כן שמעתי מרב מובהק שליט"א, שאנשי ליטא לא הי' ניחא להם פסקי המהרש"ם שמיקל הרבה, על כן המציאו עצמם להדפיס הדרכי תשובה, והם הם שקבלו ההסכמות, והם הם שכתבו והדפיסו המסירת מודעה.
נחכה להדפוס החדש שיו"ל בקרוב, שם הבטיחו להרחיב הדיבור בזה, ונזכה ונראה.
הרה"ק רבי צבי הירש ב"ר שלמה זי"ע, (שפירא), בעל דרכי תשובה, ממונקאטש
ער איז געבוירן אין שטאט סטריזוב, י"א תמוז בשנת תר"י,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי שלמה שפירא בעל שם שלמה ממונקאטש זי"ע,
בן הרה"ק רבי אלעזר שפירא מלאנצוט זי"ע,
בן הרה"ק רבי צבי אלימלך בעל שני יששכר מדינוב זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת חיה פרימא רבקה ע"ה,
בת הרה"ק רבי יקותיאל שמואל שמעלקא מסאסוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע,
די עלטערן האבן ליידער אפאר קינדער פארלוירן נאך בעפארן געבוירן, זענען די עלטערן געגאנגען פאר א ברכה ביים צדיק וקדוש הרה"ק רבי שמעון מיערסלוב זי"ע וואס האט פאר די עלטערן געווינטשן א ברכה אז עס זאל זיי געבוירן ווערן א קינד וואס וועט זיין א צדיק וקדוש און א גרויסע תלמיד חכם, און ברכת צדיק עושה רושם און עס איז זיי געבוירען געווארן א קינד וואס האט באלאכטן די וועלט מיט זיין תורה און קדושה,
מען האט דעם קינד א נאמען געגעבן צבי הירש נאך הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע וואס זיין יארצייט איז י"א תמוז דעם טאג וואס דער צדיק איז געבוירן געווארן,
ער איז געווען א איש קדוש און א גאון בתורה, א חריף ובקי בכל מקצועות בתורה, המקובל האלוקי, מופת הדור און א גרויסע פועל ישועות, ער איז געווען מפורסם אלס א חסיד ועניו, ער האט מחבר געווען גאר טיפע און הייליגע חיבורים וואס גרויסע גאונים און גדולים בתורה האבן ממש מפליא געווען דאס גאונות,
ביי די 6 יאר איז ער א חתן געווארן מיט הרבנית הצדקת מרת אסתר ע"ה,
בת הרה"ק רבי חנינא הורוויץ מאולינוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי יעקב ממעליץ זי"ע, וחתן הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע,
וואס ביידע זיידעס סיי רבי יעקב ממעליץ און אויך רבי אליעזר מדזיקוב זענען געווען קינדער פון הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,
די חתונה איז פאר געקומען חודש אדר בשנת תרכ"ה אין שטאט אילונוב, און דאן איז דער איידעם געזעצן סמוך על שולחן חמיו פאר אביסל מער ווי א יאר, דארט האט ער עוסק געווען בתורה ועבודה מיט א געוואלדיגע קדושה און התמדת התורה,
זיין רבו מובהק איז געווען הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע וואס האט דעם תלמיד גאר שטארק מחבב געווען און גאר אסאך תורה האט דער תלמיד קונה געווען פון זיין גרויסע רבי דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, אויך האט דער צאנזער רב אים מכבד געווען נאך זייענדיג בערך 23 יאר אלט מיט ברכת המזון אחרון של פסח ביים שולחן הטהור ווי עס זענען געזעצן גרויסע גדולים און צדיקים און עס איז געווען א גרויסע פלא,
ווערט געברענגט אין ספר בית שלמה, אז ווען דער הייליגער דרכי תשובה איז איינמאל געווען אין צאנז אויף שבת קודש ביי זיין הייליגען רבין דער צאנזער רב זי"ע, האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע זיך אויסגעדרייט צום דרכי תשובה שבת ביינאכט און פרעגט אים לגבי זיין נאמען, פארוואס מען האט אים נישט א נאמען געגעבן נאכן זיידן צבי אלימלך דער הייליגער בני יששכר זי"ע, האט דער דרכי תשובה געזאגט אז ער איז געבוירן געווארן י"א תמוז דעם טאג פונעם יארצייט פונעם הייליגען עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע און דערפאר האט מען אים געגעבן דעם נאמען צבי הירש נאך דעם הייליגען צדיק,
אבער שבת צופרי האט זיך דאס איבער גע'חזר'ט נאך צוויי מאל אז דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט איבער געפרעגט דעם שאלה נאך צוויי מאל, פארשטייט זיך אז דער הייליגער דרכי תשובה האט געענטפערט פארן דברי חיים דעם ענטפערט כאילו עס איז דאס ערשטע מאל וואס ער פרעגט דאס, פארן עולם ארום איז דאס געווען א גרויסע פלא, אבער דער הייליגער דרכי תשובה האט יא פארשטאנען אז דאס איז געווען הויכע ענינים און נישט סתם א שאלה,
בשנת תרל"ו ווען דער הייליגער דברי חיים זי"ע איז נסתלק געווארן, איז דער צדיק אריבער צום הייליגען ממלא מקום הרה"ק רבי יחזקאל שרגא בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, אויך האט ער זיך מסתופף געווען בצלו פון אסאך גדולים און צדיקים בדורו,
כ"א סיון בשנת תרנ"ג ווען זיין הייליגע טאטע איז נסתלק געווארן, האט מען דאן אויף גענומען דעם גרויסן זון אלס ממלא מקום אין שטאט מונקאטש, דארט אין שטאט מונקאטש האט ער גאר אסאך געליטן פון די ממשלה וויבאלד ער האט נישט געקענט דעם שפראך אונגאריש און מען האט אים מתחילה נישט געלאזט זיין דארט רב, אבער מיט די צייט האט מען אויס געפויעלט אז ער זאל יא קענען זיין דארט רב,
ווערט דערציילט אז דעם ערשטן שבת נאכן פטירה פון זיין הייליגען טאטן האט דער זון דער הייליגער דרכי תשובה זי"ע וואס איז געווען גאר שטארק צוטראגן פונעם פטירה פון זיין טאטן זיך ארום געדרייט און שטאט און ער זעט אז א גרויסער עולם וואס פלעגט זיך מסתופף זיין ביים טאטן זענען דא אויף שבת קודש,
האט ער געפרעגט מיט א אמתדיקייט פונעם גבאי'ן, וואס זיכען די אידן דא דער טאטע איז דאך שוין נישט דא, עס איז אים בכלל נישט איינגעפאלן אז די געהויבענע אידן זענען געקומען צו אים, נאר דאן האט ער געזאגט אז די אידן קומען צו אים ווייל זיי ווילן מכבד זיין דעם טאטן, און מיט דעם געדאנקט איז דער צדיק צו געגאנגען צום שבת,
בשנת תרל"ג האט ער גענדיגט זיין ערשטן חיבור דרכי תשובה, ווען דער חיבור איז ארויס געקומען האבן דאס די גדולים און גאונים פון אימעטים מוראדיג מפליא געווען, עס איז געווען א הלכה ספר וואס יעדער מורא הוראה האט מחשב געווען און עס איז געווען פסקים להלכה,
ווי מען קען זען וואס די גאונים האבן געשריבן אויף דעם ספר דרכי תשובה, הגה"ק המפורסם שר התורה רבי יצחק שמעלקיש בעל בית יצחק מלבוב זי"ע שרייבט בזה"ל, "תאורנה עיני על ידי הספר דרכי תשובה, ומבלעדו לא יוכלו להורות",
הגה"ק רבי שלמה הכהן מווילנא זי"ע שרייבט בזה"ל, "תשואות חן ואפריון, על גודל פעולתו בחיבורו דרכי תשובה, אשר נחוץ לכל רב ומורה, ולא רק בשמו בלבד יצא לברכו, כי אם בשם כל המורי צדק דמדינתו (מדינת ליטא)" און ער רופט אים אן מיטן טיטול "מרא דתלמודא",
אויך האבן אנדערע גדולים און גאונים בדורו געגעבן אן הסכמה אויף דעם גרויסן ספר, ובתוכם, הגה"ק רבי יצחק אלחנן מקאוונא זי"ע, הגה"ק רבי יצחק אהרן איטינגא מלבוב זי"ע,
בשנת תרס"ח האט ער אויף געשטעלט א כולל מונקאטש והגלילות וואס פון דעם קרן האט ער געשיקט גאר אסאך געלט צו מחזק זיין יוצאי הונגריה אין ארץ ישראל, אויך האט ער דאן געגרינדעט די שכונת בתי מונקאטש אין ירושלים,
ער איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע עבודת התפלה וואס איז צו געגאנגען מיט א געוואלדיגע קדושה און א לב נשבר וואס דאס האט מעורר געווען אלע מתפללים, אויך די תפילות שבתים און ימים טובים זענען געווען מיט א געוואלדיגע ברען און א אש קודש,
אויך האבן די חסידים און תלמידים דערציילט זיין געוואלדיגע עבודה ביי די טישן ווען דער צדיק האט געזאגט די דברות קודש און דברי תורה און ער האט דאן געשיינט ווי א מלאך אלקים און מעורר געווען אידישע קינדער און זיי נענטער געברענגט צום טאטן אין הימל ורבים השיב מעון להכניסם תחת כנפי השכינה,
ער איז געווען מפורסם אלס א לוחם קעגן דעם באוועגונג פון די מתחדשים, ער איז כסדר ארויס בחרב ובחנות אז מען זאל נישט אריין ברענגען קיין נייע מנהגים אדער ניייע מאדעס וואס מען האט קיינמאל נישט געזען ביי די צדיקים מדורות הראשונים, ער האט גאר שטארק בארימט די אידן וואס האבן זיך געלאזט וואקסן די בארד און נישט צו גערירט צום צלם אלוקים ווי מען זעט אז דער צדיק האט אמאל מספיד געווען א עושר און מוראדיג מכבד געווען דעם נפטר נאר ווייל ער האט זיך געהאלטן מיטן צלם אלוקים,
אויך איז ער געווען פון די גרעסטע לוחמים בימיו קעגן די ציונים און אויך איז ער געווען א גרויסער מתנגד קעגן דעם אויף שטעלן די אגודת ישראל וואס אסאך גדולים האבן דאן געהאלטן אז דאס וועט ראטעווען אידישקייט, אבער דער צדיק וקדוש האט שוין דאן געזען אז דאס וועט אנקומען ווי עס איז צום סוף אנגעקומען, און דערפאר האט ער לוחם געווען קעגן דעם מיטן גאנצן כוח און שארפקייט,
ער האט מחבר געווען גרויסע און הייליגע ספרים,
ספר דרכי תשובה, על שולחן ערוך,
ספר באר לחי רואי, על תיקוני הזוהר,
שו"ת צבי תפארת,
ספר תפארת בנים, על התורה ומועדים,
תפארת בנים, על הגדה של פסח,
שטייט אין ספר בית שלמה אז דער גאון האט אליין מעיד געווען אז ער האט דעם חיבור "באר לחי רואי" געמאכט ממש מיט מסירת נפש, דער ספר איז געווען א חיבור אויף די הייליגע תורת פון רבי שמעון בר יוחאי דער הייליגער זוהר הקדוש, און דערפאר איז דאס געווען מוראדיג חביב ביים הייליגען דרכי תשובה,
מען קען זען וואס ער שרייבט אין דעם הקדמה, "וראיתי אני הצעיר פעמים רבות, כי מן השמים עזרוני ואנהירו, לעניין בחסדו לגול את האבן מעל פי הבאר" אויך האט דער הייליגער דרכי תשובה כמה פעמים געזאגט בזה"ל, "כי לולי הכיר את כתב ידו בפירוש באר לחי רואי אשר כתב על הנייר, לא היה מאמין לעצמו כי מעשי ידיו הוא", אויך קען מען זען וואס דער צדיק שרייבט בזה"ל, "וזכני השם יתברך לגמור הפירוש הלז על כל התיקוני הזוהר הקדוש, ואז אדע תכלית ביאתי לעולם הזה",
ער האט איבער געלאזט זיין בן יחיד הרה"ק רבי חיים אלעזר בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע ממלא מקום אביו במונקאטש,
בשנת תרע"ג זומער איז דער צדיק ליידער זייער קראנק געווארן און מען איז געפארן מיטן רבין קיין ביקסאד צום מרחץ פאר זיין געזונט, דארט איז ער געווען דריי וואכן, חודש אלול ווען ער איז צוריק געקומען קיין מונקאטש איז די מצב געווארן שווערער, ערב ראש השנה איז דער צדיק אריין געפאלן ליידער אין בעט און געלעגן על ערש דווי, אידן פון אלע שטעט ארום האבן איינגעריסן פארן צדיק אז דער באשעפער זאל אים שיקן א רפואה שלימה,
בין כסא לעשור זענען אסאך גדולים און צדיקים געקומען מבקר חולה זיין דעם רבין און געוואוינטשן ברכות לרוב, אבער ליידער איז די מצב נאר ערגער געווארן, דעם ערשטען טאג סוכות האט דער הייליגער צדיק מיט מסירת נפש ממש מקיים געווען דעם מצוה פון שאקלן לולב און אתרוג, אבער די נאכט נאכדעם איז די מצב געווארן גאר שווער און מען איז שוין געשטאנען ביים בעט פונעם צדיק, ליידער דעם צווייטן טאג סוכות צופרי נצחו אראלים את המצוקים ויצתה נשמתו בטהרה,
אין ספר בית שלמה שטייט א דבר פלא, אז אפאר יאר בעפאר זיין פטירה האט דער הייליגער דרכי תשובה געפירט דעם צווייטן נאכט סוכות א גאר געהויבענע טיש און ער האט געהייסן ברענגען גוטע וויין און ער האט געמאכט דעם ברכה "הטוב והמטיב אויף די וויין, און מען האט זיך געפרייט מיט שמחת בית השואבה ממש ביז אינדערפרי, און ממש דעם צייט ווען ער פלעגט די לעצטע יארן ענדיגן דעם שמחת בית השואבה איז דער צדיק נסתלק געווארן,
דער צדיק האט דאן ביי שמחת בית השואבה געזאגט, אז דער הייליגער צדיק רבי חיים מאיר יחיאל ממאגלניצא זי"ע פלעגט זאגן די ווערטער ביים טרינקען די וויין ביים סעודות יו"ט, "רבונו של עולם, הלא כשיבוא משיח לגאלינו, ויעמדו הצדיקים ועטרותיהם בראשיהם ונהנין מזיו השכינה, ומה חשיבא קבל ההוא שבחתא את היין המשומר, חמר מרת דמבראשית, נטור בי נעוותא, אמנם עתה בגלותנו המר, אם תטעימנו מנועם חמר מרת יין המשומר הלז, מה יקר אף נעים תהיה לנו להחיות נפשותינו"
נסתלק לגנזי מרומים ב' סוכות ט"ז תשרי בשנת תרע"ד, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט מונקאטש סמוך ונראה צו זיין הייליגען טאטן זי"ע,
אין ספר בית שלמה ווערט געברענגט א מעשה, אז איינמאל איז א איד געקומען צום הייליגען דרכי תשובה זי"ע סוף ימיו, און דער איד האט זיך מזכיר געווען וועגן עפעס א ענין און דער איד האט געגעבן פארן הייליגען דרכי תשובה א מטבע אז די רבי זאל דאס בענטשן פאר הצלחה און ישועה,
ווען די הייליגער דרכי תשובה האט גענומען דעם מטבע האט ער דאס גלייך צוריק געגעבן פארן איד און געזאגט, דעם מטבע קען איך נישט בענטשן ווייל עס איז שוין געבענטשט געווארן דורך א אנדערן רבין, דער איד האט געזאגט פארן רבין אז די מטבע האט ער נישט געגעבן פאר קיין אנדערן רבין צו בענטשן,
דאן האט זיך דער הייליגער דרכי תשובה זייע מתמרמר געווען און דערציילט, אז איינמאל איז ער געווען ביים זיידן הרה"ק רבי אלעזר מלאנצוט זי"ע און ער האט געזען ווי די זיידע איז מרגיש אויף א מטבע אז א אנדערע רבי האט דאס שוין געבענטשן, ווען ער האט געפרעגט די זיידע ווי אזוי די זיידע ווייסט, האט דער זיידע געזאגט בעט דעם באשעפער אז די זאלסט אויך לעת זקנה קענען מרגיש זיין אזוי ווי איך, און יעצט האט דער הייליגער דרכי תשובה געזאגט האב איך מרגיש געווען דעם ענין, אבער די זאגסט מיר אז עס איז נישט אמת דערפאר איז ער געווען אביסל צובראכן דערפון,
אבער לפלא ווען דער איד איז אהיים געקומען און ער האט דאס דערציילט פאר זיין ווייב, האט זיין ווייב געזאגט, די רבי איז ריין גערעכט, ווייל זי האט דעם מטבע שוין געבענטשט ביי איין רבי אבער זי האט געוואלט אז דאס זאל ווערן געבענטשט ביי נאך א רבין ווייל צוויי איז דאך שטערקער ווי איינס, איז דער איד גלייך צוריק געלאפן צום רבין און געבעטן מחילה פונעם רבין אז ער האט באמת נישט געוויסט אז די ווייב האט דעם מטבע שוין בעפאר דעם געבענטשט ביי א אנדערן רבין, דאן האט זיך דער צדיק דער דרכי תשובה בארואיגט,
--
ביים הייליגען דרכי תשובה זי"ע און אויך ביים זון דער הייליגער מנחת אלעזר זי"ע איז געווען דער גבאי הרה"ח רבי חיים בער גרינפעלד ז"ל א איד א גרויסע עובד השם און א גאר ערליכער איד,
ער האט געהאט א איין איינציגע טאכטער וואס איז ליידער זייער קראנק געווארן און זי איז געפארן זיך היילן אין שטאט וויען, פארשטייט זיך דער טאטע רבי חיים בער איז מיט איר מיט געגאנגען און איז געזעצן נעבן איר בעט די גאנצע צייט, איינמאל איז דער טאטע ארויס פון שטוב עפעס נעמען, אבער ליידער ווען ער איז צוריק געקומען האט מען אים מבשר געווען די בשורה אז זיין איין איינציגסטע טאכטער איז ר"ל נפטר געווארן,
איז דער רבי חיים בער זיך געגאנגען וואשן די הענט און ער האט זיך אנגעטון זיין גארטל און גענומען א סידור און געמאכט הויעך די ברכה ברוך דיין האמת,
די אידן וואס זענען דארט געשטאנען בשעת מעשה זענען ממש ארויס פון התפעלות פון דעם גרויסע אמונה און שטארקייט וואס דער איד האט ווען ער האט ליידער פארלוירען זיין בת יחידה, אבער ווען זיי האבן געהערט ווער זיינע רבי'ס זענען געווען האבן זיי שוין פארשטאנען, אז ביים זיך ארום דרייען ביי די צוויי צדיקים פון מונקאטש איז ביי דעם ר' חיים בער געווען איינגעווארצלט דעם אמונה אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד,
--
דער גבאי הרה"ח רבי חיים בער ז"ל האט דערציילט, איין יאר ראש השנה ביים הייליגען דרכי תשובה ממונקאטש זי"ע, אינמיטן מוסף האט ער אנגעהויבן שרייען נו נא און געוויזן ביים פענסטער פונעם ביהמ"ד, קיינער האט נישט פארשטאנען וואס דער צדיק וויל און אויס רעדן האט מען אויך נישט געקענט,
איז דער הייליגער צדיק בכבודו בעצמו צו געגאנגען צום פענסטער און דארט זענען געלעגן מאנטלעך און ספרים, דער צדיק מישט אזוי צווישן די זאכן ביז ער האט געטראפן וואס ער האט געזיכט, א חומש מיטן פירוש פון משה מענדלסאן ימ"ש, דער צדיק האט געכאפט דעם חומש און דאס ארויס געווארפן פון פענסטער, און דאן האט זיך דער צדיק צוריק געשטעלט דאווענען, ווייל די טמאה פון דעם חומש האט געשטערט פארן צדיק ביים דאווענען,