רבי יעקב יוסף 'רב ייבי' מאוסטראה זצ"ל - כ' תשרי תקנ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 9:12 pm

Thanks

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:49 pm

רמונים האט געשריבן:Thanks

you are more then welcome.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך אוקטובער 22, 2014 1:11 pm

נחוניא האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:= הרה"ק רבי יעקב יוסף מאוסטראה זי"ע =
בן הרה"ק ר' פינחס מאוסטראה זי"ע בן הרה"ק הרב ייבי זי"ע.
נסתלק ביום כ"ג תמוז שנת תר"ט, ומנו"כ ביאמפולי ווי בן בוזי האט געברענגט א בילד.

בניו:
א] הרה"ק ר' אליקים געציל מאוסטראה זי"ע, ממלא מקום אביו, נפטר כ"א אדר. בנו יחידו הרה"ק ר' אלתר מרדכי (זעה באלד), חתנו: הרה"ק רבי דוד'ל מסקווירא זי"ע בזוו"ש.
ב] הרה"ק ר' אברהם זי"ע, ער האט געגרינדעט א הויף אין קונייב. בנו ר' יעקב יוסף מקונייב > בנו ר' אברהם פינחס מקונייב > חתנו האדמו"ר ר' מנחם נחום מסקווירא מאחנובקה זי"ע.


במאמר על צאצאי הבעש"ט מהחוקר המפורסם הרב וועקשטיין נ"י כותב כי הרה"ק ר' אברהם מקינעוו-אוסטראה בן הרה"ק ר' יעקב יוסף השני מאוסטראה נשא את מרת אדל בתו של הרה"ג ר' אהרן זסלבסקי אב"ד קרימענטשוק נכד הבעל התניא [אביו ר' אלי' נשא את מרת פרידא בת הרב מליאדי].
חותנו ר' אהרן זסלבסקי הנ"ל היה חתנו של הרה"ק ר' נחמן מברסלב [מבתו חיה], ובנו הרה"ק ר' יעקב יוסף ספרד [השלישי] הנקרא ר' יאסעלע קיניווער הי' נכדו של הרה"ק ר' נחמן ברסלבר.


בכתב יוחסין של רבי ברוך דראהביטשער [נדפס בקובץ שפתי צדיקים גליון ט'] כתב שאשתו של חו"ז רבי מרדכי ליבערזאן היתה הצדיקת חיה בת הצדיקת אדל [אשת רבי אברהם מקיניוב] בת הצדיקת חיה בתו של רבי נחמן מברסלב.
הרבנית חיה הנ"ל נישאה בזיוו"ר לר' זלמן ליובארסקי ובזיוו"ש נישאה לרבי אהרן זאסלאווסקי נכדו של בעל התניא.
אמנם בכתב יוחסין הנ"ל לא מוזכר שהם מתייחסים גם אל בעל התניא, ובכלל לא מזכיר מי היה בעלה של הצדיקת חיה. ויותר נראה לומר שהצדיקת אדל אשת רבי אברהם מקיניוב נולדה מזיוו"ר ה"ה ר' זלמן ליובארסקי, שנפטר צעיר לימים, ולכן לא מוזכר שמו.

קענסט אהערשאפן דעם יחוס בריוו?
לענין, שווער צו וויסן, אבער מקובל איז אז ר' זלמן איז אוועק ווייניגער ווי א יאר נאך די חתונה, און ר' נחמן חיהלעס איז שוין געבוירן נאכן טאטנ'ס פטירה, קען זיין אז אדל איז געווען א צווילינג מיט נחמן?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי משה הלוי קאטליער אב"ד אלכסנדריא

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:58 pm

בייגעלייגט איז געדרוקט וואס רבי משה שטרנברג אב"ד אלכסנדריא שרייבט וועגן זיין יחוס, אז מצד אמו זענען זיך מתייחס צו צדיקי אוסטראה "עד להרב הצדיק ר' אבא זצוק"ל".
ווארשיינליך איז דאס א טעות און עס מיינט רב ייבי.
לפי זה קומט אויס אז די רביצין פון רבי משה הלוי קאטלער אב"ד אלכסנדריא איז געווען אן אייניקל פון רב ייבי
צוגעלייגטע
Aleksandria page 116.pdf
(136.53 KiB) דאונלאודעד 286 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 7:20 am

נחוניא האט געשריבן:בייגעלייגט איז געדרוקט וואס רבי משה שטרנברג אב"ד אלכסנדריא שרייבט וועגן זיין יחוס, אז מצד אמו זענען זיך מתייחס צו צדיקי אוסטראה "עד להרב הצדיק ר' אבא זצוק"ל".
ווארשיינליך איז דאס א טעות און עס מיינט רב ייבי.
לפי זה קומט אויס אז די רביצין פון רבי משה הלוי קאטלער אב"ד אלכסנדריא איז געווען אן אייניקל פון רב ייבי

דער רבי משה הלוי קאטליער איז געווען א ברודער פון רבי אברהם הלוי סטעפיינסקע אב"ד בערעזדיב בעמח"ס דרך תמים.
לויט ווי עס שטייט אין אהלי שם עמ' 25 האט ער משמש געווען ברבנות אין בערעזדיב מ"ב שנה, און זייענדיג בן פ"ד שנה איז ער ארויף קיין ירושלים. ווייטער שטייט אז דער זון האט איבערגענומען דעם פאטער אין יאר תר"מ. אויב דאס אלעס איז ריכטיג קומט אויס אז ער איז געבוירן אין יאר תקנ"ו, און אין יאר תר"מ איז ער געווען בן פ"ד שנה.
ווי מען זעט אבער אין די הקדמה פון זיין ספר דרך תמים, האט ער נאך געוואוינט אין בערעזדיב אין יאר תרמ"ח. ווי אויך איז דא דארט א הספד וואס ער האט געזאגט נאך די הסתלקות פונעם טוריסקער מגיד נאך וואוינענדיג אין חו"ל.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » מאנטאג דעצמבער 08, 2014 8:36 pm

אין שם ושארית שרייבט ער אז דער קיניובער רבי האט געהאט צוועלף טעכטער. ער רעכנט אויס נאר אפאר, קען זיין אז ס'איז דא נאך אייניקלעך פון ר' אברהם מקיניוב ? אייניקלעך פון ר' ברוך ב"ר ישראל משה ראזענטאל [ווארשאווער] זאגן אז זיי דארפן צו זיין נכדי מהר"ן מברסלב, די שאלה איז אויב ס'גייט דורך קיניוב. און וואו ר' ישראל משה איז געווען א איידעם, הייסן הייסט עס אז ער איז ארויפגעקומען פון ווארשא און איז געווען דעם חידושי הרי"ם'ס א חסיד, ר' יצחק צבי עטינגער ור' יעקב לעווינזאהן פון ירושלים זענען איידימער ביי ר' ישראל משה.
זיין זון ר' ברוך ראזענטאל איז געווען א איידעם פון ר' וועלוועלע זבאריזער'ס אן אייניקל. און ר' ברוך האט געהאט א זון ר' מיכל, [חותן ר' זונדל קרויזר ואבי ר' יעקב שלמה שנפטר כשנתיים בבני ברק[

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי געצל מאורזיסטשוב

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך פאברואר 04, 2015 10:12 pm

א באזוך פון רבי געצל מאורזיסטשוב אין באהוסלאוו
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 6&rtl=true

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מציבת רבי אליקים געץ מאוסטראה

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג מאי 07, 2015 11:37 pm

זייענדיג אין אוסטראה בית החיים האבן מיר געפינען די מציבה פון הרה"ק ר' אליקים געץ מאוסטראה (בן הרה"ק ר' יעקב יוסף השני מאוסטראה)
צוגעלייגטע
מציבת רבי אליקים געץ מאוסטראה.jpg

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג מאי 08, 2015 12:21 am

נחוניא האט געשריבן:זייענדיג אין אוסטראה בית החיים האבן מיר געפינען די מציבה פון הרה"ק ר' אליקים געץ מאוסטראה (בן הרה"ק ר' יעקב יוסף השני מאוסטראה)

הפלא ופלא א דאנק רבי אליעזר קעסטענבוים הי"ו

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך יולי 08, 2015 7:10 pm

מיילעך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ביז היינט האב איך פון די 'אורזיסטשובער' גזע ניטאמאל געהערט און דא האלטן מיר שוין ביי א היבשע פאר אדמורי"ם, זאג ווען איז דער לעצטער ר' יעקב יוסף מאורזיסטשוב אוועק, און האם הותיר ממשיכי דרך?

אלול תש"א אין קיוב

וואס איז די מקור דערויף?
איז דא א בילד פון די מציבה?

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

גלוי מצבות אין שטאט אוסטראה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מיטוואך יולי 22, 2015 8:31 am

היות אז לעצטע תקופה האט מען געטראפען אפאר מציבות פון משפחת צדיקי בית אוסטראה,
ווייסט אפשר איינער צו האט מען געטראפען די מציבה אדער לפחות עפעס א זכר אדער סימן אויף די רעבעצין פון הרה"ק ר' יעקב יוסף (השני) מאוסטראה זי"ע?
וואס מען ווייסט דאך נישט ווער זי איז געווען...
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

ר' אלתר מיט א ת'?

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מיטוואך יולי 22, 2015 8:31 am

אינטערסאנט צו באמערקן אז אויף די מציבה פון הרה"ק ר' אלטער'ניו פון אוסטראה וואס מען האט לעצטנס געטראפן שטייט "אלתר" מיט א ת' און נישט מיט א ט'
לעצט פאראכטן דורך סוואליעווער אייניקל אום מיטוואך יולי 22, 2015 8:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך יולי 22, 2015 4:19 pm

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:היות אז לעצטע תקופה האט מען געטראפען אפאר מציבות פון משפחת צדיקי בית אוסטראה,
ווייסט אפשר איינער צו האט מען געטראפען די מציבה אדער לפחות עפעס א זכר אדער סימן אויף די רעבעצין פון הרה"ק ר' יעקב יוסף (השני) מאוסטראה זי"ע?
וואס מען ווייסט דאך נישט ווער זי איז געווען...

אין גליון אורות לחודש אב איז געווארן באריכטעט אז פון די שטאטישע ארכיוון אין אוסטראה זעט מען אז זי האט געהייסן "הינדא". עס שטייט נישט איר טאטע'ס נאמען.
לעת עתה האט מען נישט געטראפן איר מציבה אין אוסטראה.
זעה אויספירליך איבער די מציבות וואס מען האט געטראפן דארטן אינעם גליון אורות פון חודש סיון.

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דאנארשטאג יולי 23, 2015 4:04 pm

נחוניא האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:היות אז לעצטע תקופה האט מען געטראפען אפאר מציבות פון משפחת צדיקי בית אוסטראה,
ווייסט אפשר איינער צו האט מען געטראפען די מציבה אדער לפחות עפעס א זכר אדער סימן אויף די רעבעצין פון הרה"ק ר' יעקב יוסף (השני) מאוסטראה זי"ע?
וואס מען ווייסט דאך נישט ווער זי איז געווען...

אין גליון אורות לחודש אב איז געווארן באריכטעט אז פון די שטאטישע ארכיוון אין אוסטראה זעט מען אז זי האט געהייסן "הינדא". עס שטייט נישט איר טאטע'ס נאמען.
לעת עתה האט מען נישט געטראפן איר מציבה אין אוסטראה.
זעה אויספירליך איבער די מציבות וואס מען האט געטראפן דארטן אינעם גליון אורות פון חודש סיון.

פון סיון האב איך שוין געזעהן. פון אב נאך נישט...
אין גליון 'לקראת שבת' סקווירא איז געשטאנען 2 וואכן צוריק אז ער האט חתונה געהאט מיט ט שוועסטער פון הרה"ק הרבי ר' ברוך'ל !!?? לדעתי איז עס 'מביא גיחוך' ווייל איז סאיז אזוי ווייט פון שטימען מיט די יארן!!!
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

תגובהדורך ערנסט גערעדט » דינסטאג דעצמבער 08, 2015 1:49 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
רמונים האט געשריבן:רימנובער
איך הוא הטשערנאביל רבי נכד ר' אברהם מקיניוב

והיא לך יחוסה.
הרבנית מ'טשערנאביל בארא פארק תליט"א.
בת הרה"צ רבי שלום מ'ראדוויל-בראד.
חתן הרה"צ רבי משה יהושע מ'בענדער זצ"ל.
בן הרה"צ רבי יחיאל מיכל מ'לויצק זצל
חתן הרה"צ רבי מרדכי ליבערזאן זצ"ל מ'פראסקרוב.
חתן הרה"צ רבי אברהם מ'קינעוו זצ"ל וזגתו הרבנית אדל.
חתן הרבנית מרת חיה זצ"ל (בעלה רבי זלמן זצ"ל לויבארסקי)
בת הרה"ק רבי נחמן מ'ברסלב זיע"א.

נאך וועגן די נושא, גיבט א קוק אין די אשכול
צאצאי ונכדי רבי נחמן מברסלב זי״ע
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:17 am

סיי אויף די מצבה פון רבי פינחס מאוסראה זצ"ל, און סיי אויף די מצבה פון בנו רבי יעקב יוסף זצ"ל, שטייט ךא / ךג מיט א ך אנשטאט א כ,
וואס איז פשט?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 11:19 am

נחוניא האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:רבי יעקב יוסף השני נשא את בתו של הרבנית פיגא ע"ה אחות רבו הרבי ר' ברוך ממעזיבוז, זו' של הרה"ק רבי שמחה בנו של רבי נחמן מהורידענקא

טעות גמור!
רבי יעקב יוסף השני נשא את בת אחות זוגתו של רבי הרבי ר' ברוך ממעזיבוז [שהיה חתן הרבני ר' טובי' קצקש מעיר אוסטאה].

איז קלאר אויף די וועג אדער די אנדערע?
דאס ווייסט מען אז ער האט חתונה געהאט מיט א פלומענצא פון רבי ברוכ'ל,
אין אורות (מנחם אב תשע"ה) שטייט אז "לכאורה" איז עס פון רבי ברוכ'לס רעביצין, משום כמה הוחכות,
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 6:43 am

משיח האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:רבי יעקב יוסף השני נשא את בתו של הרבנית פיגא ע"ה אחות רבו הרבי ר' ברוך ממעזיבוז, זו' של הרה"ק רבי שמחה בנו של רבי נחמן מהורידענקא

טעות גמור!
רבי יעקב יוסף השני נשא את בת אחות זוגתו של רבי הרבי ר' ברוך ממעזיבוז [שהיה חתן הרבני ר' טובי' קצקש מעיר אוסטאה].

איז קלאר אויף די וועג אדער די אנדערע?
דאס ווייסט מען אז ער האט חתונה געהאט מיט א פלומענצא פון רבי ברוכ'ל,
אין אורות (מנחם אב תשע"ה) שטייט אז "לכאורה" איז עס פון רבי ברוכ'לס רעביצין, משום כמה הוחכות,

גם אני מצטרף לשאלה הנ"ל.
איז דא עפעס א מקור אדער א ראיה לכאן או לכאן?
אויף וואס איז געבויט דער 'לכאורה'?
(דארט אין אורות בויען זיי אביסל אויף די סברא פון 'לא שמענו', אבער עיין אין אשכול 'שושלת ראחמיסטריווקא' אז צו מחדש זיין אז אדמור"י סקווירא זענען אייניקלעך פונעם גרויסן מגיד דארט טענה'ן זיי 'לא שמענו - אינו ראיה')
וצ"ב.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 9:10 pm

לא שמענו אינו ראי' איז א כלל וואס מ'זאגט אייביג. מ'קען נישט אוועקמאכן אן ערפינדונג "בלויז" ווייל מ'האט קיינמאל נישט געהערט דערפון.

אבער די חילוק צווישן די צוויי משלים וואס דו שרייבסט איז אין מיינע אויגן זייער קלאר,
ס'ווענט זיך אייביג ווי גרויס די חידוש איז, און ווי שטארק און פארלעסלעך די ראיות זענען,

ביי די התיחסות צום גרויסן מגיד זצ"ל זענען די ראיות שטארק, א פארלעסליכע בריוו אז לפי השמועה איז רבי פינחס מזסלב געווען אן איידעם ביי רבי ישראל חיים מלודמיר, און יעצט די אנדעקטע מציבה וואס איז שטארק מאשר די זאך, און סוכ"ס דאס אז מ'האט נישט געוואוסט דערפון איז נישט אזא חידוש ווייל מ'רעדט פון א 6-7 דורות מצד חותנו כמבואר שם בשושלת ראחמעסטריבקא,

אין אונזער פאל איז די ראיות גאנץ שוואך, בסך הכל איז אנגענומען אז רבי ברוכ'ל האט חתונה געמאכט רבי יעקב יוסף מיט בת גיסו, עד כאן, מ'ווייסט נישט וועלכע שוואגער פון וועלכע זייט,
און דאס אז האדמו"ר מסקווירא זצ"ל איז געווען אן אייניקל פון בעש"ט זצ"ל מצד אמו, און ער האט עס פון איר קיינמאל נישט געהערט, איז א גרויסע חידוש, ממילא איז מער מסתבר אז ס'איז מצד חותנו של רבי ברוך'ל, און נישט מצדו, וואס אזוי שרייבן זיי אין אורות אז "לכאורה" אזוי,

איך פרעג פשוט אויף דעם וואס נחוניא שרייבט "טעות גמור", און ער שרייבט מיט וודאות אז ס'איז מצד חותנו, אויב ס'איז ס'איז דא עפעס פרישע הוכחות.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג דעצמבער 28, 2015 11:20 pm

דער מקור אז רבי ר' ברוכ'ל האט אים חתונה געמאכט מיט זיין פלומעניצא, איז אינעם ספר "מטה אהרן" פון ר' אהרן פעטשעניק עמ' 46 אין די הערה ווי ער שרייבט בקיצור תולדות חייו פון זיין זיידן רבי יעקב יוסף מאוסטראה, און ער שרייבט "נתייתם מאביו בגיל צעיר ונתגדל אצל הצדיק רבי ברוך ממעזיבוז נכד הבעש"ט, שהיה מידידיו וממעריציו של סבו הצדיק בעל הרב ייבי, הוא הדריך אותו בעבודת השם והשיא אותו לבת אחותו".
די קשיא איז אבער, אויב אזוי אז די רביצין פון רבי יעקב יוסף איז געווען אן אייניקל פונעם בעש"ט הק', פארוואס שרייבט ער דאס נישט ווען ער רעכנט אויס זיין יחוס? עס ווערט נאר אזוי דערמאנט דרך אגב אין א הערה. דער ספר "מטה אהרן" איז דאך געשטעלט צו באשרייבן זיין יחוס, און ער באשרייבט אלע זיינע זיידעס, און וואס איז געשען מיט זיין יחוס צום בעש"ט הק' מצד אוסטראה?
אויך איז כדאי צו באמערקן, אז א צען יאר איידער ער האט געדרוקט דעם ספר מטה אהרן, האט ער געשריבן אן ארטיקל אויף צדיקי בית אוסטראה, און ער שרייבט דארט "רבי ברוך הכניס את רבי יעקב יוסף לביתו, השיא לו אשה מקרוביו, והדריך אותו בעבודת הבורא". ווי עס קוקט אויס האט ער בכלל נישט געוואוסט קלאר ווער איז געווען די רביצין פון רבי יעקב יוסף.
דעריבער איז מוכרח אז "בת אחותו" אז לאו דווקא, און אויב האט ער אים חתונה געמאכט מיט זיין פלומעניצא, איז עס לכאורה "בת אחות אשתו", אן אייניקל פון ר' טובי' קצקש פון אוסטראה.
ווען מען דערציילט אז דער רבי ר' ברוכ'ל האט אים חתונה געמאכט מיט זיין פלומעניצא, איז נישט קיין חילוק צו דאס איז בת אחותו אדער בת אחות אשתו, ביידע זענען די זעלבע לגבי דעם פרט. ממילא קען רואיג געשען אזא טעות. משא"כ ווען ר' אהרן פעטשעניק וואלט געשריבן קלאר אז רבי יעקב יוסף מאוסטראה איז געווען אן איידעם ביי רבי שמחה, און ער וואלט דאס געהעריג ארויסגעשריבן אינעם סדר היוחסין, אזוי ווי ער רעכנט דארט אויס די גאנצע יחוס פון זיינע זיידעס, וואלט דאס פארשטייט זיך געווען א שטארקע מקור.
מען דארף אייביג קוקן וואס איז די עיקר נקודה וואס יענער רעדט, ווייל די זייטיגע פרטים קענען אמאל זיין לאו דוקא.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג דעצמבער 29, 2015 2:44 pm

נחוניא האט געשריבן:דער מקור אז רבי ר' ברוכ'ל האט אים חתונה געמאכט מיט זיין פלומעניצא, איז אינעם ספר "מטה אהרן" פון ר' אהרן פעטשעניק עמ' 46 אין די הערה ווי ער שרייבט בקיצור תולדות חייו פון זיין זיידן רבי יעקב יוסף מאוסטראה, און ער שרייבט "נתייתם מאביו בגיל צעיר ונתגדל אצל הצדיק רבי ברוך ממעזיבוז נכד הבעש"ט, שהיה מידידיו וממעריציו של סבו הצדיק בעל הרב ייבי, הוא הדריך אותו בעבודת השם והשיא אותו לבת אחותו".
די קשיא איז אבער, אויב אזוי אז די רביצין פון רבי יעקב יוסף איז געווען אן אייניקל פונעם בעש"ט הק', פארוואס שרייבט ער דאס נישט ווען ער רעכנט אויס זיין יחוס? עס ווערט נאר אזוי דערמאנט דרך אגב אין א הערה. דער ספר "מטה אהרן" איז דאך געשטעלט צו באשרייבן זיין יחוס, און ער באשרייבט אלע זיינע זיידעס, און וואס איז געשען מיט זיין יחוס צום בעש"ט הק' מצד אוסטראה?
אויך איז כדאי צו באמערקן, אז א צען יאר איידער ער האט געדרוקט דעם ספר מטה אהרן, האט ער געשריבן אן ארטיקל אויף צדיקי בית אוסטראה, און ער שרייבט דארט "רבי ברוך הכניס את רבי יעקב יוסף לביתו, השיא לו אשה מקרוביו, והדריך אותו בעבודת הבורא". ווי עס קוקט אויס האט ער בכלל נישט געוואוסט קלאר ווער איז געווען די רביצין פון רבי יעקב יוסף.
דעריבער איז מוכרח אז "בת אחותו" אז לאו דווקא, און אויב האט ער אים חתונה געמאכט מיט זיין פלומעניצא, איז עס לכאורה "בת אחות אשתו", אן אייניקל פון ר' טובי' קצקש פון אוסטראה.
ווען מען דערציילט אז דער רבי ר' ברוכ'ל האט אים חתונה געמאכט מיט זיין פלומעניצא, איז נישט קיין חילוק צו דאס איז בת אחותו אדער בת אחות אשתו, ביידע זענען די זעלבע לגבי דעם פרט. ממילא קען רואיג געשען אזא טעות. משא"כ ווען ר' אהרן פעטשעניק וואלט געשריבן קלאר אז רבי יעקב יוסף מאוסטראה איז געווען אן איידעם ביי רבי שמחה, און ער וואלט דאס געהעריג ארויסגעשריבן אינעם סדר היוחסין, אזוי ווי ער רעכנט דארט אויס די גאנצע יחוס פון זיינע זיידעס, וואלט דאס פארשטייט זיך געווען א שטארקע מקור.
מען דארף אייביג קוקן וואס איז די עיקר נקודה וואס יענער רעדט, ווייל די זייטיגע פרטים קענען אמאל זיין לאו דוקא.

בייגעלייגט איז די ארטיקל פון ר' אהרן פעטשעניק געדרוקט אין היכל שלמה.
צוגעלייגטע
היכל שלמה.jpg

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2015 6:23 am

א גרויסן יישר כח פאר 'משיח' און 'נחוניא' פאר קלאר מאכען דעם בילד.
ווי און ווען איז געדרוקט געווארן דער ספר 'מטה אהרן'?
ווי אזוי איז ער געווען אן אייניקל?
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2015 12:16 pm

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר 'משיח' און 'נחוניא' פאר קלאר מאכען דעם בילד.
ווי און ווען איז געדרוקט געווארן דער ספר 'מטה אהרן'?
ווי אזוי איז ער געווען אן אייניקל?

דער ספר מטה אהרן איז געדרוקט געווארן אין יאר תש"מ
עס איז דא אויף אוצר החכמה
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?145183

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

רבי נחמן ב"ר אברהם מקיניוב אוסטראה זצ"ל

תגובהדורך ערנסט גערעדט » מאנטאג ינואר 04, 2016 6:21 pm

צושויער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:= הרה"ק רבי יעקב יוסף מאוסטראה זי"ע =
בן הרה"ק ר' פינחס מאוסטראה זי"ע בן הרה"ק הרב ייבי זי"ע.
נסתלק ביום כ"ג תמוז שנת תר"ט, ומנו"כ ביאמפולי.

בניו:
הרה"ק ר' אליקים געציל מאוסטראה זי"ע, ממלא מקום אביו, נפטר כ"א אדר. בנו יחידו הרה"ק ר' אלתר מרדכי (זעה באלד), חתנו: הרה"ק רבי דוד'ל מסקווירא זי"ע בזוו"ש.
הרה"ק ר' אברהם זי"ע, ער האט געגרינדעט א הויף אין קונייב. בנו ר' יעקב יוסף מקונייב > בנו ר' אברהם פינחס מקונייב > חתנו האדמו"ר ר' מנחם נחום מסקווירא מאחנובקה זי"ע.
הרה"ק ר' יצחק אייזיק זי"ע.
הרה"ק ר' נחמן זי"ע.
חתנו: הרה"ק ר' משה מקארשוב זי"ע בן הרה"ק המגיד מטשערנוביל זי"ע.
היו לו עוד ד' בנות, שלא זכורה לי כעת מי היו חתניו.

לולא דמסתפינא הייתי אומר שרבי נחמן היה בן בנו של רבי יעקב יוסף, ולא בנו.

וועקשטיין ברענגט אראפ אגאנצע באשרייבונג אויף אים מיט פרטי חייו, און ווילסט זאגן אז לא היה ולא נברא ?
דאס יא, ר' נחמן הארידענקאר אלס זיידע געדענק איך איז נישט קיין דבר ברור
ד. בנו הרביעי הרה"ק רבי נחמן זצוק"ל היה קרוא על שם אב אבי אמו הרה"ק מוהר"ר נחמן זצוק"ל מהארידענקא הוא לא התנהג את עצמו בנשיאות. היה איש צדיק תמים ונהג את עצמו בהצנע לכת וסיגף את עצמו מאוד, והיה פרוש מכל עניני עולם הזה, כל ימות השבוע היה יושב על אבן קשה ומענה בצום נפשו ורק בערבים ובשבתות היה אוכל בא לתוך פיו, היה דר בבית קטן ודל.


ר' נחמן בן ר' אברהם האט געהייסן נאך זיין זיידע ר' נחמן ברסלבר
.

אינטרעסאנט, זיין הייליגע דרך - אנדערש ווי זיין גאנצע משפחה - ציהט טאקע שטריכן צום דרך פון זיין הייליגן זיידן שעל שמו נקרא, זעהט אויס אז שמא גרים. ומי יבוא בסוד קדושים...
לעצט פאראכטן דורך ערנסט גערעדט אום פרייטאג ינואר 08, 2016 12:39 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!

ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

פגישתו עם רבי נתן מברסלב זצ"ל

תגובהדורך ערנסט גערעדט » מאנטאג ינואר 04, 2016 6:44 pm

אויך איז אינטרעסאנט מעתיק צו זיין פון ספר עלים לתרופה, בריוו'ן פון הרה''ק ר' נתן מ'ברסלב, תלמידו ונאמן ביתו של הרה''ק ר' נחמן זי''ע, ווי ער שרייבט פאר זיין זוהן אין א בריוו (בתאריך ג' ראה שנת ת"ר, בארדיטשוב) אין קורצן די סדר פון זיין נסיעה צו די שטעט בראד לבוב והסביבות (צוליב השתדלות צו דרוקן זיין ספר ליקוטי הלכות). און בתוך הדברים שרייבט ער בקצרה; גם הייתי באוסטרהא, והחייתי מאוד את גזע קודש של אדמו"ר [- מוהר''ן] ז"ל, וקבלוני בכבוד הרב המפורסם וכו' בעצמו ובניו וקצת מאנשיו שהיו נמצאים אז וכו', ע''כ מתוך דבריו.

און ווי זעלבסט פארשטענדליך מיינט ער דערמיט הרה"ק ר' יעקב יוסף האדמו"ר מאוסטרהא. און 'גזע קודש של אדמו''ר [- מוהר"ן] ז''ל' מיינט ער די משפחה פון זיין זוהן הרה"ק ר' אברהם קיניווער ב"ר יעקב יוסף הנ"ל, זכותם יגן עלינו.
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אץ קוצץ און 11 געסט