ר' צבי הירש שפירא ממונקאטש הדרכי תשובה -ב' סוכות תרע"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' צבי הירש שפירא ממונקאטש הדרכי תשובה -ב' סוכות תרע"ד

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג פאברואר 24, 2008 8:29 pm

הה"צ ר' צבי הירש שפירא ב"ר שלמה, במ"ס דרכי תשובה. -ב' סוכות תרע"ד
דער מונקאטשער רב זצ”ל האט דערציילט אז ער פלעגט יעדעס יאר צוזאמען מיט זיין טאטען דער דרכי תשובה זצ"ל קיין שינאווע, אויף שבת פרשת נח און פר' לך אדער פר' לך און פר' וירא, איין יאר פר' וירא האט דער שינאווער רב זצ”ל אויסגעפרעגט יעדן וואס איז געזיצן ביים טיש ווער ס'איז געווען דער בעל תוקע ביי זיי אין שטאט דעם פארגאנגענעם ראש השנה, עס איז געווען א פלא ביי אלע באטייליגטע, קיינער האט נישט פארשטאנען די כוונה פון צדיק. און דער מוקאטשער רב האט שפעטער צוגעלייגט אז עס קען זיין אז וויבאלד מ'ליינט די זעלבע פרשה ווי די קריאה אין ראש השנה האט ער געוואלט ממשיך זיין די זכות פון ראש השנה...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג פאברואר 24, 2008 8:30 pm

דער "דרכי תשובה" האט דערציילט, אז דעם ערשטן ערב שבת נאך די פטירה פון זיין טאטן דער "שם שלמה" (שלח תרנ"ג לפ"ק), זייענדיג שטארק צעטראגן פון דעם ביטערן אומגליק וואס האט אים געטראפן, האט ער באמערקט אז מערערע תלמידים וחסידים וועלכע פלעגן זיך דרייען ביים טאטן זענען געקומען אויף שבת קודש. כ'האב געפרעגט די גבאים פארוואס זיי קומען, דער טאטע איז דאך שוין מער נישטא, האבן די גבאים ערקלערט אז זיי קומען צו מיר. אין די ערשטע מינוט האב איך דאס נישט באגריפן, די גרויסע בעלי מדריגה וועלכע פלעגן קומען צום טאטן זאלן קומען צו מיר? כ'האב זיי שוין געוואלט אהיים שיקן, אבער באלד דערנאך האב איך געקלערט אז מיט דעם וואס זיי קומען צו מיר ווילן זיי מכבד זיין דעם טאטן, און מיט דעם געדאנק האב איך זיך עטוואס בארואיגט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג פאברואר 24, 2008 8:30 pm

אין די צייט פון אבילות ל"ע, דערציילט ווייטער דער מונקאטשער רב ז"ל, האב איך נישט געלערנט גארנישט, ווי די הלכה איז, אבער פרייטאג צונאכטס האב איך אפיר געזוכט עטליכע כתבי יד פון מיין טאטן ז"ל. קוקענדיג אויף די פרשת השבוע האב איך געזען ווי דער טאטע טייטשט ווי פאלגענד: איש אחד איש אחד, ווען ס'איז פארהאן אן אויסדערוועלטער מאן, וואס, למטה אבותיו, ער לייגט אלעס אן אין זכות פון זיין טאטען, און נעמט גארנישט פאר זיך, זאל ער זיין כל נשיא "בהם", ער איז א נשיא צוליב זיין אייגענעם חשיבות, און נישט צוליב זיין טאטען, "האב איך פארשטאנען אז דער טאטע האט מיך געמיינט"...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג פאברואר 24, 2008 8:30 pm

דער באקאנטער מונקאטשער גבאי הרה"ח ר' חיים בער ע"ה האט דערציילט, אז זייענדיג הויז בחור ביים דרכי תשובה ז"ל פון מונקאטש, האט אמאל פאסירט אז אויפן וועג צו תקיעת שופר האט דער דרכי תשובה געשריגן "נא נא" און נישט געוואלט גיין צו די תקיעות, ביז מ'האט באמערקט ווי ער ווייזט אויף די פענסטער'ס איז מען ארופגעקראכן און געטראפן ווי אונטער עטליכע בעקיטשעס איז געליגן א חומש מיטן פירוש פון רמ"ד [ר'שע מ'שה ד'עסויער], מ'האט עס ארויסגעווארפען פון פענסטער, הערשט דאן האט דער רבי געבלאזן שופר...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2012 1:43 pm

דער דרכי תשובה האט ערהאלטען הסכמות אויף זיין ספר דרכי תשובה פון רבנים מפורסמים אין די ווייטע ליטא, ווי הג"ר יצחק אלחנן פון קאוונא און דער ווילנער דיין ר' שלמה הכהן בעל חשק שלמה.

האט דערציילט ר' אפרים פעלקאוויטש אב"ד בריזשפארט פאר ר' זלמן לייב גרינוואלד פון קאלאמבוס, אז זייענדיג אין קאוונא האט ער געהערט אז ווען דער מונקאטשער רב האט געשיקט דעם דרכי תשובה צו ר' יצחק אלחנן קיין קאוונא צו באקומען זיין הסכמה, האט ער משמיט געווען דעם ערשטען דף מיט די מסירת מודעה אקעגן די פסקים פונעם מהרש"ם מברעזאן, וואוסענדיג אז עס וועט אפהאלטען דעם קאוונער רב פון געבן זיין הסכמה, נאכדעם וואס ער האט געוואוסט אז רי"א איז א שטארקע פארעהרער פון דעם מהרש"ם.

מקור: א בריוופון רי"י גר"וו צו חיים בלאך, קרעדיט: ארכיוו.ארג

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2012 8:50 pm

הרב רבב"ה מטיל בספק דער גאנצער געשעפט, גיב א קוק די הסכמות צום דרכי תשובה זעהט מען דארט אז גאר די מדפיסים האחים ראם האבן גענומען די הסכמות פון די רבני ווילנא.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 9:27 am

בן בוזי האט געשריבן:הרב רבב"ה מטיל בספק דער גאנצער געשעפט, גיב א קוק די הסכמות צום דרכי תשובה זעהט מען דארט אז גאר די מדפיסים האחים ראם האבן גענומען די הסכמות פון די רבני ווילנא.


קענענדיג הרב רבב"ה ובית דינו הצדק, בין איך נישט מחויב מיטצוגיין מיט זיין הטלת הספק, דאס וואס מ'זעהט ביי ר' שלמה מווילנא איז קיין ראי' צו הגרי"א מקאוונא, ונניח אז די מדפיסים זענען געווען די מקבלי ההסכמה האבן זיי געקענט טאן שליחותיהו דהמחברים און ארונטערנעמען דעם מסירת מודעה עפ"י ציוויו.

עכ"פ, איך האב אן עדות פון א מענטש וואס זאגט אז ער איז געווען אין קאוונא יענע צייט, טאקע נישט קיין עדות וואס האט ממש מיטגעהאלטען, אקעגן אן הטלת ספק פון מאורנו הרבב"ה, זאל זיין אזוי.

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » זונטאג נובעמבער 18, 2012 10:51 am

אגב צריך ביאור למה הדפיס הספר בליטא . ולא אצל מדפיסי עירו סמוך ונראה או בגלצי' שהיתה אז מדינה אחת .

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג ינואר 27, 2013 2:15 am

ואולי טאקע צוליב דעם מסירות מודעה...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג ינואר 27, 2013 11:07 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:ואולי טאקע צוליב דעם מסירות מודעה...

כן שמעתי מרב מובהק שליט"א, שאנשי ליטא לא הי' ניחא להם פסקי המהרש"ם שמיקל הרבה, על כן המציאו עצמם להדפיס הדרכי תשובה, והם הם שקבלו ההסכמות, והם הם שכתבו והדפיסו המסירת מודעה.

נחכה להדפוס החדש שיו"ל בקרוב, שם הבטיחו להרחיב הדיבור בזה, ונזכה ונראה.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 11, 2011 5:50 pm

תגובהדורך הוצאת.אמת » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 6:58 pm

השנה חל היומא דהילולא המאה תרע"ד - תשע"ד

מאמרים לזכרו הופיע בכמה עיתונים, לדוגמא, דער איד, דער בלאט, המבשר והמודיע

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 1:50 pm

אנטפלעקט געווארן א נייעם בילד פונ'ם דרכי תשובה.
אינע'ם צייטונג המחנה החרדי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 11:51 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:אנטפלעקט געווארן א נייעם בילד פונ'ם דרכי תשובה.
אינע'ם צייטונג המחנה החרדי.

איז שייך צו זעהן דעם בילד?

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 9:18 am

מיללער האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:אנטפלעקט געווארן א נייעם בילד פונ'ם דרכי תשובה.
אינע'ם צייטונג המחנה החרדי.

איז שייך צו זעהן דעם בילד?

אויפן דעקל פון מחנה החרדי אין די געשעפטן.
אדרבה ווער ברענגט עס אהער?
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:57 pm

20180923_135928.jpg
20180923_135928.jpg (533.98 KiB) געזעהן 551 מאל
20180923_135934.jpg
20180923_135934.jpg (563.26 KiB) געזעהן 551 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:59 pm

20180923_135919.jpg
20180923_135919.jpg (511.54 KiB) געזעהן 550 מאל
20180923_135910.jpg
20180923_135910.jpg (627.3 KiB) געזעהן 550 מאל

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 3:19 pm

קען פונקט אזוי זיין דער בוטשאטשער רב אדער א דריטער

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:37 pm

וועלכעס איז דער נייער?

אחד מעיר
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

תגובהדורך אחד מעיר » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 10:39 am

אלמוני האט געשריבן:וועלכעס איז דער נייער?

עמוד 31

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:11 am

פונקט די צייטונג זאל עס מפרסם זיין....
והוא פליאה גדולה
参考专家

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:33 pm

אחד מעיר האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:וועלכעס איז דער נייער?

עמוד 31

א פעינטינג?

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 1:30 pm

יא

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 1:32 pm

די גאנצע ארטיקל איז מלא שטותים.

לדוגמא, דער גאנצער פלפול אודות תמונה א ותמונה ב - עס איז קלאר די זעלבע בילד, פשוט ארויסגעשניטען דעם דרכי תשובה באזונדער פון דעם בילד

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 1:33 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:פונקט די צייטונג זאל עס מפרסם זיין....
והוא פליאה גדולה


יע יע


ווי אזוי האט מיר אמאל א קלוגער יוד געזאגט לגבי איינעם, אז מקובלני אז אלעס אויסער דאווענען און לערנען טוט ער גארנישט אהן קיין כוונה, ודפח"ח
לעצט פאראכטן דורך אוהב ספרים אום מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:25 pm

פון וואו איז עס יעצט ארויפגעשווימען?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 20 געסט