק, אין יעדן הינזיכט און אויף יעדע זאך וואס האט א שייכות צו צניעות וקדושה און סיי וועלכע פירצה כנגד הדת, וואס דער רבי זצוק"ל האט געזען דערין אז ס'איז א חורבן פאר'ן דור, האט ער זיך ארויסגעשטעלט און מעורר געווען דערקעגן, רופנדיג אידישע קינדער זיך צו האלטן צום אמת'דיגן מסורה און צום דרך הקדושה והטהרה הסלולה לנו מאבותינו ורבותינו הק'.

דער סקולענער רבי זצוק"ל האט זוכה געווען צו זיין דער ערשטער פון די גדולי וצדיקי הדור וואס האט אנגעהויבן פירן קאמף קעגן די ביטערע כלי משחיתים, די טריפה'נע טעכנאלאגישע כלים, אויף א נאכאנאנדיגן פארנעם נאך אין די סאמע ערשטע יארן, ווען די טריפה'נע כלים האבן אנגעהויבן מאכן זייערע ערשטע טריט אריינצודרינגען ביים כלל ישראל. שוין אין יענע צייטן האט דער רבי זצ"ל געליארעמט יומם ולילה קעגן די טריפה'נע כלים, מעורר געווען ביי אלע זמנים, ביי יעדן מעמד החופה פון אן אייניקל, און מיט הייסע טרערן זיך געבעטן צו אידן אוועקצואווארפן די כלי משחיתים, וואס ברענגען אלע צרות אויף דער וועלט. שוין אפגערעדט פון דעם רבי'נס דורכדרינגליכע השפעה דורכצופירן דעם היסטארישן "כינוס כלל ישראל" אין סיטפיעלד ניו יארק במעמד רבבות מישראל, וואס האט בוכשטעבליך אוועקגעשטעלט דעם אבן היסוד אויף דורי דורות פון די תקנות אין אלע קהילות קדושות בישראל זיך צו פארפאנצערן קעגן די גע'אסר'טע כלי משחיתים.

משאת נפשו פונעם רבי'ן זצ"ל איז געווען זיין הייליגע מיסיע מקרב צו זיין רחוקים לאביהם שבשמים, מיט'ן אנפירן די הייליגע מוסדות "חסד לאברהם" מיט אירע פארצווייגטע פעולות. דער רבי זצ"ל האט זיך דערפאר אוועקגעגעבן בכל נימי לבו ונפשו, אפילו ווען ס'האט אים געקאסט ביטערע כוחות הנפש והגוף, און אפילו ער איז שוין געווען אין א גאר שוואכן צושטאנד, טאג און נאכט האט ער זיך געזארגט פאר די הייליגע מוסדות חסד לאברהם און געזען אין זיי ווי זיינע 'אייגענע קינדער'. כל ימיו האט דער רבי זצ"ל מכתת רגליו געווען און מיט מסירת נפש'דיגע כוחות געשאפן החזקה פאר די מוסדות, און ער פלעגט אלץ וואונטשן די אידן וואס האבן געהאלפן 'חסד לאברהם', מיט ברכותיו הטהורות מיט א מורא'דיגן הכרת הטוב באופן יוצא מן הכלל.

דאס שטארקע דביקות וואס כלל ישראל האט געשפירט צום סקולענער רבי'ן זצוק"ל האט זיך ספעציעל שטארק אנגעזען אין די לעצטע שווערע חדשים, וויסנדיג אז ער איז דער לעצט-פארבליבענער קשר צום פריערדיגן דור, און יעדעס מאל וואס מען האט געהערט אז דער פיזישער מצב פון רבי'ן איז נישט ווי עס דארף צו זיין, האבן אידן אומעטום זיך גענומען פריש איינרייסן און מתפלל זיין לרפואת הצדיק, מיט דער האפענונג אז מ'וועט נאך צוריק זוכה זיין צו די שיינע לעכטיגע טעג פון אמאל, זיך קענען ווארעמען ווייטער אין זיין שאטן, מיטהאלטן זיינע הייליגע ניגונים, און מיט געשטארקטע געפילן האט מען אלץ געהאפט, נאך אין די לעצטע טעג, אז אין די ימי השמחה פון חודש אדר וועט נשפע ווערן א ישועה ונחמה און א רפואה שלימה פאר דעם צדיק וקדוש, אויף וועמען דער דור האט אזוי ארויסגעקוקט ער זאל בלייבן צווישן אונז און ווייטער ברענגען השפעות טובות פאר'ן גאנצן כלל ישראל.

אבער ליידער, נאכ'ן אפליגן די לעצטע וואכן אינעם שפיטאל אין באלטימאר, איז דער מצב געווארן ערגער, כבר נגזרה גזירה, און נעכטן זונטאג נאכמיטאג, כ"ה אדר ב', איז געווען "נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון אלקים", דער סקולענער רבי זצוק"ל איז ארויף למעלה בגנזי מרומים, נאכ'ן פארשיינען די וועלט 95 יאר מיט זיין עבודת הקודש, להקים עולה של תורה וקדושה, ואותנו עזב לאנחות, איבערלאזנדיג א שרעקליכן חלל ביים כלל ישראל, וואס איז דערשיטערט און צעבראכן, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.


(גענומען פון דער 'טעגליכער דער איד' בלעטל)

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג אפריל 02, 2019 12:14 pm

דער הייליגער רבי זצ''ל פלעגט גיין שפאצירן אין די פארטאגס שעהן.

ר' יונה כהן, האט ארויסגעלייגט א בענקל פארנט פון זיין הייזקע, טאקע פאר דעם אז עלטערע מענטשן זאלן זיך קענען אפרוען אויף א מינוט בשעת'ן פארבייגיין.

ר' יונה האט געהאט די זכי' אז הרה''ק דער רבי זצ''ל האט זיך אפגערועט אויף דעם בענקל. ווען ר' יונה האט געזאגט דעם רבין וואסארא כבוד עס איז פאר אים אז דער רבי באנוצט זיך מיט זיין בענקל, האט דער רבי געשמייכעלט און געבענטשט אים מיט די פאמיליע.

איך פארמאג נישט דעם בילד פונעם בענקל, אבער פארט האבמיר דא א בילד פונעם רבין מיטן אצילות'דיגן צורה ביים שפאצירן אין די פארטאגס שעה'ן.
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (91.29 KiB) געזעהן 1912 מאל

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אפריל 02, 2019 1:18 pm

רבניש האט געשריבן:מיט הרה״ק מפשעווארסק זצ״ל



אויף די לינקע זייט איז הרב קרייזווירט זצ"ל.
אויף די רעכטע זייט איז הרב שיף שליט"א?
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » דינסטאג אפריל 02, 2019 1:22 pm

מונאוויטש האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:מיט הרה״ק מפשעווארסק זצ״ל



אויף די לינקע זייט איז הרב קרייזווירט זצ"ל.
אויף די רעכטע זייט איז הרב שיף שליט"א?



האדמו"ר מ'ביטשקוב זצ"ל א מחותן מיט הרה"צ ר' משה אהרן רייך
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג אפריל 02, 2019 1:24 pm

הרה"ק מסקולען זי"ע גיט די האנט פאר יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ביים כינוס כלל ישראל.
צוגעלייגטע
סקולען עם סקווירא.jpg
סקולען עם סקווירא.jpg (24.71 KiB) געזעהן 1506 מאל

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » דינסטאג אפריל 02, 2019 2:09 pm

כ''ק אדמו''ר מניקלשבורג שליט''א עם כ''ק אדמו''ר מסקולען זצ''ל.jpg
כ''ק אדמו''ר מניקלשבורג שליט''א עם כ''ק אדמו''ר מסקולען זצ''ל.jpg (65.24 KiB) געזעהן 2545 מאל


כ''ק אדמו''ר מניקלשבורג שליט''א עם כ''ק אדמו''ר מסקולען זצ''ל 2.jpg.png
כ''ק אדמו''ר מניקלשבורג שליט''א עם כ''ק אדמו''ר מסקולען זצ''ל 2.jpg.png (180.28 KiB) געזעהן 2545 מאל

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אפריל 02, 2019 2:42 pm

קמח האט געשריבן:
כ''ק אדמו''ר מניקלשבורג שליט''א עם כ''ק אדמו''ר מסקולען זצ''ל.jpg


כ''ק אדמו''ר מניקלשבורג שליט''א עם כ''ק אדמו''ר מסקולען זצ''ל 2.jpg.png

ניקולשבורגע רבי איז אויפגעוואקסן ביים בעל נועם אליעזר

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג אפריל 02, 2019 2:49 pm

דריידל האט געשריבן:
קמח האט געשריבן:
כ''ק אדמו''ר מניקלשבורג שליט''א עם כ''ק אדמו''ר מסקולען זצ''ל.jpg


כ''ק אדמו''ר מניקלשבורג שליט''א עם כ''ק אדמו''ר מסקולען זצ''ל 2.jpg.png

ניקולשבורגע רבי איז אויפגעוואקסן ביים בעל נועם אליעזר


זיין מאמע איז געווען חתונה געהאט צו האדמו"ר מסקולען ז"ל -

נישט נאר ער נאר אנדערע ברודער זיינע אויכעט.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג אפריל 02, 2019 4:01 pm

אדמו"ר מסקולען אין א ביקור גומלין ביי הגראי"ל שטיינמאן זצוק"ל
צוגעלייגטע
photo_2019-04-02_22-57-51.jpg
photo_2019-04-02_22-57-51.jpg (100.92 KiB) געזעהן 1350 מאל

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג אפריל 02, 2019 4:12 pm

.
צוגעלייגטע
WIKI Updated.JPG
WIKI UPDATED
WIKI Updated.JPG (71.22 KiB) געזעהן 1333 מאל
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג אפריל 02, 2019 4:16 pm

מיט מורו ורבו כבו"ק העקבי אבירים מסאדיגורא
צוגעלייגטע
IMG-20190402-WA0015.jpg
סאדיגורא
IMG-20190402-WA0015.jpg (176.02 KiB) געזעהן 1322 מאל
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

אוועטאר
א גוט מארגן
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 11:35 pm
לאקאציע: אויפן האריזאנט

תגובהדורך א גוט מארגן » דינסטאג אפריל 02, 2019 4:17 pm

מצלמה האט געשריבן:אזא מעשה וואס מאכט וויינען:

נדודי השינה סוחבים אותי להרהורים אל ההיכל הסקולעני, היכל הערבות והנעימות. היכל אהבת השי"ת, היכל התנועות והפירושים.

השעה 3:30 לפנות בוקר של מוצאי שבת קודש פרשת עקב תשע"ב. את השבת ערך רבנו שליט"א בשיכון סקווירא שבארה"ב, ולאחר המלוה מלכה, הציע הנה"ח ר' יעקב פעלדמאן לקחתנו להרי הקטסקיל, הקאנטרי'ס, מקום נופשם של יהודי ניו יורק. אל ה'מלוה מלכה' של הסקולענער רבי.

היינו שם, 4 אברכים שנלוו אל רבנו שליט"א למסעו הראשון לארה"ב לאחר קבלת עטרת ההנהגה, וכמובן שששנו אלי רעיון. וכך, מצאנו את עצמנו בביהמ"ד סקולען בקאנטרי, בשעה האמורה.

הרבי עדיין לא נכנס למלוה מלכה, ותפסנו את מקומותנו בין הבודדים שהיו שם.

הרבי נכנס מספר דקות לאחמ"כ, והיו אלו שעות של קורת רוח שלא מעלמא הדין. זכורני שהתקשרתי אל אאמו"ר שליט"א - שעת צהרים בארה"ק - להטעימו טעם גן עדן.

היה זה שבת שלפני הילולת אביו הק' מסקולען זי"ע, ופיו לא חדל מלספר, בשארית קולו, עובדות וסיפורים.

איה העט שתוכל לתאר את המתיקות, את העונג, את הגן עדן, את הדבש המתוק שנטף שם. 

לא רצינו שהשעות יסתיימו. פשוטו כמשמעו.

אזרתי אומץ, וכיוון שממש אז שמעתי שיש ניגון מהיר על 'באלוקים בטחתי', ביקשתי בקול שישיר את הזמר. הגבאי רכן אליו ואמר: "ס'איז דא דא אפאר וויזניצער יונגעלייט, זיי ווילן הערן באלוקים בטחתי". והרבי, בענוות חן ובכפיפות הקומה, החל לשיר. אוי, כל הון דעלמא לא ישוו.

בקשתי עוד ועוד ניגונים, והרבי שורר, ושורר, ושורר, ולא הפסיק לשורר.


עלה השחר, השעה 7:00 כאשר הרבי צועד אל ביתו בשבילי הקאנטרי. ואני הק' ניגש אליו, הגבאי אומר: "א יונגערמאן פון ארץ ישראל וויל זיך געזעגענען".

הרבי מושיט אלי את ידו: "א יונגערמאן פון ארץ ישראל? לאמיר דיך באגלייטן מיט א ניגון"

והרבי מתחיל לפזם, בצעידתו האיטית, אוחז ביד ימיני. ציפרי השחר מצייצים, השמש מתחילה להאיר, והרבי משורר "השם ישמרך, מכל רע, ישמור את נפשך, השם ישמר, צאתך ובואך, מעתה ועד עולם"...

היה ליבי כדונג, נמס בתוך מעי!

אזרתי שוב אומץ, ואמרתי לרבי: אנו חסידי ויזניץ, והרבי מויזניץ מרבה לשורר ניגוני סקולען, והוא אומר תמיד שניגוני סקולען יכולים להוציא אדם משאול תחתית".

הרבי, מרים אלי את עיניו הטובות והמאירות בהתרגשות, אוחז בידי בחזקה: "אזוי? אזוי האט ער געזאגט? ס'איז טאקע אזוי. יא. דעם טאטנ'ס ניגונים זענען אזוי". חוזר על זה שוב ושוב בהתרגשות.

דער הייליגער טאטע, פאר ווען ער האט געמאכט א ניגון, האט ער קודם געזינגען "שירו לו, זמרו לו, שיחו בכל נפלאותיו". "שירו לו - פאר וועם גייט מען זינגען, זמרו לו, וועם גייט מען לויבן..."

והרבי שואל אותי: "וואס האט מען געזינגען לעצטנ'ס".

עניתי, שבדיוק שבוע קודם לכן היו שני נכדיו במיטאג טיש בויזניץ, והרבי כיבד אותם לשיר ושוררו את התנועה "ותן בנו יצר טוב".

"נו, און די קענסט עס"? שאל הרבי בקורת רוח גלויה.

"איך מיין אז יא" עניתי בגמגום...

"לאמיר הערן".

ואני, הצעיר השפל והנבזה, אוחז ביד קדוש ישראל ואוהבם, ומשורר "ותן בנו, ותן בנו, ייצר טוב, לעבדך באמת, וביראה, ובאהבה", והרבי מתחיל לנענע ידיו אנה ואנה בהתרגשות.

בפעם השניה, ראיתי תכונה בעיניו, ואכן, כאשר הדגשתי את ה'קוועטש', הנהן בשביעות רצון גלויה. כמאשר בעיניו הנרגשות.

אחר הזכרתי את עובדת היותי 'סקולענער פון דערהיים" כאשר סבתי אדלר ע"ה גדלה בצילו ביתמותה, לאחר שגם היו שכנים בטשערנאוויץ שנים רבות. "וואס מאכט די באבע" התעניין ובירך אותה בחום.

"פאר געזונטערהייט, און גיב איבער פארן רבי'ן אז איך האב איהם ליב אהבת נפש" - נפרד ממני בפתח ביתו.

כמו היו אתמול, חקוקים אותם שעות, אותם רגעים בתוכי תוככי לעד.


עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס מיר האבן פארמאגט - און ליידער פארלוירן.
זיעועכי״א

מורא'דיג מורא'דיג

מיר ווייסען נאך נישט וואס מיר האבען פארלוירן, די געפילן זענען נאך פארפרוירן
אודה לקל לבב חוקר ברן יחד כוכבי בוקר

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג אפריל 02, 2019 4:19 pm

משה צימערינג האט געשריבן:מיט מורו ורבו כבו"ק העקבי אבירים מסאדיגורא
צוגעלייגטע
IMG-20190402-WA0017.jpg
2
IMG-20190402-WA0017.jpg (180.63 KiB) געזעהן 1314 מאל
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג אפריל 02, 2019 4:20 pm

באחד הפעמים בהם ביקר בארץ והתאכסן בדירת בנו שבבנין המוסדות ברחוב עזרא . הגיע כבו"ק הרבי זיע"א בעל העקבי אבירים להחזיר ביקור (כידוע שכשהיה מגיע ארצה היה מגיע מיד לרבי-ואף שפעם סודר דירה למוחה בסביון .נסע קודם לררבי וחזר לשם)
הרבי מסקועלן רץ למקווה לפני בוא הרבי . ולפתע חשב ששמע רעש שהרבי כבר הגיע ורץ והחליק במקווה , וכשיצא המתין בפינת הפרוזדור עד ששמע הרבי כבר ברכב ואז רץ במדרגות למטה לקבלו . בהמשך הרבי זיע"א החליט לעבור לבנין הישיבה שכמעט ממול
והמחזה לראות שני גדולי הדור באי תנועה שבאמצע הכביש ברחוב עזרא שאינם מסוגלים להיפרד וכל אחד רוצה ללוות . הרבי מסקועלן אכן המשיך עד הישיבה , וזכוכרני שבאותו יום התפלל מוקדם שחרית באומרו שצריך להכין עצמו לביקור הרבי ,

אני מאמין על הקשר עם הרבי זיע"א ולמעלה בקודש אפשר יהיה לכתוב ספרים שלמים - זכיתי להיות אז ועוד בתפילת שחרית ובבחיקור ובלווי אחרי הביקור והרושם עדים חרוט בליבי ,
באותו בוקר בשחרית היה קריאת התורה . והרבי מסקועלן ראה שמחכים וכששאל מדוע אמרו שהולכים להביא את ספר התורה מלמטה (התפלל בסלון כל יום) הרבי במהירות ירד למטה
באומרו . את ספר התורה תביאו בשבילי ? אני ארד ,על אף שניסו למנוע ממנו שלומדים שם .לא הצליחו (בכול פעם היה מתפללים מאוחר והרבי לא ידע שהספר תורה מובא מלמטה)

זיע"א
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

שמעו לי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 26, 2016 8:18 pm

תגובהדורך שמעו לי » דינסטאג אפריל 02, 2019 5:40 pm


אוועטאר
ציגעלע
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » דינסטאג אפריל 02, 2019 5:44 pm


דראפבאקס אדער גוגל דרייוו פליז ייש"כ

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5910
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אפריל 02, 2019 6:01 pm

משה צימערינג האט געשריבן:מיט מורו ורבו כבו"ק העקבי אבירים מסאדיגורא

מורו ורבו??
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דינסטאג אפריל 02, 2019 6:06 pm

אוואדאי די רבי הכ״מ האט זיך געהאלטן פאר זיינס א חסיד
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג אפריל 02, 2019 6:07 pm

אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג אפריל 02, 2019 6:09 pm


הערליך, נאסטאלאגיע, זכרונות, היסטאריע.
ייש"כ שמעו לי.

אוועטאר
ציגעלע
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » דינסטאג אפריל 02, 2019 6:16 pm


אוי וויי ס'בענקט. זכותו יגן עלינו

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג אפריל 02, 2019 8:15 pm

אוי מלא כיסופין פין די רבי ז''ל
עס ברענגט מיר מורא'דיגע זכרונות
参考专家


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט