רבינו ישראל אור שבעת הימים הבעל שם טוב הקדוש זי"ע - שבועות תק"כ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבינו ישראל אור שבעת הימים הבעל שם טוב הקדוש זי"ע - שבועות תק"כ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דאס שטעטעלע מעזיבוזש
צווישן די גרויסע בערג ביים עק פונעם געגענט "פלאדאליא", נעבן דעם טייך "באג", געפינט זיך א קליין שטעטעלע מעזיבוזש, וועלכע פארנעמט טאקע גאר א קליין ארט אינעם גרויסן ערד קוגעל, קוים וואס מ'זעט זי אן אויף די מאפלע, אבער גרויס איז זי ביז גאר ביי די חסיד'ישע וועלט, וועלכע האבן איר פארצייכענט אלס "דער קליינער ארץ ישראל", און מיט רעכט פארדינט זי עס, דאס איז דאך דאס ארט וואו עס האבן געווירבעלט טאג און נאכט די הייליגע צדיקים די תלמידים פונעם הייליגן בעש"ט.
דאס שטעטעלע מעזיבוזש האט זוכה געווען אז אויף איר ערד האבן געטרעטן אזוי פיל הייליגע פיסטריט וועלכע האבן מטהר ומקדש געווען די שטאט מיט זייער אנוועזנהייט, און מיט זייערע תפילות ותחנונים, און די פילע עבודות פונעם בעש"ט וואס איז אין איר געפראוועט געווארן.
מערקווירדיג איז דאס וואס ווערט אראפגעברענגט אין "ספרן של צדיקים", אז הרה"ק ר"ר נחום מטשערנאביל זי"ע איז אמאל געווען אין מעזיבוזש אינמיטן ווינטער, ווען אינדרויסן האט געבוזשעוועט א שווערער ווינט, א גרויסער שניי איז געפאלן, וואס האט פאראורזאכט א געפערליכע זאווערוכע אין שטעטל. דער צדיק איז געשטאנען ביים ציון פון בעש"ט אן די שיך, צוליב די קדושת המקום. ווען די תלמידים האבן אים געפרעגט, רבי, עס הערשט דאך אן אויסטערלישע קעלט, ווי קען דער רבי אזוי שטיין איצט? האט דער רבי געענטפערט, דער בעש"ט האט אהער געברענגט דעם אווירא דארץ ישראל", די לופט פון א"י, און אין א"י איז אצינד ווארעם, דעריבער שפיר איך נישט קיין שום קעלט...
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מאנטאג פעברואר 25, 2008 12:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פריצייטיגע סימנים פון די פלטירה
אין יאר שנת תק"כ לפל"ק, ווען ס'איז אזוי ווי געווענליך געקומען צו פארן א גרויסער עולם, תלמידים און חסידים צום הייליגן בעש"ט אויפ'ן יום טוב סוכות, דער בעש"ט האט געפלראוועט דעם גאנצן יו"ט אזוי ווי געווענליך. די תלמידים האבן נישט געהאט די מינדעסטע שפליר וואס ווארט זיי נאך דאס יאר, ווען פללוצלינג הושענא רבה נאכ'ן דאווענען האט זיך דער בעש"ט געגעבן א דריי אויס צו זיינע תלמידים, זאגענדיג אז דאס יאר גייט ער נסתלק ווערן פון די וועלט, און אזוי ווי עס געפינען זיך דא אצינד פרישע נייע תלמידים וועלכע דארפן נאך האבן א רבי'ן וואס זאל זיי אנווייזן דעם ריכטיגן וועג. זאלן זיי זען באצייטענס צו זוכן א נייעם רבי'ן.
דער בעש"ט האט דערביי געגעבן סימנים ווי אזוי זיי וועלן קענען באשטימען ווער ס'איז זייער ריכטיגער רבי, זאגענדיג אז זיי זאלן אים פרעגן אן עצה ווי אזוי מ'קען זיך ארויסדרייען פון די 2 שלעכטע מדות גאוה און פלניות. אויב דער צדיק וועט זיי אויף דעם קענען געבן א גוטע עצה, דאן איז דאס א באווייז אז ער איז נישט קיין פלאסיגער רבי. אויספירענדיג, אויף די 2 מדות דארף מען מלחמה האלטן א גאנץ לעבן, ביז די לעצטע מינוט, און קיין עצות איז נישט פאראן דערויף. דאקעגן אויב ער וועט אייך ענטפערן אז "דער אויבערשטער וועט שוין העלפן", דאן איז א באווייז אז ער איז דער ריכטיגער רבי, און צו אים זאלט איר זיך באהעפטן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שביעי של פלסח שנת תק"כ
דעם גאנצן ווינטער איז דער בעש"ט ווייטער אנגעאנגען מיט זיין עבודת הקודש, די תלמידים האבן דעריבער געקלערט אז די גזירה איז מעגליך בטל געווארן.
אויפ'ן יו"ט פלסח איז געקומען צו פארן א גרופלע תלמידים, צווישן זיי איז געווען הרה"ק ר' פלנחס קאריצער זי"ע, וועלכער איז געקומען מיטהאלטן דעם יו"ט פלסח מיט זיין הייליגן רבי'ן.
א טאג פאר שביעי של פלסח, האט ר' פלנחס זצ"ל זיך פללוצלינג געשפלירט שוואכלעך, און האט דעריבער אריינגעקלערט, צי ער זאל גיין אין מקוה, וועלכע איז דעמאלט געווען פארבינדן מיט סכנת נפשות, צוליב די גרויסע פרעסטן וואס האט דאן באהערשט דאס שטעטל, און האט דעריבער אפלגעמאכט אז דאס מאל וועט ער נישט גיין אין מקוה.
יו"ט צופרי ווען הרה"ק ר"ר פלנחס ז"ל האט געהאלטן אינמיטן דאווענען תפלת שחרית, האט ער פללוצלינג געהערט ווי אין הימל האט מען אויסגערופן אז דער בעש"ט גייט אוועקגענומען ווערן פון דער וועלט. גלייך האט ער אנגעהויבן איינצורייסן מיט תפילות ותחנונים, אבער עס האט ליידער גארנישט געהאלפן, זיינע תפילות און געבעטן זענען נישט אנגענומען געווארן. ר' פלנחס איז דערפון געווארן שטארק צעבראכן, זאגענדיג, ווען ער וואלט געגאנגען אין מקוה א טאג בעפאר, וואלט ער שוין דעמאלט פאראויס געזען די גזירה, און וואלט דאס דאן נאך געקענט מבטל זיין.
נאכ'ן דאווענען האט אים דער בעש"ט - וועלכער האט דאס אלעס געזען - געפרעגט ר' פלנחס'ן, צי ער איז געגאנגען אין מקוה? האט אים ר' פלנחס געענטפערט אז ניין. די גזירה איז שוין פארטיג - האט דער בעש"ט געענטפערט, מ'קען שוין מער גארנישט טאן. און ר' פלנחס'ל איז שוין דאן פארבליבן אין מעזיבוזש ביז צו די פלטירה פונעם בעש"ט.
שפלעטער איז אריין צום בעש"ט זיין באליבטער תלמיד רבי דוד פורקעס, און געפרעגט זיין רבי'ן צי ער זאל ארויסגעבן א וועג ווי אזוי מ'קען מעגליך מבטל זיין די גזירה, האט אים דער בעש"ט געענטפערט, גלייב מיר, אלע וועגן און אלע טויערן זענען פארשפלארט, די איינציגע וועג וואס איז פארבליבן וואס די מקטריגים קענען נאכנישט דעם וועג, איז מיט סיפלורי צדיקים. ווי ר' דוד פורקעס האט שפלעטער דערציילט, האט דאס פלנים פון בעש"ט דאן געפלאמט און עס האט אויסגעזען ווי פייער צינגען שפלריצן ארויס פון זיין פלנים, אז איך בין אנטלאפן פון גרויס פלחד. מיט א צייט שפלעטער האט מיר מיין רבי אנטפללעקט אז דעמאלס האבן זיך געפינען ביי אים אין שטוב 2 געהויבענע געסט, אליהו הנביא און אחי' השילוני, וואס האבן געלערנט תורה מיט'ן בעש"ט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מ'גרייט זיך צום יו"ט שבועות
צווישן די טעג פון פלסח און שבועות האט דער בעש"ט באקומען זייער שטארק די מחלה פון "שלשול", וואס האט אים גורם געווען א שוואכקייט, אבער מיט דעם אלעמען האט ער זיך געשטארקט און האט גארנישט צעוויסן געטאן פאר זיינע תלמידים. די תלמידים וועלכע ער האט געוואוסט אז זיי וועלן צופיל איינרייסן ביים דאווענען, האט ער אהיימגעשיקט אז זיי זאלן נישט זיין דארט אויף יו"ט שבועות.
עטליכע טעג פאר שבועות האט ער אריינגערופן זיין באליבטן תלמיד רבי לייב קעסלער ז"ל, און אים צעוויסן געטאן אז דער זמן פון זיין פלטירה איז גאר נאענט. דער ר' לייב איז זייער דערשראקן געווארן, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן אויסגעשריגן, רבי, איך געב אוועק מיין לעבן פאר'ן רבי'ן, מיין קאפל אנשטאט דעם רבינ'ס. אבער דער בעש"ט האט עס אוועקגעמאכט, זאגענדיג, מ'האט מיר שוין סיי ווי אוועקגענומען אלע הויכע מדריגות, און פון אזא לעבן האב איך גארנישט, און ס'איז נישט אינטערעסאנט איינצורייסן.
אין ספר "אמרי פלנחס" ווערט אראפלגעברענגט אז הרה"ק ר' פלנחס מקאריץ ז"ל האט דערציילט, אז שבת קודש פאר שבועות (דער לעצטער שבת פונעם בעש"ט אויף די וועלט) האט זיך דער בעש"ט אנגערופן אויב וועט משיח נישט אראפלקומען אין די קומענדיגע 60 יאר (ס'איז פאראן עטליכע גרסאות אין דעם מספלר) וועט ער נאכאמאל מוזן אראפלקומען אויף די וועלט, און ר' פלנחס האט צוגעגעבן דערצו, ווער ווייסט וואו דער בעש"ט וועט אראפלקומען דאס קומענדיגע מאל.
ווי א טאג שפלעטער, איז דער הייליגער בעש"ט געווארן שוואכער און שוואכער, זיין קול איז געווארן שטילער און שטילער, אבער מיט דעם אלעם האט ער ווייטער געדינט דעם בורא, אזוי ווי זיין גאנץ לעבן און זיך נישט געוואלט ניטאמאל אריינלייגן אין בעט. ביז ער איז געווארן גאר שוואך, אז ער האט ניטאמאל געהאט קיין כח אריינצורופן צו זיך דעם גבאי. האט מען זיך אפלגעשמועסט צווישן די גבאים אז מ'וועט לייגן א בענדל נעבן זיין קראנקן-בעט, און ווען דער רבי וועט וועלן לאזן רופן דעם גבאי'ן וועט ער ציען דאס בענדל און דאס וועט רוקן א גלעקל, און פון דעם קול פונעם גלעקל וועט מען וויסן אז דער רבי וויל עפלעס. וכן הוה.
אינצווישן די צייט האט מען געהערט פאלען ווערטער פון בעש"ט, ערקלערנדיג דעם טעם פארוואס ער גייט שוין אוועק פון די וועלט, (דער בעש"ט איז אוועק פון די וועלט זייענדיג אינגאנצן אלט 62 יאר, לויט ווי עס איז באקאנט איז ער געבוירן שנת נח"ת לפ"ק) זאגענדיג אז אזוי ווי רוב גדולי ישראל אין יענע צייט זענען אפלגענארט געווארן פון דעם פאלשן משיח וכת דילי', דעם באקאנטן "כת ש"ץ" ימ"ש, און זיי זענען אפלגעפירט געווארן אינגאנצן פון אידישן וועג, און זיי רעדן ר"ל אויף די תורה שבע"פל, און ער איז געבליבן דער איינציגער קעמפער וועלכער שלאגט זיך קעגן זיי מיט די גרעסטע שארפקייט, אזוי ווייט אז עס האט מיר ל"ע דורכגעלעכערט אין הארץ און אנגעמאכט 2 לעכער, דעריבער האבן זיך די מקטריגים און די כח הטומאה פארלייגט אויף מיר. דעריבער מוז איך שוין איצט נפטר ווערן פון די וועלט.
די אידן פון מעזיבוזש ווי אויך די תלמידים פונעם בעש"ט האבן זיך געגרייט מיט שמחה צום קומענדיגן יו"ט שבועות, נישט וויסענדיג ווי שלעכט דער מצב איז מיט'ן רבי'ן, און וואס עס ערווארט זיי ליידער אין די קומענדיגע טעג.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ערב שבועות אין מעזיבוזש
אין די לופט שפלירט זיך שוין די פייערליכע שטימונג, די הייליגע תלמידים זענען אלע געקומען צו פארן אויף יו"ט צו זייער רבי'ן, וויסענדיג אז ביים רבי'ן קען מען זוכה זיין צו שפלירן א טעם מעין קבלת התורה. ווי באוואוסט האבן געוויסע תלמידים זוכה געווען צו זען די קולות וברקים אקוראט ווי עס האט אויסגעזען ביי קבלת התורה, וואס מיר האבן נישט קיין שום באגריף וואס דאס באדייט.
א שמועה גייט ארום צווישן די תלמידים אז ביים רבי'ן אין שטוב גייט "עפלעס" פאר, אויף יעדענ'ס געזיכט האט זיך אויסגעגאסן א טרויער, טראכטענדיג ווער ווייסט צי דער פרייליכער יו"ט וועט ח"ו נישט צעשטערט ווערן אינדערמיט. פללוצלינג... האט דער בעש"ט געעפענט זיינע הייליגע אויגן און געבעטן פון זיין גבאי'ן אז ער זאל אים רופן ר' דוד'ל (פורקעס ז"ל). דער געטרייער תלמיד ר' דוד'ל איז געקומען צו לויפן מיט איין אימפלעט, שרייענדיג, רבי, איך בין דא. דער הייליגער בעש"ט ענטפערט אים, ווען א לייכטער שמייכל שיינט אראפל פון זיין הייליגן פלנים, גיי און זעה אז מ'זאל זיך גרייטן צום יו"ט מיט שמחה און פרייד. ר' דוד'ל לויפט ארויס צו די חבריא וועלכע זענען געשטאנען אינדרויסן אומגעדולדיג, וועלענדיג וויסן וואס איז געווען דעם רבי'נס באגער, "דער רבי האט געזאגט אז מ'זאל זיך גרייטן צום יו"ט מיט פרייד". א כוואליע פון שמחה האט זיך אראפלגעלאזט אויף די שטאט מעזיבוזש, און יעדער איז זיך פונאנדערגעגאנגען צוצוענדיגן די לעצטע פארבערייטונגען צום יו"ט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די נאכט פון שבועות
אלע איינוואוינער פון די שטאט מעזיבוזש גייען אין ביהמ"ד מיט'ן "תיקון ליל שבועות" אונטער'ן ארעם, די תלמידים זענען שטארק באזארגט געווארן, הערנדיג אז דער רבי לאזט ניטעמאל אריין צו זיך זאגן "א גוט יום טוב", אן ערשיינונג וואס מ'האט בעפאר נישט בייגעוואוינט. נאך מער איז מען דערשראקן געווארן, ווען מ'האט געהערט אז דער רבי ליגט שוואכערהייט אין בעט, און איז ניטעמאל אויפגעשטאנען צו תפלת מעריב.
פללוצלינג האט זיך די טיר געעפענט, אויפ'ן שוועל האט זיך באוויזן דער תלמיד ר' דוד'ל פורקעס, אויסרופענדיג, ווער עס קען דעם לאנגען ניגון פון הרה"ק ר"ר מיכל מזלאטשוב זאל אריינקומען, דער רבי וויל עס יעצט הערן". א שטראם פון מענטשן האבן זיך אריינגעשטופלט צום רבינ'ס הויז, און באלד האט זיך ארויסגעהערט דער ניגון וועלכע איז דאס מאל געזונגען געווארן מיט אן אויסערגעווענליכע התעוררות.
"דער ניגון איז מעורר די מדת הרחמנות", זאגט דער בעש"ט אריין אין זיין תלמיד'ס אויער. ר' דוד'ל באמערקט ווי דער רבי וויל אים עפלעס זאגן. ער בייגט זיך צו און הערט ווי דער בעש"ט זאגט, איך בין מבטיח אז ביי יעדע געלעגענהייט ווען מ'וועט זינגען דעם ניגון, וועט דאס מעורר זיין צו תשובה. די אנוועזענדע האבן אלע פארלאזט די שטוב, צוריקקערנדיג זיך אין ביהמ"ד. דער בעש"ט איז פארבליבן אין שטוב מיט געציילטע תלמידים, פאר וועמען ער האט געזאגט דברי תורה און רזין דאורייתא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שבועות צופרי
אין די פארטאגס שעה'ן האט דער בעש"ט ארויסגעשיקט א שליחות צו אלע זיינע תלמידים, אז ער פאנגט שוין אן צו גוסס'ן. אבער ווי אינטערעסאנט איז דאס געווען, אז ווען די חבריא איז אנגעקומען צו זייער רבי'ן האבן זיי אים געטראפן אין א געהעריגן געזונט צושטאנד, און מיט א קלארן באוואוסטזיין. דאן האט דער בעש"ט אנגעוויזן פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיין נשמה וועט פון אים ארויסגיין, אנווייזענדיג פון וועלכן אבר די נשמה וועט צוערשט ארויסגיין. דערנאך האט דער בעש"ט באפוילן צוזאמצושטעלן א מנין צו תפלת שחרית, און געווינקען מ'זאל אים דערלאנגען זיין ספלעציעלן סידור וועלכע איז געווען געשריבן מיט "כתב אשורית" אויף ריינע פלארמעט, זאגענדיג, "נאך אביסל וועלן מיר האבן די זכי' צו רעדן מיט'ן באשעפער אליין".
נאכ'ן דאווענען ווען יעדער איז ארויסגעגאנגען פון שטוב, אויסער דער געטרייער תלמיד ר' נחמן האראדענקער זצ"ל, וועלכער וויל נישט ארויסגיין פון שטוב, שפלירענדיג ווי דער רבי האלט שוין אין זיינע לעצטע שעות, וויל ער נישט איבערלאזן זיין גרויסן רבי'ן אין אזא געהויבענעם זמן פון יציאת נשמה, שטייענדיג אזוי נעבן זיין רבי'ן, צוקוקענדיג ווי "ספר תורה שרוי בצער", ווי זיין רבי ליגט אזוי קראנק און שוואך, האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן און אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין. דער בעש"ט האט אים בארואיגט, זאגענדיג, היינט איז יו"ט, מ'טאר נישט טרויערן. גלייב מיר מיין געליבטער תלמיד, פאר מיר אליין זארג איך מיך נישט, ווייל דאס איז ביי מיר אזוי גלייך ווי איינער וואס גייט ארויס פון איין שטוב און גייט אריין אין א צווייטע שטוב.
דאן איז ר' נחמן ז"ל געגאנגען אין ביהמ"ד, פלרובירן איינצורייסן מיט תפילות, טראכטענדיג אז אפשר קען מען נאך מבטל זיין די גזירה. אבער דער בעש"ט האט אים געשיקט א שליחות, אז די אלע תפילות זענען אומזיסט, און דער בעש"ט האט אויסגעפירט, וואלט ער געוואוסט דורך וועלכן היכל איך פלעג אריינגיין, וואלט ער נאך אפשר געקענט עפלעס אויפטאן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די לעצטע שעה'ן
געציילטע שעה'ן פאר די פלטירה פונעם בעש"ט איז אריינגעקומען א געוויסע פארווארפענע נשמה צום בעש"ט, און זיך געבעטען ביים בעש"ט ער זאל איר מתקן זיין, אבער דער בעש"ט האט איר אנגעשריגען, שוין אכציג יאר וואס דו ביסט אזוי פארוואגלט, און דו דרייסט זיך ארום, און ביז היינט האסטו נאך גארנישט געהערט פון מיר, "צא רשע". באלד האט דער בעש"ט אנגעזאגט פאר'ן משמש, אז קיינער זאל נישט שטיין אינדרויסען ווייל די ארויסגעווארפענע נשמה איז זייער בייז, און ווער ס'וועט אים שטיין אין וועג איז אין גרויס געפאר. יעדער איז טאקע באלד אנטלאפן פון דארט, אויסער דעם משמש'ס קליינע טאכטער, וועלכע האט זיך עטוואס פארזוימט, און איז אביסל געשעדיגט געווארען.
ווען דער משמש איז צוריקגעקומען אין שטוב פונעם בעש"ט, האט ער געטראפען ווי דער בעש"ט רעדט. באמערקענדיג אז קיינער האט זיך נישט געפונען אין שטוב, האט ער געפרעגט דעם בעש"ט, צו וועמען רעדט דער רבי? זעסט נישט? - האט דער בעש"ט צוריק געפרעגט דעם משמש - דער מלאך המות וועלכער פלעגט שטענדיג אנטלויפען פון מיר וואו דער שווארצער פעפער וואקסט, איצט האט ער באקומען רשות פון אויבען, מיך צו שעדיגען, זענען זיינע אקסלען ברייטער געווארען פון פרייד, און א גרויסע שמחה איז אויסגעשפלרייט אויף זיין פלנים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די מילכיגע סעודה
דערנאך האט דער בעש"ט באפוילען דעם משמש אנצוגרייטען די סעודה לכבוד יו"ט, און ווי דער שטענדיגער מנהג פונעם בעש"ט איז געווען, אז יעדען שבועות, פלעגט ער טיילען משקה פאר די תלמידים זאגענדיג דערביי, "איך געב מאריטייש פאר קבלת התורה", האט ער אויך איצט באפוילען דעם גבאי ער זאל אים אריינברענגען א "גרויסע" פלאש משקה אויסצוטיילען. פון גרויס איילעניש און פארלוירענקייט האט ער אנשטאט א גרויסע אריינגעברענגט א קליינע שיסעל. ווען דער בעש"ט האט דאס באמערקט האט ער זיך אנגערופען בדרך צחות, שלמה המלך זאגט אין קהלת (ה') אין שלטון ביום המות, א מענטש געוועלטיגט נישט אין דעם טאג וואס ער שטארבט, אויספירענדיג, זעט איר, אפילו מיין משמש פאלגט אויך נישט מיין שליחות.
דערנאך האט ער צעטיילט די משקה, אנזאגענדיג פאר יעדן א "צוואה", פון וועלכע מאכלים יעדער באזונדער זאל זיך אכטונג געבן, ווייל ס'קען אים שאטען. אויך האט דער בעש"ט זיי דאן אנגעזאגט מיט וועלכע פלרנסה יעדער וועט זיך באשעפטיגען. פאר איינעם פון די חבריא מיט'ן נאמען ר' יעקב, האט ער געזאגט דו וועסט האבן פלרנסה פון ארומגיין דערציילען סיפלורים פון מיר, (שפלעטער האט זיך ארויסגעשטעלט וואס די כוונה פונעם בעש"ט איז געווען.) צום שלוס האט זיי דער בעש"ט געזאגט, ביז היינט האב איך מיט ענק געטאן גוט'ס, איז פון היינט און ווייטער זאלט איר מיט מיר טאן גוט'ס. דערנאך האט מען אריינגעלאזט דעם איבעריגן המון עם, און דער בעש"ט האט יעדען געבענטשט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער בעש"ט געזעגענט זיך פון זיין זון
דער זון פון בעש"ט, הרה"ק ר' צבי, האט נישט געגלויבט אז ביי זיין טאטן האלט שוין אזוי ערנסט דער מצב, דעריבער זייענדיג ערשעפלט פון די פארגאנגענע נאכט, איז ער זיך געגאנגען עטוואס אנשפלארן. ווען די תלמידים האבן געזען ווי דער בעש"ט גרייט זיך ביים פארלאזן די וועלט, זענען זיי אים געלאפן אויפוועקן. ר' צבי איז באלד געקומען צו לויפען. דערזעענדיג דעם ביטערן מצב האט ער אויסגעבראכען אין א געוויין שרייענדיג טאטע דו לאזט מיך דא איבער? דער בעש"ט האט אים געענטפערט, וויסען זאלסטו, דו האסט א הייליגע נשמה אין דיר, באמת וואלט איך דיר געקענט אראפלברענגען א נשמה פון ר' אלעזר ב"ר שמעון, אבער ס'פעהלט דיר נישט אויס, ווייל דו האסט גענוג א גרויסע נשמה.
דאן האט דער בעש"ט אנגעפאנגען אים אויסצולערנען געוויסע סודות, אבער ר' צבי האט געשריגען טאטע כ'האלט נישט מיט, איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. אבער דער בעש"ט האט זיך אנטזאגט פון צו ערקלערן זיינע רייד, זאגענדיג אז ער איז שוין מער נישט בכח דערצו. דאן האט ער אים אויסגעלערנט א געוויסען הייליגען שם. ווען ר' צבי האט געזאגט אז ער פארכט זיך אז ער וועט דאס פארגעסן, האט אים דער בעש"ט אויסגעלערנט א סגולה ער זאל דאס נישט פארגעסן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די לעצטע דיבורים פונעם בעש"ט
אין "מדרש פנחס" ווערט געברענגט אז הרה"ק ר"ר פלנחס מקאריץ זי"ע האט דערציילט אז צוויי שעה פאר די פלטירה האט זיך דער בעש"ט אנגערופען, כ'ווייס אז כ'פארמאג נאך צוויי שעה צום לעבן, אבער כ'גיב דאס אוועק פאר'ן אויבערשטן פאר א מתנה, און הרה"ק ר' פלנחס האט אויסגעפירט אט דאס הייסט ריכטיג "מסירות נפש".
אין ספה"ק "אגרא דכלה" ווערט געברענגט אז דער בעש"ט האט געזאגט מינוטן פאר זיין פלטירה, איצט פארשטיי איך שוין פאר וואס פאר א צוועק כ'בין געבוירען געווארען.
אין ספה"ק ישמח ישראל (פ' בלק) ווערט געברענגט אז דער בעש"ט האט געזאגט פאר זיין פלטירה, איך לאז אפל מיינע גרויסע מדריגות, איך בין א פלשוט'ער איד, און כ'וויל נישט וויסען פון גארנישט נאר צו גלייבען אינעם איינציגען באשעפער.
דער בעש"ט האט געגעבן א סימן, אז ווען די צוויי זייגערס פון זיין שטוב, וועלן זיך אפלשטעלן, דאן איז א באווייז אז זיין נשמה איז ארויס פון אים. די תלמידים האבן זיך ארומגעשטעלט ארום זיין בעט, פלרובירענדיג צו פארשטעלן אז ער זאל נישט זען די זייגערס. אבער דער בעש"ט האט זיי געזאגט אז ער איז זייער רואיג, און נישט דערשראקען פון זיין פלטירה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די פלטירה
ער האט באפוילען אז מ'זאל אים צודעקען מיט א ווייסען צודעק, און דער הייליגער גוף האט זיך אנגעהויבען צו ווארפען, אזוי ווי מ'איז געווען געוואוינט צו זען ביי זיין "שטילע" שמונה עשרה. דערנאך האט זיך עס אפלגעשטעלט, און די תלמידים האבן געזען ווי די זייגערס האבן זיך אפלגעשטעלט. אבער זיין האבן נישט באמערקט קיין שום ענדערונג אין זיין געזיכט, דאס פלנים איז געבליבן די זעלבע קאליר פון בעפאר, האבן זיי דעריבער גענומען א פעדער און צוגעלייגט צו זיין נאז. דערזעענדיג אז ס'פליט נישט אראפל, האבן זיי פארשטאנען אז זייער רבי איז שוין נישט בין החיים, און ווי דער אויבענדערמאנטער תלמיד ר' לייב קעסלער האט צוגעגעבן האט זיין פלנים אויסגעזען ווי א פלאם פייער.
אין ספה"ק "שארית ישראל" ווערט געברענגט אז די "לעצטע" תפלה פון בעש"ט איז געווען דער פלסוק "אל תבואני רגל גאוה". ענליך צו דעם ווערט צוגעברענגט אין ספה"ק "זרע קודש", ווי דער ראפלשיצער רב זי"ע דערציילט אז ער האט געהערט זאגען אז מ'האט זיך צוגעבויגען צום בעש"ט בשעת זיין פלטירה און מ'האט געהערט די ווערטער, רבוש"ע זיין מיך מציל פון פלניות, און דער "זרע קודש" פירט אויס, פון דעם לערנען מיר, ווי שווער ס'איז ניצול צו ווערען פון די סארט מחשבות אז אפילו אזא צדיק האט פאר די הסתלקות געדארפט בעטן דערויף.
אין ספה"ק "היכל הברכה, ווערט געברענגט אז נאכ'ן זאגען דעם פלסוק אל תבואני, האט ער נאך אויך געטייטשט דעם פלסוק והתמכרתם שם לאויביך (דברים כ"ח).
אין "שבחי הבעש"ט" ווערט געברענגט אז דאס הייליגע פלנים פון בעש"ט האט אויסגעזען אזוי ווי יעדן "פרייטאג צונאכט'ס", און ווי ער גיט דאס צו פארשטיין ווייל ערב שב"ק פארנאכט'ס גייט ארויס די וואכעדיגע נשמה, און די נשמה יתירה קומט דאן אריין, דאס זעלבע האט פלאסירט ביי די ריכטיגע "יציאת נשמה" ווען די נשמה האט זיך צוריקגעקערט תחת כנפי השכינה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויהי בנסוע הארון
אין ספר "שבחי הבעל שם טוב" (סי' צ"ח) ווערט דערציילט אז ביי די לוי' פונעם בעש"ט האט זיך זיין תלמיד רבי נחמן האראדענקער זי"ע געוואונדערט אז ער זעט נישט קיין שום אויסטערלישע זאכן ביי אזא געהויבענע לוי', אבער קומענדיג נענטער צום בית החיים האט ער באמערקט אויסטערליש אינטערעסאנטע ענינים, שפלעטער האט ער דערציילט זיין וואונדער פאר זיין חבר ר' וואלף קיצעס ז"ל, אויספירנדיג, מסתמא האט אזוי געדארפט זיין.
צווישן די תלמידים וועלכע האבן באגלייט זייער רבי'ן, איז ארויסגעשטאנען דער געטרייער תלמיד ר' וואלף קיצעס ז"ל, וועלכער איז געווען פון די עלטערע תלמידים, און שטארק אנגעקניפלט געווען אין זיין גרויסן רבי'ן.
ווי ערשטוינט איז יעדער געווארן, ווען צוקומענדיג נענטער צום בית החיים האט ר' וואלף באפוילן אפלצושטעלן די מטה, און אביסל אויפגעדעקט דעם ווייסן ליילעך און צוריק צוגעדעקט, אזוי האט ער געטאן עטליכע מאל. ווען די אנוועזנדע פון די חבריא האבן אים איבערגעפרעגט פארוואס ער טוט דאס, האט ער זיי ערקלערט ווי פאלגענד: גרויסע מלאכים האבן שטענדיג געגליסט צו כאפלן א בליק אויפ'ן צדיק'ס געזיכט, נאר צוליב זיין גרויסע קדושה האבן זיי מורא געהאט פון אים. איצט ווען ער איז נסתלק געווארן, זענען זיי זיך צוזאמענגעקומען און מיך געבעטן אז זיי ווילן זען די צורה פונעם צדיק. דעריבער האב איך זיי ערמעגליכט צו זען די הייליגע צורה...
אויך ווערט דערציילט, אז דער "מגלה עמוקות" פלעגט נאך זיין פלטירה יעדע נאכט קומען פון יענע וועלט, לערנען מיט זיין אייניקל רבי ליבער מבארדיטשוב ז"ל. מיטאמאל האט דער אייניקל באמערקט ווי דער זיידע האלט זיך שוין אפל א שטיק צייט פון זיין אראפלקומען, האט ער זיך צוזאמענגעפלאקט זיינע פלעקלעך און געפארן קיין קראקע צום ציון פון זיין זיידן, אפשר וועט ער דארט אויסגעפינען די אורזאך פארוואס זיין זיידע קומט שוין נישט צו אים. אנקומענדיג צום ציון, האט אים זיין זיידע געענטפערט, נישט לאנג צוריק איז נפטר געווארן דער בעש"ט, און לכבודו האט מען פארשפלארט די "ישיבה של מעלה" פאר 30 טעג. דעריבער האב איך נישט געקענט קומען לערנען מיט דיר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"ספיקא דיומא" הילולא
ס'איז באקאנט אז ס'איז נישט גענוי באשטימט ווען ס'איז די יארצייט פונעם בעש"ט. פאראן ספרים וואס צייכענען צו דעם ערשטן טאג יו"ט אלס די יארצייט, און ברענגען באווייזן דערויף. דאקעגן זענען פאראן ספרים וואס האבן פארקערטע באווייזן, אז דער בעש"ט איז גאר נפטר געווארן דעם צווייטן טאג שבועות.
אין ספר "שבחי בעל שם טוב" - וועלכער איז געדרוקט געווארן בערך 55 יאר נאך די פלטירה פונעם בעל שם טוב און איז פון די ערשטע קראנטע ספרים וואס זענען ארויסגעקומען מיט באשרייבונגען פונעם בעש"ט - ווערט געברענגט אז די יארצייט פונעם בעש"ט איז אין ערשטן טאג שבועות, און א באווייז דערצו איז לויט ווי מ'זאגט נאך איז די פלטירה פונעם בעש"ט אויסגעפאלן אין א מיטוואך, ווי מ'פלעגט זאגן די מליצה אז מיטוואך איז געווען דער טאג וואס ביי ששת ימי בראשית איז עס געווען "יום 'שנתלו' בו המאורות", מ'האט אוועקגענומען די ליכט פון די וועלט, מיט די פלטירה פון בעש"ט, לויט'ן חשבון קומט אויס אז יענעם יאר תק"כ, איז דער ערשטער טאג שבועות אויסגעפאלן אין א מיטוואך. איז דאס א באווייז אז דער בעש"ט איז נפטר געווארן מיטוואך, דעם ערשטן טאג שבועות.
אויך אין ספה"ק "היכל הברכה" ווערט אראפלגעברענגט מאמרים וועלכע דער בעש"ט האט געזאגט קורץ פאר זיין פלטירה. ווי הרה"ק ר' אייזיק מקאמארנא זי"ע צייכנט דארט אן, ביום "ראשון" של חג השבועות, קודם התפלה שנת "שכר" (תק"כ), זעט אויס פון זיינע דיבורים, אז דאס האט פלאסירט דעם ערשטן טאג שבועות.
דאקעגן אין ספר "הילולא דצדיקיא" פון ר' אשר זעליג מרגליות ז"ל ווערט צוגעצייכנט, אז די יארצייט איז דעם צווייטן טאג שבועות, און ווי ער ברענגט צו א באווייז, ווייל די הלכה איז, אז דעם ערשטן טאג יו"ט איז נישט ערלויבט פאר אידן זיך צו באשעפטיגן מיט א נפטר, נאר מ'דארף זיך באנוצן מיט גוים. דעריבער איז שווער צו זאגן אז די פלטירה פון אזא הייליגן מאן איז געווען דעם ערשטן טאג יו"ט, און פרעמדע גוים האבן זיך באשעפטיגט מיט אזא הייליגן גוף. דעריבער איז ליבערשט צו זאגן אז ער איז אוועק דעם צווייטן טאג יו"ט, ווען אידן מעגן זיך באשעפטיגן מיט א בר מינן ר"ל.
אין ספר "דרכי חיים ושלום" ווערט אראפלגעברענגט אז דער מונקאטשער רב בעל "מנחת אלעזר" זצ"ל, פלעגט זאגן אז ער האט מקובל פון זיינע עלטערן אז די פלטירה פונעם בעש"ט איז געווען דעם ערשטן טאג יו"ט, הגם מיר האבן נישט קיין באגריף ווי הייליג דער בעש"ט איז געווען. מיט דעם אלעמען איז זיכער אז מ'האט זיך געפירט לויט די בפירוש'ע הלכה אין שו"ע, און זיכער האבן זיך די הייליגע תלמידים באנוצט מיט גוים צו די קבורה פונעם בעש"ט, און דאס וואס מ'זאגט נאך אז די יארצייט איז דעם צווייטן טאג, איז א "וועלט'ס טעות", עכ"ל.
אויך איז געפונען געווארן דער סידור פונעם בעש"ט וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"ק ר' אברהם שמשון מראשקוב זצ"ל, דער זון פונעם "תולדות יעקב יוסף", וועלכער האט געשריבן דעם סידור פאר'ן בעש"ט, אבער איז ערשט פארטיג געווארן נאך די פלטירה פונעם בעש"ט, און אויפ'ן דעקל פונעם סידור געפינט זיך די פאלגענדע שורות: "מורי מהר"י ב"ש זלה"ה שבעוה"ר נפטר יום א' דשבועות שהוא יום ד' שנת תק"כ".
עס איז מערקווירדיג אראפלצוברענגען וואס מ'זאגט נאך אין נאמען פון הרה"ק מרוזין זי"ע, אז דאס ערשטע יאר נאכדעם וואס דער בעש"ט איז נפטר געווארן, האבן זיך די תלמידים צוזאמענגעזעצט איבערצושמועסן ווען ס'איז פלונקטליך די יארצייט, האבן זיי באשלאסן אז דאס איז אין די בחינה פון "ולא ידע איש את קבורתו", מ'זאל נישט וויסן ווען גענוי ס'איז די יארצייט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הושענא ציון המצוינת הושענא
די הייליגע תלמידים פונעם בעש"ט זענען אויך נאך זיין פלטירה ווייטער דבוק געווען אין זייער הייליגן רבי'ן, און פיל מאל פלעגן זיי זיך משתטח זיין אויפ'ן קבר.
עס ווערט דערציילט, אז דער זון פונעם בעש"ט, הרה"ק ר' צבי ז"ל, וועלכער האט געוואוינט אין פלינסק און האט געלעבט אין גרויס ארימקייט איז אמאל געקומען צו פארן קיין מעזיבוז, און האט זיך משתטח געווען אויפ'ן קבר פון זיין טאטן דער בעש"ט, און אויסגעגאסן זיין פארביטערט הארץ אויף די גרויסע ליידן וואס ער מאכט מיט. ביינאכט האט זיך צו אים באוויזן אין חלום זיין מאמע, וועלכע ליגט נעבן דעם בעש"ט, און געזאגט, ביז ווילאנג דו האסט נאך גערעדט פון רוחניות'דיגע ענינים האט נאך דער טאטע אויסגעהערט, ווען דו האסט אנגעפאנגען צו רעדן פון די גשמיות'דיגע פלראבלעמען, האט זיך דער טאטע געוואונדערט אויף דיר, אז דו האסט בכלל אינזין עניני עוה"ז, און נישט געוואלט אויסהערן. איך אלס מאמע האב איך געמוזט אויסהערן דיינע ווערטער, אבער איך בעט דיך אז מער זאלסטו נישט בעטן אזעלכע גשמיות'דיגע זאכן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

גדולים צדיקים במיתתן
אויך נאך די פלטירה פונעם בעש"ט, האט זיך דער בעש"ט באוויזן צו עטליכע פון זיינע תלמידים, און מיט זיי געלערנט און אנגעוויזן "את הדרך ילכו בה". זיין אייניקל, הרה"ק ר"ר ברוך ממעזיבוז זי"ע, פלעגט זאגן אז יעדע קלייניקייט שמועסט ער ערשט דורך מיט זיין זיידן.
עס האט אים אמאל איינער דערציילט, אז דער בעש"ט האט געהאלטן אז מ'דארף פאסטן יעדן ערב ראש חודש, ביז דעם מולד הלבנה. האט ער אים געענטפערט, כ'האב נארוואס גערעדט מיט מיין זיידן, און ער האט מיר געזאגט אז ס'איז נישט ריכטיג דער מאמר, און שטרענג באפוילן נישט צו פאסטן.
יעדן ערב פלסח האט ער זיך משתטח געווען אויף זיין זיידנ'ס קבר, אויסצובעטן פאר די גאנצע משפלחה אז זיי זאלן ניצול ווערן פון א משהו חמץ רח"ל. עס האט אפילו אמאל פלאסירט אז ער האט דארט געלאזט אן אמפלער מיט וועלכן מ'שעפלט וואסער, און דער זיידע איז אים געקומען דערמאנען אז ער זאל עס אוועקנעמען פון דארט.
אין ספר "בית רבי" ווערט דערציילט, אז ווען מ'האט אריינגעזעצט דעם "בעל התניא" אין תפיסה אויף די קלאגעס פון די בייזוויליגע מוסרים אז ער פארשפלרייט דעם "דרך החסידות", וואס דאס האט פלאסירט א סאך יארן נאך די פלטירה פונעם בעש"ט, איז דער מעזריטשער מגיד זי"ע צוזאמען מיט זיין רבי'ן דער בעש"ט אים געקומען באזוכן און געטרייסט מיט חיזוק רייד אז ער וועט בקרוב באפרייט ווערן.
דער ציון פונעם בעש"ט איז ארומגענומען מיט א צוים, ווי מ'האט שפלעטער דארטן געלייגט אויך זיין תלמיד הרה"ק ר' וואלף קיצעס זי"ע, הרה"ק ר"ר אברהם יושע העשיל מאפלטא דער "אוהב ישראל" זי"ע, און אויך זיינע הייליגע צוויי אייניקלעך, הרה"ק ר"ר ברוך ממעזיבוז זי"ע, און הרה"ק רבי משה חיים אפרים מ'סדילקאוו זי"ע, דער "דגל מחנה אפרים".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די יומא דהילולא אין יו"ט שבועות
אין א סאך ספה"ק געפינען מיר אז דער יארצייט פונעם בעש"ט האט א גרויסן צוזאמענהאנג מיט'ן יו"ט שבועות, און איז נישט פלער צופאל אויסגעפאלן אין דעם טאג.
אין ספה"ק "עטרת ישועה" (לשבועות) ווערט געברענגט, אז אין יו"ט שבועות קומט אראפל די נשמה פון "משיח בן יוסף" און "משיח בן דוד", און די גימטריא פון "רבי ישראל בעל שם טוב" באטרעפט די זעלבע צאל ווי "משיח בן יוסף, משיח בן דוד", זעט מען דעם שייכות דערפון עכלה"ק.
אין ספה"ק "זוהר חי" (וישלח) ווערט געברענגט אז דער שורש נשמה פון דעם בעש"ט האט געשטאמט פון די נשמה פון דוד המלך ע"ה, וועלכער איז אויך נפטר געווארן שבועות.
מיר וועלן שליסן מיט דעם וואס עס ווערט אראפלגעברענגט אין ספר "זכרון טוב" אז הרה"ק רבי איציקל נעשכיזער זי"ע האט דערציילט אז נאך די פלטירה פון בעש"ט זענען זיך צוזאמענגעקומען תלמידים און געשמועסט דברי תורה וואס מ'האט געהאט געהערט פונעם בעש"ט, און דער בעש"ט האט זיך באוויזן צו זיי אין חלום, זאגנדיג, פארוואס טראכט איר אריין נאר אין מיינע דברי תורה, טראכטס אויך אריין אין מיין יראת שמים.
זאל השי"ת העלפן אז זיין גרויסער זכות זאל מגין זיין און ער זאל א מליץ יושר פאר אונז. תורתו מגן לנו, היא מאירת עינינו, הוא ימליץ טוב בעדינו, להוושע בדבר ישועה ורחמים, אכי"ר.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יומא דהילולא של הבעש"ט

אין ספר אגרא דכלה שטייט אז בראשית איז ר"ת אור ת'ורת ר'בינו י'שראל ב'על ש'ם, און ער פירט דארט אויס בשבילו נברא העולם...

אין דגל מחנה אפרים שטייט אז אויפ'ן פסוק ובני ישראל יוצאים ביד רמה זאגט דער תרגום ברי"ש גלי, בריש איז ר"ת ר'בי י'שרא' ב'על ש'ם, ווייל אין זיין זכות איז מען ארויס פון גלות מצרים...
דער צמח צדיק שרייבט בבה"ל; אשר כמוהו לא הי' מימות הראשונים פלאי פלאות ניסים היוצאים מן הטבע הי' נראים על ידו...

הרה"ק מפרשיסחא האט געזאגט בזה"ל: מרן הבעש"ט בדורו כמו אברהם אבינו ב?? דער בעלזער רב ז"ל האט געזאגט בזה"ל: אויב א מענטש וועט קומען און וועט מיר זאגן אז ער האט געזען דעם בעש"ט ארויפגיין אויף א לייטער אין הימל לעבעדיגערהייט מיט אלע קליידער וועל איך עס אייך גלויבן, ווייל וואס מ'זאגט אויפ'ן בעש"ט קען זיין אמת און מ'דארף דאס גלייבן.

דער בעל התניא האט געזאגט אז יענער שבועות וואס דער בעש"ט איז אוועק פון די וועלט, איז אויסגעפאלן אין א מיטוואך, דער טאג וואס די מאורות זענען אנגעהאנגען געווארן אין הימל, אויך יענעם מיטוואך זענען די מאורות אוועק פון די וועלט אויף יענע וועלט...

ביי תיקון ליל שבועות פלעגט זיין אייניקל הרה"ק ר"ר ברוך ממעזבוז ז"ל זאגן אלע קידישים ביים תיקון לע"נ זיין זיידע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די פטירה פון: בעש"ט הקדוש זי"ע
נולד: שנת תנ"ח (נחת) נפטר: שנת תק"כ
עטלהיתט לחמטרוים שסטבהיתט שסזבהי, טייטש די גמרא אז משה רבינו איז ארויף אין הימל נעמען די תורה, האט ער געפאנגען די נשמות פון די צדיקים, זאלען אראפ קומען אויף דער וועלט, שבי איז ר"ת י'שראל ב'ן ש'רה וואס דאס איז דער בעש"ט, וואס איז טאקע אין יום מתן תורה נסתלק געוארען, (צדיקים)
ערב שבועות אין מעזעבוזש
אין די לופט שפירט זיך שוין די גרויסע פרייד אז מ'האלט שוין נאנט צו קבלת התורה, - ווי יעדע יאר שפירען זיך די תלמידים בשעת דער רבי ליינט די עשרת הדברות, ממש ווי בשעת מעמד הר סיני, - מ'קומט צו פארען פון אלע זייטען צום הייליגען רבי'ן, טויזענטער געסט זענען זיך צוזאם געקומען נישט טראכטענדיג אז עפעס גייט פארקומען דעם יו"ט...
א שמועה גייט ארום צווישן עולם אז "עפעס" גייט פאר אין צדיק'ס הויז, דער רבי שפירט זיך נישט אזוי גוט, און מ'ווייסט נישט וואס ס'גייט פאר, אויף יעדענ'ס פנים איז אויסגעגאסען א זארג, מ'וויל נישט טראכטען אז דער יו”ט וועט ח"ו פארשטערט ווערן אינדערמיט, מ'הערט איינער פון צווייטען אז די רבי איז זייער שוואך, און מ'ווייסט ניטאמאל צו די רבי וועט קענען אריינקומען אין ביהמ"ד דעם יו"ט, די גאנצער ערב יו"ט זעהט עפעס אויס ווי א טרויער טאג.
פלוצלינג...
דער בעל שם טוב וואס איז געלעגען אין זיין שטוב צוגעמאכט מיט די אויגען, נישט האבענדיג קיין כח אפילו אויף צו עפענען זיינע אויגען, רופט ער צו זיין געטרייער תלמיד ר' דוד'ל פורקעס ז"ל און ר' דוד קומט צו לויפען מיט איין אימפעט, יא !!! רבי איך בין דא, זאגט אים דער הייליגער בעש"ט - ווען א לייכטער שמייכעל שיינט פון זיין געזיכט - גיי זעה אז מ'זאל זיך אנגרייטען צום הייליגען יו"ט מיט שמחה און פרייד.
ר' דוד לויפט ארויס צום המון עם - וועלכע זענען געשטאנען אינדרויסען ווילענדיג וויסען וואס ס'טוט זיך ביים רבי'ן, - "דער רבי האט געזאגט אז מ'זאל זיך גרייטען מיט פריי צום הייליגען יו"ט", רופט ער אויס, א כוואליע פון שמחה האט זיך אראפגעלאזט אויך די שטאט מעזבוז, און דער עולם האט זיך געווינטשען אז דער רבי זאל מאריך ימים זיין עד מאה ועשרים.
די נאכט פון שבועות...
דער עולם גייט אין ביהמ"ד מיט'ן "תיקון" אונטערען ארעם, שטילערהייט הערט מען מענטשען שמועסן "ווער ווייסט וואס די רבי טוט" מ'זאגט די תיקון א גאנצע נאכט, און מ'פרובירט געוואר צו ווערן וואס טוט זיך ביים רבי'ן אין שטוב, פון מאל צו מאל גייט ארום א קול אז די רבי לאזט נישט אריין קייינעם אין זיין צימער גריסען א גוט יו"ט, "דאס איז נישט קיין גוטער סימן" שמועסט מען אין ביהמ"ד, נאכמער ווערט מען געוואר אז דער רבי ליגט אין בעט און ער איז אפילו נישט אויפגעשטאנען פון בעט צום דאווענען, אוי !!! ס'איז ביטער.............
פלוצליג עפענט זיך די טיר.... און ר' דוד קומט אריין און ער רופט אויס, "ווער ס'קען דעם לאנגען ניגון פון ר"ר מיכל פון זלאטשוב ז"ל זאל אריינקומען, די רבי וויל איר הערען יעצט, א גרויסער עולם האט זיך אריינגעשטיפט אין רבינ'ס צימער, און באלד הערט מען טאקע ארויס דער ניגון פון רבינ'ס צימער מיט גרויס התעוררות.
"דער ניגון איז מעורר די מדת הרחמנות" זאגט דער רבי אריין אין זיין תלמיד'ס אויער, און די צדיק וויל ווייטער זאגן, או זיין געטרייער תלמיד בייגט זיך צו אויסצוהערען, "איך בין מבטיח אז ביי יעדער געלעגענהייט ווין מ'וועט דעם ניגון זינגען, וועט דאס מעורר זיין צו תשובה" , זאגט דער הייליגער רבי, און ר' דוד זאגט עס איבער פאר די תלמידים ווען זיי פארענדיגען דעם ניגון, און זיי גייען ארויס פון שטוב צו ענדיגען דעם תיקון.
שבועות אינדערפרי
מ'פאנגט אן צו דאווענען שחרית, דער רבי איז נישט אריינגעקומען, נאר ער האט געבעטען פון זיין תלמיד, זאל אים אריינשיקען א מנין פון זיינע תלמידים, דער רבי ווינקט מ'זאל אים צוברענגען זיין סידור, וועלכע איז געווען געשריבען מיט כתב אשורית אויף פארמעט, און ער רופט זיך אן "ווילאנג מ'קען נאך דאווענען פאר'ן בורא עולם דארף מען אריינכאפען", און מ'ענדיגט דאס דאווענען, דער רבי ווינטש פאר יעדען אן א פרייליכען יו"ט, און די תלמידים גייען אלע ארויס ווען אין זייער הארץ שפירען זיי שוין דאס ערווארטענע...........
דער געטרייער תלמיד ר' נחמן האראדענקער ז"ל וויל נישט ארויס גיין, ער שפירט אז דער רבי האלט שוין יעצט אין די לעצטע שעות פון זיין לעבן, און ער וויל נישט פארלאזען זיין רבי'ן אין אזא געהויבענע צייט ביי די פטירה.
שטייענדיג נעבען זיין רבי'ן און צוקוקענדיג ווי ספר תורה שרוי בצער, ווי זיין רבי איז אזוי קראנק און שוואך, קען ער שוין מער זיך נישט איינהאלטען און ער ברעכט אויס אין א געוויין, דער בעש"ט בארואיגט אים און זאגט אים "היינט איז יו"ט.... און מ'טאר נישט זיין טרויעריג, אזוי וויל מען פון הימל, און דער בעש"ט איז ממשיך און זאגט אים "גלייב מיר מיין געליבטער תלמיד, פאר מיר אליין זארג איך מיך נישט ווייל איך גיי ארויס פון איין שטוב און איך גיי אריין אינעם צווייטען שטוב........
דערנאך בעט דער בעש"ט מ'זאל אריינרופען זיינע תלמידים, יעדעם איינעם איינציגווייז, און ער זאגט זיי אן דברי מוסר וויאזוי זיי זאלען זיך פירען א גאנץ לעבן, און וואס פאר א מלאכה אדער רבנות יעדער פון זיי זאל זיך באשעפטיגען, צו איינער פון די תלמידים מיט'ן נאמען ר' יעקב זאגט דער רבי א אינטערעסאנטע זאך, אז זיין פרנסה וועט זיין אז ער זאל ארום גיין פון דארף צו דארף און פארציילען מעשיות פון בעש"ט, (שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט וואס דער צדיק האט געמיינט מיט די ווערטער,) דערנאך קומען צוביסלעך אריין אלע מענטשען פון שטאט, פאר יעדען איז שוין קלאר איבער וואס דא האנדעלט זיך...........
און דער צדיק בענטש יעדעם איינעם אן מיט ברכות ביז יעדער גייט ארויס פון שטוב.
דהי פלאטהירטה
דער רבי בעט ווייטער זיין תלמיד ר' דוד זאל אריינרופען נאר זיינע נאנטע תלמידים, ווען די תלמידים זענען אריינגעקומען בעט ווייטער דער בעש"ט מ'זאל אים דערלאנגען א "גרויסען" שיסעל מיט האניג לכבוד יו"ט, מיט גרויס איילעניד איז ר' דוד אריינגעלאפען אין קאך צו ברענגען דעם האניג ווואס דער רבי האט געבעטען, אבער פון די גרויסע געיאגעניש האט ער געברענגט א "קליינעם" שיסעל מיט האניג, ווען דער בעש"ט דערזעהט דעם קליינעם שיסעל מיט האניג רופט ער זיך אן שלמה המלך זאגט אין קהלת "כלהי אוין שסהלאטוין בלאיוים החמטוזת" א מענטש קען נישט געעועלטיגען אין דעם טאג וואס ער שטארבט, זאגט דער צדיק מיט א שמייכעל וועלכע איז נישט אוועק פון אים ביז די לעצטע מינוט פון זיין לעבן.
פלוצלינג....... רופט זיך דער צדיק אן "רבוש"ע!! איך האב נאך צוויי שעה צו לעבן איך געב דיר דאס אוועק במתנה, א שרעק איז אריין אין די תלמידים זעהנדיג דאס מ'האלט שוין אזוי נאנט, און שטילערהייט זאגן זי זיך אריין אין אויער איינער פאר'ן צווייטען, "דאס הייסט א מסירות נפש פון א צדיק".
דער בן יחיד פון בעש"ט דערזעהנדיג די מצב האט ער אויסגעבראכען אין א גרויס געויין, דער בעש"ט בארואיגט אים, "א גרויסע נשמה האסטו מיין זון" און ער פרובירט אים צו בארואיגען.
א שטילקייט הערשט אין צימער און מ'הערט ווי דער רבי רופט זיך אן "איך וועל ענק געבען א סימן ווען מיין נשמה וועט ארויס גיין פון מיין גוף, וועלען זיך ביידע זייגער'ס אין צימער, זיך אפשטעלען.
דער רבי בעט וואסער זיך צו וואשען די הענט, און די תלמידים געבען א קוק אופ'ן זייגער...... און ס'שטייט...........
די תלמידים פארשטעלען דעם זייגער אז זייער רבי זאל נישט באמערקען אז ס'איז געבליבען שטיין, און דער רבי פאנגט אן צו רעדען גרויסע ענינים פון יענע וועלט, און ער זאגט "יושב בסתר, און ויהי נועם".
דער רבי בעט מ'זאל אים צו דעקען מיט א ווייסע ליילעך, און די הייליגע גוף פאנגט זיך אן צו שאקלען אזוי ווי ער פלעגט טוהן ביי שמונה עשרה.
די תלמידים שטייען ארום מיט גרויס פחד און אימה, און דער הייליגער רבי עפענט ווידער זיינע הייליגע אויגען, און קוקט מיט א שמייכעל צו זיינע תלמידים וועלכע ער לאזט יעצט דא איבער אליין.
פלוצליג !!! הערען זיי פון זייער רבי'ן עפעס רעדען, וואס קען דאס זיין יעצט אין אזא הויכע צייט ??, ווינדערען זיי זיך, און זיי בייגען זיך צו און הערען פון זייער רבי'ן די ווערטער "אחל תלאבויאוינהי רזגזל גחאגוטה" - ד.מ. אז אויף יענער וועלט ווען מ'וועט מיך ארויף פירען אינעם גרויסען היכל, זאל איך נישט צוקומען צו קיין גיאות, "דאס איז געווען די לעצטע ווערטער פון בעש"ט אין זיין לעבן, און מיט א שמייכעל אויף זיין הייליג פנים איז ער נסתלק געווארען.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער בעש"ט זי"ע האט איינמאל נישט געהאט קיין איין פרוטה אויף הוצאות שבת, איז ער געגאנגען פרייטאג פארטאגס צו די פענצטער פון א נגיד און האט געקלאפט איין מאל זאגענדיג: איך דארף געלט אויף צרכי שבת...! און איז תיכף אוועק געגאנגען. דער איד פון דעם הויז האט זיך תיכף אויפגעוועקט מיט א ציטער, און איז געלאפן קוקען ווער עס האט געקלאפט, אבער ער האט שוין קיינעם נישט געזען, ביז ער האט זיך גענומען לויפן און געטראפן דעם בעש"ט. דער איד האט געזאגט צום בעש"ט: אויב איר דארפט אויף צרכי שבת פארוואס זענט איר אוועק געלאפן? איר דארפט ווארטן ביז איך וועל ארויס קומען געבן געלט? (דער איד האט נישט געוואוסט אז דאס איז דער בעש"ט הק') אויף דעם האט דער בעש"ט געענטפערט: ווען א מענטש ווערט געבוירן ווערט מיט אים באשאפן "פרנסה" פון וואס ער זאל לעבן. אויב אבער ער זינדיגט ח"ו דארף ער זיך פלאגן אז זיין פרנסה זאל צו אים אנקומען. איינער דארף פארן ווייט צוצוקומען דערצו, און איינער קען דאס באקומען אין שטוב מיט א קליינע פעולה. איך האב מיך באטראכט, אז איך דארף נאר געבן איין קלאפ... וויבאלד איך האב שוין געטוען דאס מייניגע איז מיר שוין נישט קיין חילוק צו איר גיט מיר יא אדער נישט...
(דברי יחזקאל - וישב עיי"ש).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער בעש"ט האט אמאל גערעדט פון די גרויסקייט פון מדת הבטחון, האבן די תלמידים געבעטן אז זיי ווילן עס זעהן מיט די אייגענע אויגן. האט דער בעש"ט געהייסן שפאנען די פערד אין וואגן, און איז געפארן מיט "קפיצת הדרך" ביז ער איז אנגעקומען צו א דארף. זיי זענען אריין אין די קרעטשמע וואס איז דארט געווען. דער בעה"ב האט זיי זייער שיין אויפגענומען און ויי מכבד געווען מיט א סעודה. אינמיטן די סעודה עפנט זיך די טיר, און א פאליצאנט קומט אריין מיט א גרויסן שווערד, גיט א קלאפ אויפן טיש און זאגט: איך בין דיך געקומען דערמאנען אז היינט ביז "פיר אזייגער" דארפסטו באצאלן פארן פריץ, די "דריי הונדערט רובל" וואס דו ביסט אים שולדיג. עס וועט נישט העלפען קיין געבעט. אויב דו וועסט נישט באצאלן ביז פיר אזייגער, וועט מען דיך מיט די גאנצע משפחה אריין ווארפען אין א פינסטערן גרוב, און דיין גאנצע פארמעגן וועט דער פריץ צונעמען...
דער קרעטשמער האט געענטפערט פארן פאליציאנט: גיי ז.ג פארן פריץ אז איך וועל עס אים באלד ברענגען, ווייל איך האב יעצט געסט! האט זיך דער בעש"ט אנגערופען: אויף דיין פנים זעהט אויס אז דו האסט שוין דאס געלט גרייט, ווייל דו ביסט דאך אזוי רואיג. אויב אזוי גיי שוין באצאל דאס געלט, און דערנאך וועלן מיר עסן ווייטער די סעודה, מיר קענען דא ווארטען, ביז דו קומסט צוריק ....
האט דער קרעטשמע ג'ענטפערט: גלייבט מיר, איך האב נישט קיין איין פרוטה... אבער איך זארג מיך נישט, השי"ת וועט מיר העלפען... מיר האבן נאך דריי שעה, מיר קענען עסן רואיג.
די תלמידים האבן אנגעהויבן צו שרייען: וואס איז דאס מיט אייך? גייט בארגען, אדער טוט עפעס, עס איז דאך א סכנה.... אבער דער קרעטשמער בארואיגט זיי אז עס איז נאך דא צייט. השי"ת וועט אים העלפען ווען די צייט וועט קומען... זיי האבן נאך געפראוועט א גרויסע סעודה, און נאכן בענטשען איז דער פאליציאנט נאכאמאל געקומען, און געקלאפט זאגענדיג אז עס איז די לעצטע ווארענונג...! דער קרעטשמער האט אים געזאגט: זאג פארן פריץ אז איך גיי ביז אפאר מינוט, ווייל איך האב יעצט געסט. דער קרעטשמער האט זיך אנגעטוען די שבת'דיגע קליידער, און געגאנגען צום פריץ. פרעגט אים דער בעש"ט: איר האט שוין דאס געלט? ענטפערט ער: ניין, איך האב נאך נישט קיין פרוטה, אבער השי"ת וועט מיר שוין העלפען, איך זארג זיך נישט.

דער בעש"ט מיט די תלמידים האבן זיך געשטעלט ביים שוועל פון טיר אים צו באגלייטן, און זעהן וואס עס גייט געשען, און פון וואנעט גייט קומען זיין ישועה. די תלמידים קוקען און זעען ווי אינמיטן גיין צום פריץ קומט אים א קעגן א גוי. וואס שטעלט זיך אפ, און דער מענטש פונעם וואגען רעדט עטליכע מינוט מיטן קרעטשמער. דער קרעטשמער שאקלט מיטן קאפ אויף "ניין" און גייט זיך ווייטער. נאך עטליכע מינוט, זעהען זיי ווי דער וואגן קומט צוריק, און שטעלט זיך נאכאמאל אפ ביים קרעטשמער און ער שאקלט נאכאמאל "ניין" און ביידע צושיידן זיך. שפעטער ווען דער קרעטשמער האט שוין געעפנט די טיר פונעם פריצ'נס פאלאץ, איז דער וואגן שנעל צוריק געקומען, און דער מענטש פונעם וואגן האט זיך גענומען ציילן געלט, און אים איבער געגעבן. דערנאך איז דער קרעטשמער אריין צום פריץ.

ווען דער קרעטשמער איז צוריק געקומען האבן זיי אים געפרעגט וואס פאר א געשעפטן ער האט געהאט מיט די מענטשן פונעם וואגן. האט ער דערציילט: אינמיטן מיין גיין צום פריץ האט זיך דער וואגן אפגעשטעלט ביי מיר. דארט איז געזעצן דער פויער פון א אנדערען דארף, וואס האט געוואלט אפקויפן פון מיר די פירות וואס וועלן וואקסען אין מיין גארטן דעם קומענדיגן יאר. איך האב דערפאר געבעטן פונף הונדערט רובל, אבער ער האט נאר געוואלט געבן דערפאר דריי הונדערט, בין איך אוועק געגאנגען ווייטער צום פריץ. אינמיטן וועג האט ער זיך מיישב געווען אז ער איז שוין מסכים אויף "פיר הונדערט", אבער איך האב נישט געוואלט אונטער "פינף הונדערט". הערשט ווען איך בין שוין געשטאנען ביים פריץ'נס טיר איז ער צוריק געקומען און מיר געגעבן די גאנצע פינף הונדערט רובל... איך האב באצאלט דעם פריץ, און עס איז נאך געבליבן אביסל פאר מיר... ווען די תלמידים האבן דאס געהערט, האבן זיי אנגעהויבן אביסל צו פארשטיין וואס "בטחון" מיינט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווי באקאנט האט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע זייער שטארק געוואלט פאהרען קיין ארץ ישראל. פון הימעל האט מען דאס נישט צוגעלאזט. און א געוויסע יאהר האט ער נאכאמאהל פרובירט צו פארען קיין ארץ ישראל. אינמיטען זיין נסיעה, וואס איז פינקט אויסגעקומען פאר פסח, האט ער וועגען געוויסע שטערונגען געדארפט פארבלייבען אין דער שטאט קאנסטאנטינאפעל.
דארט אין יענע שטאט, האט מען נישט געוואוסט פונ'ם גרויסקייט פון דעם הייליגען בעל שם טוב. צוליב דעם האט איהם קיינער נישט ספיציעל באמערקט, אין ער האט נישט באקומען קיין איינלאדענונג צום סדר. דער הייליגער בעל שם טוב איז בכלל נישט געווען באזארגט. ער איז רואיג געגאנגען אין בית מדרש און זיך געזעצט לערנען.
די גרויסע צדיקת אדל וואס איז מיטגעפארען מיט'ן הייליגען טאטען, איז יא געווען באזארגט, ווייל דער יום טוב פסח איז שוין באלד דא, און עס איז נישט דא ווי איינצושטיין. אפילו קיין פרוטה איז אויך נישט געווען צו קענען איינקויפען אויף יום טוב. זי האט זיך זייער שטארק צעוויינט.
זי האט גענומען איר פאטער'ס העמד צום טייך אויסצוואשען, טראכטענדיג אז כאטש א ריין העמד זאל זיין אויף יום טוב. בשעת זי האט געוואשען דעם בגד, האט זי מתפלל געווען צום רבונו של עולם, אז זיי זאלען געהאלפען ווערען.
עס איז אדורך געגאנגען א גביר און באמערקט ווי זי וויינט, האט ער איר געפרעגט: "וואס האט מיט אייך פאסירט?". האט זי פארציילט זייער גאנצע פארלעגענהייט, ווי אויך וועגען דעם גרויסקייט פון איר הייליגען טאטען.
דער גביר האט איר בארואיגט, זאגענדיג: "ביי מיר וועט איר זיין אויף יום טוב, און עס וועט אייך גארנישט פעלען", אויך האט ער איר איבערגעגעבען זיין אדרעס.
דער צדיקת אדל איז באלד געלאפען אין בית מדרש פארציילען איר פאטער אז זיי האבען שוין ברוך השם ווי צו זיין אויף יום טוב.
ערב פסח איז דער בעל שם טוב מיט זיין טאכטער אריבער צום גביר אין שטוב. דער גביר האט איהם זייער פריינטליך אויפגענומען. ער האט איהם געוויזען ווי זיין שלאף צימער געפינט זיך. דער הייליגער בעש"ט איז זיך געגאנגען אביסעל צולייגען.
עס איז שוין געווארען שפעט און מען האט שוין געדארפט גיין אין שוהל דאווענען. דער גביר איז אריין אין צימער, אויפצווועקען זיין גאסט. ווי ערשטוינט איז ער געווען, זעהענדיג ווי אינמיטען שלאף גיסען זיך טייכען טרערען פון זיינע הייליגע אויגען.
א וויילע שפעטער האט זיך דער הייליגער בעש"ט אויפגעכאפט, און מיט א ברען געזאגט: "לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו". דערנאך זענען זיי געגאנגען צום דאווענען.
מען איז אהיים פון שוהל פרייליך. דער בעש"ט האט געפירט דעם סדר אויף גאר א הייליגען שטייגער. דער עושר האט פארשטאנען אז דא זיצט פאר איהם א גרויסע צדיק.
ווען מען איז אנגעקומען צו די ווערטער "לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו", האט דער הייליגער בעש"ט זיך זייער שטארק צופייערט. מיט גרויס פרייד האט ער דאס איבערגע'חזר'ט עטליכע מאהל.
ווען זיי האבען געענדיגט די הגדה האט זיך דער בעש"ט אנגערופען: "ברוך השם אז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפען און ער האט איבערגעדרייט טרויער צו פרייד". ער האט אנגעהויבען דערציילען וואס דא האט פאסירט.
דא אין קאנסטאנטינאפעל, האט אמאהל געוואוינט דער טערקישע קעניג. ער איז געווען א אוהב ישראל. זיין יועץ איז געווען א יוד מיט'ן נאמען ר' משה. קיין זאך האט ער נישט געטוהן אהן זיך דורכרעדען מיט איהם.
ווען דער קעניג איז געשטארבען, האט זיין זון איבערגענומען דער מלוכה. דער זון איז אויך געווען א אוהב ישראל. אויך ער האט גארנישט געטוהן אהן דער עצה פון זיין ראטגעבער ר' משה.
צווישען די יועצים איז געווען א גוי'שע אנטיסעמיט, וואס האט נישט פארגינט אז א יוד זאל זיין אזוי גרויס. כסדר האט ער געזוכט עצות איהם שלעכטס צו טוהן.
איינמהאל, איז איהם אייגעפאלען א פלאן. ער האט געזאגט אז עס וואלט געפאסט אז דער קעניג זאל ארומגיין אין דעם גאנצען לאנד, כדי אז יעדער זאל אנערקענען דער נייע מלך, און איהם באגריסען.
דער יועץ האט אויסגערעכענט אז דער קעניג זאל אנקומען צום יודישען געגענט פונקט פסח ביינאכט, ווען אלע יודען זיצען ביים סדר. אזוי וועלען זיי נישט באגריסען דעם קעניג. און דער יועץ וועט קענען אויספירען זיין בייזען פלאן.
דער קעניג איז טאקע ארויס אויף א שפאציר. ווען ער איז אנגעקומען צו די יודישע גאס, האט ער געזעהן אז די יודען קומען איהם נישט אנטקעגען. ער האט זיך זייער געוואונדערט.
דער יועץ האט זיך גלייך אנגערופען: "קוק ווי די יודען זיצען ביי זיך אין דער היים, און זיי פראווען גרויסארטיגע סעודות, און פון דיר מאכען זיי זיך גארנישט וויסענדיג".
דער קעניג איז טאקע זייער באליידיגט געווארען, און געפרעגט דעם גוי'שע יועץ: "ווי אזוי דארף מען יעצט באשטראפען די יודען פאר דעם?".
דער יועץ האט אויסגענוצט דעם געלעגענהייט און געזאגט צום קעניג: "דיין גוטע יועץ ר' משה העצט זיכער אהן די יודען, איהם דארף מען הענגען, און אלע יודען דארף מען פארטרייבען פון דעם שטאט".
דער קעניג האט זייער געפעלען די עצה, און באלד איבערגעגעבען זיין זיגעל רינגעל צום יועץ, אויסצופירען זיין רשעות'דיגע אקציע.
ווען דער קעניג איז אהיימגעקומען, האט ער פארציילט פאר זיין אלטע מאמען וואס עס איז דא געשעהן. ווען זי האט דאס געהערט, האט זי אויסגעבראכען אין א ביטער געוויין און געזאגט: "ווייסטו דען נישט אז די אלע וואס הייבען זיך אהן מיט די יודען האבען א ביטערען סוף? ווייסטו דען נישט וואס עס האט פאסירט מיט עמלק, המן, סנחרב, און נבוכדנצר, און אלע וואס האבען פרובירט צו טשעפענען מיט די יודען? די יודען זענען א גוט פאלק. דאס איז זיכער געווען א בלבול פון דיין שלעכטען יועץ".
שפעט אינמיטען נאכט, האט דער קעניג געשיקט רופען ר' משה. ער האט איהם פארציילט דער גאנצער מעשה, און געבעטען א עצה, ווי אזוי מען דרייט זיך ארויס פון דער שלעכטע גזירה, נאכדעם וואס ער האט שוין ארויסגעגעבען דעם רינגעל צו דעם שלעכטען יועץ.
ר' משה האט זיך נישט פארלוירען, טראכטענדיג אז היינט איז דאך "ליל שימורים". דער באשעפער וועט זיי זיכער נישט פארלאזען. נאך אפאהר מינוט טראכטען, האט ער זיך אנגערופען: "מארגען אינדערפרי, ווען דער יועץ וועט אנקומען, זאל מען איהם גלייך באפאלען אז ער האט גע'גנב'עט דער קעניגס רינגעל".
אזוי איז טאקע געווען. מען האט געפונען דעם רינגעל ביים גוי'שע יועץ. מען האט נישט געמאכט קיין פארשונגען, נאר מען האט איהם באלד געהאנגען. אזוי זענען די יודען געראטעוועט געווארען פון א ביטער גזירה.
דער בעל שם טוב האט געענדיגט זיין ערציילונג און געזאגט: "ווען איך האב געוויינט אינמיטען שלאף איז דאס געווען צוליב דעם קטרוג וואס האט געהאנגען אויף כלל ישראל. ברוך השם אז מען האט גע'פועל'ט א ישועה".
יום טוב אינדערפרי, ווען ר' משה איז אהיים געקומען, נאכדעם וואס מען האט געהאנגען דעם רשע, איז ער פונקט אדורך געגאנגען דעם הויז פון דעם גביר. ווען דער הייליגער בעל שם טוב האט איהם דערזעהן, האט ער ארויסגעשריגען פון פענסטער: "גוט יום טוב ר' משה. יא, דער אייבערשטער האט געברענגט א ישועה צו זיין פאלק, און דו ביסט געווען דער גוטער שליח. אמת, "לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ובמורא גדול זה גילוי שכינה. לכאורה איך נרמז בתיבות אלו גילוי שכינה. וכתב התפארת שלמה דאיתא בסה"ק תולדות יעקב יוסף שהבעש"ט הק' אמר בשם הרמב"ן שאמר לבנו שיש סימן אם (ישראל) אחד לומד תורה לשמה ובשעת הלימוד נאחז בו מורא גדול זהו סימן שתורתו לשמה ואמרינן באבות שהשכינה שרויי' שם ואם יש השראת השכינה צריך להיות מורא גדול. וז"ש כיון דמורא גדול הי' שם זוה סימן מובהק שהי' שם ג"כ גילוי שכינה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווען דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע איז געפאהרן אויפן וועג קיין ארץ ישראל באגלייט פון זיין חסיד ר' צבי סופר זצ"ל. דער בעש"ט האט זיך געוואלט באגעגענען מיט'ן אור החיים הקדוש זי"ע, און צוזאמען ארבעטען מקרב צו זיין די גאולה אז משיח זאל קומען, דער צייט פון דער גאולה איז אבער נאך נישט אנגעקומען, האט דער שטן אונטערגעלייגט פארשידענע שטערונגען אויפן וועג אז דער בעל שם טוב זי"ע האט געמוזט צוריק אהיים פאהרן.
אינמיטען וועג האבן רויבערס זיי געכאפט און געבינדען אין קייטען און זיך געגרייט זיי צו פארקויפן פאר קנעכט. פון גרויס ווייטאג האט דער בעל שם טוב זי"ע פארלוירן זיין רוח הקודש און אלע הויכע מדריגות. האט איהם ר' צבי סופר געפרעגט: "רבי, פארוואס טוהט איהר גארנישט קעגען זיי"? האט דער בעש"ט זי"ע געענטפערט אז ער האט פארלוירן זיינע אלע הויכע מדריגות, און ער האט שוין נישט מער קיין כוח קעגען זיי ווייל ער האט אלעס פארגעסען.
האט דער בעש"ט זי"ע געבעטן ר' צבי סופר ער זאל איהם דערמאנען די "אלף-בית". דער בעש"ט זי"ע האט נאכגעזאגט מיט קדושה און גרויס ברען און התלהבות די אלע 22 אותיות פון דער א-ב, אז פון די קדושה האט זיך אויפגעריסן די שטריק און די רויבערס זענען אנטלאפען.
דאס קען זיין דער רמז: "ושאינו יודע לשאול" דער וואס קען שוין גארנישט רעדן ווייל ער האט אלעס פארגעסן, - "א-ת" (דאס מיינט מען די אותיות פון "אלף" ביז "תיו") "פתח לו", ווערט פאר איהם געעפענט די אלע טויערן פון הימל און די ישועה קומט שנעל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

השכן אתם בתוך טמאתם
מכאן ראיה שהגאווה גרועה בהרבה מן הגרועים שבעבירות. אצל חטאים נאמר: "השכן אתם בתוך טומאתם" - שאפילו בני ישראל שקועים בטומאת חטאיהם, בכל זאת שוכנת השכינה בתוכם. ואילו אצל בעל גאווה נאמר: "גבה עינים ורחב לבב אותו לא אוכל" (תהלים ק"א - ה'). ואמרו חכמינו על כך: "אין אני והוא יכולים לדור בעולם"
(בעש"ט ז"ל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”