רבינו ישראל אור שבעת הימים הבעל שם טוב הקדוש זי"ע - שבועות תק"כ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד

בית מדרשו
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער אוהל
אטעטשמענטס
די נייע אוהל אופן ציון הקדוש
די נייע אוהל אופן ציון הקדוש
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער סידור פון הייליגן בעש"ט עס ליגט היינט אין א חב"ד מעיוזים און מען ווארט אז דער בעל הבית זאל עס קומען נעמען און דער בעל הבית וויל דערווייל נישט
אטעטשמענטס
די הייליגע סידור
די הייליגע סידור
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך האב געפינען א בריוו אין די יווא ווי א יוד שרייבט צום שרייבער פון מארגען דזשורנאל אז ער איז א קאמינקער און ער ווייסט אז דער סידור האט באלאנגט פאר איטשע ליפסאן א סקווערער חסיד א יוד א גביר וועלעכע האט אויסגעהאלטן די הויף אין סקווער און האט געוואוינט אין קאמינקא און ער פרעגט צו דער סידור וואס דער ליובאוויטשער רבי האט געקויפט איז יענע סידור, און ער שרייבט אז דער איטשע ליפסאן האט געהאט אין באזיץ א שטעקן פונעם בעל שם און די תפלין פון הייליגען דגל, ער שרייבט אז ליפסאן האט געהאט א שריפה און זיין גאנץ פארמעגן האט זיך פארברענט (דערפאר האט ער עס טאקע פארקויפט ווייל ער איז געווען געענגט אין געלט).
די תפלין האט ער געגעבן דרשה געשאנק פאר כ"ק אדמו"ר ר' יעקב יוסף מסקווירא זצ"ל און עס ליגט היינט אין סקווירא, די תפלין איז געעפענט געווארן יאהרן צוריק בודק צו זיין, און די טינט איז געווען פריש ווי עס וואלט ווען יעצט געשריבן געווארן.
וועגן דעם שטעקן ווייס איך נישט צו ס'איז דא ידיעה דערוועגן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אזויווי מען האט געשריבן וועגן דעם סידור ברענג איך אהער פון שטורעם.נעט וואס זיי שרייבן היינט דערוועגן


ספרם של צדיקים: על סידורו של הבעש"ט


שורות מפורסמות אלו שכתב הבעש"ט במכתבו אל תלמידו הגדול, ה'תולדות יעקב יוסף', מצביעות על כך שדבקותם ועבודתם של צדיקי החסידות הינן במושגים נעלים של ייחודים, של עליות נשמה ושל השגות שהינם רחוקים מהבנתם של ההמונים, ובכך הם מקרבים את הגאולה. כל מאמציהם העילאיים של הצדיקים בקריעת גזירות רעות, על ידי תפילות שארכו שעות רבות, וכוחם בזה גדול על ידי כוונות וצירופי השמות

ירוחם לנדסמן, שבועון "משפחה"
הבעל שם טוב הקדוש עשה פעם עליית נשמה, עלה מהיכל להיכל, עד שהגיע להיכלו של משיח ושאלו "אימתי קאתי מר?" מתי יבוא. השיבו מלך המשיח: "בעת שיתפרסם לימודך ויתגלה בעולם ויפוצו מעיינותיך חוצה, מה שלימדתי אותך והשגת, ויוכלו גם המה לעשות ייחודים ועליות כמוך".

שורות מפורסמות אלו שכתב הבעש"ט במכתבו אל תלמידו הגדול, ה'תולדות יעקב יוסף', מצביעות על כך שדבקותם ועבודתם של צדיקי החסידות הינן במושגים נעלים של ייחודים, של עליות נשמה ושל השגות שהינם רחוקים מהבנתם של ההמונים, ובכך הם מקרבים את הגאולה. כל מאמציהם העילאיים של הצדיקים בקריעת גזירות רעות, על ידי תפילות שארכו שעות רבות, וכוחם בזה גדול על ידי כוונות וצירופי השמות.
הדמעות הידועות

ומעלין בקודש: באוצרותיה של הספרייה המפורסמת של אגודת חסידי חב"ד שוכן הסידור שבו היה מתפלל מרן הבעל שם טוב הקדוש. בין כתבי חוקרי החסידות נכתב רבות על אודות סידור זה שבו ערך הבעש"ט את תפילותיו, ערך עליות נשמה, המתיק דינים וזרע הרהורי תשובה בלבבות.

את הסידור כתב הרה"ק רבי גרשון מקיטוב גיסו של הבעש"ט. מרתקות במיוחד הן ה'הזכרות' שבסידור זה. בתוך תפילת שמונה עשרה רשומים שמות בכתב ידם של התלמידים הגדולים - הרה"ק רבי יחיאל מעכיל מזלוטשוב שמבקש עליו על זוגתו ועל בתו, והבקשה היא "שיחזק הקב"ה לבו לעבודתו ויחי' זרעו". גם הרה"ק רבי נחום מטשערנוביל ה'מאור עיניים' מזכיר את שמו וכן רבים.

בסידור ישנם כתמי דם ודמעות בדפים של כוונות תקיעת שופר והפסוקים שלפניה ולאחריה. ישנה גם גירסה שהסידור ניצל משריפה באחת מתחנותיו, ומשמשו של הבעש"ט הרה"ק רבי נחמן מהורודנקא הוסיף את החסר בכתב ידו. בכוונות של ספירת העומר מצורף כתב יד שהינו שונה מהכתב של כל הסידור והוא כנראה כתב היד של מרן הבעש"ט בעצמו.

צדיקים רבים בדורות מאוחרים יותר חפצו להשיג את הסידור הקדוש, וסיפרו שהרה"ק מטשורטקוב הציע עבורו אלף דולרים, סכום עתק באותם ימים. במכתב של האדמו"ר הרש"ב מליובאוויטש שאותו כתב לבנו הרבי הריי"צ ששהה בקייב הוא מציע לו לנסוע לקאמינקא בכדי לראות את סידור הבעש"ט ולרשום היכן הם כתמי 'הדמעות הידועות', מה כתוב בכתב יד קדשו של הבעש"ט עצמו וציונים חשובים נוספים מהסידור המפורסם. לפי חתימות התלמידים מסתבר שהסידור הובא לבעש"ט בשנת תצ"ח.

באחד הימים אמר הבעש"ט לתלמידיו האחים רבי יצחק דוב ורבי מאיר מרגליות בעל ה'מאיר נתיבים':

"בניי, אתם חביבים לי מאוד ואני אוהב אתכם. איזו חטיבה שתבחרו אעשה לכם. יש לי סידור בכתב יד שאני מתפלל בו בכל יום, כתבו שמותיכם ואת שם אמכם באיזו ברכה בשמונה עשרה שאתם רוצים".

בתנאי שיגיע לשבת

איך הגיע הסידור לאוצר הגנזים של חסידי ליובאוויטש?

סיפור גלגוליו של הסידור ידוע רק בחלקו, בעיקר מתוך מאמר ארוך שפרסם החוקר החסידי הרב יהושע מונדשיין בקובץ 'שפתי צדיקים':

לבעש"ט היה כידוע בן יחיד, הרה"ק רבי צבי, שהיה צדיק נסתר, והוא ירש כפי שמסתבר את הסידור מאביו הקדוש. אחריו עבר הסידור לבנו רבי ישראל שהיה בן גילו וחברו הקרוב של הרה"ק רבי מרדכי מטשערנוביל. באחד ממסעותיו של רבי ישראל הנכד, הוא עצר לחניה בעיירה יארוויטש, ושם חש שלא בטוב ולפתע הבין ששעותיו ספורות. הוא קרא לראשי הקהל ואמר להם שיש ברשותו את סידור התפילה של סבו הבעש"ט, ולאחר הסתלקותו ימסרו את הסידור לרבי מרדכי מטשערנוביל. רבי ישראל נפטר ונטמן ואנשי הקהילה נסעו לטשערנוביל לספר את הדברים לרבי מרדכי. הם אמרו לו שהסידור ברשותם והוא יקבלו רק אם יבוא לערוך אצלם שבת. הצדיק מטשערנוביל הסכים, נסע ליארוויטש לשבת וקיבל את הסידור הקדוש.

בעיר קאמינקא התגורר חסיד ונגיד ורבי יצחק ליפסון שמו, והסידור שכן ברשותו שנים רבות. הוא הגיע אליו ככל הנראה מבית טשערנוביל. ייתכן על ידי זוגתו שקיבלה זאת בירושה.

אחד מסופרי אותה תקופה שכתב ספר על אודות הבעל שם טוב שלח איגרת אל הגביר וביקש פרטים על אודות הסידור. הוא קיבל תשובה ערוכה היטב וחתומה בידי 'משה הוכמאן, מלמד בבית הגביר'. באיגרת כותב המלמד שאדונו אינו מוציא כמעט את הסידור מבית גנזיו ואינו מראה אותו בשל הרצון לשמור עליו. עם זאת הוא מעתיק מן הסידור נוסחאות ושורות שלימדו מעט על הנהגותיו הגלויות של הבעש"ט.

באחת המלחמות ירד הגביר ליפסון מנכסיו, ובסופו של דבר מכרו יורשיו את הסידור לרבי הריי"צ מליובאויטש זי"ע באלף דולרים לערך. בהיות הריי"צ בוורשה עברה מפה לאוזן השמועה על שברשותו הסידור של הבעש"ט, ורבים מאוד הגיעו לראותו. הריי"צ נהג בעין טובה ובדרך כלל נתן לראות בתנאי שיטבלו טרם במקווה טהרה. הוא אף ביקש מאחד האדמו"רים שבא לראות את הסידור לטבול במיוחד בטרם ייגע בסידור, למרות שכבר טבל שחרית. חזון נפרץ היה למרגלות ביתו שבוורשה לראות תור ארוך של בחורים ובני תשחורת מישיבות שונות, פאותיהם נוטפות מי טהרה שעלו מן הטבילה והם דרוכים ונרגשים לפגוש בסידור התפילה של הרבי של כל הרביים.

הריי"צ הביא עימו את הסידור לניו יורק יחד עם ספרייתו המפורסמת. בשיחה של כ"ק האדמו"ר מליובאוויטש זי"ע בשנת תשמ"ה סיפר הרבי שתמיד הייתה לו יראה גדולה מהסידור הקדוש עד שחשש להתקרב אליו ולגעת בו. רק פעם אחת כשחותנו הרבי הריי"צ הורה לו להוציאו ולהראותו לחוקר מסוים, ואז ראה את העמוד שבו ניכרות הדמעות וטיפות דם המאמץ בעבודתו הטהורה של הבעש"ט בימי ראש השנה.

אגב, צדיקים רבים היו נוהגים לומר כל דבר מתוך הסידור, אפילו תפילות וברכות קצרות. כ"ק האדמו"ר מליובאוויטש זי"ע נהג להתפלל משחר ילדותו רק מתוך הסידור. בשנות נשיאותו היה מביא עימו להתוועדויות את הסידור רק מפני שבסופו היה עליו לברך ברכה אחרונה. למרות שכבר היה הסידור בלוי ובחלקו מעט קרוע מרוב שימוש, לא החליפו. את הסידור קיבל מחותנו הרבי הריי"צ. היו לרבי מליובאוויטש כמה סידורים ששורשם בקודש, וכשהיה יוצא לתפילת מנחה שהשתתף בה חתן היה מוציא עימו סידור אחד או יותר בכדי שהחתנים יתפללו בהם.
http://shturem.net/index.php?section=news&id=29889shturem.net/index.php?section=news&id=29889
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

בן בוזי האט געשריבן:עס איז קלאר אנגענומען אז דער גאנצער זאך איז הוילע בלאף און ער איז נישט געבוירן שנת נח"ת, און ווי ר' מרדכי חיים סלאנימער האט זיך מיט זיין שארפקייט אויסגעדרוקט דער בעל שם הק' איז געבוירן א גאנץ יאר נאר נישט ח"י אלול.

כבוד זקיני היקר, איך בין דא מעתיק דיינס א תגובה פריער אין דעם אשכול
א יאר איז אדורך און עס איז געבוירען געווארען ביי ר' אליעזר א זוהן און ער האט אים א נאמען געגעבען ישראל, וואס איז אויפגעוואקסען צו זיין רבינו ישראל בעל שם טוב, דער בעש"ט איז געבוירען געווארען ח"י אלול שנת תנ"ח לפ"ק.
איך האב אויך אזוי געוויסט, אבער אפשר זאגסטי אונז דעם מקור
טעמו וראו כי טוב השם
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער מקור פון חי אלול תנ"ח איז די חב"דסקער מסורה אבער אנדערע היסטאריקער זאגן אז ער איז געבוירן געווארן שנת ת"ס
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אדער נאך פריער.
ועמך כולם צדיקים
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אדער נאך פריער.


דאס האב איך נישט געזעהן, מהיכן דנתני?.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס שטייט אין פסוק "האלך וקראתי לך אשה מינקת מן העבריות", זאגט רש"י, שהחזירתו על מצריות הרבה לינק ולא ינק, ער האט נישט געוואלט זייגען פון א מצרישע פרוי ווייל ער האט געדארפט רעדן מיט די שכינה הקדושה.

אין די צייטן פונ'ם הייליגען בעל שם טוב זי"ע, האט געלעבט א פרוי וואס האט נישט זוכה געוועהן צו האבן קיין קינדער, זי פלעגט כסדר קומען צום בעש"ט הק' און וויינען פאר איהם, ער זאל פאר איר אויסבעהטן א ישועה, ביי א געלעגענהייט האט איר דער בעשה"ק צוגעזאגט אז זי וועט געהאלפען ווערן מיט א בן זכר, און צום יאהר איז ביי איר געבוירען געווארן א יונגעל, דאס קינד איז געוועהן זעהר א שיינער יעדער וואס האט איהם געזעהן האט איהם באווינדערט. ווען ער איז אלט געווארן צוויי יאהר האט איהם די מאמע געברענגט צום בעל שם טוב, כדי דער בעש"ט זאל איהם געבען א ברכה. ווי זיי זענען אנגעקומען, האט דער בעש"ט גענומען דאס קינד אין די הענט און ער האט איהם געהאלדזט און געקושט און דערנאך האט ער דאס קינד צוריק געגעבן די מאמע'ן, דערנאך האט זי זיך געזעגנט, און זי איז אהיים געפאָרן. אהיים קומענדיג, זענען אדורך עטליכע טעג, און דאס קינד איז ל"ע שטארק קראנק געווארן און געשטארבען.

די מאמע איז שטארק צובראכען געווארן, און באלד איז זי צוריק געפאָרן צום בעש"ט הק' מיט א געוויין רבי, רבי, וואס האט איר געטוהן צו מיין זוהן, איך האב געברענגט א שיין געזונט לעכטיג קינד צו אייך, און אהיים געברענגט האב איך א קראנק קינד! רבי האט רחמנות, זי האט שטארק פארפירט און געוויינט. רופט זיך דער בעש"ט אהן, בארואיגט אייך און הערט וואס איך וועל אייך פארציילען.

אין א ווייטע מדינה האט געוואוינט א מלך, א רייכער און מעכטיגער קעניג איז ער געוועהן, ער האט פארמאגט אלעס אין די וועלט, נאר איין זאך האט איהם געפעלט און דאס האט איהם נישט געגעבן קיין מנוחה, ער האט נישט געהאט קיין קינד וואס זאל ירש'נן זיין מלוכה. איין מאהל האט ער צוגערופען זיין הויפט יועץ, און ער האט איהם געזאגט וואס ליגט איהם אויפ'ן הארץ, און ער האט איהם געבעהטן ער זאל איהם ארויס העלפען מיט אן עצה, האט איהם דער יועץ געזאגט "איך האב פאר אייך א ריכטיגער עצה", דער איינציגער ווער עס קען אייך העלפען זענען די אידן, געב ארויס א גזירה אויף די אידן אז זיי מוזען פאר דיר אויס-בעהטן א בן זכר, און אויב נישט וועסטו זיי פארטרייבן פון דיין לאנד, וועסטו שוין זעהן ווי דו וועסט געהאלפען ווערן.

דער קעניג האט געפאלגט דעם יועץ און מען האט ארויס געגעבן א גזירה אויף די אידן. די אידן, הערענדיג די גזירה, זענען אריין אין די שוהלן און זיי האבן געדאווענט און געזאגט תהלים, אויך האט מען גוזר תענית געוועהן, און זייער געשריי איז ארויף געגאנגען פאר'ן כסא הכבוד. א הייליגע נשמה, הערענדיג די צרה, האט געזאגט פאר'ן באשעפער אז זי איז גרייט אראפ צו גיין אויף די וועלט און ווערן א זוהן ביי דעם קעניג, כדי די אידן זאלען געראטעוועט ווערן פון די שלעכטע גזירה. עס איז נישט אדורך א גאנץ יאהר און צו די פרייד פון אלע אידן איז געבוירען געווארן א זוהן ביים קעניג.

דאס קינד וואס איז געבוירען געווארן איז געוועהן אן אוסטערליש קלוג און געלונגען קינד, אלעס וואס מען האט מיט איהם געלערענט האט ער געכאפט ביים ערשטען מאהל, שוין אין די גאר יונגע יארן האט ער זיך איינגעקויפט ידיעות אין יעדן ענין, און עס איז שוין נישט געוועהן צו טרעפען א מענטש וואס זאל מיט איהם לערנען נייעס וואס ער קען שוין נישט, איבער דעם האט דער קעניג געדונגען דעם גרעסטען גלח אין די מדינה, דער פויפסט אליין זאל מיט איהם לערנען, ער וועט זיכער לערנען מיט דעם קינד זאכן וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געלערענט.

דער פויפסט האט אנגענומען די וויכטיגע ארבעט פון לערנען מיט דעם בן המלך, אבער איין תנאי האט ער זיך אויסגערעדט מיט דעם קעניג. ער מוז האבן פאר זיך צוויי שעה אין טאג וואס ער וועט זיין פארשלאסען אין א שטיעב, ווען קיינער טאר צו איהם דעמאלטס נישט אריין קומען, ווייל דעמאלס גייט ער ארויף אין הימל. דער מלך האט מסכים געוועהן אויף די זאך, און ער האט אנגעהויבן לערנען מיט'ן בן המלך. די ערשטע פאהר וואכן האט דער בן המלך טאקע געלערנט נייע זאכן, אבער עס האט נישט לאנג גענומען און אויך דער פויפסט האט נישט געהאט קיין נייעס פאר דעם קינד.

איין מאהל האט זיך דער בן המלך מיישב געוועהן, פארוואס זאל ער נישט קענען זעהן וואס דער פויפסט טוהט ווען ער פארשפארט זיך אין צימער, האט ער זיך שטילערהייט איבער געמאכט דעם שליסעל פון די שטיעב, און איין טאג, אינמיטן דעם גלח'ס התבודדות, האט ער פלוצלונג געעפענט די טיר, און ער האט פאר זיך געזעהן א מורא'דיג בילד. דער פויפסט זיצט, איינגעהילט אין טלית און תפלין, און ער לערענט גמרא. דער פויפסט האט זיך זעהר דערשראקען, ווייל דאס האט געקענט ברענגען א טויט שטראף אויף איהם, אבער דער בן המלך האט איהם באלד בארואיגט, און ער האט איהם געזאגט, האט נישט קיין מורא, איך וועל קיינעם נישט אויסזאגן אז איר זענט א איד. אבער דאס איינע בעט איך אייך, לערנט מיט מיר אייער תורה, אפשר וועל איך דארט טרעפען די קענטענישען און ידיעות וואס איך זוך.

דער פויפסט האט איהם צוליעב געטוהן, און פון דעמאלטס און ווייטער האט ער מיט איהם יעדן טאג געלערנט די תורה הקדושה, עטליכע שעות אין טאג. דער בן המלך איז די הייליגע תורה זעהר שטארק געפעלען, און ער איז געווארן א געוואלדיגע קענער אין אלע מקצועות פון די תורה.

אמאהל האט דער בן המלך געפרעגט דעם פויפסט, "זאגט מיר, אז איר זענט יא א איד, פארוואס לעבט איר אזוי באהאלטן אלץ גוי?, דער פויפסט האט זיך צווויינט "וואס זאל איך טוהן, רוב פון מיינע יארן זענען שוין אדורך, און איך האב זיך צוגעוואוינט צו דעם לעבענס שטייגער, איך וועל שוין אזוי אויסלעבן מיינע יארן". דער בן המלך האט אבער געזאגט, איך וויל נישט אזוי לעבן, נאר איך וויל זיך מגייר זיין און לעבן אפען ווי א איד, אבער איך קען דאך נישט דא בלייבען וואוינען, ווייל מיין טאטע וועט מיך נישט לאזען ווערן א איד, אויך אוועק פאָרן וועט ער מיר נישט לאזען, וואס זאל איך טוהן?, האט איהם דער פויפסט גע'עצה'ט, "זאג דיין טאטע'ן, אזוי ווי דו ביסט דער קרוין פרינץ, און דו וועסט דאך אמאהל ווערן דער קעניג, ווילסטו זיך באקענען מיט די מענטשן פון די מדינה, און דו ווילסט פאָרן באזוכען עטליכע שטעדט פאר א קורצע וויילע, און דו וועסט צוריק קומען נאך פאר דרייסיג טעג. איך מיין, אז דיין טאטע וועט באשטיין אויף דעם".

דער בן המלך האט אויסגעפועלט ביי זיין פאטער ער זאל איהם לאזען פאָרן, און ער האט זיך געלאזט אין וועג אריין. איבער פארענדיג די גרעניץ פון לאנד האט ער געהייסען דעם בעל עגלה ער זאל צוריק פאָרן אין די מדינה, ווייל ער וועט זיך דא לאנג אויפהאלטן. ער האט דארט אויפגעזוכט א אידישן רב, און ער האט זיך מגייר געוועהן. אלץ איד האט ער זיך אריין געזעצט אין בית המדרש און געלערנט און געדינט דעם באשעפער טאג און נאכט, געלט האט איהם נישט געפעלט, ווייל דער פאטער האט איהם מיט געגעבן א גרויסען סכום אויפ'ן וועג. ער האט אויס געלעבט זיינע יארן אין די ד' אמות של הלכה. ער איז שוין געוועהן א זקן ושבע ימים (אן אלטער איד) ווען ער איז נפטר געווארן.

ווען זיין נשמה איז ארויף געקומען אויפ'ן עולם האמת, האט קיינער זיך נישט דערוואגט צו רעדן אויף די הייליגע נשמה קיין שלעכט ווארט. וואס הייסט, א מענטש וואס האט אויף געגעבן די מלוכה און האט מקדיש געוועהן זיין לעבן צום רבש"ע. פון דעסט וועגן איז געקומען צו גיין א מקטרג (א מלאך וואס רעדט שלעכטץ) און געזאגט, ער האט דאך צוויי יאהר געזייגט פון א גוי'שע מאמע!, מען קען איהם נישט אריין לאזען גלייך אין גן עדן אריין. דער ב"ד של מעלה האט געפסק'נט, אז ער מוז נאכאמאל אראפקומען אויף דער וועלט, און ער וועט זייגען צוויי יאהר פון א אידישע מאמע, דערנאך וועט ער קענען אריין קומען אין גן עדן.

האט דער בעל שם טוב געענדיגט דערציילען די פרוי, "נו, וואס ארט דיך אז דו האסט זוכה געוועהן צו זייגען די הייליגע נשמה אויף צוויי יאהר"...
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מציבה פונעם בעל שם הק'ס מוטער אויף דער אלטער בית עולם אין טלוסט/טהויסט
אטעטשמענטס
tlust.gif
tlust.gif (45.33 KiB) געזען 5470 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אגוטן טייערע אידן
איך וואלט זייער געוואלט וויסן בנוגע דאס דאזיגע בילד וואס מ'זאגט אז דאס איז די מצבה פון די מאמע פון בעל שם טוב, איז אזוי אויפן אינטערנעט האב איך נאר געטראפן איינעם מעלצערן וואס ער האט זעט אויס גיכאפט די בילד און עס אריינגעשטעלט אין זיין בוך אינעם גאנצן אינטערנעט האבע נישט געטראפן אפי' איין מענטש סייט וואס באהאנדעלט די נושא ווי עס זעט אויס שטייט שוין נישט די מצבה איך האב געזוכט און געזוכט ביז איך האב געטראכט צו זוכן דא אין יודישע ווערלט האבע געטראפן עפעס מיט גרויס שמחה וויל איך דא פרעגן ווער ווייסט עפעס דערפון חוץ מעלצער'ן אנעם קאפל, לויט דעם אויב ס'איז אמת און אויב ס'איז דער מאמע פון בעל שם טוב, קומט אויס אז זי איז אוועק סך שפעטער נאכן געבורט פון בעל שם עיין בגוגל ותמצא את המעלצער שרייב אריין "אמו של הבעל שם טוב" קבר אמו של הבעל שם טוה טוט צעך דא איבער א מצבה ואין פוצה פה וטייפ, וואס גייט דא פאר פון אלעם רעדט מען נאר פון דעם נשט פון דעם פענאנעמאנענעןא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך פארשטיי נישט גענוי וואס דיין פראבלעם איז, און פארשטייט זיך אז ס'איז זייער קשה צו נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף דער בילד, אבער אזוי פיגורירט זי אין איינע פון די יזכור ביכער וואס פון דארט האב איך איר גענומען, און גם הסופר יצחק אלפסי ברענגט איר אין זיין בוך.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זאלסט מיר מוחל זיין איך האב געוואלט וויסן וואו נאך מ'רעדט דערפון, און צו נאך איינער האט אמאל געשריבן דערפון, קען מען עס נאך היינט זעהן, אדער איז עס שוין חרוב , פארשטייסט מיין פוינט , איך טראכט אז די מצבה איז שוין מער נישט בנמצא נאר דאס איינע בילד, און מער נישט, און בכלל וואונדערט דיר נישט פארוואס קיינער רעדט נישט דערפון, נאר דע פאר מענטשן, קיינער באהאנדעלט עס נישט, און גלייב מיר נישט נאר מיר דריקט דאס נאר אסאך ווילן וואוסן וואס זאגן דערצו די חוקרים, און נישט נאר אז די חוקרים רעדן נישט דערפון נאר אפי' קיין באהאנדלונג פון פשוטי עת, איז נישט דא, איך מיין נישט דיין בילד איך ווייס ס'דא דערפון א קאפי אין "שבחי בעל שם טוב, מיינע וואונדער'ס זענען אבער כנ"ל . כ'האף נאך אזא לאנגן בירור וועסט מיר ענטפערן עפעס זאכליך , און נישט "איי העוו נאו איידיע" וואס פארדעם דארף איך נישט פרעגן דעם הויכגעשעצטן בן בוזי.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דאס מערסטע וואס עס איז דא איבער די עלטערן פונעם הייליגער בעל שם איז דאס וואס איז געדרוקט אין ספה"ק שבחי בעש"ט, און כ'מיין אז ס'נישטא צופיל צו שרייבן איבער זיי. דער גרעסטער חקרן ליחוסו של הבעש"ט ותולדותיו בימינו אלה איז הרב שלמה אבי"ש מח"ס עיר מבצר ועורך מאמרים יקרים בקובצי היכל הבעש"ט, אפשר קען ער דיר מוסיף זיין אור.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

יצמחפורקניה האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:ענינים מהבעש"ט הק' זי"ע,
לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער
- ל"ה -
דער יארצייט פין בעש"ט איז דא א קלער צי יו"ט ראשון צי יו"ט שני.



היינט ווייסט מען שוין זיכער אויף 100 פראצענט אז דער יארצייט איז יום א' דשבועות

וויל ס'יאז געטראפען געווארען א סידור מיט א כוונות עפ"י קבלה בכתב יד פון הרה"ק ר' אברהם שמשון מראשקוב זי"ע א זוהן פונעם תולדות זי"ע, וואס ר' שמשון אליינס האט זיך אסאך געדרייט ביים בעש"ט

און ער שרייבט דארט אין סידור ביי ברכת כהנים, עפעס א כוונה וואס ער האט גהערט פונעם בעש"ט, וזל"ק בערך: שמעתי ממורי מהר"י בעש"ט שנפטר בעוה"ר ביום א' דשבועות העבר ...

דאס איז א עדות נאמנה מבן דורו שאין אחריה כלום
אטעטשמענטס
62175_1_2225_208868471.jpg
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

היינט ז' טבת איז די יארצייט פון הצדיק הקדוש רבי צבי הירש בן רבינו ישראל בעל שם.

זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"י אמן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

שוועמל האט געשריבן:היינט ז' טבת איז די יארצייט פון הצדיק הקדוש רבי צבי הירש בן רבינו ישראל בעל שם.

זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"י אמן.


זיינע תולדות אינאיינעם של בנו רבי אהרן מטיטוב איז געדריקט בספר אבן ישראל,
א דינע ספר אבער גאהר שיינע ליקוט לפי ערך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

און טאקע דערמאנט, די יארצייט פון הרב הקדוש רבי אהרן מטיטיוב איז געווען דעם שבת קודש, ה' טבת.

צוויי טאג גערוקט.

זכותם הגדול יגן עלינו ועכ"י אמן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

שוועמל האט געשריבן:און טאקע דערמאנט, די יארצייט פון הרב הקדוש רבי אהרן מטיטיוב איז געווען דעם שבת קודש, ה' טבת.

צוויי טאג גערוקט.

זכותם הגדול יגן עלינו ועכ"י אמן.

צו באמערקן אז ביי אונז (אין סקווירא) איז טאקע אנגענומען אז דער יאהרצייט איז ה' טבת, אבער ביי אנדערע איז אנגענומען אז דער יא"צ איז ט"ו טבת.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

טעות אין סקווירא איז אנגענומען אויף ט"ו זע דא https://docs.google.com/viewer?a=v&pid= ... I2OWFhOTYy
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ריכטיג. כ'האב אויפגעטוישט. וטעות לעולם גולם חוזר.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

נשמה האט געשריבן:אגוטן טייערע אידן
איך וואלט זייער געוואלט וויסן בנוגע דאס דאזיגע בילד וואס מ'זאגט אז דאס איז די מצבה פון די מאמע פון בעל שם טוב, איז אזוי אויפן אינטערנעט האב איך נאר געטראפן איינעם מעלצערן וואס ער האט זעט אויס גיכאפט די בילד און עס אריינגעשטעלט אין זיין בוך אינעם גאנצן אינטערנעט האבע נישט געטראפן אפי' איין מענטש סייט וואס באהאנדעלט די נושא ווי עס זעט אויס שטייט שוין נישט די מצבה איך האב געזוכט און געזוכט ביז איך האב געטראכט צו זוכן דא אין יודישע ווערלט האבע געטראפן עפעס מיט גרויס שמחה וויל איך דא פרעגן ווער ווייסט עפעס דערפון חוץ מעלצער'ן אנעם קאפל, לויט דעם אויב ס'איז אמת און אויב ס'איז דער מאמע פון בעל שם טוב, קומט אויס אז זי איז אוועק סך שפעטער נאכן געבורט פון בעל שם עיין בגוגל ותמצא את המעלצער שרייב אריין "אמו של הבעל שם טוב" קבר אמו של הבעל שם טוה טוט צעך דא איבער א מצבה ואין פוצה פה וטייפ, וואס גייט דא פאר פון אלעם רעדט מען נאר פון דעם נשט פון דעם פענאנעמאנענעןא


קודם, איז מען דערגאנגען ווי דאס איז דער שטעטל טלוסט?
האט עס בכלל א בית החיים היינט צו טאג?
ווען אין ווער איז געוועהן דאס לעצטע מאהל איינער זאל דארט זיין?
פון דער זמן וואס מ'האט געכאפט דעם בילד, איז טאקע אדורך א יובל שנים .
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

מצבת אמו של הבעש"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דאס ערשטע מקור איז כנראה דא.
ישלהוסיף האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:אגוטן טייערע אידן
איך וואלט זייער געוואלט וויסן בנוגע דאס דאזיגע בילד וואס מ'זאגט אז דאס איז די מצבה פון די מאמע פון בעל שם טוב, איז אזוי אויפן אינטערנעט האב איך נאר געטראפן איינעם מעלצערן וואס ער האט זעט אויס גיכאפט די בילד און עס אריינגעשטעלט אין זיין בוך אינעם גאנצן אינטערנעט האבע נישט געטראפן אפי' איין מענטש סייט וואס באהאנדעלט די נושא ווי עס זעט אויס שטייט שוין נישט די מצבה איך האב געזוכט און געזוכט ביז איך האב געטראכט צו זוכן דא אין יודישע ווערלט האבע געטראפן עפעס מיט גרויס שמחה וויל איך דא פרעגן ווער ווייסט עפעס דערפון חוץ מעלצער'ן אנעם קאפל, לויט דעם אויב ס'איז אמת און אויב ס'איז דער מאמע פון בעל שם טוב, קומט אויס אז זי איז אוועק סך שפעטער נאכן געבורט פון בעל שם עיין בגוגל ותמצא את המעלצער שרייב אריין "אמו של הבעל שם טוב" קבר אמו של הבעל שם טוה טוט צעך דא איבער א מצבה ואין פוצה פה וטייפ, וואס גייט דא פאר פון אלעם רעדט מען נאר פון דעם נשט פון דעם פענאנעמאנענעןא


קודם, איז מען דערגאנגען ווי דאס איז דער שטעטל טלוסט?
האט עס בכלל א בית החיים היינט צו טאג?
ווען אין ווער איז געוועהן דאס לעצטע מאהל איינער זאל דארט זיין?
פון דער זמן וואס מ'האט געכאפט דעם בילד, איז טאקע אדורך א יובל שנים .
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”