זיידעניו האט געשריבן:דער סידור פון הייליגן בעש"ט עס ליגט היינט אין א חב"ד מעיוזים און מען ווארט אז דער בעל הבית זאל עס קומען נעמען און דער בעל הבית וויל דערווייל נישט
און ווען דער בעל הבית וועט וועלן איז מען דאס גרייט צו געבן???
זיידעניו האט געשריבן:ענינים מהבעש"ט הק' זי"ע, לשון קדשו פון ר' יענקעלע פשעוואסקער - ל"ה - דער יארצייט פין בעש"ט איז דא א קלער צי יו"ט ראשון צי יו"ט שני.
היינט ווייסט מען שוין זיכער אויף 100 פראצענט אז דער יארצייט איז יום א' דשבועות
וויל ס'יאז געטראפען געווארען א סידור מיט א כוונות עפ"י קבלה בכתב יד פון הרה"ק ר' אברהם שמשון מראשקוב זי"ע א זוהן פונעם תולדות זי"ע, וואס ר' שמשון אליינס האט זיך אסאך געדרייט ביים בעש"ט
איך הייב נישט אן צו פארשטיין די "ראי' ברורה". אמת טאקע אז ער שרייבט אז די יארצייט איז די ערשטע טאג אבער מאן יימר אז בדורו איז נאכנישט געווען די ספק ווען ער איז נפטר געווארן? וכפי ששמעתי ואיני יודע עכשיו מקורו אז שוין אין די ערשטע יאר פון די פטירה פונעם בעל שם טוב האט מען שוין נישט געדענקט קלאר וועלכע טאג פונקטליך די פטירה איז געווען.
נו אויב אזוי וואס איז די גרויסע ראי', ער האט אנגענומען אז די יארצייט איז די ערשטע טאג, און אנדערע צדיקים האבן אנגענומען אז די יארצייט איז די צווייטע טאג, ווי עס אנגענומען אין טשערנאביל ובעוד מקומות.

טעית בטשערנאביל מקובל שהיא"צ הוא ביום ראשון [ברוזין אמרו יסוד צדיק 'בשבעה' נעלם]
צו וויסט איינער אפשר מקור המעשה וואס יעדר חדר אינגל קען, בבית מדרשו של מרן הבעל שם טוב ביום הכיפור היה ילד און ער האט געפיפן, ואמר הבעש"ט שזה עשה רושם גדול בשמים?
ידוע אז אין ליבאביטש האט מען אנגענומען אז די יום הולדת פונעם הייליגן בעל שם טוב איז י"ח אלול די זעלבע טאג ווי די יום הולדת פונעם הייליגן בעל התניא.
למעשה האב איך געהערט גאר אסאך מפקפקים אז די זאך האט נישט קיין שום מקור, דאס איז אלעס געבויעט אויף א בריוו פון די חערסאנישע גניזה וואס ידוע שאי אפשר לסמוך עליו.
איינער האט עפעס מער ידיעות אין די נושא סיי ווער עס האט יא אנגענומען און סיי ווער עס האט געהאלטן אז עס האט נישט קיין מקור אז ח"י אלול איז די יום הולדת. ווער ווייסט?
משה כהן האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פון א מאמר וכדומה וואס באהאנדלט דעם ענין פון "נשתכח דרך הבעל שם"?
מה זאת? ״נשתכח דרך הבעל שם״? עס גייט אן מיט׳ן פולן שוואונג...
ליידער איז דאס פארדרייט געווארן פאר איין שטיק חיצוניות. דאס איז די פשטות הכוונה פון נשתכח דרך הבעל שם. אוודאי איז דא עובדי השם וואס קלאמערן זיך אויפ'ן דרכי העבודה השייך וקרוב לדרך החסידות, אבער די חיצוניות איז סאך מער גובר אויפ'ן פנימיות.
די אנגייאונג מיט'ן פולן שוואונג איז ליידער נישט פונקט אזוי, עס גייען אן קהילות חסידות'ן וכו', אבער א פינטעלע עבודת השם באמת איז דא ווייניג ליידער, עס איז נישט מיט'ן פולן שוואונג.

מיינסט אוודאי ביי דיר, אבער ביי אונז איז עס די זעלבע ווי ביים הייליגן בעל שם אין קלייזל אן קיין שום שינוי
ביי מיר און ביי דיר און ביי יענעם, איז עס 5 מיליאן מייל ווייט, פון ביים בעל שם אין קלייזל.
א פשוט'ע חשבון (אויב מען דארף דאס אויסחשבונ'ען) ביי דיין "אונז" קען איך טרעפן עפעס ענליכ'ס צו וואס מען האט געטראפן ביי די בעל שם טוב'ס בית מדרש? עס איז דאך אן קיין שום שינוי, איז פארוואס די תלמידים פון אן היינטיגן צדיק וואקסן נישט אויף אזוי ווי למשל דעים תולדות צו רבי משה מדאלינא, צו רבי דוד פורקעס, צו רבי וואלף קיצעס, ווי זענען זיי?
זיי געפינען זיך ביי דיין "אונז"? אויב יא לויף איך אהין.
משה כהן האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פון א מאמר וכדומה וואס באהאנדלט דעם ענין פון "נשתכח דרך הבעל שם"?
מה זאת? ״נשתכח דרך הבעל שם״? עס גייט אן מיט׳ן פולן שוואונג...
ליידער איז דאס פארדרייט געווארן פאר איין שטיק חיצוניות. דאס איז די פשטות הכוונה פון נשתכח דרך הבעל שם. אוודאי איז דא עובדי השם וואס קלאמערן זיך אויפ'ן דרכי העבודה השייך וקרוב לדרך החסידות, אבער די חיצוניות איז סאך מער גובר אויפ'ן פנימיות.
די אנגייאונג מיט'ן פולן שוואונג איז ליידער נישט פונקט אזוי, עס גייען אן קהילות חסידות'ן וכו', אבער א פינטעלע עבודת השם באמת איז דא ווייניג ליידער, עס איז נישט מיט'ן פולן שוואונג.
מיינסט אוודאי ביי דיר, אבער ביי אונז איז עס די זעלבע ווי ביים הייליגן בעל שם אין קלייזל אן קיין שום שינוי
סידיראם, כ'האף איר פארשטייט אז אייער פונקט פראווט גארנישט. פונקט ווי איר פארשטייט אז בזמן הבעש"ט האט מען קיין רשב"א אויך נישט געקענט געפונען, קען מען היינט נישט געפינען איינער ווי די תלמידי הבעש"ט, דאס האט פשוט צו טון מיט די ירידת הדורות, מיט די אלע וואגלענישן און שוועריגקייטן וואס מאכט שוואכער די גוף ונפש, בנוסף צו דעם וואס די לופט איז פשוט פאר'סמ'ט, און די הייליגע תלמידי בעש"ט האבן זיך נישט געדארפט דרייען אין אזעלכע בלאטעס ווי אונז היינט.
ממילא, צו ברענגן פון דעם א ראיה אז דעם דרך אין עבודת השם עקזעסטירט נישט, איז פשוט נישט ריכטיג, יא, די דרך עבודה איז נאך אלץ דא, נאר ליידער די עבודה דארף אונז ארויפברענגן פון אסאך א גרעסער גרוב ווי בזמן תלמידי הבעש"ט. דאס הייסט יענער צייט כנגד אונזער צייטן, איז ווי דער קינד וואס איז געבוירן אויפן בארג, קעגן דער וואס דארף פון אלץ קינד אנהייבן קריכן ארויף דעם בארג. ופשוט הוא.
אז איר ווילט שטארק קענט איר פארטייטשן מיין תגובה ווי אזוי איר ווילט כדי עס צו קענען אפפרעגן. אבער אויב ווילט איר קוקן אויפן אמת דערפון דאן ליינט עס איבער רואיגערהייט. אז איר ווילט בעסער פארשטיין וועל איך נאר צושטעלן דערצו א מעשה וואס דער סאטמאר'ער רב זי"ע האט פארציילט בשעת ער איז געווען ביים ציון פון הייליגן רמב"ם.
ער האט פארציילט, אז זיין פאטער האט פארציילט אין נאמען פון הרה"ק משינאווע זצוק"ל, אז דער הייליגער ישמח משה האט אמאל געבעטן פון הימל אז ער זאל האבן די יראה פון די הייליגע אבות, האט מען אים געענטפערט אז א בשר ודם קען דאס נישט דורכטראגן און בלייבן לעבן, האט ער געבעטן דאן די יראה פון די נביאים, האט מען געענטפערט די זעלביגע, האט ער געבעטן צו האבן די יראה פון די תנאים און אמוראים אדער רבנן סבוראי, און מען האט אים אלץ געענטפערט די דערמאנטע, האט ער געבעטן די יראה פונעם הייליגן רמב"ם, האט מען אים דאס געגעבן, און ער איז תיכף אראפגעפאלן אויפן ערד, און זיין גאנצן גוף איז איינגעגאנגען, די קאפ איז אים געגאנגען צווישן די קניען, און ער האט עס נישט געקענט דערטראגן ביז מען האט אוועקגענומען פון אים די יראה.