רבי יעקב יצחק "היהודי הקדוש" מפרשיסחא זצ"ל וצאצאיו - י”ט תשרי תקע”ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יעקב יצחק "היהודי הקדוש" מפרשיסחא זצ"ל וצאצאיו - י”ט תשרי תקע”ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הה"צ ר' יעקב יצחק ב"ר אשר מפרשיסחא, ה"יוד הקדוש". -יט תשרי תקע"ד
עס איז מערקווירדיג אז ווען דער יהודי הקדוש זצ"ל איז קראנק געווארן ל"ע, האט זיין רבי הרה"ק מלובלין זצ”ל אראפגענומען דעם נאמען יעקב פון זיין זון ר' יעקב אשר זצ”ל און דאס צוגעגעבן צו זיין ארגינעלע נאמען יצחק. שפעטער ווען דער זון איז נישט געזונט געווארן, האט דער קאזניצער מגיד צוגעגעבן דער נאמען יושע. דערנאך ווען דער ר' יושע אשר האט געהאט א קינד, האט ער אים גערופן נאכן זיידן יעקב יצחק, איז אויסגעקומען אז אלע דריי דורות האבן געטראגן דעם נאמען יעקב...
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג פעברואר 24, 2008 8:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ביים הייליגן יוד הקדוש פון פרשיסחא זצ"ל, איז געווען דער מנהג אז יעדן ראש השנה האט ער צוזאמענגעקליבן אלע וועלכע האבן געקענט שופר בלאזן, און זיי אויסגעלערנט די כוונות וועלכע מ'דארף מכוון זיין בשעת תקיעת שופר. פארנאכט'ס האט דער יוד הקדוש אויסגעוועלט איינעם פון די אנוועזענדע אז ער זאל זיין דער בעל תוקע.
האט איין יאר פלאסירט, אז צווישן די באטייליגטע פאר תקיעת שופר האט זיך אויך אריינגעכאפלט דער באליבטער תלמיד פון רבי'ן, ר' שמחה בונם, (דער שפעטער'דיגער רבי ר' בונם מפלרשיסחא זצ"ל) וועלכער איז נאך דאן געווען א יונגערמאן, וואס האט באמת נישט געקענט בלאזן שופר, נאר ער האט זיך געוואלט צוהערן צו די כוונות פון תקיעת שופר וואס דער רבי לערנט דעמאלס פאר.
נאכדעם וואס דער רבי האט פארענדיגט דעם שיעור, האט ער דערנאך אויסגעוועלט ר' שמחה בונם אלס דער בעל תוקע. ווען ער האט זיך אנטשולדיגט פאר'ן רבי'ן אז ער איז נישט קיין בעל תוקע, האט אים דער יוד הקדוש שטארק פארגעהאלטן, פארוואס ער איז אריינגעקומען צום שיעור אן רשות, אין די צייט וואס ער קען נישט בלאזן.
ר' שמחה בונם האט זיך פארענטפערט, זאגענדיג, מיר געפינען אין די תורה די זעלבע געשעעניש, משה רבנו האט געפרעגט דעם אויבערשטן, מה שמו, מה אומר אליהם, וואס איז דעם אויבערשטענ'ס נאמען? און דערנאך, ווען עס איז געקומען אויסצופירן למעשה די שליחות, צו גיין צו פלרעה, האט משה געזאגט, לא איש דברים אנכי, איך בין נישט קיין רעדנער, איך קען נישט רעדן, און געבעטן השי"ת ער זאל אויסוועלן א צווייטן פאר די שליחות.
די תשובה איז שטארק געפעלן אין די אויגן פונעם יוד הקדוש, און ער האט אויסגעוועלט א צווייטען בעל תוקע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער יוד הקדוש זצ"ל איז אמאל אוועקגעפאלן אין חלשות, ווען מ'האט אים געפרעגט די אורזאך דערפון, האט ער ערקלערט אז ער האט געהאלטן ביי דעם פסוק "זובח לאלוקים יחרם בלתי לה' לבדו", און ער האט זיך פארטיפט אין די ווערטער בלתי לה' לבדו, ווי ווייט דאס דערגרייכט איז ער אוועקגעפאלן…
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די תלמידים וועלכע האבן געלערנט ביי זייער גרויסן רבי'ן דער "יוד הקדוש" זצ"ל האבן שוין געוואוסט דעם דרך פון זייער רבי'ן, אז ווען ער פארטיפט זיך אין א קשיא אין די גמרא, דאן פארזוימט ער זיך אין אן אויסטערלישע דביקות, אויף גאר א לאנגע צייט, און טאקע דערפאר איז אמאל איינער פון די תלמידים, וועלכער איז ל"ע געווען א יתום פון זיין טאטען, אוועקגעגאנגען פון שיעור, בשעת אזא דביקות, טראכטענדיג אז ער וועט נאר אויף איין מינוט גיין א קוק טאן וואס זיין מאמע די אלמנה טוט, און גלייך דערנאך צוריק קומען צום שיעור.
זייענדיג ביי זיין מאמע האט זי אים געבעטן אז ער זאל ארויפגיין אויפ'ן בוידעם, און איר אראפלברענגען א געוויסע זאך אין וואס זי האט זיך גענויטיגט, טראצדעם וואס דער תלמיד האט געוואוסט אז "יעדע מינוט איז טייער", און ער קען נאך אנקומען צום שיעור ווען דער רבי וועט שוין לערנען ווייטער, האט ער נישט אפלגעזאגט די מאמע, נאר אויסגעפאלגט די מאמע'ס באפעל, און דערנאך ערשט צוריק געגאנגען.
אנקומענדיג צום בית המדרש, האט אים אויסגעזען ווי ס'איז נאך אלץ שטיל, און דער רבי איז נאך אלץ פארטיפט אין זיין דביקות. ווי נאר ער האט געעפענט די טיר, האט זיך דער "יוד הקדוש" אויפגעשטעלט פאר אים, און באלד אויסגערופן, "איצט איז מיר פארענטפערט געווארן די קשיא", און גלייך ערקלערט, ווי פאלגענד: ס'איז באקאנט אז דער אמורא אביי האט נישט געהאט קיין עלטערן, ווי די גמרא זאגט אין מסכת קידושין (ל"א), אז די ר"ת פון א'שר ב'ך י'רוחם י'תום איז אביי, און ער האט נישט געקענט מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם, דערפאר, ווער ס'איז מקיים די מצוה ווי ס'דארף צו זיין, באגלייט אים אביי, כדי צו האבן א חלק אין די מצוה. דעריבער ווען דער בחור - וועלכער האט נארוואס מקיים געווען די מצוה - איז אריינגעקומען, און אביי איז מיטגעקומען מיט אים, האט ער מיר פארענטפערט די קשיא וואס איז מיר שווער געווען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווען הרה"ק מהר"ש מבעלזא זצ"ל איז צום ערשטן מאל געקומען קיין לובלין איז ער אינגאנצן אלט געווען זיבעצן יאר, ווען ער איז אריינגעקומען אין בית המדרש האט ער געטראפן דעם יוד הק' שטיין ביים טיר זאגענדיג אז דער רבי האט נאכנישט געדאווענט און מ'קען נישט אריינגיין צום רבי'ן, וויסענדיג אז געווענליך דאווענט דער רבי אין די פריע שעה'ן האט ער זיך געוואונדערט פארוואס דער רבי האט נאכנישט געדאווענט. דער יוד הקדוש האט אים געזאגט אז דער רבי איז זייער צוטראגן פון א געוויסע קשיא וואס שטערט זיין געוויסן, אויף די פראגע וואס די קשיא איז, האט דער יוד הקדוש ערקלערט, אז די מצוה פון יחוד השי"ת איז דאך א חיוב צו געדענקן יעדע רגע ווי איז דאס מעגליך פאר א מענש א בשר ודם זאל אויף א רגע נישט פארגעסן פון השי"ת?
האט דער בעלזער רב זצ"ל ערקלערט אז די הלכה איז (פאה פ"ו מ"ד) שלפניו אין שכחה ושלאחריו שכחה מפני שהוא בבל תשוב, זה הכלל כל שהוא בבל תשוב שכחה ושאינו בבל תשוב אינו שכחה, קומט אויס אז אויף די תבואה וואס ליגט פאר אים איז נישטא קיין שכחה ווייל דער בעל הבית גייט זיך צוריקערן דערנאך, די זעלבע איז מיט די מצוה פון יחוד ה', וויבאלד מ'גייט זיך באלד צוריקקערן און געדענקן פון יחוד ה' ווערט דאס נישט אנגערופן שכחה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער יוד הקדוש זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "איך בין צוגעקומען צו יראת שמים דורך לימוד התורה, און מיין חבר הרה"ק ר' דוד מלעלוב ז"ל איז צוגעקומען צו תורה דורך יראת שמים"...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער יהודי הקדוש פון פרשיסחא האט געהאט עטלכיע קינדער איינער איז געווען ר' יהושע אשר מפאריסוב וועלכער האט געהאט א זוהן ר' ארי' מרדכי ראבינאוויץ, ער האט געהאט א זוהן ר' יעקב אהרן פון אוסטראווע.

פון ר' יעקב אהרן ראבינאוויץ פון אוסטראווע טרעף איך צוויי זוהן מחברי ספרים וועכלע האבן איבער געלעבט די קריג, דער ערשטער איז ר' צבי הירש ראבינאוויץ חתן ש"ב ר' פנחס מקינצק ב"ר נתן דוד משידלאווצא, דער רצ"ה האט זיך גערופען דאהי דער אוסטראווער-קינצקער רבי און איז שוין דא געווען אין ברוקלין, נ.י. פאר די קריג.

עס איז דא פון אים א ספר צבי לבית יעקב וואס איז געדרוקט געווארן דורך זיין איידעם ר' אהרן שאול שינענסקי, דער ספר אנטהאלט דברי תורה ודרשות ושו"ת (עטליכע תשובות זייענדיג אין ברוקלין) אינעם הקדמה ווערן אויסגערעכנט נעמען פון 5 זוהן און דריי טעכטער, ער איז נפטר געווארן כ"ב כסלו תש"ד.

איינער ווייסט עפעס מער איבער דעם רבי, ליגט ער דאהי אין אמעריקא?

זיין ברודער ר' ארי' מרדכי ראבינאוויץ איז געווען רב אין קאסוב און שפעטער אין קארוב, נאך די קריג האט ער זיך באזעצט קודם אין בני ברק און שפעטער אין ירושלים, ער האט געדרוקט דעם ספר 'זכותא דאברהם' פון זיין פעטער ר' אברהם פון פאריסוב ב"ר יהושע אשר זצ"ל.
אטעטשמענטס
2955.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג אקטאבער 27, 2009 4:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תקנתי הטעות, עכשיו עליך להביא משהו אודות המשפחה, בינתיים אעלה את תמונות מציבות הרה"ק ר' יצחק יעקב מביאלא בן ר' נתן דוד משידלאווצי בן ר' ירחמיאל מפרשיסחא בן היהודי הק', ובנו ר' מאיר שלמה יהודא ממעזריטש, בבית העלמין בווארשא.
אטעטשמענטס
YizchokYaakov.jpg
YizchokYaakov.jpg (13.97 KiB) געזען 11260 מאל
MierShlomoYehuda.jpg
MierShlomoYehuda.jpg (17.56 KiB) געזען 11260 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:תקנתי הטעות, עכשיו עליך להביא משהו אודות המשפחה, בינתיים אעלה את תמונות מציבות הרה"ק ר' יצחק יעקב מביאלא בן ר' נתן דוד משידלאווצי בן ר' ירחמיאל מפרשיסחא בן היהודי הק', ובנו ר' מאיר שלמה יהודא ממעזריטש, בבית העלמין בווארשא.

ר' ירחמיאל מפשיסחא בנו של היהודי הקדוש היה חתו ר' ודבער אב"ד שדה-לבן גיסו של הברוך טעם.

בניו היו;
1) ר' נתן דוד משידלאווצא
2) ר' יעקב יצחק אלחנן מפשסיחא
3) חתנו ר' אלימלך מגראדזיסק
4) חתנו ר' צבי רפפאפארט נכד הפרמ"ג

האט איינער מער פרטים איבער ר' יעקב יצחק אלחנן ב"ר ירחמיאל מפרשיסחא, און איבער דעם איידער ר' צבי רפפאפארט?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מיללער האט געשריבן:

ר' יעקב יצחק אלחנן נשא את בת ר' בערצי שפירא מטלוסט בן ר' יהודה מאיר משיפיטיווקא בן הרה"ק ר' פנחס מקאריץ זי"ע.
נסתלק כ"א שבט תרל"ג.
בניו:
ר' ירחמיאל יהודה מאיר מפאשיסחא חתן ר' יעקב דוד מאמשינוב.
ר' אברהם.
חתנו:
ר' יחיאל ישעי' ראפפארט בן גיסו ר' צבי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עפעס אמשינובער רבי'ס זענען אויך געווען פרשיסחא אייניקלעך דורך דעם ר' יעקב יצחק אלחנן, מיילעך ווייסט וואס איך רעד?

זענען די ראפאפארטס געווען ממשפחת הכהנים, האבן זיי א שייכות מיט די טשארטקובער ראפפאפארטס?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מיללער האט געשריבן:עפעס אמשינובער רבי'ס זענען אויך געווען פרשיסחא אייניקלעך דורך דעם ר' יעקב יצחק אלחנן, מיילעך ווייסט וואס איך רעד?

זענען די ראפאפארטס געווען ממשפחת הכהנים, האבן זיי א שייכות מיט די טשארטקובער ראפפאפארטס?

ר' שמעון שלום מאמשינוב הי' חתן דודו ר' ישעי' מאמשינוב-פאשיסחא חתן ר' יי"מ מפארשיסחא.

כל משפחות ראפאפארט הם כהנים!
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

חפצי היהודי הק' שאצל נכדיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

הלילה זה היארצייט של היהודי הק' זיע"א.
זכורני שפעם נכנסתי לקודש פנימה אל אלופי ועטרת ראשי ואהובי ש"ב הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זיע"א, והיה זה בחוה"מ סוכות, ובין השיחים נסבו דיבורי קדשו על היהודי הק' מפארשיסחא, , ובתוך הדיבורים הראה לי בידו הק' על הארון קודש שעמד בחדרו ועליו פרוכת ישנה נושנת אדומה, ואמר לי: הפרוכת הזו היה של זקינינו היהודי הק' מפארשיסחא.[ שקיבלה בירושה,דזקינו הרה"ק ר"מ מלעלוב היה חתן היהודי הק'].
(ואחז בידו הק' בידי וא"ל: בעוד  שני ימים יהיה היארצייט של זקינינו היהודי הק', ויהיה פה טיש ,אז תראה להגיע לפה).
גם פעם הייתי בביתו של הרה"ג ר' ברוך ראבינאוויטש זצ"ל [ שהיה האיידים של הגה"ק המנח"א זי"ע] כשעשה סעודת הודיה ביום הנצלו מהנאצים ימ"ש,ולקחני לחדר השני, ושם הראה לי על כסא ישן שעמד שם ואמר לי: הכסא הזה היה בביתו של היהודי הק'.[ הוא היה בא"ב מהיהודי כידוע].
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:הלילה זה היארצייט של היהודי הק' זיע"א.

כידוע שהכסא הזה לקחו חסידי..............
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:זיין ברודער ר' ארי' מרדכי ראבינאוויץ איז געווען רב אין קאסוב און שפעטער אין קארוב, נאך די קריג האט ער זיך באזעצט קודם אין בני ברק און שפעטער אין ירושלים, ער האט געדרוקט דעם ספר 'זכותא דאברהם' פון זיין פעטער ר' אברהם פון פאריסוב ב"ר יהושע אשר זצ"ל.

הוא היה הרב הראשון של המושבה בני ברק, וכשעזב את בני ברק לזמן מסויים העבירו לרבי יעקב לאנדא עד שיחזור,
וכשחזר לא קיבל את הרבנות בחזרה.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

בנו של היהודי הק', רבי נחמיה מבעכיוו, נסתלק בשנת תרי"ג ביומא דהילולא של אביו.
ועמך כולם צדיקים
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

ביקסאד האט געשריבן:בנו של היהודי הק', רבי נחמיה מבעכיוו, נסתלק בשנת תרי"ג ביומא דהילולא של אביו.

הוא היה איש פלא ועשה הרבה מופתים.
והיה קטן בהסתלק אביו,
והיה מקושר מאד להייליגער ריזינער.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

מיללער האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:הלילה זה היארצייט של היהודי הק' זיע"א.
זכורני שפעם נכנסתי לקודש פנימה אל אלופי ועטרת ראשי ואהובי ש"ב הרה"ק רבי משה מרדכי מלעלוב זיע"א, והיה זה בחוה"מ סוכות, ובין השיחים נסבו דיבורי קדשו על היהודי הק' מפארשיסחא, , ובתוך הדיבורים הראה לי בידו הק' על הארון קודש שעמד בחדרו ועליו פרוכת ישנה נושנת אדומה, ואמר לי: הפרוכת הזו היה של זקינינו היהודי הק' מפארשיסחא.[ שקיבלה בירושה,דזקינו הרה"ק ר"מ מלעלוב היה חתן היהודי הק'].
(ואחז בידו הק' בידי וא"ל: בעוד  שני ימים יהיה היארצייט של זקינינו היהודי הק', ויהיה פה טיש ,אז תראה להגיע לפה).
גם פעם הייתי בביתו של הרה"ג ר' ברוך ראבינאוויטש זצ"ל [ שהיה האיידים של הגה"ק המנח"א זי"ע] כשעשה סעודת הודיה ביום הנצלו מהנאצים ימ"ש,ולקחני לחדר השני, ושם הראה לי על כסא ישן שעמד שם ואמר לי: הכסא הזה היה בביתו של היהודי הק'.[ הוא היה בא"ב מהיהודי כידוע].

כידוע שהכסא הזה לקחו חסידי..............

חסידי פארשיסחא ???
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד הנכד, הכסא היה בין החפיצים שעליו נחלקו בין שאר חפצי הירושה, כמדומני שהכסא כהיום מונח בגנזי בנו האדמו"ר מדינוב, והלקיחה היה בימי השבעה מהאח העו"ד יאיר בנו מזוו"ש ואידך פירושא זיל גמור
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

מיללער האט געשריבן:כבוד הנכד, הכסא היה בין החפיצים שעליו נחלקו בין שאר חפצי הירושה, כמדומני שהכסא כהיום מונח בגנזי בנו האדמו"ר מדינוב, והלקיחה היה בימי השבעה מהאח העו"ד יאיר בנו מזוו"ש ואידך פירושא זיל גמור

דרך אגב: כמדומני ששמו השלם של האח הזה הוא " שרגא יאיר ", ע"ש דו"ז של אביו,הרה"ק רבי שרגא יאיר מביאלבערזיג,בעמח"ס:" ארון עדת".
[ אחי רבי יעקב יצחק מביאלא ].
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

"תורת היהודי הקדוש"
א הערליכען ספר מלוקט אלע תורות פונעם יהודי הקדוש, הוצא לאור ע"י מכון מעינות החסידות - [עומד בראשו] הרה"ח ר' יוסף ירוחם פישל הגר שליט"א מירושלים.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:דער יהודי הקדוש פון פרשיסחא האט געהאט עטלכיע קינדער איינער איז געווען ר' יהושע אשר מפאריסוב וועלכער האט געהאט א זוהן ר' אברהם מרדכי ראבינאוויץ, ער האט געהאט א זוהן ר' יעקב אהרן פון אוסטראווע.

פון ר' יעקב אהרן ראבינאוויץ פון אוסטראווע טרעף איך צוויי זוהן מחברי ספרים וועכלע האבן איבער געלעבט די קריג, דער ערשטער איז ר' צבי הירש ראבינאוויץ חתן ש"ב ר' פנחס מקינצק ב"ר נתן דוד משידלאווצא, דער רצ"ה האט זיך גערופען דאהי דער אוסטראווער-קינצקער רבי און איז שוין דא געווען אין ברוקלין, נ.י. פאר די קריג.

עס איז דא פון אים א ספר צבי לבית יעקב וואס איז געדרוקט געווארן דורך זיין איידעם ר' אהרן שאול שינענסקי, דער ספר אנטהאלט דברי תורה ודרשות ושו"ת (עטליכע תשובות זייענדיג אין ברוקלין) אינעם הקדמה ווערן אויסגערעכנט נעמען פון 5 זוהן און דריי טעכטער, ער איז נפטר געווארן כ"ב כסלו תש"ד.

איינער ווייסט עפעס מער איבער דעם רבי, ליגט ער דאהי אין אמעריקא?

ר' אהרן שאול שינענסקי חתן רצ"ה ראבינאווויץ מאסטראווא-קינצק היה רב דק' תומכי תורה בברוקלין, זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 6&pgnum=44

ווייסט איינער מער איבער דעם רב?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ידידינו ר' מיילעך האט שוין אפיר געזוכט די מצבות פון ר' צבי הירש הנ"ל והרבנית
viewtopic.php?p=591281#p591281
תשוח"ח לו.

ר' מיילעכ'ל,
איז דא דארט באהאלטן סביבותיו זיינע קינדער?
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

א זהר מיט א זיגל אברהם ישראל הארצשטארק בן הרה''ג מהרש''י און די חתימה חתמ'ט ער נכד הרה''ק היהודי הקדוש
אטעטשמענטס
IMG_6058.JPG
IMG_6060.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ענף נוסף לצאצאי היהודי הקדוש

הרה"ק ר' נחמי' יחיאל מביחאווא בן היהודי הק', בנו
ר' חיים גדלי' ראבינאוויטש מביחאווא - חתן ר' נתן לייב בהרה"ק רמ"מ מרימינוב

צאצאי ר' חיים גדלי'
בנו
ר' נתן ארי' לייב (אבי ר' מנחם מענדל מו"ל ספר מעשה נחמיה לתולדות זקנו ר' נחמי' יחיאל מביאחאווא

חתנו
ר' שלום צבי גאלדבוים מגראבאוויץ
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”