רבי ישראל הבעל שם טוב הקדוש זי"ע - שבועות תק"כ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך מאי 24, 2017 11:03 am

דאנציגער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:דער סידור פון הייליגן בעש"ט עס ליגט היינט אין א חב"ד מעיוזים און מען ווארט אז דער בעל הבית זאל עס קומען נעמען און דער בעל הבית וויל דערווייל נישט

און ווען דער בעל הבית וועט וועלן איז מען דאס גרייט צו געבן???

https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A1%D7 ... 9%22%D7%98


דער בעל הבית איז געקומען צו פארען צום לוי', געבליבען אינעם קאר די גאנצע צייט. א שטיק צייט שפעטער האט ער געשיקט א שליח נאך א לענגערע מו"מ איז געקומען דער לעצטע אנטווארט "אז די רבי האט עס נישט געגיבען, קענען מיר זיכער ניט". און אנדערע ווערטער: הי מיסט דעי באוט.

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך מאי 24, 2017 11:06 am

יצמחפורקניה האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:ענינים מהבעש"ט הק' זי"ע,
לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער
- ל"ה -
דער יארצייט פין בעש"ט איז דא א קלער צי יו"ט ראשון צי יו"ט שני.



היינט ווייסט מען שוין זיכער אויף 100 פראצענט אז דער יארצייט איז יום א' דשבועות

וויל ס'יאז געטראפען געווארען א סידור מיט א כוונות עפ"י קבלה בכתב יד פון הרה"ק ר' אברהם שמשון מראשקוב זי"ע א זוהן פונעם תולדות זי"ע, וואס ר' שמשון אליינס האט זיך אסאך געדרייט ביים בעש"ט

און ער שרייבט דארט אין סידור ביי ברכת כהנים, עפעס א כוונה וואס ער האט גהערט פונעם בעש"ט, וזל"ק בערך: שמעתי ממורי מהר"י בעש"ט שנפטר בעוה"ר ביום א' דשבועות העבר ...

דאס איז א עדות נאמנה מבן דורו שאין אחריה כלום


איך הייב נישט אן צו פארשטיין די "ראי' ברורה". אמת טאקע אז ער שרייבט אז די יארצייט איז די ערשטע טאג אבער מאן יימר אז בדורו איז נאכנישט געווען די ספק ווען ער איז נפטר געווארן? וכפי ששמעתי ואיני יודע עכשיו מקורו אז שוין אין די ערשטע יאר פון די פטירה פונעם בעל שם טוב האט מען שוין נישט געדענקט קלאר וועלכע טאג פונקטליך די פטירה איז געווען.

נו אויב אזוי וואס איז די גרויסע ראי', ער האט אנגענומען אז די יארצייט איז די ערשטע טאג, און אנדערע צדיקים האבן אנגענומען אז די יארצייט איז די צווייטע טאג, ווי עס אנגענומען אין טשערנאביל ובעוד מקומות.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך מאי 24, 2017 11:08 am

סידיראם האט געשריבן:
יצמחפורקניה האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:ענינים מהבעש"ט הק' זי"ע,
לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער
- ל"ה -
דער יארצייט פין בעש"ט איז דא א קלער צי יו"ט ראשון צי יו"ט שני.



היינט ווייסט מען שוין זיכער אויף 100 פראצענט אז דער יארצייט איז יום א' דשבועות

וויל ס'יאז געטראפען געווארען א סידור מיט א כוונות עפ"י קבלה בכתב יד פון הרה"ק ר' אברהם שמשון מראשקוב זי"ע א זוהן פונעם תולדות זי"ע, וואס ר' שמשון אליינס האט זיך אסאך געדרייט ביים בעש"ט

און ער שרייבט דארט אין סידור ביי ברכת כהנים, עפעס א כוונה וואס ער האט גהערט פונעם בעש"ט, וזל"ק בערך: שמעתי ממורי מהר"י בעש"ט שנפטר בעוה"ר ביום א' דשבועות העבר ...

דאס איז א עדות נאמנה מבן דורו שאין אחריה כלום


איך הייב נישט אן צו פארשטיין די "ראי' ברורה". אמת טאקע אז ער שרייבט אז די יארצייט איז די ערשטע טאג אבער מאן יימר אז בדורו איז נאכנישט געווען די ספק ווען ער איז נפטר געווארן? וכפי ששמעתי ואיני יודע עכשיו מקורו אז שוין אין די ערשטע יאר פון די פטירה פונעם בעל שם טוב האט מען שוין נישט געדענקט קלאר וועלכע טאג פונקטליך די פטירה איז געווען.

נו אויב אזוי וואס איז די גרויסע ראי', ער האט אנגענומען אז די יארצייט איז די ערשטע טאג, און אנדערע צדיקים האבן אנגענומען אז די יארצייט איז די צווייטע טאג, ווי עס אנגענומען אין טשערנאביל ובעוד מקומות.

טעית
בטשערנאביל מקובל שהיא"צ הוא ביום ראשון [ברוזין אמרו יסוד צדיק 'בשבעה' נעלם]

נושא-כלים
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 4:18 pm

נגינת הבעל שם טוב

תגובהדורך נושא-כלים » מיטוואך מאי 24, 2017 1:38 pm

כמעט יעדער חסידות האט א-ניגון וואס איז מיוחס צום בעל שם טוב הקדוש

איך וויל בעטען די חברי הפורום אויב מקען אפשר צושטעלן לינקים פון די ניגונים ווער אס וועיס

און בעיקר זאל זכותו יגן עלינו ועל כל כלל ישראל אמן

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך מאי 24, 2017 4:26 pm

אין אורות לחודש סיון תשע"ז איז געדרוקט אן ארטיקל איבער די יחוס'דיגע אפשטאם פונעם בעש"ט הק'
https://www.academia.edu/33182765/%D7%9 ... 7%A2%D7%96

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג מאי 29, 2017 11:28 pm

געמאכט א פי די עף לכבוד די גרויסע יארצייט הבעל"ט

חלק א'
צוגעלייגטע
רבי ישראל הבעל שם טוב הקדוש זיע חא.pdf
(222.56 KiB) דאונלאודעד 81 מאל
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג מאי 29, 2017 11:31 pm

חלק ב'
צוגעלייגטע
רבי ישראל הבעל שם טוב הקדוש זיע חב.pdf
(84.94 KiB) דאונלאודעד 73 מאל
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4438
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מאי 29, 2017 11:46 pm

"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

טייטל
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דאנארשטאג יולי 13, 2017 2:27 pm

א בילד פונעם מצבה פון פארן קריג

קרדיט
צוגעלייגטע
בעשט.jpg
בעשט.jpg (412.35 KiB) געזעהן 1796 מאל

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » דאנארשטאג יולי 13, 2017 3:39 pm

דער מצבה איז נישט פון פארן קריג

טייטל
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דאנארשטאג יולי 13, 2017 4:43 pm

א חסיד האט געשריבן:דער מצבה איז נישט פון פארן קריג

סארי כאגעוואלט שרייבן נאכן קריג.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » זונטאג יולי 16, 2017 7:09 pm

איינער ווייסט אפשר פון א מאמר וכדומה וואס באהאנדלט דעם ענין פון "נשתכח דרך הבעל שם"?
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » זונטאג יולי 16, 2017 7:11 pm

צו וויסט איינער אפשר מקור המעשה וואס יעדר חדר אינגל קען, בבית מדרשו של מרן הבעל שם טוב ביום הכיפור היה ילד און ער האט געפיפן, ואמר הבעש"ט שזה עשה רושם גדול בשמים?
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

שנת לידת הבעש"ט הק'

תגובהדורך נחוניא » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 1:11 am

אינעם ספר שבחי הבעש"ט זעט מען אז דער בעש"ט הק' איז נתגלה געווארן ערשט ביי די 36 יאר. ווייטער איז דארטן דא א מעשה ווי דער בעש"ט הק' איז געפארן קיין סלוצק ווען דער גרויסער עושר ר' שמואל האט דארטן געבויט א נייע הויז וכו'.
לעצטענס האט מען געטראפן די ארכיוון פונעם פריץ ראדזיוויל און מען זעט דארטן אז דער ר' שמואל האט געבויט זיין הויז בשנת תצ"ג, און צוועלף יאר שפעטער בשנת תק"ה האט מען אים איינגעזעצט אין תפיסה.
אויב דער בעש"ט הק' איז געבוירן בשנת תנ"ח, איז ער ערשט נתגלה געווארן בשנת תצ"ד, דאס שטימט נישט אז ער איז געפארן בשנת תצ"ג צום חנוכת הבית פונעם עושר'ס הויז.
משא"כ אויב ער איז געבוירן בשנת תמ"ח, איז ער שוין נתגלה געווארן בשנת תפ"ד, שטימט דאס זייער גוט.

סוואליעווער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 1:59 pm

נחוניא האט געשריבן:אינעם ספר שבחי הבעש"ט זעט מען אז דער בעש"ט הק' איז נתגלה געווארן ערשט ביי די 36 יאר. ווייטער איז דארטן דא א מעשה ווי דער בעש"ט הק' איז געפארן קיין סלוצק ווען דער גרויסער עושר ר' שמואל האט דארטן געבויט א נייע הויז וכו'.
לעצטענס האט מען געטראפן די ארכיוון פונעם פריץ ראדזיוויל און מען זעט דארטן אז דער ר' שמואל האט געבויט זיין הויז בשנת תצ"ג, און צוועלף יאר שפעטער בשנת תק"ה האט מען אים איינגעזעצט אין תפיסה.
אויב דער בעש"ט הק' איז געבוירן בשנת תנ"ח, איז ער ערשט נתגלה געווארן בשנת תצ"ד, דאס שטימט נישט אז ער איז געפארן בשנת תצ"ג צום חנוכת הבית פונעם עושר'ס הויז.
משא"כ אויב ער איז געבוירן בשנת תמ"ח, איז ער שוין נתגלה געווארן בשנת תפ"ד, שטימט דאס זייער גוט.

די נסיעה איז זיכער געווען נאכן נתגלה ווערן?
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 7:40 pm

איך זיך א מקור בענין לידת הבעל שם טוב.

ידוע אז אין ליבאביטש האט מען אנגענומען אז די יום הולדת פונעם הייליגן בעל שם טוב איז י"ח אלול די זעלבע טאג ווי די יום הולדת פונעם הייליגן בעל התניא.

למעשה האב איך געהערט גאר אסאך מפקפקים אז די זאך האט נישט קיין שום מקור, דאס איז אלעס געבויעט אויף א בריוו פון די חערסאנישע גניזה וואס ידוע שאי אפשר לסמוך עליו.

איינער האט עפעס מער ידיעות אין די נושא סיי ווער עס האט יא אנגענומען און סיי ווער עס האט געהאלטן אז עס האט נישט קיין מקור אז ח"י אלול איז די יום הולדת. ווער ווייסט?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 7:42 pm

[quote="בן בוזי"]עס איז קלאר אנגענומען אז דער גאנצער זאך איז הוילע בלאף און ער איז נישט געבוירן שנת נח"ת, און ווי ר' מרדכי חיים סלאנימער האט זיך מיט זיין שארפקייט אויסגעדרוקט דער בעל שם הק' איז געבוירן א גאנץ יאר נאר נישט ח"י אלול.[/quote

ווי ווערט דאס געברענגט? אין מאמר מרדכי?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

איטשע
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 12:48 pm

משה כהן האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פון א מאמר וכדומה וואס באהאנדלט דעם ענין פון "נשתכח דרך הבעל שם"?


מה זאת?
״נשתכח דרך הבעל שם״?
עס גייט אן מיט׳ן פולן שוואונג...

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 1:00 pm

איטשע האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פון א מאמר וכדומה וואס באהאנדלט דעם ענין פון "נשתכח דרך הבעל שם"?


מה זאת?
״נשתכח דרך הבעל שם״?
עס גייט אן מיט׳ן פולן שוואונג...


ליידער איז דאס פארדרייט געווארן פאר איין שטיק חיצוניות. דאס איז די פשטות הכוונה פון נשתכח דרך הבעל שם. אוודאי איז דא עובדי השם וואס קלאמערן זיך אויפ'ן דרכי העבודה השייך וקרוב לדרך החסידות, אבער די חיצוניות איז סאך מער גובר אויפ'ן פנימיות.

די אנגייאונג מיט'ן פולן שוואונג איז ליידער נישט פונקט אזוי, עס גייען אן קהילות חסידות'ן וכו', אבער א פינטעלע עבודת השם באמת איז דא ווייניג ליידער, עס איז נישט מיט'ן פולן שוואונג.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 3:26 pm

סידיראם האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פון א מאמר וכדומה וואס באהאנדלט דעם ענין פון "נשתכח דרך הבעל שם"?


מה זאת?
״נשתכח דרך הבעל שם״?
עס גייט אן מיט׳ן פולן שוואונג...


ליידער איז דאס פארדרייט געווארן פאר איין שטיק חיצוניות. דאס איז די פשטות הכוונה פון נשתכח דרך הבעל שם. אוודאי איז דא עובדי השם וואס קלאמערן זיך אויפ'ן דרכי העבודה השייך וקרוב לדרך החסידות, אבער די חיצוניות איז סאך מער גובר אויפ'ן פנימיות.

די אנגייאונג מיט'ן פולן שוואונג איז ליידער נישט פונקט אזוי, עס גייען אן קהילות חסידות'ן וכו', אבער א פינטעלע עבודת השם באמת איז דא ווייניג ליידער, עס איז נישט מיט'ן פולן שוואונג.

מיינסט אוודאי ביי דיר, אבער ביי אונז איז עס די זעלבע ווי ביים הייליגן בעל שם אין קלייזל אן קיין שום שינוי
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1814
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 8:36 pm

ביי מיר און ביי דיר און ביי יענעם, איז עס 5 מיליאן מייל ווייט, פון ביים בעל שם אין קלייזל.

א פשוט'ע חשבון (אויב מען דארף דאס אויסחשבונ'ען) ביי דיין "אונז" קען איך טרעפן עפעס ענליכ'ס צו וואס מען האט געטראפן ביי די בעל שם טוב'ס בית מדרש? עס איז דאך אן קיין שום שינוי, איז פארוואס די תלמידים פון אן היינטיגן צדיק וואקסן נישט אויף אזוי ווי למשל דעים תולדות צו רבי משה מדאלינא, צו רבי דוד פורקעס, צו רבי וואלף קיצעס, ווי זענען זיי?

זיי געפינען זיך ביי דיין "אונז"? אויב יא לויף איך אהין.
לעצט פאראכטן דורך סידיראם אום דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 9:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 9:12 pm

דאנציגער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פון א מאמר וכדומה וואס באהאנדלט דעם ענין פון "נשתכח דרך הבעל שם"?


מה זאת?
״נשתכח דרך הבעל שם״?
עס גייט אן מיט׳ן פולן שוואונג...


ליידער איז דאס פארדרייט געווארן פאר איין שטיק חיצוניות. דאס איז די פשטות הכוונה פון נשתכח דרך הבעל שם. אוודאי איז דא עובדי השם וואס קלאמערן זיך אויפ'ן דרכי העבודה השייך וקרוב לדרך החסידות, אבער די חיצוניות איז סאך מער גובר אויפ'ן פנימיות.

די אנגייאונג מיט'ן פולן שוואונג איז ליידער נישט פונקט אזוי, עס גייען אן קהילות חסידות'ן וכו', אבער א פינטעלע עבודת השם באמת איז דא ווייניג ליידער, עס איז נישט מיט'ן פולן שוואונג.

מיינסט אוודאי ביי דיר, אבער ביי אונז איז עס די זעלבע ווי ביים הייליגן בעל שם אין קלייזל אן קיין שום שינוי

ווי די יושבים אינדערהיים

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 9:21 pm

סידיראם, כ'האף איר פארשטייט אז אייער פונקט פראווט גארנישט. פונקט ווי איר פארשטייט אז בזמן הבעש"ט האט מען קיין רשב"א אויך נישט געקענט געפונען, קען מען היינט נישט געפינען איינער ווי די תלמידי הבעש"ט, דאס האט פשוט צו טון מיט די ירידת הדורות, מיט די אלע וואגלענישן און שוועריגקייטן וואס מאכט שוואכער די גוף ונפש, בנוסף צו דעם וואס די לופט איז פשוט פאר'סמ'ט, און די הייליגע תלמידי בעש"ט האבן זיך נישט געדארפט דרייען אין אזעלכע בלאטעס ווי אונז היינט.

ממילא, צו ברענגן פון דעם א ראיה אז דעם דרך אין עבודת השם עקזעסטירט נישט, איז פשוט נישט ריכטיג, יא, די דרך עבודה איז נאך אלץ דא, נאר ליידער די עבודה דארף אונז ארויפברענגן פון אסאך א גרעסער גרוב ווי בזמן תלמידי הבעש"ט. דאס הייסט יענער צייט כנגד אונזער צייטן, איז ווי דער קינד וואס איז געבוירן אויפן בארג, קעגן דער וואס דארף פון אלץ קינד אנהייבן קריכן ארויף דעם בארג. ופשוט הוא.

בראשית ברא
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 9:32 pm

א דרך בעצם אפשר איז דא, אבער נישט מענטשן וואס זענען דערין, רשב"א און תלמידי בעש"ט נישט קיין גרויסע חילוק צווישן די צוויי, ווער קען אריינרעדן צדיקים קדושים שרפי מעלה, היינט קען מען טרעפן אחד מאלף א איד וואס זאל נאר ענדלן קצת אין א פשוטע חסידישע איד פון דערהיים.
און כידוע די גרעסטע דרגא פון שפלות איז ווען מ'ווייסט אפילו נישט וואס פעלט, און מ'איז זיך מדמה און מ'איז נאך גרעסער, ווי עס לויטעט היינט אכשיר דרא. דאס איז עפעס א מין יתמות וואס קען נישט ארויסגעברענגט ווערן אין שפראך.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שמונת אלפים
תגובות: 8891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 9:45 pm

אז איר ווילט שטארק קענט איר פארטייטשן מיין תגובה ווי אזוי איר ווילט כדי עס צו קענען אפפרעגן. אבער אויב ווילט איר קוקן אויפן אמת דערפון דאן ליינט עס איבער רואיגערהייט. אז איר ווילט בעסער פארשטיין וועל איך נאר צושטעלן דערצו א מעשה וואס דער סאטמאר'ער רב זי"ע האט פארציילט בשעת ער איז געווען ביים ציון פון הייליגן רמב"ם.

ער האט פארציילט, אז זיין פאטער האט פארציילט אין נאמען פון הרה"ק משינאווע זצוק"ל, אז דער הייליגער ישמח משה האט אמאל געבעטן פון הימל אז ער זאל האבן די יראה פון די הייליגע אבות, האט מען אים געענטפערט אז א בשר ודם קען דאס נישט דורכטראגן און בלייבן לעבן, האט ער געבעטן דאן די יראה פון די נביאים, האט מען געענטפערט די זעלביגע, האט ער געבעטן צו האבן די יראה פון די תנאים און אמוראים אדער רבנן סבוראי, און מען האט אים אלץ געענטפערט די דערמאנטע, האט ער געבעטן די יראה פונעם הייליגן רמב"ם, האט מען אים דאס געגעבן, און ער איז תיכף אראפגעפאלן אויפן ערד, און זיין גאנצן גוף איז איינגעגאנגען, די קאפ איז אים געגאנגען צווישן די קניען, און ער האט עס נישט געקענט דערטראגן ביז מען האט אוועקגענומען פון אים די יראה.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יצחק פון ישיבה און 8 געסט