רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

י"ג אלול
רבי יוסף חיים ב"ר אליהו זצ"ל
מבאגדאד " בעל "בן איש חי" וש"ס
רבי יוסף חיים האט אמאל דערציילט, די פאלגענדע מעשה, עס איז געווען א איד וואס האט געוואוינט אין א בעל הבתיש'ע הויז, זיין נאמען איז געווען זבולון, דער זבולון האט געמאכט שיין פרנסה, אבער ער האט געהאט א פאטער א אריעמאן און זיך נישט אומגעקוקט אויף זיין פאטער.
ער האט אים געלאזט זיך ארום וואלגערן אין די גאסן, ער האט אים קיינמאל נישט אריינגענומען צו זיין הויז, אים צו געבן עסן, אדער קליידונג, ווען מען האט פאר זבולון פארגעווארפן, פארוואס קוקסטו זיך נישט אים, אויף דיין פאטער? האט ער געענטפערט - זאל ער זיך אליין פאר זארגן!
עס איז געווען אין א קאלטן ווינטער טאג, ווען זיין אלטען פאטער, איז געזעצן צוזאמען מיט אנדערע ארעמלייט אויף א באנק, אויף איינע פון די שטאטישע גאסן, יענע צייט איז דארטן אדורך געגאנגען זבולון'ס אינגל, נחום, דער זיידע האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין ארט, און האט געזאגט פאר נחום'ן, זאג פאר דיין טאטע, ער זאל מיר א טובה טוהן, און ער זאל מיט דיר שיקן פאר מיר א ווארימער ראק, כדי איך זאל נישט פון די קעלט פארפרוירן ווערן.
נחום'ל איז אהיים געלאפן, און האט געזאגט פאר זיין טאטע, - דער זיידע בעט, א ווארימען ראק.
זבולון האט נישט געוויזן קיין עקסטערע אינטרעס אין די זאך, ער האט געזאגט פאו זיין זון, גיי ארויף אויפן בוידעם, דארט איז דא א ראק, וואס הענגט אויף א נאגל, נעם דאס אראפ, און געב דאס פאר אים, נחום'ל איז ארויף אויפן בוידעם, כדי אויפצוזוכן דעם ראק, ווען ער האט דאס געטראפן, איז אים שלעכט געווארן, אזא אפגעקראכענע ראק, וואס איז צוריסן און האט פיל לעכער, אזא ראק, וויל מיין טאטע געבן פארין זיידן?
נחום'ל, האט מחליט געווען עפעס צו טוהן, ער האט אין בוידעם אויפגעזוכט א שערל, און ער האט מיטן שערל צושניטן דעם ראק אין האלב, ווען זיין טאטע האט געזען אז ער זוימט זיך צו לאנג אויפן בוידעם, האט ער צו אים געשריגן, וואס זוימסטו זיך דארט אזוי לאנג? גיי שוין אראפ פון דארט?
נחום'ל איז אראפ געקומען פון בוידעם, ווען ער האלט אין זיין האנד, א האלבן ראק, האט זיך זיין פאטער גענומען שרייען אויף אים, וואס איז דאס? פארוואס האסטו צושניטן דעם ראק אין האלב?
ווי איז דער צווייטער העלפט ראק?
נחום'ל האט געענטפערט, דאס צווייטע העלפט האב איך צוריק געלייגט אויפן נאגל אין בוידעם!
דער טאטע האט אים געפרעגט, פארוואס? האט נחום'ל געזאגט, "דאס צווייטע העלפט ראק, לאז איך דארט פאר דיר"!, פרעגט אים זיין טאטע - אויף ווען? זאגט נחום'ל, ווען דו וועסט אלט ווערן, וועל איך דיר אויך נישט אריינלאזן אין מיין הויז, דו וועסט זיך קענען ארום דרייען אין די גאסן, מיט די אנדערע בענטלערס, און ווען דו וועסט שיקן צו מיר נאך א ווארימען בגד, וועל איך דיר שיקן, די צווייטע העלפט פונעם ראק, וואס איז געבליבן הענגען אין בוידעם!
זבולון איז געווארן זייער ברוגז, און האט נישט געקענט קומען צו זיך, ער האט שטרענג געפרעגט זיין זון, זאג נאר, אזוי איז שיין צו טוהן פאר א טאטע'ן? האט נחום'ל געזאגט, פארוואס נישט, אזוי ווי די פירסט זיך מיט דיין טאטען, אזוי וועל איך זיך פירן שפעטער מיט דיר!
זבולון, איז געווארן זייער פארשעמט, און ער האט זיך איצט געכאפט אז ער האט נישט גוט געטוהן, ער איז תיכף ארויס געלאפן אין גאס, און האט אויפגעזוכט זיין פאטער, ער האט אים איבער געבעטן, און האט אים אריינגענומען אין זיין הויז, ווי ער האט זיך געזארגט פאר אים.
(נפלאים מעשיך)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בילד
בילד
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

א פלא פון א מציבה
ווייסט איינער קלארער וואס דארט איז פארגעגאנגען?
איך פארשטיי אז ער איז נסתלק און נטמן געווארען אין איראק, און איז געקומען אין חלום אז מ'זאל אים מפנה זיין קיין ירושלים, און דער קברן איז געקומען בהקיץ בעטן א האלבען גאלדענעם לירה שכר קברנות, ווער איז געווען די קברן, איז ער שוין נישט געווען בחיים? עפעס האט די משפחה דארט געוואלט ער זאל ליגן לעבן דעם פעטער,
בירור?
טעמו וראו כי טוב השם
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א רשימה פון זיינע הייליגע ספרים

• אבן שלמה: דרושים בפרדס על שיר השירים
• אדרת אליהו: דרושים על התורה
• אור זרוע
• אורח חיים: על הגדה של פסח
• אמונת עתיך: תפילות ותיקונים
• אם המלך: על מגילת רות
• אמרי בינה
• בן איש חי
• בן איש חיל.
• בניהו
• בן יהוידע
• ברכת אבות: על מסכת אבות
• דעת ותבונה
• הלולא רבא: לימוד בליל ל"ג לעומר
• חיים והשלום: פירוש על תהילים
• חסדי אבות: על פרקי אבות
• חקי הנשים [קאנון אל נסא]: הנהגה ומוסר לנשים
• כתר מלכות
• לשון חכמים: ייחודים וכוונות
• מלאך הברית: על המילה
• ממלכת כהנים: לימוד על מצבת יהושע כה"ג, עזרא הסופר ויחזקאל הנביא
• משמרת החודש: לימוד לערב ראש חודש
• סדר היום
• סדר תיקון ז' באדר
• סדר תיקון ה' באב
• עוד יוסף חי: דרושים בפרד"ס והלכות
• עטרת תפארת: חידושים ושו"ת
• קרן ישועה: על מגילת אסתר
• רב ברכות
• רב פעלים
• תורה לשמה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער מצבה וואס איז אין באגדאד
אטעטשמענטס
BenIshChay (Custom).jpg
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט ווייל נעכטן געוועהן דער הייליגע יא"צ פין דער בן איש חי זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זיידעניו האט געשריבן:דער מצבה וואס איז אין באגדאד

די מצבה אויפן הר הזיתים
אטעטשמענטס
IMG-20140220-00032.jpg
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט ביינאכט איז די הילולא קדישא פין די גרעסטע מנהיג ביי די ספרדישע יודן בימים ההם ועד היום הזה די הייליגע בן איש חי זי''ע ועכי"א

בזכותו יגן עלינו אז מיר זאל געהאלפן ווערן בישועות ורפואות אין שנה גאולה וישועה שנת רחמים וחסדים אכי''ר
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט ביינאכט איז די הילולא קדישא פין די גרעסטע מנהיג ביי די ספרדישע יודן בימים ההם ועד היום הזה די הייליגע בן איש חי זי''ע ועכי"א

בזכותו יגן עלינו אז מיר זאל געהאלפן ווערן בישועות ורפואות אין שנה גאולה וישועה שנת רחמים וחסדים אכי''ר

וי"א שהתואר הזה שייך למרן הרב עובדי' זצ"ל וכן הדעת נותנת
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5179
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

א ווידאו פון תולדות חייו
https://drive.google.com/file/d/1OJ9dmq ... sp=sharing
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

כתי"ק
אטעטשמענטס
בן איש חי
בן איש חי
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_001.jpg (283.6 KiB) געזען 1629 מאל

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

על הדרך לארה''ק.
אטעטשמענטס
בן איש חי
בן איש חי
300px-Yosef_Hayyim_and_Babylonian_rabbis.jpg (26.15 KiB) געזען 1628 מאל

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שבת קודש גייט זיין די יא''צ פון די הייליגע בן איש חי זי"ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דורכ'ן טאן א מצוה האט מען נישט קיין שאדן

אין די שטאט באגדאד, זענען געווען צוויי מענטשן וועלכע האבן זיך באשעפטיגט מיט איינקויפן אלטע קליידער און אלטע חפצים, און האבן דאס פארקויפט פאר טייערער, און האבן געהאט שיין פרנסה.
איינמאל זענען זיי געוואויר געווארן אז ביי א געוויסע גוי קען מען איינקויפן אסאך אלטע חפצים פאר ביליג, און זיי קענען שיין פארדינען דערפון, זיי האבן זיך צוזאמען ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג, אונטערוועגענס זענען זיי פונקט אדורכגעגאנגען א בית המדרש וואו מ'האט געזוכט א צענטער צו מנין צו זאגן א קדיש, די מתפללים פון בית המדרש האבן געבעטן די צוויי דורכגייער אז זיי זאלן ביטע אריינקומען אין בית המדרש צו משלים זיין דעם מנין צו קענען זאגן חצי קדיש.
איינער פון די צוויי האט געענטפערט, אז ער האט יעצט נישט קיין צייט, ער יאגט זיך זייער שטארק צו א וויכטיגן געשעפט, דער צווייטער האט זיך אבער פארלאזט אויף הקב"ה און געזאגט, ס'שטייט דאך, מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה, א מצוה וועלכע קומט דיר אונטער זאלסטו תיכף טאן, און נישט ארויסלאזן פון דיין הענט, ממילא וויבאלד ס'איז מיר אונטערגעקומען אזא גרויסע מצוה צו משלים זיין א מנין, וועל איך יעצט נישט טראכטן פון מיינע געשעפטן, און איך וועל זיך מצרף זיין.
ער האט זיך געזעגענט פון זיין חבר, און איז אריין אין שול צו משלים זיין דעם מנין, ער האט ערליך נאכגעזאגט אמן, און אמן יהא שמיה רבה, און נאכ'ן דאווענען איז ער ווייטער געפארן צום גוי מיט'ן פלאן צו טרעפן דארט זיין חבר.
אנקומענדיג צום גוי האט ער געזען אז זיין חבר - וועלכער איז שוין אנגעקומען פריער - האט שוין אייגעקויפט אלע ווערטפולע חפצים, און פאר אים איז איבערגעבליבן נאר עטליכע זייער ביליגע חפצים, אבער כדי נישט אהיימצוגיין מיט ליידיגע הענט, האט ער אפגעקויפט אלע איבערגעבליבענע חפצים.
אנקומענדיג אהיים האט ער איבערגעקוקט וואס ער האט זיך איינגעהאנדעלט, און ער באמערקט אן אלטן קישן וועלכע איז שוין בכלל נישט אין באנוץ, האט ער געקלערט אז אפשר וועט ער עפעס קענען פארדינען פון די פעדערן וועלכע געפינען זיך אינעווייניג, האט ער גענומען א מעסער און אויפגעשניטן דעם קישן, און ווי איבערראשט איז ער געווארן, ווען ער האט דארט געטראפן א טייערע דיימאנט שטיין.
ער האט דאס גלייך געטראגן צום דיימאנט סוחר, וועלכער האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פונעם טייערקייט און שיינקייט פונעם שטיינדל, דער סוחר האט אים אויפ'ן פלאץ געגעבן פופציג גאלדענע רענדלעך.
ווען ער איז אהיימגעקומען האט ער באשלאסן ער וועט תיכף אריבערגיין דערציילן די מעשה פאר'ן בן איש חי, וואס מ'זעט קלאר אז הקב"ה פירט די וועלט, דורכ'ן טאן א מצוה דערלייגט מען גארנישט.
האט אים דער בן איש חי געזאגט, דו האסט געענטפערט פינף מאל אמן (ביי חצי קדיש), און ס'שטייט אין די גמרא, אז דער שכר וואס א מענטש באקומט אויף די וועלט פאר'ן ענטפערן איין אמן, איז צען גאלדענע רענדלעך, און וויבאלד דו האסט געענטפערט פינף מאל אמן, איז דאס פופציג גאלדענע רענדלעך (פינף מאל צען), יעדע זאך איז פונקטליך אויסגערעכנט פון הימל, הקב"ה צאלט זייער פונקטליך, און אפילו ווען מ'פארשטייט נישט אלעס, דארף מען אבער וויסן אז אלעס האט א חשבון, אבער פארשטייט זיך, אז דער עיקר שכר פון די מצוה באקומט מען אויף יענע וועלט.
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

ששה דפים כתי"ק רבינו ה"בן איש חי" - עם ברכות "אל שד-י יהיה בעזרתינו אכי"ר"

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 99?lang=he

i44.jpg
i44.jpg (116.59 KiB) געזען 877 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פי די הייליגע בן איש חי זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

קעפל: קעניגן עליזאבעט פון גרויס בריטאניע טויט ביי 96 יאר
Gevald Geshrigen האט געשריבן:

היום היארצייט של הבן איש חי

רבינו יוסף בן אליהו חיים זי"ע
*רבינו יוסף חיים בן אליהו זי"ע

ביי די זיבן יאר ווען ער איז אריין געפאלן אינעם וואסער גרוב האט ער צובאקומען דעם נאמען חיים, כמדומה לי אז האט זיין זיידע 'משה חיים' (טאטע'ס טאטע) האט נאך דאן געלעבט.

בן איש חי האט געשריבן:

איך האב דאס געליינט אלס קינד אין די בדרכי אבותינו ביכלעך, פאר ווער עס געדענקט דאס, דארט איז זייער שיין באשריבן זיינע תולדות.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

הארזים האט געשריבן:
איך האב דאס געליינט אלס קינד אין די בדרכי אבותינו ביכלעך, פאר ווער עס געדענקט דאס, דארט איז זייער שיין באשריבן זיינע תולדות.
יא מיר האבן שוין געליינט דאס ביכל און אפילו צוגעלינקט ווי אזוי ער האט געמאכט זיין כימה/היטל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

בן איש חי האט געשריבן:
הארזים האט געשריבן:
איך האב דאס געליינט אלס קינד אין די בדרכי אבותינו ביכלעך, פאר ווער עס געדענקט דאס, דארט איז זייער שיין באשריבן זיינע תולדות.
יא מיר האבן שוין געליינט דאס ביכל און אפילו צוגעלינקט ווי אזוי ער האט געמאכט זיין כימה/היטל
אגב ביי די אינטערן קעניגרייך שפיל זעסטו וויאזוי מען בינדט די אינדיאנע טיכלעך, סאיז אויכעט אויף אזא מהלך.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 12:39 am
היינט נאכט די הילולא קדישא פי די הייליגע בן איש חי זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5139
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איך פלעג עטליכע יאר לערנען די ספר 'עוד יוסף חי' דאס איז די דרשות וואס ער פלעגט געבן שבת נאכמיטאג פאר די בעלי בתים, גאר שיינע מעשיות, תורות, און משלים.
אלע זיינע ספרים זענען געשריבן זייער פליסיג און לייכט, פיל מיט אינטערסאנטע ענינים.

א דוגמא ווי די דברי תורה פונעם מנחת אלעזר, עס קען זיין א שטיקל קבלה, דערנאך א מעשה, און דערנאך עפעס א ענין, אדער גאר היסטאריע, אויסגעמישט מיט דברי תורה, וכו'.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי יוסף חיים מבאגדאד זצ"ל הבן איש חי - יג אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

זי"ע

די רשכבה"ג די בן איש חי איז געווען פארהייליגט בכל קצוי תבל, ביי די עדת הספרדים אפגערעדט, אפילו ביי די חסידישע הויפן האט מען אים גאר שטארק מעריץ געווען, ווי באקאנט האט מען אויף די מצבות פון די ערשטע בעלזער רביס געשריבן " חד בדרא " אבער אויפן מצבה פון די מהרי"ד מבעלזא האט בנו רבי אהרן נישט געלאזט שרייבן די טיטל חד בדרא זאגענדיג אז אין בבל איז דא א גרויסע חכם ושמו יוסף חיים און ער איז די חד בדרא !!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”