הגה"ק בעל חי' הרי"ם מגור זצ"ל - כ”ג אדר תרכ”ו - משפחתו וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

פ"א הראה הרה"ק מריזין להרה"ק הרי"מ מגור את סוסיו.נענה הרה"ק מגור ואמר: גם זה הבל. אמר הרה"ק מריזין: הב"ל נוטריקון: ש'הכל ב'רא ל'כבודו. זיע"א.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'האט אין דעם אשכול דערווייל באהאנדלט בעיקר די קינדער און משפחה פון ר' אברהם מרדכי בנו של החידושי הרי"ם ואביו של השפ"א.

דער חידושי הרי"ם האט לויט אסאך מקורות געהאט 13 קינדער און רוב אדער אלע זענען אוועק בחייוו, טייל האבן אבער שוין געהאט חתונה געהאט און אויפגעשטעלט משפחות ווי טאקע דער דערמאנטער בן יחיד ר' אברהם מרדכי.

פון די טעכטער וואס האבן חתונה געהאט ווערן נאר צוויי דערמאנט אינעם 'שם ושארית' שלנקקתי לעיל, די איידימער ווערן דארט דערמאנט אלס;

1) ר' בנימין אליעזר יוסטמאן
2) ר' שמאול זאנוויל בראדער

אין דעם אשכול אינען אוצה"ח פארום ווערט דערמאנט אז ר' ישראל גרשון סאלאווייצי'ק בנו של הגר"ח מבריסק האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' משה מרדכי הכהן מביאלא, אויף מיין אנפראגע ווער דער ר' משה מרדכי איז געווען איז געקומען דער אנטווארט אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם חידושי הרי"ם, נאך מער גראבענישען שטעלט זיך דערווייל ארויס דעם סדר היחס; ר' יעקב משה מרדכי הכהן ביאלער חתן ר' ישראל חתן החידושי הרי"ם.

ווער איז געווען דער ר' ישראל חתנו של החי' הרי"ם?

-

2) ר' שמאול זאנוויל בראדער
מציבת ר' שמואל זאנוויל ב"ר ברוך בראדער הנ"ל חתנו של הגאון בעל חי' הרי"ם, ווי עס זעהט אויס האט ער געוואונט אין גור ומנו"כ בווארשא.
אויפן ווארשא בית עולם איז פארהאן מערער בראדער מציבות נכדי החי' הרי"ם אזוי אויך אויפן ביה"ח אין גור איז דא א מציבה פון האשה מינדל אשת ר' יעקב מנחם בראדער נכד החי' הרי"ם.

בייגעלייגט מציבת ר' שמחה בונם ב"ר שמואל זאנוויל חתן החי' הרי"ם אין ווארשא
אטעטשמענטס
bruder.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך מארטש 02, 2011 3:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' בנימין אליעזר יוסטמאן

מציבת ר' ישראל משולם ב"ר בנימין אליעזר יוסטמאן חתנו של בעל חי' הרי"ם מגור בביה"ח בווארשא (ראה המילים; ירא את ה' וסר מרע, שריג נצר מטע קודש, נכד רבינו יצחק מאיר מאוה"ג וכו')
http://cemetery.jewish.org.pl/id_77671/info/
אטעטשמענטס
photo.jpg
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אוסיף כאן פרט אחד למשפחתו של החידושי הרי"ם אולי יהיה מישהו לעזור לי

אחד משרשי משפחת בית אבותי הוא משפחת גליצנשטיין, שעל נכדיו נמנה הסופר המפורסם בבית חב"ד הרה"ת ר' אברהם חנוך גליצנשטיין שיחי' בן ר' שמעון גליצנשטיין ע"ה (חיבר ספרים רבים בעיקר להוצאת קה"ת)
ר' אברהם חנוך מספר עובדא, שזוכר בהיותו ילד למד בת"ת עץ חיים בירושלים יחד עם אחד מנכדיו של הה"ק בעל האמרי אמת מגור זצ"ל, פע"א שיחק עם הנכד הנ"ל בחצר בית זקינו האמרי אמת, והאמרי אמת ישב לו מן הצד ועיין בספר כדרכו, ופתאום קרא אליו ושאל לו ילד מה שמך, ענה גליצנשטיין, אה גליצנשטיין מיר זיינען דאך קרובים, ע"כ
לימים בשנת תשט"ו נכנס פעם ר' אברהם חנוך לביתו של הבית ישראל מגור, ושאל לו לשמו ענה גליצנשטיין, ואמר לו ממש כהאי לישנא, אה מיר זיינען דאך קרובים
לא ידוע לנו איך משפחת גליצנשטיין מגיע למשפחתו של האמרי אמת, מה שידוע לנו אא"ז ר' יצחק גליצנשטיין הסתופף בצ"ק של (אביו של הא"א) השפת אמת מגור זי"ע, ויש כת"י ממנו שם מזכיר את רבו השפ"א כמ"פ, אבל לא ידוע לנו כלום קשרי משפחתיים עמו, משפחת אמו של ר' יצחק היתה שם המשפחה, בריקסמאן
אולי ואולי יש מי שיודע יותר???
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער באקאנטער 'ווארשא ביה"ח וועב-סייט' איז שוין היינט פארברייטערט צו מערערע פוילישע שטעט בתוכם; אטוואצק, שידלוביץ און גורא-קאלוואריע (גור), בייגעלייגט איז דער איבערגעמאכטער איהול פונעם חי' הרי"ם און שפת אמת אין גור, און פאגלענד איז א לינג צו עטליכע איבערגאמאכטע מציבות מהרבניות ומשפחת החי' הרי"ם בביה"ח בגור:
http://cemetery.jewish.org.pl/results/cemetery_9
(לייגט אריין דעם נאמען alter אינעם זוך קעסטל)
אטעטשמענטס
photo.jpg
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

כאב געזעהן אין א ספר וואס באשרייבט דעם חי' הרי"ם זצ"ל (מעגליך אין מאיר עיני הגולה) אז די חי' הרי"ם האט געלערנט ביים פלוצק'ער גאון
און ער איז אוועקגעגאנגען פון אים ווייל אמאל האט דער פלוצק'ער גאון פארגעלערנט און ס'געווען ארויסגעריסן א בלאט און דער פלוצק'ער גאון האט
פארגעלערנט דעם קומענדיגען בלאט [נישט באמערקענדיג אז ס'פעלט א בלאט] כאילו לא היה ע"כ המעשה,

כ'וויל וויסן צו איינער ווייסט פון וואס איך רעד און פונקטליך וואו ס'שטייט ווייל לפי עניית דעתי לייגט זיך די מעשה נישט אויפ'ן שכל
יש"כ למפרע
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ס'איז נישט דאס פלאץ דא, אבער מענין לענין באותו ענין, כ'געדענק הגאון ר' בערל קרויזער -בעל דבר המלך ותלמידו של בעל אבן האזל- ווען ער האט פארגעלערנט אויף דער עלטער און שוין נישט געקענט זעהן, ס'האט זיך געקענט דאכטן אז ער לערנט פאר פון אינעווייניג ווען ס'איז ניטאמאל געווען אויף געמישט אויפן בלאט. אדער אז ס'איז געווען אויסגעריסן א שטיקל עמוד האט ער פארגעלערנט פון אינעווייניג כלא היה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:אין דעם אשכול אינען אוצה"ח פארום ווערט דערמאנט אז ר' ישראל גרשון סאלאווייצי'ק בנו של הגר"ח מבריסק האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' משה מרדכי הכהן מביאלא, אויף מיין אנפראגע ווער דער ר' משה מרדכי איז געווען איז געקומען דער אנטווארט אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם חידושי הרי"ם, נאך מער גראבענישען שטעלט זיך דערווייל ארויס דעם סדר היחס; ר' יעקב משה מרדכי הכהן ביאלער חתן ר' ישראל חתן החידושי הרי"ם.

ווער איז געווען דער ר' ישראל חתנו של החי' הרי"ם?


הראנו ידידי הוותיק הי"ו שהרנ"א וקשטיין במאמרו ויתילדו מס' 98 (פר' בא תשע"א) כתב כבר אודות חתנו של החי' הרי"ם הזה, בתו של הרי"ם הרבנית אסתר (נולדה כ"ב אדר א' תקצ"ב) נישאה לר' ישראל מאיר הכהן - ר' ישראל ביאלער בנו של ר' הירצל הכהן מחסידי קאצק בביאלא חתנו של המפורסם ר' מרדכי בלמק'עס מביאלא.

לפי"ז איז ר' יעקב משה מרדכי הנ"ל געווען א זון פון ר' ישראל נישט קיין איידעם, און זיין איידעם איז געווען ר' ישראל גרשון סאלאוויציג וועמענס זון ר' משה פון ציריך האט טאקע געטראגען דעם פולען נאמען 'יעקב משה מרדכי' ע"ש זקנו.

דער דערמאנטער ר' משה סאלאוויציק פון ציריך איז באקאנט פון די בילדער מיט זיין קרוב דער בריסקער רב הגרי"ז פון זיינע וויזיטען אין שווייץ, געדרוקט אין 'הרב מבריסק' אין און אנדערע מקומות.
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

בן בוזי האט געשריבן:ס'איז נישט דאס פלאץ דא, אבער מענין לענין באותו ענין, כ'געדענק הגאון ר' בערל קרויזער -בעל דבר המלך ותלמידו של בעל אבן האזל- ווען ער האט פארגעלערנט אויף דער עלטער און שוין נישט געקענט זעהן, ס'האט זיך געקענט דאכטן אז ער לערנט פאר פון אינעווייניג ווען ס'איז ניטאמאל געווען אויף געמישט אויפן בלאט. אדער אז ס'איז געווען אויסגעריסן א שטיקל עמוד האט ער פארגעלערנט פון אינעווייניג כלא היה.


אמת ויציב כן בעצמי שמעתי מבנו ר' יעקב קרויזער הי"ו מחסידי וויזשניץ בני ברק, כשהייתי בביתו בטלסטאון בארץ ישראל
דעמאלס זיך אפגערעד אז סקווירא ווי ער איז געוועהן ראש ישיבה צוויי און צוואנציג יאר האט אים נישט גענוג מעריך געוועהן און מכבד געוועהן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער 'שפתי צדיק' פון פילץ האט געהאט אן איידעם בשם ר' דוב בעריש איינהארן, ער איז געווען ממלא מקומו פון זיין טאטען ר' אפרים צבי ב"ר זאב וואלף איינהארן אב"ד אמסטוב, ר' אפרים צבי איז געווען א רב ותופס ישיבה אסאך גדולים זענען געווען זיינע תלמידים צווישען זיי; דער קאזיגלובער גאון ר' ארי' צבי פראממער און דער ראדאמאסקער רבי ר' שלמה חנוך העניך הכהן.

ר' אפרים צבי איז אינגערהייט נפטר געווארן בשנת תרס"א און זיין בן יחיד ר' דוב בעריש חתנו של השפתי צדיק האט אים איבערגענומען ווי ער האט געגעבן א נאמען פאר די דישיבה אין אמסטוב בשם 'שארית אפרים' על שמו פון זיין פאטער, ר' בעריש איז אומגעקומען עקד"ה ביים קריג.

נאך די קריג האט דער באקאנטער חוקר ועורך ר' דוד אברהם מאנדלבוים צוזאמענגענומען חידו"ת ושו"ת פון די אמסטובער רבנים און זיי געדרוקט בשם 'שארית אפרים - דוב' על שמם (דער ספר איז דערווייל נישט אויק ה"ב, אוצה"ח האט עס יא).
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

דער אבני נזר האט אויסטערליש געהאלטן פון ר' אפרים צבי הנ"ל, זאגנדיג אז ער פארמאגט אזא דרך הלימוד ווי ר' משולם איגרא. ער האט געוואלט אז בעפאר ער נעמט אן א תלמיד ביי זיך אין ישיבה אין סאכאטשאוו, זאל ער גיין לערנען אביסל אין אמסטאוו ביי ר' אפרים צבי, זיך אויסצולערנען וויאזוי מ'פרעגט ריכטיג א קושיא.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

דער שפת אמת איז געווען בזיוג שלישי אן איידעם ביי רבי ברוך'ל גארליצער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך א איידעם פון ר' בנימין אליעזר יוסטמאן חתנו של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם איז געווען ר' יעקב אורי שרגא הכהן ווארשאוויאק פון ווארשא, די ווארשאוויאק מפשחה איז געווען חשוב'ע משפחה אין ווארשא ביניהם איז באקאנט ר' מאיר ווארשאוויאק אב"ד מוקוטוב וחבר וועד הרבנים דווארשא.

מציבת מרת שאשא ב"ר בנימין אליעזר יוסטמאן חדב"ן החי' הרי"ם זצ"ל אשת ר' יעקב שרגא הכהן ווארשאוויאק על הביה"ח בעיר ווארשא:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_83730/ ... awiak.html
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם:
ה'שפת אמת'
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא
חתניו:
ר' אהרן פנחס תאומים מגור
ר' יצחק בוימגאלד מווארשא
ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
ה' שפתי צדיק' מפילץ


איך זעה אז איבער איין ברודער פונעם שפת אמת האט מען נאכנישט גערעדט באריכות, דאס איז ר' שמעון חיים (ר' שימעלע) ב"ר אברהם מרדכי בנו של החי' הרי"ם, ר' שמעון חיים האט געוואונט אין ווארשא און דארט איז ער נפטר געווארן כ"ד חשון תר"ם ושם מנ"כ (זעה מציבה בייגעלייגט).

איין זון פון ר' שמעון חיים איז געווען ר' ישראל נטע שנפטר ונטמן בווארשא בשנת תרצ"ב:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_77392/ ... Alter.html

נאך א זון איז געווען ר' משה שנפטר תרצ"א ונטמן בווארשא:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_90933/ ... Alter.html

א דריטע זון איז געווען ר' אברהם מרדכי אלטר, איך ווייס לע"ע נישט קיין פרטים איבער אים נאר איבער זיינע קינדער, איין זון הב' שמעון חיים איז נפטר געווארן אלס בחור הושענא רבה תרפ"ג און ער ליגט אין ווארשא (בן בוזי אויבן אנגעפרעגט פרטים איבער אים):
http://cemetery.jewish.org.pl/id_88289/ ... Alter.html

נאך א זון פון ר' אברהם מרדכי ב"ר שמעון חיים איז געווען ר' יצחק מאיר אלטר הי"ד וועלכער איז אומגעקומען ביים קריג, זיין זון ר' ברוך יעקב אלטר האט געלערנט אין די מירער ישיבה און דורך דעם איז ער געראטעוועט געווארן פונעם קריג מיט די וואונדערונגען פון די מירער ישיבה אין קאבא, יאפאן און שאנגהאי ביז קיין אמעריקא ווי ער האט חותנה געהאט און מעמיד געווען זיין שטוב , דא אין אמעריקא איז ער נפטר געווארן בשנת תשנ"א איבערלאזנדיג א הערליכע שטוב על דרך התורה והיראה לתפארת בית אבותיו הק', צווישען זיינע קינדער ציילט זיך ר' אברהם מרדכי אלטר הי"ו אן איינגעשטעלטער אין ישיבת מגדל התורה אין שיקאגא.

מציבת ר' ברוך יעקב אלטר ז"ל בביה"ח הר חברון בקווינס.
http://kevarim.com/rabbi-baruch-yaakov- ... ment-36366

תמונת מציבת ר' שמעון חיים ב"ר אברהם מרדכי בנו של החי' הרי"ם זצ"ל בעיר ווארשא:
אטעטשמענטס
gur1.jpg
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די יומא דהילולא כ"ג אדר (תרכ"ו)
זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
הנאמן בפקדונו
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2012 1:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הנאמן בפקדונו »

מיללער האט געשריבן:א דריטע מציבה פון די בוימגאלד משפחה נכדי החידושי הרי"ם, טרעף איך האשה מרת פיגא אשת ר' נח בוימבגאלד נ"י, בת ר' נתן נטע אייבשיץ, ברויך מען וויסען וויאזוי דער יחוס גייט ביז צום חי' הרי"ם (נפטרה בשנת תרצ"ה)

ר' נח בוימגולד איז גיווען א זון פין ר' יצחק [חתן הרה"ק ר' אברהם מרדכי די זון פין די חידושי הרי"מ זי"ע].
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

הילולא של נכדו כ"ק אדמו"ר ה"לב שמחה" זי"ע היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

אומרים שפעם הוא אמר למישהו ממקורביו: שני דברים לא חסרו לי אף פעם: כסף וצרות.. זי"ע.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:דער 'שפתי צדיק' פון פילץ האט געהאט אן איידעם בשם ר' דוב בעריש איינהארן, ער איז געווען ממלא מקומו פון זיין טאטען ר' אפרים צבי ב"ר זאב וואלף איינהארן אב"ד אמסטוב, ר' אפרים צבי איז געווען א רב ותופס ישיבה אסאך גדולים זענען געווען זיינע תלמידים צווישען זיי; דער קאזיגלובער גאון ר' ארי' צבי פראממער און דער ראדאמאסקער רבי ר' שלמה חנוך העניך הכהן.

ר' אפרים צבי איז אינגערהייט נפטר געווארן בשנת תרס"א און זיין בן יחיד ר' דוב בעריש חתנו של השפתי צדיק האט אים איבערגענומען ווי ער האט געגעבן א נאמען פאר די דישיבה אין אמסטוב בשם 'שארית אפרים' על שמו פון זיין פאטער, ר' בעריש איז אומגעקומען עקד"ה ביים קריג.

נאך די קריג האט דער באקאנטער חוקר ועורך ר' דוד אברהם מאנדלבוים צוזאמענגענומען חידו"ת ושו"ת פון די אמסטובער רבנים און זיי געדרוקט בשם 'שארית אפרים - דוב' על שמם (דער ספר איז דערווייל נישט אויק ה"ב, אוצה"ח האט עס יא).


געטראפן א בילד פון דעם עדרמאנטן ר' דוב בעריש איינהארן הי"ד אב"ד אמסטוב חתנו של השפתי צדיק.
אטעטשמענטס
איינארן.JPG
איינארן.JPG (24.14 KiB) געזען 4505 מאל
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

דער אמרי אמת ארויפגייענדיג אויפן שיף אויפן וועג קיין אר"י אין טריסט אלול תרצ"ה.

אויף דער רעכטער זייט איז דער בית ישראל, און אויף די לינקע זייט איז המשגיח ר' עקיבא דייטש.
אטעטשמענטס
IMAG0412.jpg
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן: דא
מציבת הרב ר' יצחק בוימגאלד חתן ר' אברהם מרדכי בן החידושי הרי"ם ביחד עם אביו ר' גבריאל מווארשא


המודיע פרייטיג וישב י"ט כסלו תרע"ג א הערליכע אפהאנדלונג איבער רבי יצחק בוימגאלד צו זיין פטירה אין ווארשא
אטעטשמענטס
bomgold 1.JPG
bomgold 2.JPG
bomgold 3.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אטעטשמענטס
21 פברואר 1913.png
23 מאי 1913.png
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א מעלדונג אין "מאמענט" כ"ה כסלו תרפ"ה איבער די פטירת פון חיה פייגא בת ר' יצחק מאיר אלטער אשת ר' משה פעלד
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... wMode=HTML
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם:
ה'שפת אמת'
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא
חתניו:
ר' אהרן פנחס תאומים מגור
ר' יצחק בוימגאלד מווארשא
ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
ה' שפתי צדיק' מפילץ.

בילד פון מצבה פון ר' אברהם מרדכי אין ווארשא
ובניו ר' אלי' יוסף-ר' שלמה:(virtual cemetery)


ר' אליהו יוסף אחיו של השפת אמת האט געהאט א טאכטער הרבנית פיגא שנישאה לר' צבי חיים ליפסקער, בייגעלייגט איז א בילד פון איר מציבה אויפן ווארשאווער בית עולם, מערקט ווי איר יחוס ויחוס אביה ווערט באצייכענט אלס 'אחי מרן השפת אמת ונכדת החידושי הרי"ם'.


ר' אליהו יוסף אלטר מביאלא (ברא"מ בן החי' הרי"ם) איז געווען אן איידעם ביי ר' אייזיק שחור פון ביאלא (די שחור משפחה פון ביאלא איז א באקאנטע דאכציך) יעצט געטראפן א בילד פון זיין רביצין חנה ב"ר אייזיק שחור, אויפן ווארשאווער בית עולם.
אטעטשמענטס
photo (1).jpg
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

מי הם צאצאיו של הרב מבענדין כהיום?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קודם כל לחיים לחיים,
היינט איז הילולא קדישא של מרן הגה"ק החידושי הרי"ם זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל,
לחיים

איצטער איז מיין שאלה,
נחוץ לי מאוד לידע מי הם כהיום משפחות נכדיו של הרב מבענדין זצ"ל, ובנו ר' יצחק מאיר לוין ז"ל
ומי מהם גרים בארה"ב?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם:
ה'שפת אמת'
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא
חתניו:
ר' אהרן פנחס תאומים מגור
ר' יצחק בוימגאלד מווארשא
ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
ה' שפתי צדיק' מפילץ.

בילד פון מצבה פון ר' אברהם מרדכי אין ווארשא
ובניו ר' אלי' יוסף-ר' שלמה:(virtual cemetery)


ר' אליהו יוסף אחיו של השפת אמת האט געהאט א טאכטער הרבנית פיגא שנישאה לר' צבי חיים ליפסקער, בייגעלייגט איז א בילד פון איר מציבה אויפן ווארשאווער בית עולם, מערקט ווי איר יחוס ויחוס אביה ווערט באצייכענט אלס 'אחי מרן השפת אמת ונכדת החידושי הרי"ם'.


ר' אליהו יוסף אלטר מביאלא (ברא"מ בן החי' הרי"ם) איז געווען אן איידעם ביי ר' אייזיק שחור פון ביאלא (די שחור משפחה פון ביאלא איז א באקאנטע דאכציך) יעצט געטראפן א בילד פון זיין רביצין חנה ב"ר אייזיק שחור, אויפן ווארשאווער בית עולם.

די אמרי אמת פון גער איז געווען א'איידים ביי רבי נח שחור פון ביאלא.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”