ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

י"ב אלול
רבי שמחה בונם ב"ר צבי הירש זצ"ל
האדמו"ר מפרשיסחא - בעל "קול שמחה"
אמאל האט זיך ארום געדרייט צווישן די שטעטליך א חסיד, א גרויסער ארימאן, וואס איז געגאנגען צוזאמען קלייבן געלט פאר הכנסת כלה. אנקומענדיג צום שטעטל וואו רבי בונם פון פשיסחא האט געוואוינט, האט ער דארט אנגעטראפן א ווארעמען יונגערמאן, וועמען עס האט זעהר בארירט זיין שווערער צושטאנד.
דער יונגערמאן, איז געווען דער אויפזעהער פון די שטאטישע .קאסע פון "תיקון ספרים", צוליעב דעם האט ער באשלאסן אויסצובארגן אויף זיין חשבון - די גאנצע געלט פון די קאסע - פאר יענעם חסיד, און נאך וואס יענער וועט פארזעצן זיין וועג - וועט ער אליין ארום גיין, צווישן די רייכע מענטשן פון שטאט, און צוריק צוזאמען שטעלן דאס געלט, און דאס צוריק לייגן אין די קאסע.
דער רבי ר' בונם, וועלכער איז אויך געווען איינער פון די חברה פון תיקון ספרים, האט זיך שטילערהייט געווענדעט צו יענעם יונגערמאן מיט זייער ווארעמע ווערטער.
"זעהר גוט האסטו געטוהן ממש א מסירות נפש פון דיין זייט! מען קען זאגן אויף דיר דעם מאמר חז"ל "כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא". אה! דער זכות זאל דיר ביישטיין..."
אבער דעם ווארעמען ענטפער, האט יענער איד זוכה געווען צו הערן נאר פון רבי בונם אליין... די אנדערע מתפללים פון שוהל, זענען געווען שטארק דער קעגן וואס ער האט געטוהן. זיי האבן איהם אפגעזידלט קעגן אלע מענטשן אין שוהל.
און כדי אלע זאלן זיך אפלערנען, אז אזא זאך זאל מער נישט פארקומען, האבן זיי באשלאסן, ארויף צו לייגן אויף דעם יונגערמאן, א קנס, ווייל ער איז באגאנגען אזא גרויסן אומרעכט, און געטוהן פון אייגענעם ווילן און אויף זיין אייגענע מיינונג...
רבי בונם, וואס האט באטראכט די אלע קעגנערס, האט איינגעזעהן, אז די אלע וואס זענען אזוי שארף ארויס קעגן יענעם איד, זענען גראדע גאר פשוט'ע מענטשן, אזעלכע מענטשן, וואס זיי באטייליגן זיך אפילו נישט אין דעם טאג טעגליכן שיעור אין משניות...
ער האט זיי געוואלט אויפקלערן און אויפווייזן, אז זיי זענען נישט גערעכט, אבער פון צווייטן זייט, האט ער מורא געהאט, אז זיי וועלן אפילו נישט פארשטיין די רייד וואס ער וויל זיי ערקלערן...
וואס האט ער געטוהן? ער האט זיך גענומען רעדן צו זיי, מיט זעהר א איינפאכע שפראך, צו וועלכע זיי זענען צוגעוואוינט, און האט זיי פארגעלייגט אזא מין שאלה.
"דוד המלך זאגט אין תהלים, "תעיתי כשה אבד בקש" פרעגט זיך א שווערע שאלה: וואס איז פשט, אז די שעפאלע האט זיך פארבלאנדזשעט און פארלוירן געווארן "בקש" - דורך די "שטרוי"? איז דא אפשר איינער צווישן אייך, וואס קען מיר ענטפערן אויף די פראגע ?" (דעם אמת אבער, דארף מען דעם פסוק לייענען ביזן ענד - 'תעיתי כשה אבד בקש עבדך', האבן זיי נישט פארשטאנען. (דען זיי זענען געווען גרויסע עמי הארצים...) האבן די מענטשן געשוויגן אין גרויס פארלעגנהייט.
איינער האט אנגעקוקט דעם צווייטן, אבער זיי האבן קיין ענטפער נישט געפונען. "נו, איז דא אפשר איינער צווישן אייך, וואס קען מיר די פראגע ערקלערן?", פרעגט רבי בונם נאכאמאל. אבער די מענטשן האבן נאך אלץ נישט געוואוסט וואס צו זאגן.
האט רבי בונם זיי אזוי געזאגט: "גוט, אויב איהר ווייסט נישט, וועל איך אייך דערציילן א מעשה, און אפשר אזוי, וועט איהר עס בעסער פארשטיין". האבן זיך אלע טאקע אראפגעזעצט מיט גרויס נייגער, און צוגעהערט דעם צדיקיס ערצעהלונג:
אמאל האט אויסגעבראכן א מגיפה אין וואלד. האבן זיך אלע חיות צוזאמען געקליבן און זענען געגאנגען צום לייב, כדי ער זאל אויסטרעפן צוליעב וועמען'ס שולד דאס האט פאסירט? דער לייב האט באלד אלעמען צוזאמען גערופן, און געשטעלט א זיצונג פון די עלטסטע און קליגסטע חיות, כדי זיי זאלן אויסהערן און אויספארשן אלע זינדיגע, און משפט'ן און באשטימען ווער פון זיי איז שולדיג אין די שווערע גזירה. דער ערשטער איז געקומען דער טיגער, און זיך מתוודה געווען, אז עס דריקט איהם אויף זיין געוויסן זעהר א הארבע זינד, וואס כאטש עס איז שוין אריבער א גאנץ לאנגע צייט זייט ער איז עס באגאנגען, פונדעסטוועגן, אין אזא שווערע צייט, ווען עס הערשט אין וואלד א מגיפה, קלערט ער, אז אפשר איז עס געשעהן צוליב איהם.
און די מעשה איז געווען אזוי: אמאל האט ער דערשפירט א גרויסן הונגער, און צופעליג איז דארט פארביי א מענטש. אהן איבערצוקלערן צוויי מאל, האט ער איהם פארציקט, אים צוריסן אויף שטיקער, און אויפגעגעסן... דער לייב האט איהם אויסגעהערט ביזן ענד, זיינע ראטגעבער האבן זיך באראטן, און אלע צוזאמען, זענען צוגעקומען צום באשלוס, אז דער טיגער איז גארנישט שולדיג! וואס'זשע קען מען דען פאדערן פון א הונגעריגן טיגער? ער זאל זיך איינהאלטן?... און דער זינדיגער טיגער, איז פון דארט ארויס גענצליך בארעכטיגט...
דער קומענדיגער אין די רייע, איז געווען דער וואלף, אויך אויף זיין געוויסן האט געדריקט א אומפארגעסליכער זינד: איינמאל האט ער געזעהן ווי א קוה שפאצירט רוהיג און געלאסן מיט איהר יונג קעלבל, זעהענדיג ווי פעט זיי זענען, איז שטארק אויפגערייצט געווארן זיין אפעטיט, און כאטש ער האט געוואוסט, אז עס איז א בפירוש'ער לאו אין די תורה, "אותו ואת בנו לא תשחטו ביום אחד", דאך איז דער וואלף נכשל געווארן, און זיי ביידע פארציקט אויף איין מאל, און איינגעשלינגען.
דער לייב האט אויסגעהערט, זיינע ראטגעבער האבן זיך באראטן, און צוגעקומען זענען זיי אלע צום באשלוס, אז דער וואלף איז גארנישט שולדיג! וואס'זשע קען מען דען פאדערן פון א הונגעריגן וואלף? עס שטייט דאך "זאב יטרף". וואס האט ער געזאלט טוהן, זיך איינהאלטן ?...
אויך ער איז ארויס בארעכטיגט און אפילו אביסל ערמוטיגט... אט זעהט, די אלע קלוגע חיות האבן גע'פסק'נט, אז זיין זינד איז גארנישט אזוי געפערליך...
מיט אמאל קומט צוגיין א קליין שעפעלע. מיט וואקלדיגע פוס שטעלט זי זיך פארן לייב, און נעמט זיך מתוודה זיין אויף איהר "הארבן זינד" וואס ווער ווייסט, אויב נישט דאס, האט חלילה אנגעווערטשאפט די ביטערע שווערע גזירה...
נו, וואס איז דיין זינד? ווערן אלע מיט איינמאל שטיל.
די מעשה איז געווען אזוי, צאפלט די שעפאלע פאר שרעק, עס האט זיך געמאכט אמאל זעהר א קאלטער ווינטער, און איך בין שיעור נישט פארגליווערט געווארן פאר קעלט... האט מיר מיין בעל הבית אריין געברענגט פון שטאל אין זיין שטוב, וואו איך האב זיך טאקע דערווארעמט, און מיין בלוט האט גענומען פליסן אין די אדערן. נאר וואס? איין וויכטיגע זאך האט דער בעה"ב פארגעסן: ער האט נישט גענומען אין חשבון, אז א לעבעדיגער באשעפעניש דארף אויך עפעס עסן, און ער האט מיר נישט צוגעגרייט קיין שפייז...
מיטאמאל באמערק איך, אז אין די שטעק-שיך פון מיין אייגנטימער, וועלכע ער האט אויסגעטוהן און אנידער געלייגט נעבן זיין בעט, ליגט אביסעלע שטרוי, א פאר שטרויעלעך וועלכע האבן מיך אזוי דערקוויקט...
דאס שעפעלע האט נאכנישט געענדיגט אפילו אויסרעדן איהר ווידוי, ווען אלע חיות פון וואלד האבן איהר בארינגלט און באפאלן:
"יא! יא! עס איז קלאר אז דו ביזט די שולדיגע! דו ביזט געווען א כפוי טובה פאר דיין בעל הבית וואס האט דיך אריין גענומען אין זיין שטוב, אצינד ווייסן מיר שוין צוליב וועמען מיר דארפן אזוי שווער ליידן און אפקומען! אזא עוולה! מען טאר עס נישט פארשווייגן!"
"פארשטייט איהר - האט רבי בונם פארגעזעצט זיין ערצעהלונג - אלע פארציקנדע חיות זענען געווען גערעכט, אבער ממש אלע! אויסער אט די אומשולדיגע שעפעלע... און דאס מיינט דא דער פסוק צו זאגן, "תעיתי כשה אובד בקש"... איך בין פארלוירן געווארן ווי א שעפעלע צוליב אביסעלע שטרוי..." "אצינד לאמיר הערן" פרעגט רבי בונם ווייטער אויס זיינע צוהערער'ס, "ווי אזוי הייסטו ר' איד?" "ר' וואלף".
"פיין, און דו ?"
"ר' בער".
"און דו?" - פרעגט דער רבי ביים דריטן.
"איך הייס ר' לייב" - ענטפערט יענער שוין מיט שטאלץ...
"וואונדער איבער וואונדער" - פארענדיגט רבי בונם מיט א שמייכל - איהר פירט זיך טאקע ממש אויף, ווי די חיות פון וואלד... ר' וואלף... ר' בער... ר' לייב... יעדער איינער פון אייך, טראגט א שווער בינטל עבירות אויף זיינע פלייצעס. אבער איהר מיינט, אז איהר מעגט אלעס טוהן. אבער ווען עס קומט צו די תמימות'דיגע שעפסעלע וואס האט אויף געגעסן די ביסל שטרוי... איהם האלט מען שוין פאר שולדיג אין זעהר א הארבן זינד...
אלע אנוועזנדע האבן אראפ געלאזט זייערע אויגן מיט שאנד, דער משל איז געווען זעהר טרעפליך... זיי האבן שוין מער יענעם יונגערמאן - נישט גערופן צו קיין משפט...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער רבי, רבי שמחה בונם פון פרשיסחא זי"ע האט געגעבן אן עצה ווי אזוי מ'זאל שטענדיג זיין באהאפטען צו השי"ת, (און דאס איז אויך אן עצה, אז עס זאל גארנישט פעהלען פאר דעם מענטש). די עצה איז, מ'זאל זיך צוגעוויינען שטענדיג צו דאווענען און בעטן פון השי"ת, אויף יעדען זאך וואס מ'דארף האבן, סיי דאס איז א גרויסער זאך, סיי דאס איז א קליינע זאך.
דער מענטש זאל נישט טראכטן ביי זיך, אז כדי צו דאווענען און בעטן פון השי"ת, דארף מען ערשט אנטוהן טלית און תפילין, נאר מען קען שטענדיג דאווענען, און בעטן פון השי"ת אויף יעדער זאך, אין סיי וועלכן ארט מיגעפינט זיך, אפילו אויף דער גאס. און אזוי וועט מען שטענדיג זיין באהאפטן צו השי"ת. .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער רבי רבי שמחה בונם האט געזאגט: אין עבודת השם דארף א מענטש זיך אפלערנען דריי זאכן פון א גנב:
א) ער איז נישט פויל, אז עס מאכט זיך איהם א "שטיקל ארבעט", איז ער גרייט צו לויפן אין דער שטאק-פינסטערער נאכט, נישט אפשטעלנדיג זיך פאר רעגן און קעלט, און פארן שלעכטסטן וועטער.
ב) אויב די "ארבעט" געלונגט איהם נישט ביים ערשטן מאל, ווערט ער נישט מיד צו פרובן א צווייטן און א דריטן מאל.
ג) צו דער גניבה פון דעם מינדעסטן חפץ, באציהט ער זיך, מיט דער זעלבער ערנסטקייט ווי צו א גרעסערע זאך...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

* ר' בונם מפשיסחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס האט איינער געפרעגט דעם רבי ר' בונם ז"ל פון פשיסכא: עס שטייט אין ספרים אז דער וואס פאסט פערציג תעניתים איז זוכה צו גלוי אליהו, און איך האב שוין געפאסט מער ווי פערציג תעניתים און איך האב נאך נישט געזעהן אליהו הנביא ?
האט איהם דער רבי בונם גענטפערט:
ווען דער בעש"ט ז"ל האט געהאט קפיצת הדרך, האבען די פערד, זעהענדיג אז זיי לויפען אדורך די ערטער אין וועלכע מען האט זיי שטענדיג געגעבען צו עסען און יעצט זענען זיי גארנישט הונגעריג - האבען די פערד געמיינט אז זיי זענען גלייך ווי מענטשען. ווען זיי זענען נאך ווייטער געלאפען און זענען נישט הונגעריג האבען זיי געמיינט אז זיי זענען שוין מלאכים. ווען זיי זענען אהיים געקומען און צוגעלאזט זיך צום עסען, האבען זיי געפרעסען ווי די פערד און דערזעהן אז זיי זענען ווייטער פערד....
אויך דו - האט געזאגט דער רבי ר' בונם ז"ל - ווען דו פאסט מיינסטו אז דו ביזט שוין א מלאך, ווי זעהסטו אבער אויס ווען דו גייסט עסען נאך דעם תענית ? דעמאלסט ביסטו דער זעלבער וואס פריער. פון אזעלכע תעניתים קומט מען נישט צו גלוי אליהו.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

ר"ר בונם זי"ע פלעגט זאגען אז באמת וואלט ער געקענט ברענגען משיח, נאר ווען משיח וועט קומען וועט אלע צדיקים זיך צאם קומען אין דער אפטא רב גייט זיצען נעבען משיח אין איך וועל זיצען אויף דער זייט, דער אפטער רב זי"ע וועט פרעגען משיח ווער האט גורם געוועהן אז די זאלסט קומען? אין ער וועט ענטפערען אז ר"ר בונם האט דאס גורם געוועהן, וועט דאך דער אפטער רב האבען עגמת נפש. אין איך האב מורא פין זיין הקפדה.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

דער חידוש רי"מ האט זיך מוסר נפש געוועהן צו פארען צו אים, יעדעס מאל ער פלעגט פארען פלעגט אים שאטען קפידה פון קאזניצער מגיד, אין מיט דעם אלעם איז ער געפארען
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

החריף האט געשריבן:דער חידוש רי"מ האט זיך מוסר נפש געוועהן צו פארען צו אים, יעדעס מאל ער פלעגט פארען פלעגט אים שאטען קפידה פון קאזניצער מגיד, אין מיט דעם אלעם איז ער געפארען

דער קאזניץ'ער מגיד הכוונה להרה"ק רבי משה אליקים בריעה בן העבודת ישראל זי"ע.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א מאמר נפלא ליחוסו של הרבי ר' בונם מפרשיסחא זצ"ל בייגעלייגט, מעשה ידי אומן נפלא הרה"ח ר' נפתלי אהרן ווקשטיין פון אשדוד עורך מדור ויתילדו אין המודיע.

ובאגב פרעגט הרב וקשטיין אן ווי פאלגענד:
ידיד יקר. האם ידוע לך על מי שמשתייך על צאצאי משפחת "פשיטיצקי" שמוצאם מהעיר פשיסחא שבפולין ושהם היו מצאצאי הרה"ק רבי שמחה בונם מפשיסחא זי"ע?


ווער עס ווייסט קען דא שרייבען אדער פערזענליך צו הרב וקשטיין
[[email protected]]
אטעטשמענטס
75 '' '' (2).pdf
(258.63 KiB) געווארן דאונלאודעד 271 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכ' די יא"צ

זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ספר קול שמחה, חידושי תורה מהרה"ק הרבי ר' בנום מפרשיסחא זצ"ל:
http://www.hebrewbooks.org/19051
אוועטאר
הירשל ציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

אילן יוחסין של ר' אברהם משה בן הרבי ר' בונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הירשל ציג »

רבותי

איך זוך אן אילן יוחסין פון הרה"ק ר' אברהם משה בנו של הרבי ר' בונים. וואו קען מען טרעפן אזאנס?
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

רבי שמחה בונים מפשיסחא זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

שמעתי שיש תמונה ידועה של הרבי ר בונים על גילוף של עץ של צייר גוי שראהו, ותוך כדי כך גילף על העץ את דמות דיוקנו.
האם יש למאן דהו את התמונה?
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

דאס
אטעטשמענטס
רבי שמחה_בונים_מפשיסחה.jpg
רבי שמחה_בונים_מפשיסחה.jpg (12.15 KiB) געזען 5016 מאל
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

להודות ולהלל האט געשריבן:שמעתי שיש תמונה ידועה של הרבי ר בונים על גילוף של עץ של צייר גוי שראהו, ותוך כדי כך גילף על העץ את דמות דיוקנו.
האם יש למאן דהו את התמונה?


מער פרטים איבער די בילד.
אטעטשמענטס
רבי בונים.png
רבי בונים.png (109.78 KiB) געזען 4985 מאל
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

אטעטשמענטס
פשיסחא.jpg
פשיסחא.jpg (210.66 KiB) געזען 4984 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים טובים ולשלו' לרגל הילולא קדישא פין הרה"ק רבי ר' בונים מפשיחסא זי''ע

זאל זיין זכות אונז אלע באגלייטן מיט ישועות רפואות אןי כוח"ט א גוט געבענטש יאהר אכי"ר
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

האוהל, וציון הקדוש.
זכות יגן עלינו ועל כל ישראל.
אטעטשמענטס
האוהל מבחוץ.JPG
האוהל מבחוץ.JPG (271.22 KiB) געזען 3026 מאל
ציון המצויינת.JPG
ציון המצויינת.JPG (43.33 KiB) געזען 3026 מאל
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

ביקסאד האט געשריבן:
החריף האט געשריבן:דער חידוש רי"מ האט זיך מוסר נפש געוועהן צו פארען צו אים, יעדעס מאל ער פלעגט פארען פלעגט אים שאטען קפידה פון קאזניצער מגיד, אין מיט דעם אלעם איז ער געפארען

דער קאזניץ'ער מגיד הכוונה להרה"ק רבי משה אליקים בריעה בן העבודת ישראל זי"ע.

א דבר פלא אז די צוויי צדיקים האבן יארצייט דעם זעלבן טאג. היינט
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3710
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

היינט
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט די יארצייט פין די רבי ר' בונם מפרשיסחא זי''ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3912
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

דער באקאנטער נוסחא פונעם ר' בונם מפרשיסחא קען מען שטארק קאכן דעראין- סאיז מורא'דיג
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ער האט געהאט די ריכטיגע אמונת צדיקים
אין די שטאט בלענדוב האט געוואוינט א איד ר' שֶׁבַח, זיין פרוי איז זייער קראנק געווארן ל"ע, און איז געפארן צו אסאך דאקטורים, און קיינער האט איר נישט געקענט אויסהיילן, האבן אים זיינע חברים געזאגט, אז אין פרשיסחא איז דא א גרויסער רבי, הרה"ק ר' בונם, וועלכער באווייזט מופתים, גיי אהין צו אים, אפשר וועט ער דיר קענען העלפן.
פון בלענדוב ביז פרשיסחא איז א ווייטע וועג, פון בערך זעקס פרסה, ר' שֶׁבַח האט באשלאסן אז ער וועט אהין פאָרן, און האט איינגעשפאנט זיין פערד און וואגן און איז געפאָרן קיין פרשיסחא, ער איז אנגעקומען גאנץ פרי פארטאגס, און האט זיך געאיילט צו קענען אריינגיין צום רבי'ן וואס פריער.
גלייך ווען ער האט געעפענט די טיר, האט דער רבי געזאגט, שֶׁבַח בן רחל זאל אריינקומען, ווען ר' שֶׁבַח האט דאס געהערט, האט ער זיך זייער געוואונדערט, טראכטענדיג ביי זיך, דער רבי קען דאך נישט זען, און בין איך נאך קיינמאל נישט דא געווען, פון וואו ווייסט דער רבי מיין נאמען און מיין מאמע'ס נאמען, ס'מוז זיין אז דער רבי האט רוח הקודש.
דערשראקענערהייט איז ער צוגעגאנגען צום רבי'ן נעמען שלום, און האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז זיין פרוי איז זייער קראנק רח"ל, און די דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן האפענונג, האט דער רבי אים געענטפערט, אז ער זאל אהיימפאָרן, און קויפן פאר זעקס רובל אפאר באָנדעלך, און מאכן דערפון א געטראנק, און זיין פרוי וועט האבן א רפואה.
קודם האט ער געטראכט, אויב די גרעסטע דאקטורים און מעדיצינען האבן איר נישט געקענט אויסהיילן, זאל אפאר באנדעלך איר קענען אויסהיילן, אבער ער האט תיכף אוועקגעטריבן דעם געדאנק, און געטראכט, ער זעט דאך אז דער רבי האט רוח הקודש, איז זיכער אז זי וועט האבן א רפואה, און האט זיך געזעגענט פונעם רבי'ן, און האט געטאן אזוי ווי דער רבי האט געזאגט, זיין פרוי איז טאקע גלייך אויסגעהיילט געווארן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א דאנק א חשובע ניק האט מען געטראפן דער אשכול

היינט די יא''צ פין דער רבי ר' בונם פון פשיסחא זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אומאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:46 pm

Re: ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאן »

הכנסת אורחים פשיסכא הויף
5819213583072999459_121.jpg
5819213583072999459_121.jpg (178.3 KiB) געזען 882 מאל
זכות אבות
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 1:52 pm

Re: ר' שמחה בונם מפרשיסחא זצ"ל - י"ב אלול תקפ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכות אבות »

לקראת יומא דהילולא
אטעטשמענטס
הרבי ר' בונים.JPG
הרבי ר' בונים.JPG (167.22 KiB) געזען 319 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”